קען מען כאפן דעם וויירוס א צווייטע מאל?

אבינו מלכנו מנע מגיפה מנחלתך - אלעס ארום די קאראנא וויירוס

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
יידישע קהילות
שר שמונת אלפים
תגובות: 8680
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

קען מען כאפן דעם וויירוס א צווייטע מאל?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יידישע קהילות »

איך לייען א צעמישעניש. פון איין זייט מאכט מען טעסטס כדי צו וויסן ווער עס האט שוין ג'האט.
פון די צווייטע זייט האט WHO געמאלדן אז זיי זענען גארנישט אזוי זיכער אז מ'קען עס נישט באקומען א צווייטער מאל.
ד"ר. פאוטשי איז מסכים מיט זיי.
ווער קען אריינקומען מיט קלארערע פאקטן?
היימיש געשמועסט, האט איינער שוין געהערט פון עמיצן וואס איז שוין געווען אויסגהיילט און עס באקומען א צווייטער מאל?
לעצט פארראכטן דורך יידישע קהילות אום זונטאג אפריל 26, 2020 9:12 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
משנכנס אדר מרבין בשמחה
הל'א דו'ד מסתת'ר עמנו
טראק דרייווער
שר האלפיים
תגובות: 2281
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 01, 2009 2:58 pm

Re: קען מען יא אדער נישט כאפן דעם וויירוס א צווייטע מאל?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טראק דרייווער »

די אלע מעשיות פון סאוט קאריא איז פון מענטשן וואס האבן זיך נאכנישט אויסגעהיילט דערפון און צוריקבאקומען די סימפטאמען נאכדעם וואס עס איז אוועקגעגאנגען פאר עטליכע טעג בשעת זיי האבן די גאנצע צייט געהאט די וויירוס אין זיך.

דערווייל איז נאך נישט דא קיינער וואס האט דאס באקומען און געטעסט נאכדעם נעגעטיוו און דאס צוריקבאקומען נאכאמאל.
ווען משיח וועט קומען וועט קוקן מיט די אויגן די זענען די אויגן וואס האבן ארויסגעקוקט אויף די גאולה און דאס געהאלטן ריין לראות בתפארת עוזך
Goodmorning
שר חמשת אלפים
תגובות: 5419
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

Re: קען מען יא אדער נישט כאפן דעם וויירוס א צווייטע מאל?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Goodmorning »

יידישע קהילות האט געשריבן:איך לייען א צעמישעניש. פון איין זייט מאכט מען טעסטס כדי צו וויסן ווער עס האט שוין ג'האט.
פון די צווייטע זייט האט WHO געמאלדן אז זיי זענען גארנישט אזוי זיכער אז מ'קען עס נישט באקומען א צווייטער מאל.
ד"ר. פאוטשי איז מסכים מיט זיי.
ווער קען אריינקומען מיט קלארערע פאקטן?
היימיש געשמועסט, האט איינער שוין געהערט פון עמיצן וואס איז שוין געווען אויסגהיילט און עס באקומען א צווייטער מאל?


כהאב געהערט מענטשן וואס האבן וואכן שפעטערננאכאמאל געהאט סימפטאמס אבער לכאורה זיך אויפגעוועקט פון שוואכקייט
שויתי ה' לנגדי תמיד
אוועטאר
דער נייגעריגער
שר העשר
תגובות: 32
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 08, 2014 1:20 pm

Re: קען מען יא אדער נישט כאפן דעם וויירוס א צווייטע מאל?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דער נייגעריגער »

FRIGHTENING: Israeli COVID-19 Patient Re-Infected After Release From Hospital
April 23, 2020 4:17 pm0

An alarming incident occurred in Tiveria when an 86-year-old man who had seemingly completely recovered from the coronavirus and was released from the hospital after testing negative twice for the virus had a relapse, a Channel 12 News report said.

The man was re-admitted to the hospital due to serious breathing difficulties and tested positive for the coronavirus again. He is now in serious condition, sedated and on a ventilator.

“There have been similar incidents in the world,” a member of the medical staff at Poriyah said. “We currently have no explanation for what happened. We know that it wasn’t due to an error in testing since two tests were carried out with a 24-hour interval as required and according to all instructions.”

The man is a resident of a nursing home in Tiveria and has pre-existing medical conditions.

