וואספארא שריט זאלן תושבי בארא פארק נעמען בנוגע מיימאנעדיס?

אבינו מלכנו מנע מגיפה מנחלתך - אלעס ארום די קאראנא וויירוס

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

winner
שר האלף
תגובות: 1231
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 23, 2018 9:35 am

Re: וואספארא שריט זאלן תושבי בארא פארק נעמען בנוגע מיימאנעדיס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך winner »

תולה ארץ האט געשריבן:
בניהו האט געשריבן:
א פלייץ פון שר עשר׳לעך דא
יא יא!
די יונגע דורות וואקסען אויף!
דו ארבעטסט נאך מיט.... לאכסט מיט מיטן די זשוקס....
אוועטאר
יצחק אייזיק
שר תשעת אלפים
תגובות: 9998
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 02, 2020 2:25 pm

Re: וואספארא שריט זאלן תושבי בארא פארק נעמען בנוגע מיימאנעדיס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יצחק אייזיק »

אקעי, די אשכול פארפארט אביסל, צוריק צום נושא.

ווער גייט קעיטערן ביים טאונהאל און וועלכע גדולי הרבנים גייען ערשיינען?
הנה תגובתי לפניך, קח ולייק
אוועטאר
עמקות שלמה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 418
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 26, 2011 12:46 pm
לאקאציע: מאנסי נ.י.

Re: וואספארא שריט זאלן תושבי בארא פארק נעמען בנוגע מיימאנעדיס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עמקות שלמה »

תולה ארץ האט געשריבן:
עמקות שלמה האט געשריבן:
ערשטנס, אויב א קומזיץ אין מירון קען מאכן טרעפן משי קליינערמאן (געהערט אויף ק"מ אינטערוויו מיט הרב בערגער), קענען בדחנים העלפן טרעפן א ישועה פאר מיימאנעדיס...

אמת'דיג גערעדט, אויב איז וויכטיג צו האבן דארט דעם עולם, זאל מען טון עניטינג וואס ברענגט מענטשן. וואסאחילוק?

און צום לעצט, הרב צולה ארץ, דיין עדיטוט דא שטימט מיט מיימאנעדיס, ווי אן איידענטיקל צווילינג.
רוף דאס קינד ביים נאמען: תולה ארץ :x

מיי פלעזשער!
טעות הדפוס.

דעץ אלל דו האסט צו זאגן?
זיי נישט קלוג, זיי נאר אויפגעלייגט.
בניהו
שר ששת אלפים
תגובות: 6214
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אפריל 16, 2021 1:09 am

Re: וואספארא שריט זאלן תושבי בארא פארק נעמען בנוגע מיימאנעדיס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בניהו »

די חזנות איז אביסעל אינטערעסאנט אבער די עסן איז זייער פארשטענדליך. אונז אידעלעך האבן נישט קיין געדולד צו זיצן עטליכע שעה און הערן דרשות אפילו ווען ס׳פעלט אויס אבער פאר א פרייע סאפפער העט מען קומען
אני הוא הנער, נער המדבר
תכנת שבת
שר מאה
תגובות: 137
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 25, 2022 9:00 am

Re: וואספארא שריט זאלן תושבי בארא פארק נעמען בנוגע מיימאנעדיס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תכנת שבת »

איך טראכט אלץ א לימוד זכות פאר די ניק'ן וואס נעמען זיך אהן פאר דעם צופארענעם שפיטאל איז ווייל זיי האבן וואו ס'הייסט בשעתו ספעציעל גוט באהאנדעלט איינע פון אונזערע גרויסע רבי'ס זצוק"ל.
די שאלה איז וואו ווייט לכבוד דעם איינעם זכות קענען זיי עביוזן דעם עולם פאר דעקעידס אנע אויפהער
אוועטאר
ניינער
שר האלפיים
תגובות: 2123
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 27, 2021 1:32 am
לאקאציע: ברוקלין

Re: וואספארא שריט זאלן תושבי בארא פארק נעמען בנוגע מיימאנעדיס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ניינער »

OMG…
איינער דא האט שרעקליכע קאנפידענס…
באנאנא
שר האלפיים
תגובות: 2849
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 26, 2020 11:49 am
לאקאציע: אין די אידישע וועלט

Re: וואספארא שריט זאלן תושבי בארא פארק נעמען בנוגע מיימאנעדיס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באנאנא »

געהערט היינט אז מאימאנידיס האט אויפגענומען עזרא פרידלענדער פאר זייער היימישע קאמפיין, איז ער אפשר תולה ארץ? גיי ווייס.... כ'האב אלץ געוויסט אז רבי'שע קינדער דרייען זיך דא אינטער די פיס...
אוועטאר
שפעטער
שר מאה
תגובות: 246
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 26, 2022 12:40 pm

Re: וואספארא שריט זאלן תושבי בארא פארק נעמען בנוגע מיימאנעדיס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שפעטער »

באנאנא האט געשריבן:
געהערט היינט אז מאימאנידיס האט אויפגענומען עזרא פרידלענדער פאר זייער היימישע קאמפיין, איז ער אפשר תולה ארץ? גיי ווייס.... כ'האב אלץ געוויסט אז רבי'שע קינדער דרייען זיך דא אינטער די פיס...
א"כ האט ער גאנץ א שארפן פעדער.

אויכעט אויב ס'איז טאקע ער אפשר קען מען מאכן א דיעל דא יעצט, אז ער גייט זיך שטעלן אנטקעגן די פלעסטיק בען און סיטי האלל, און איך מיט שיינער זעמיר מוותר אויף ממנדיס ?
אומאן
שר מאה
תגובות: 147
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 10, 2022 6:46 pm

Re: וואספארא שריט זאלן תושבי בארא פארק נעמען בנוגע מיימאנעדיס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אומאן »

Screenshot 2022-08-17 at 11-10-13 issue 1 .pdf.png
Screenshot 2022-08-17 at 11-10-13 issue 1 .pdf.png (119.21 KiB) געזען 1060 מאל
אוועטאר
תולה ארץ
פורים רב תשפ"ד
תגובות: 2261
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 14, 2022 1:11 pm
לאקאציע: ווי נישט?

Re: וואספארא שריט זאלן תושבי בארא פארק נעמען בנוגע מיימאנעדיס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תולה ארץ »

כ'האב הנאה אז די עולם מיינט ערענסט אז מאימאנעדי'ס פילט פאר וויכטיג דא צו שיקען א פארטיידיגער... אינטערסאנט אז ווילאדימער פוטין פילט נישט פאר גאר וויכטיג צו אויפנעמען א רעפראזענטעטיוו איהם צו פארטיידיגען אין די רוסלאנד-אוקריינא אשכולות... (איך זאל עס טוהן פאר איהם? שכח פאר די אופע''ר!)

הכלל, בינעך נייגעריג צו וויסען ווער פון די זיצערס דא, האבן שוין אריינגערופן איבערגעבען זייער מעשה פונעם שפיטאל צו די עסקנים?

ווער פון דא האט שוין פערזענליך געפיילט א קלעים קעגן די שפיטאל ביי די העלט דעפארטמענט?

ווער פון דא איז שוין פערזענליך אראפגעפארען צו די הויז פון פון די מאימאנעדיס CEO קענעט גיבס איהם צו פארהאלטען אויף די שלאבערישקייט און רשעות פון זיין שפיטאל?

הא?

קיינער!

אבער איך יא!

און אנהויב ווען די יעצטיגע קאמפיין איז נאך געווען אין די ווינדלען האב איך מיך שטארק געפרייט אז 'ענדליך' טוט שוין איינער צום זאך און מ'גייט מסדר זיין דאס ביטערע נושא, אבער ווי נאר די קאמפיין איז געווארן מער אקטיוו האב איך אנגעהויבן צו זעהן אז ס'ווערט געפירט אומפראפעסיאנאל, אן קיין קלארע מהלך פאראויס, דורך נארוואס געווארענע עסקנים וואס ווייסען נישט בחייכון...
ווי זענען די פראמינענטע רפואה רבנים? ווי זענען די באקאנטע עסקנים?
כדי אנצופירען א סוקסעספולע קאמפיין מוזטו זיי רעקרוטירען! פעיס פעקט!