(YWN Israel Desk – Jerusalem)
מאתים
שר חמש מאות
תגובות: 640
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 24, 2014 12:19 pm

Re: קען מען יא אדער נישט כאפן דעם וויירוס א צווייטע מאל?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאתים »

זייער מעגליך אז מכאפט עס אריבער נאכאמאל, נאר די אנטי באדיס הארגעט עס אפ, אבער צו זיין א קעריער מינווייל עס צו איבערגעבן ווייטער קען נאל אלס זיין.
'ומאתים לנוטרים את פריו'
געוואלטיג
שר האלפיים
תגובות: 2727
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 29, 2011 5:12 pm

Re: קען מען יא אדער נישט כאפן דעם וויירוס א צווייטע מאל?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געוואלטיג »

דאס ווייסעך פון איינעם וואס טוט מיט אסאך פעישענטס ער טענהט אז עס נעמט ביז א חודש אדער מער אז די האקעלקייט אין די לונגען זאל אוועקגיין איינמאל מהאט עס געהאט שווער
פוטין איז דער פתויי הייצר זיך צי איינרעדן אז מקען זיין שלעכט און פירן יעדן ביים קארג.. אבער חז"ל זאגן אונז קלאר:
סוף גנב לתלי'! פון דעם האט זיך קיינער נישט ארויסגעדרייט!
ווי לאנג עס וועט נעמען?
דאס ווענד זיך שוין אין אונזערע תפילות!
טראק דרייווער
שר האלפיים
תגובות: 2281
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 01, 2009 2:58 pm

Re: קען מען יא אדער נישט כאפן דעם וויירוס א צווייטע מאל?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טראק דרייווער »

איך ווייס נישט וויפיל מען קען בויען אויף אן איינצעלן ריפארט פון איזראעיל, און וויפיל אמת און שקר עס ליגט דערין. אבער לויט ווי סאך איך האב געליינט (נאר כשר'ע ארטיקלען) פון די עקספערטן איז דאס נישט ריכטיג, מען קען נישט באקומען די וויירוס נאכמאל.

אויב שטעלט זיך ארויס אז מען קען דאס יא באקומען נאכאמאל, דעמאלס מיינט דאס אז התרת נדרים גייט אויך זיין אויף די פארטשעס... ימים ידברו....
ווען משיח וועט קומען וועט קוקן מיט די אויגן די זענען די אויגן וואס האבן ארויסגעקוקט אויף די גאולה און דאס געהאלטן ריין לראות בתפארת עוזך
אוועטאר
מצב כללי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4759
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 18, 2013 7:09 pm

Re: קען מען יא אדער נישט כאפן דעם וויירוס א צווייטע מאל?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מצב כללי »

אויב איז אמת אז מען קען עס צוריקכאפן וויאזוי איז מעגליך צוריקצועפענען דאס לאנד פאר אפאר חדשים ביז ווילאנג איינער אין אמעריקע האט נאך די וויירוס קען מען עס צוריקכאפן
IMBZ
שר האלפיים
תגובות: 2085
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 16, 2012 1:49 pm

Re: קען מען יא אדער נישט כאפן דעם וויירוס א צווייטע מאל?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך IMBZ »

מצב כללי האט געשריבן:אויב איז אמת אז מען קען עס צוריקכאפן וויאזוי איז מעגליך צוריקצועפענען דאס לאנד פאר אפאר חדשים ביז ווילאנג איינער אין אמעריקע האט נאך די וויירוס קען מען עס צוריקכאפן

אפי מען קען עס נישט צוריקכאפן איז זיכער נישט קלאר פאר ווי לאנג נישט
קלוגע חכם
שר חמישים ומאתים
תגובות: 471
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 20, 2014 8:43 am

Re: קען מען יא אדער נישט כאפן דעם וויירוס א צווייטע מאל?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלוגע חכם »

ווי איך פארשטיי ווייסט מען טאקע נישט אויב מען ווערט אימיומד, אבער אויב די האסט דעוועלאופד אנטי באדיס געשעט גארנישט אויב די האסט עס נאכאמאל געכאפט פאר דיר, ווייל די אנטי באדיס איז שוין דא עס תיכף צו פייטן, די שאלה איז נאר אויב די ביסט א קעריער
Goodmorning
שר חמשת אלפים
תגובות: 5419
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

Re: קען מען יא אדער נישט כאפן דעם וויירוס א צווייטע מאל?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Goodmorning »