איי גיי זאג עס פאר די ארגענאזירער? כ'האב עס געזאגט און נאך ווי.... אבער ס'געבליבן ביים הערן און שאקלען מיטן קאפ אז 'מ'וועט טוהן דערינען...'

אזא שלאבערישע איבערדרייעכטס וועט נישט נאר גארנישט אויפטהן (האפענטליך אז יא! אבער...) נאר וועט אויכעט שאטן פאר די צוקונפט ווען מ'וועט שוין יא עפעס ווילן טוהן למעשה.

פארוואס כ'האב חוזק געמאכט פונעם אווענט אז ווייל דאס ברענגט גוט ארויס ווי קינדיש, נאריש און טשילעריש די מערכה איז. וואס איז די עסעריי? וואס איז די זינגעריי? ביי די מערכות קעגן די גזירות החינוך, ציונית וכו' איז געווען מויזיק מיט קלאפערגעצייג?

ודי בזה לפענ''ד
דזשאסט Zיי פריילעך!

א"כ זייט אזוי גוט און לאזט אייך ארויס פון דעם אשכול, און עפנט א פרישע קאמפיין אן קיין חזנים און סאפערס טוט למעשה
עפענען א ניק ארויסצוברענגען אייער געוואלדיגע ווייטאג איבער בקר און גארגלען און עס פראבירן אראפצולייגן מיט די בעסטע פראזן און אויסדרוקן וואס די אידישע שפראך פארמאגט, צייגט אויף נאך מאטיוון
אסאך הצלחה
די קומעדיגע תגובה אייערע איז ערווארטעט אויף למעשה איר זאלט שרייבן איבער אייער ווייטאג אויף מאמאנעדיס אייער ווייטאגליכע עקספיריענס מעשה וואס איר האט זיי דערציילט וכו'
אייער מיינונג איבערן קאמפיין האבן מיר שוין געהערט פיל, יעצט זיי מסביר וויאזוי מען פיילט א קלעים אין די העלט דיפארטמענט, און פארצייל וואס דו האסט געטון ובשם השם נעשה ונצליח
בניהו
שר ששת אלפים
תגובות: 6214
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אפריל 16, 2021 1:09 am

Re: וואספארא שריט זאלן תושבי בארא פארק נעמען בנוגע מיימאנעדיס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בניהו »

תולה ארץ, במחילת כבודך, די שמעק פון אייערע תגובות ווערט שטערקער און מער ענליך צו פאליטיק אפפאל.
אני הוא הנער, נער המדבר
אוועטאר
נייע שטאט
שר האלפיים
תגובות: 2295
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 28, 2009 5:44 pm

Re: וואספארא שריט זאלן תושבי בארא פארק נעמען בנוגע מיימאנעדיס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נייע שטאט »

צו קענען ארויס ברענגען וואלידע פונקטן פעלט זיך אויס א קאאל דאון פון ביידע זייטן, נישט קיין חילוק ווי ערנסט א זאך איז באמת, אויב רעטאריק נעמט איבער פארלירן ביידע צדדים.
ופרצת ימה וקדמה צפונה ונגבה
אוועטאר
אלט מאנרא
שר שלשת אלפים
תגובות: 3613
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 30, 2016 11:37 am
לאקאציע: צווישן גראז און ביימער

Re: וואספארא שריט זאלן תושבי בארא פארק נעמען בנוגע מיימאנעדיס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלט מאנרא »

אומאן האט געשריבן:
איך ווייס נישט ווער עס פירט אן דעם קאמפיין סעיוו מיימאנעדיס. זענען היימישע עסקנים\מארקעטערס אינוואלווד?
איך וויל אויכט וויסן וואס איז די מיינוג פון די עסקנים וואס און די צייטן פון קראנע האבן זיי געהאמערט אויף קאלמא אז מען זאל לאזן גיין עלטערע אידן און שפיטעלער און נישט אויסהערן די אלע האטליינס וואס האבן געשריגן די פארקערטע אויב יעצט שרייען זיי אויף מיימאנעדיס אז זיי זענען פשוט רוצחים
המול לכם כל זכר, און הימל געדענקט מען אלעס.
אוועטאר
יקוש פייוויש
שר ששת אלפים
תגובות: 6651
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 16, 2021 12:34 pm

Re: וואספארא שריט זאלן תושבי בארא פארק נעמען בנוגע מיימאנעדיס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יקוש פייוויש »

אלט מאנרא האט געשריבן:
אומאן האט געשריבן:
איך ווייס נישט ווער עס פירט אן דעם קאמפיין סעיוו מיימאנעדיס. זענען היימישע עסקנים\מארקעטערס אינוואלווד?
איך וויל אויכט וויסן וואס איז די מיינוג פון די עסקנים וואס און די צייטן פון קראנע האבן זיי געהאמערט אויף קאלמא אז מען זאל לאזן גיין עלטערע אידן און שפיטעלער און נישט אויסהערן די אלע האטליינס וואס האבן געשריגן די פארקערטע אויב יעצט שרייען זיי אויף מיימאנעדיס אז זיי זענען פשוט רוצחים
ברענג לינקס צו די עסקנים ביטע
אוועטאר
דורך געטראכטער
שר חמש מאות
תגובות: 529
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 27, 2014 3:24 pm

Re: וואספארא שריט זאלן תושבי בארא פארק נעמען בנוגע מיימאנעדיס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דורך געטראכטער »

תולה ארץ האט געשריבן:
ווער פון די זיצערס דא, האבן שוין אריינגערופן איבערגעבען זייער מעשה פונעם שפיטאל צו די עסקנים?
ווער פון דא האט שוין פערזענליך געפיילט א קלעים קעגן די שפיטאל ביי די העלט דעפארטמענט?
ווער פון דא איז שוין פערזענליך אראפגעפארען צו די הויז פון פון די מאימאנעדיס CEO קענעט גיבס איהם צו פארהאלטען אויף די שלאבערישקייט און רשעות פון זיין שפיטאל?
הא?
קיינער!
אבער איך יא!
נו? פארצייל!
הבל הבלים הכל הבל!!! לופטיגע לופט, אלעס איז לופט!!!
קאשע זופ
שר האלף
תגובות: 1049
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 07, 2022 10:16 pm

Re: וואספארא שריט זאלן תושבי בארא פארק נעמען בנוגע מיימאנעדיס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאשע זופ »

איך וויל עכט נישט רעדן דא ווייל איך וויל קיינעם נישט וויי טון,
אבער איך פיל איך מוז עס ארויס שרייבן
איך ליין שוין דא איבער די אשכול אפאר מאל, עס קוקט מיך אויס ווי עס זענען דא אפאר אידן (מיט אסאך געלט) וואס פאר זייער אייגענע אינטערעסן רייטן זיי אויף די עולם'ס צרות
און די סעקונדע וואס זייערע אינטערעסן וועלן זיין מסודר וועט אלעס זיין צוריק ווי אמאל...
פארגאנגענע וואך
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4411
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 23, 2022 3:58 pm

Re: וואספארא שריט זאלן תושבי בארא פארק נעמען בנוגע מיימאנעדיס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארגאנגענע וואך »

קאשע זופ האט געשריבן:
איך וויל עכט נישט רעדן דא ווייל איך וויל קיינעם נישט וויי טון,
אבער איך פיל איך מוז עס ארויס שרייבן
איך ליין שוין דא איבער די אשכול אפאר מאל, עס קוקט מיך אויס ווי עס זענען דא אפאר אידן (מיט אסאך געלט) וואס פאר זייער אייגענע אינטערעסן רייטן זיי אויף די עולם'ס צרות
און די סעקונדע וואס זייערע אינטערעסן וועלן זיין מסודר וועט אלעס זיין צוריק ווי אמאל...