IMBZ האט געשריבן:
מצב כללי האט געשריבן:אויב איז אמת אז מען קען עס צוריקכאפן וויאזוי איז מעגליך צוריקצועפענען דאס לאנד פאר אפאר חדשים ביז ווילאנג איינער אין אמעריקע האט נאך די וויירוס קען מען עס צוריקכאפן

אפי מען קען עס נישט צוריקכאפן איז זיכער נישט קלאר פאר ווי לאנג נישט

אויב עס איז ווי פלו האט מען כאטש א ברעיק צו גיין קויפן א גרעסערע הויז ביז נעקסטע יאר...
שויתי ה' לנגדי תמיד
אוועטאר
יידישע קהילות
שר שמונת אלפים
תגובות: 8680
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

פון WHO אליינס!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יידישע קהילות »

Earlier today we tweeted about a new WHO scientific brief on "immunity passports". The thread caused some concern & we would like to clarify: We expect that most people who are infected with #COVID19 will develop an antibody response that will provide some level of protection.

What we don't yet know is the level of protection or how long it will last. We are working with scientists around the world to better understand the body's response to #COVID19 infection. So far, no studies have answered these important questions.
משנכנס אדר מרבין בשמחה
הל'א דו'ד מסתת'ר עמנו
אוועטאר
יידישע קהילות
שר שמונת אלפים
תגובות: 8680
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

Re: קען מען יא אדער נישט כאפן דעם וויירוס א צווייטע מאל?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יידישע קהילות »

Nate Silver
@NateSilver538
10h
WHO needs to improve its communication on this. When they say “no evidence” they mean something like “no definitive proof, yet”. But the average person is going to read it as “there’s no immunity to coronavirus”, which is likely false and not a good summation of the evidence.
משנכנס אדר מרבין בשמחה
הל'א דו'ד מסתת'ר עמנו
אוועטאר
אסדר לסעודתא
שר עשרת אלפים
תגובות: 11191
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

Re: קען מען יא אדער נישט כאפן דעם וויירוס א צווייטע מאל?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אסדר לסעודתא »

מ'דארף יעצט מורא האבן פון עס כאפן נאכאמאל פונקט ווי לעצטע יאר אזא צייט פון עס כאפן צום ערשטן מאל.

נישטא קיין שום באווייזן אויף אזא מעגליכקייט, בלויז שפעקולאציעס און מעגליך דמיונות.

איי, אויף נישט איז אויך נישט דא קיין באווייזן? ווען ס'איז נישטא קיין באווייזן נוצט מען די שכל.
דער קאמפייןאיז שוין פארריבער, אבער מיינע ארטיקלעןזענען נאך מעגליך אקטועל
אוועטאר
יידישע קהילות
שר שמונת אלפים
תגובות: 8680
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

Re: קען מען כאפן דעם וויירוס א צווייטע מאל?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יידישע קהילות »

אויב קען מען עס כאפן א צווייטער מאל דאן קען א וואקסין אויך נישט ארבעטן!!
משנכנס אדר מרבין בשמחה
הל'א דו'ד מסתת'ר עמנו
העלאו
שר האלפיים
תגובות: 2008
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 14, 2017 11:30 am

Re: קען מען כאפן דעם וויירוס א צווייטע מאל?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך העלאו »

יידישע קהילות האט געשריבן:איך לייען א צעמישעניש. פון איין זייט מאכט מען טעסטס כדי צו וויסן ווער עס האט שוין ג'האט.
פון די צווייטע זייט האט WHO געמאלדן אז זיי זענען גארנישט אזוי זיכער אז מ'קען עס נישט באקומען א צווייטער מאל.
ד"ר. פאוטשי איז מסכים מיט זיי.
ווער קען אריינקומען מיט קלארערע פאקטן?
היימיש געשמועסט, האט איינער שוין געהערט פון עמיצן וואס איז שוין געווען אויסגהיילט און עס באקומען א צווייטער מאל?