ס'איז שוא ושקר וואס עס "קיקט אייך אויס" אבער אפי' אויב אמת אז זיי מיינען אייגענע אינטערעסן, וועט די אידישע געמיינדע האבן דערפון א טובות הנאה? איז דא א גאר שטארקע טשענס אז די חולים וועלן באקומען בעסערע קעיר? אויב יא מאי כל הרעש???????
פון דא און פון דארט!
קאשע זופ
שר האלף
תגובות: 1049
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 07, 2022 10:16 pm

Re: וואספארא שריט זאלן תושבי בארא פארק נעמען בנוגע מיימאנעדיס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאשע זופ »

פארגאנגענע וואך האט געשריבן:
קאשע זופ האט געשריבן:
איך וויל עכט נישט רעדן דא ווייל איך וויל קיינעם נישט וויי טון,
אבער איך פיל איך מוז עס ארויס שרייבן
איך ליין שוין דא איבער די אשכול אפאר מאל, עס קוקט מיך אויס ווי עס זענען דא אפאר אידן (מיט אסאך געלט) וואס פאר זייער אייגענע אינטערעסן רייטן זיי אויף די עולם'ס צרות
און די סעקונדע וואס זייערע אינטערעסן וועלן זיין מסודר וועט אלעס זיין צוריק ווי אמאל...

ס'איז שוא ושקר וואס עס "קיקט אייך אויס" אבער אפי' אויב אמת אז זיי מיינען אייגענע אינטערעסן, וועט די אידישע געמיינדע האבן דערפון א טובות הנאה?????? איז דא א גאר שטארקע טשענס אז די חולים וועלן באקומען בעסערע קעיר? אויב יא מאי כל הרעש???????
ווייל עס איז נישט אויסגעהאלטן צו רייטן אויף מענטשן'ס צרות פאר אייגענע אינטערעסן
אוועטאר
א גלעזעל חכמה
שר האלף
תגובות: 1371
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 01, 2022 3:48 pm

Re: וואספארא שריט זאלן תושבי בארא פארק נעמען בנוגע מיימאנעדיס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א גלעזעל חכמה »

ס'איז זייער א האקעלע נושא ...
אזא קאמפיין קען האבן שווערע קאנציקווענצען
פאקטיש ראטעוועט דער שפיטאל הונדערטע היימישע אידן טאג טעגליך און אונז דער היימישע עולם איז אנגעוואנדן אויף זיי
און יא ס'איז א שאנדע און גרויל וואס איז דארט פארגעקומען בשעת קאוויד און ווייטער, רשעות האט דארט שפאצירט מיט א ברייטקייט, בשעת נשמה'לעך האבן זיך געראנגעלט פאר זייער לעצטען אטעם !

איז שווייגען אן אפציע ? ניין!

אבער אויב דער קאמפיין ווערט געפירט דורך אומערפארענע עסקנים און היץ קעפ (?) וואס ווייסן נישט ווי אהין זיי צילן
איז עס א גרויסע שאלה!
ווייל דער סך הכל קען ארויס קומען פון אזא קאמפיין... א קוראפטירטע מיימאנעדיעס אן קיין שום טוישונגען נאר מיט מער האסע אויף די ברוקלינע אלטרא ארטעדאקסען!
און די שאדן וועט זיין פילפאכיג

איך טראכט ווען ... אז אפשר וואלט מען געדארפט מאכן א נטרונא סטייל קאמפיין צו ארויסגיין צו די גויאישע גאס און מידיא מיט אנאנאמים העצערישע סטייל עדס אויף די פארנאכלעסונג וואס איז דארט פארגעקומען אויף די אפרא אמערעקאנע בירגער , וואסזשע פעלט אויס די גרויסע פלאקאטן
געשריבן און אידיש, וואס דארף מען זעהן ביבער היטן און לאנגע רעקלעך ביי היציגע טאונהאולס,די בעסטע וואלט געווען ווען מען טרעפט אפאר שווארצע אקטעוויסטן זאלן
אנהויבן רודערן זיי ווייסן נאך די בעסטע וויאזוי צו מסדר זיין גרויסע אינסטעטוציעס... אונז דארפען טון ... אבער מען דארף זיך נישט באשמירען מיט פוטער אויפן קאפ...
אוועטאר
תולה ארץ
פורים רב תשפ"ד
תגובות: 2261
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 14, 2022 1:11 pm
לאקאציע: ווי נישט?

Re: וואספארא שריט זאלן תושבי בארא פארק נעמען בנוגע מיימאנעדיס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תולה ארץ »

דורך געטראכטער האט געשריבן:
תולה ארץ האט געשריבן:
ווער פון די זיצערס דא, האבן שוין אריינגערופן איבערגעבען זייער מעשה פונעם שפיטאל צו די עסקנים?
ווער פון דא האט שוין פערזענליך געפיילט א קלעים קעגן די שפיטאל ביי די העלט דעפארטמענט?
ווער פון דא איז שוין פערזענליך אראפגעפארען צו די הויז פון פון די מאימאנעדיס CEO קענעט גיבס איהם צו פארהאלטען אויף די שלאבערישקייט און רשעות פון זיין שפיטאל?
הא?
קיינער!
אבער איך יא!
נו? פארצייל!
כ'קען נישט דא אראפברענגען די גאנצע שמועס וואס כ'האב געהאט מיט מר. גיבס אבער דאס יא, ווען ער האט זיך אינמיטן אויפגערעגט אויף מיר האט ער אנגעהויבן שימפען אז ער דארף נישט די חרדישע פאציענטען וואס רובא דרובא האבן מעדיקעיד אויף וואס ער פארלירט נאר געלט... ער האט געניג קאסטומערס אן אונז, און אינז מאבן איהם נאר אהן קאפ וויי מיט אינזערע פארלאנגען וכו'....

אויב די קאמפיין ווערט ווייטער געפירט אהן קיין געהעריגע פלאן וואס וועלן מיר האבן דערפון? א צופראסקעטע שפיטאל, מיט א סטעף וואס איז נאכמער פארווייטאגט אויף די חרדישע געמיינדע.
דזשאסט Zיי פריילעך!
אוועטאר
בן בוזי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5596
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

Re: וואספארא שריט זאלן תושבי בארא פארק נעמען בנוגע מיימאנעדיס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן בוזי »

איך בין נישט קיין בארא פארקער איינוואוינער און נישט באקאנט מיטן מציאות פון דער נאנט נאר מפי השמועה. אבער אנה ה' לידי דער 'ענין' מאגאזין מיט עטליכע וואכן צוריק ווי מען האט אויסגעפרעגט ביידע צדדים און מר. ריינער איז אריין געקומען פיל שוואכער ווי זיין קעגנער מר. גיבס און אויך האט ער געענטפערט אביסל פארפירעריש. לדוגמא האט דער שואל געפרעגט אויב עס איז אמת אז איינע פון די אנדרייער האבן געוואלט באקומען פינאנציעלע אינטערעסען אינעם שפיטאל, האט עס מר. ריינער געלייקענט קאטעגאריש. ביים סוף שטאמעלט ער ארויס עפעס אז שיינער האט יא געוואלט באקומען פינאנציעלע פירערשאפט אויב מען נעמט איהם אריין אינעם שפיטאל באורד וכו'. אויך פרעגט איהם דער שואל אויב ער האט זיך שוין געוואנדען צו האבן א דירעקטער דיאלאג מיט די באאמטע פונעם שפיטאל א שטייגער ווי מר. גיבס האט ריינער געענטפערט אז ער האט נאכנישט ארויס געריעטשט צו איהם דירעקט.

לויט דעם איז די קאמפיין זייער שלאבעריש און מעגליך א סכנה אויך. לדעתי
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: [email protected]
מורשת חכמי אמעריקא
כלביא וליש
אנשי שלומינו
תגובות: 6
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 28, 2021 10:11 am

Re: וואספארא שריט זאלן תושבי בארא פארק נעמען בנוגע מיימאנעדיס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כלביא וליש »

תולה ארץ האט געשריבן:
ווער פון דא איז שוין פערזענליך אראפגעפארען צו די הויז פון פון די מאימאנעדיס CEO קענעט גיבס איהם צו פארהאלטען אויף די שלאבערישקייט און רשעות פון זיין שפיטאל?
הא?
קיינער!
אבער איך יא!
תולה ארץ האט געשריבן:
כ'קען נישט דא אראפברענגען די גאנצע שמועס וואס כ'האב געהאט מיט מר. גיבס אבער דאס יא, ווען ער האט זיך אינמיטן אויפגערעגט אויף מיר האט ער אנגעהויבן שימפען אז ער דארף נישט די חרדישע פאציענטען וואס רובא דרובא האבן מעדיקעיד אויף וואס ער פארלירט נאר געלט... ער האט געניג קאסטומערס אן אונז, און אינז מאבן איהם נאר אהן קאפ וויי מיט אינזערע פארלאנגען וכו'....