יא דער דר פוטשי איז דאך אזא מין שטאקיגע פערד בזכותו ווער טויזענטער געהארגעט יעדן טאג וייל ער וויל נישט נעמן די מעדעצין פון דר זעלענקא וייל עס איז נישט דא קיין פרוף עס איז אויכעט נישט דא קיין פרוף אז עס קומט נישט צירוק נאכמאל אבער עס איז דאך נישט דא קיינער וואס עס איז יא צירוק געקומען אבער מיט דעם בהמה קען מען נישט רעדן איך קען שוין נישט וארטן אויפן טאג ער זאל פליען ויאזוי קען זיין טראמפ האט עהם נאכנישט געווארפן נאכן זיך חוצפהנען אזוי פיל מאל
ר' יום טוב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3540
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

Re: קען מען כאפן דעם וויירוס א צווייטע מאל?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' יום טוב »

מען דארף פארשטיין איין זאך. ביי די ביוקראטישע סייענס גלויביגע חברה קען מען נישט סתם אזוי ראטעווען א מענטש. עס דארף זיין א געהעריגע סטאדי, מען וועט שטעלן א קאמיטע, מען וועט אינוועסטירן ביליאנען אין פאפיר ווארק, און דערנאך דארף מען איינשטעלן א אומצאליגע פאזע סיסטעם, וואס דארף נאך צו גרויס מזל ארבייטן!

די נייעס האלט אין איין קנאקן אז: "עס איז נישטא קיין שום באווייז אז מען קען עס נישט ווידעראמאל באקומען". דו ווייסט פארוואס עס איז נישטא? ווייל עס דארף קודם דורכגעפירט ווערן א הויכשטאקיגע שטודיע צו ס'איז טאקע אזוי. איי קאמאן סענץ? פארוואס דען גייט די וויירוס אוועק אויב נישט ווייל די פאפולאציע ווערט אימיונט? צווישן די אלע מיליאנען וואס האבן עס באקומען, איז פאראן אפילו איינער וואס האט עס ווידעראמאל באקומען מיט די געהעריגע סימפטאמען? און ברענג מיך נישט די עטליכע 90 אין סאוט קאריע וואס האבן געטעסט נאכאמאל פאזיטיוו, ווייל דאס האט גארנישט מיט נאכאמאל באקומען, דאס איז ווייל זיי זענען געווארן "קעריערס".

יעצט שרייטץ ווייטער אז ניו יארק האט א שארטעדזש אין רעספירעיטארס, לייגטס ארויף ווי מער פאציענטן אויף ווענטילעיטאס, פון וואס איבער 80 פראצענט האבן א וואן-וועי רייזע לחיי עולם.
אוועטאר
shimon7323
שר חמשת אלפים
תגובות: 5625
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 14, 2012 9:21 pm
לאקאציע: שיך
פארבינד זיך:

Re: קען מען כאפן דעם וויירוס א צווייטע מאל?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך shimon7323 »

אויך אזוי געטראכט אז דער גאנצע רעדע אז מען קען עס נאכאמאל באקומען און אז דאס גייט נאכאמאל אנקומען צוזאמען מיט דו פלו און דער ווינטער איז נאר אז דער רעגירונג זאל ווייטער געבן געלט פאר די פארשער און זיי זאלן האבן פרנסה. אבער האט מיט ריאליטעט גארנישט.
אוועטאר
ראש לימבא
שר האלף
תגובות: 1006
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 24, 2019 8:48 am

Re: קען מען כאפן דעם וויירוס א צווייטע מאל?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראש לימבא »

קעראנע האט מיך אנגעשטעקט: איינמאל!

קעראנע האט מיך אנגעשטעקט: א צווייטע מאל!

און א דריטע מאל! די וועסט מיך אנשטעקן...

איינס צוויי דריי...

מיר בלייבן אינדערהיים אויף אלעמאל!
סך הכל תגובות: 999
אוועטאר
אדער יא
שר שלשת אלפים
תגובות: 3156
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 11, 2018 11:00 am

Re: קען מען כאפן דעם וויירוס א צווייטע מאל?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אדער יא »

פיין פיין...
אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר עשרת אלפים
תגובות: 12231
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

Re: קען מען כאפן דעם וויירוס א צווייטע מאל?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נו גוט נו שוין »

לויט דעם חשבון דארפן יעצט טויזנטער שטארבן אין כינע

פון די צווייטע מאל.....
מלאכי
שר חמישים
תגובות: 60
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 11, 2011 11:49 am

Re: קען מען כאפן דעם וויירוס א צווייטע מאל?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מלאכי »