אויב די קאמפיין ווערט ווייטער געפירט אהן קיין געהעריגע פלאן וואס וועלן מיר האבן דערפון? א צופראסקעטע שפיטאל, מיט א סטעף וואס איז נאכמער פארווייטאגט אויף די חרדישע געמיינדע.
אראפגעפארן צו זיין הויז? וועלכע פון זיינע 2 אין ניו יארק ביסטו געווען? ביסט אנגעקומען צו זיין הויז, און? מ'האט דיך געזאגט אה קום אריין מיסטער גיבס ווארט שוין אויף אייך פאר לאנגע שטונדן?

נאכזאגן וואס עס שטייט אין די פובליק בריוו איז זייער גרינג, קום ביטע אריין מיט מער דעטאלן וואס זענען נישט פובליק נאלעדזש.

וואס מיימאנעדיס פילט פאר וויכטיג ווייס איך נישט, אבער דעם וואס זיי האבן געדינגען צו פירן זייער קאונטער קאמפיין ביים היימישן ציבור פילט אוודאי יא פאר וויכטיג צו שיקן דא א פארטיידיגער, קוקט גראדע נישט אויס מיט צופיל סוקסעס.
אוועטאר
איך בין זייער סיריעס
שר חמש מאות
תגובות: 747
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 18, 2020 12:51 pm

Re: וואספארא שריט זאלן תושבי בארא פארק נעמען בנוגע מיימאנעדיס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך בין זייער סיריעס »

אינטערעסאנט, (אדער נישט?) אבער גוגל לאזט נישט געבן א ריוויא אויפן שפיטאל.

ביי יעדן אזוי?
פלייוואד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 422
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 18, 2009 3:46 pm

Re: וואספארא שריט זאלן תושבי בארא פארק נעמען בנוגע מיימאנעדיס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פלייוואד »

בן בוזי האט געשריבן:
איך בין נישט קיין בארא פארקער איינוואוינער און נישט באקאנט מיטן מציאות פון דער נאנט נאר מפי השמועה. אבער אנה ה' לידי דער 'ענין' מאגאזין מיט עטליכע וואכן צוריק ווי מען האט אויסגעפרעגט ביידע צדדים און מר. ריינער איז אריין געקומען פיל שוואכער ווי זיין קעגנער מר. גיבס און אויך האט ער געענטפערט אביסל פארפירעריש. לדוגמא האט דער שואל געפרעגט אויב עס איז אמת אז איינע פון די אנדרייער האבן געוואלט באקומען פינאנציעלע אינטערעסען אינעם שפיטאל, האט עס מר. ריינער געלייקענט קאטעגאריש. ביים סוף שטאמעלט ער ארויס עפעס אז שיינער האט יא געוואלט באקומען פינאנציעלע פירערשאפט אויב מען נעמט איהם אריין אינעם שפיטאל באורד וכו'. אויך פרעגט איהם דער שואל אויב ער האט זיך שוין געוואנדען צו האבן א דירעקטער דיאלאג מיט די באאמטע פונעם שפיטאל א שטייגער ווי מר. גיבס האט ריינער געענטפערט אז ער האט נאכנישט ארויס געריעטשט צו איהם דירעקט.

לויט דעם איז די קאמפיין זייער שלאבעריש און מעגליך א סכנה אויך. לדעתי
קענסטו נאכברענגן וואוו דו זעהסט דאס? שיינער האט יא געוואלט באקומען פינאנציעלע פירערשאפט אויב מען נעמט איהם אריין אינעם שפיטאל באורד וכו'.
שרייב תגובה

צוריק צו “קאראנא וויירוס”