ישראל קנאבלאך אדמיניסטראטאר פון קרית יואל הצלה זאגט אויף א מעסעדזש ערש"ק תזו"מ (מ'קען עס אויך הערן אויף וחי בהם ביי ער"ש מעסעדזשעס) בזה"ל "מען זאל זיך נישט פארלאזן אויף קיין שום טעסטיג וואס גייט יעצט פאר, ווייל אפילו מען האט יא גענוג אנטי באדיס ווייסט מען נישט צו דעס באשיצט נאר די מענטש אליין אבער מ'קען עס נאך ווייטער איבערגעבן פאר אנדערע אין איינשטעלן אנדערע אין א סכנה ח"ו"

די בריוו פון 30 אסעמבלילייט מיט 2 קאונסיללייט (קלמן יעגער מיט חיים דייטש) דאטורט אפריל 26 בעטן די שפיטעלערן צו פארמירן א נייע Compassionate Helper Volunteer Program דורכן טעסטן וואלאנטירן פאר אנטיבאדיס, וואס פון זיי דארפן די שפיטעלער מער נישט מורא האבן.

לפי הרב קנאבלאך, זיי קענען דאך ווייטער זיין קערריער"ס?
אוועטאר
מי יודע
שר שמונת אלפים
תגובות: 8718
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

Re: קען מען כאפן דעם וויירוס א צווייטע מאל?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי יודע »

יידישע קהילות האט געשריבן:אויב קען מען עס כאפן א צווייטער מאל דאן קען א וואקסין אויך נישט ארבעטן!!

איך וויל עפעס אנדערש פארשטיין, מ'רעדט פון א וואקסין פאר עלטערע מענטשן, ווער ס'ווייסט ווי אזוי א וואקסין ארבעט, מ'לייגט אריין אביסל פון די מחלה, מיט א רפואה עס צו פייטן, גייט מען דא בידים אריינלייגן אזא מחלה אין עלטערע מענטשן וואס פאר זיי איז עס א סכנת מות? (און ביי די יונגערע זיי זאלן קען זיין א קעריער?)
ווער קען דאס ערקלערן?
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.
פליטה גדולה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 449
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 06, 2019 6:01 pm

Re: קען מען כאפן דעם וויירוס א צווייטע מאל?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פליטה גדולה »

נו גוט נו שוין האט געשריבן:לויט דעם חשבון דארפן יעצט טויזנטער שטארבן אין כינע

פון די צווייטע מאל.....

עס איז זיכער נישט ערגער פון די ערשטע מאל, סא אויב אין כינע זענען געשטארבן לפי דבריהם ביז יעצט (פון די ערשטע מאל באקומען) בלויז 3000 מענטשן מאך אליינס די חשבון אויב געוויסע פון זיי באקומען עס א 2'טע מאל...
אוועטאר
חזן שמילאוויטש
שר חמש מאות
תגובות: 944
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 16, 2018 10:37 am

Re: קען מען כאפן דעם וויירוס א צווייטע מאל?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חזן שמילאוויטש »

מלאכי האט געשריבן:ישראל קנאבלאך אדמיניסטראטאר פון קרית יואל הצלה זאגט אויף א מעסעדזש ערש"ק תזו"מ (מ'קען עס אויך הערן אויף וחי בהם ביי ער"ש מעסעדזשעס) בזה"ל "מען זאל זיך נישט פארלאזן אויף קיין שום טעסטיג וואס גייט יעצט פאר, ווייל אפילו מען האט יא גענוג אנטי באדיס ווייסט מען נישט צו דעס באשיצט נאר די מענטש אליין אבער מ'קען עס נאך ווייטער איבערגעבן פאר אנדערע אין איינשטעלן אנדערע אין א סכנה ח"ו"

די בריוו פון 30 אסעמבלילייט מיט 2 קאונסיללייט (קלמן יעגער מיט חיים דייטש) דאטורט אפריל 26 בעטן די שפיטעלערן צו פארמירן א נייע Compassionate Helper Volunteer Program דורכן טעסטן וואלאנטירן פאר אנטיבאדיס, וואס פון זיי דארפן די שפיטעלער מער נישט מורא האבן.

לפי הרב קנאבלאך, זיי קענען דאך ווייטער זיין קערריער"ס?

וואס קען געשען? אפילו איינער איז אנגעשטעקט וואס קען געשען אז ער וועט זיין ביים בעט פון א צוויטע אנגעשטעקטער?
שרייב תגובה

צוריק צו “קאראנא וויירוס”