וואספארא שריט זאלן תושבי בארא פארק נעמען בנוגע מיימאנעדיס?

אבינו מלכנו מנע מגיפה מנחלתך - אלעס ארום די קאראנא וויירוס

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

בניהו
שר ששת אלפים
תגובות: 6215
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אפריל 16, 2021 1:09 am

Re: וואספארא שריט זאלן תושבי בארא פארק נעמען בנוגע מיימאנעדיס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בניהו »

און איך האב געהערט פון אנדערע אז זיי האבן אויך באקומען א ענליכע באהאנדלונג אלס חסידים.
אני הוא הנער, נער המדבר
אוועטאר
יצחק אייזיק
שר תשעת אלפים
תגובות: 9998
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 02, 2020 2:25 pm

Re: וואספארא שריט זאלן תושבי בארא פארק נעמען בנוגע מיימאנעדיס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יצחק אייזיק »

בניהו האט געשריבן:
און איך האב געהערט פון אנדערע אז זיי האבן אויך באקומען א ענליכע באהאנדלונג אלס חסידים.
איך בין שוין דארט געווען אסאך מאל, געהאט גאר גוטע נארמאלע באהאנדלונג, קעגן אנדערע שפיטעלער.

פארנאכלעסיגקייט האב איך יא געזען אין גרויסן, אבער בכלל נישט אלס איד, נאר אלס שוואכע שפיטאל....
הנה תגובתי לפניך, קח ולייק
אך און וויי
שר חמישים
תגובות: 79
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 25, 2022 12:28 am

Re: וואספארא שריט זאלן תושבי בארא פארק נעמען בנוגע מיימאנעדיס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אך און וויי »

נאכן הערן אלע טעונות און מענות נישט קיין חילוק צי די האלטס אז מיימאנידוס איז יא גווען גיט אדער נישט אבער מיר אלע קענען מודה זיין אז מיר קענען נאר פארדינען פון דער קאמפעין
אוועטאר
גירי צדק
שר מאה
תגובות: 145
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 27, 2022 4:03 pm
לאקאציע: אמה-ריקא

Re: וואספארא שריט זאלן תושבי בארא פארק נעמען בנוגע מיימאנעדיס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גירי צדק »

איש ציון האט געשריבן:
איך האב געהאט שרעקדיגע עקספריענס דארט
איך האב עס נישט מיטגעטיילט ווייל איך גלייב נישט אין דער גאנצע קאמפיין
אפגערעדט אז זייער א פראסטער בחורישער קאמפיין

גא"מ
שנעלער
שר חמש מאות
תגובות: 893
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 06, 2021 10:05 pm

Re: וואספארא שריט זאלן תושבי בארא פארק נעמען בנוגע מיימאנעדיס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שנעלער »

גירי צדק האט געשריבן:
איש ציון האט געשריבן:
איך האב געהאט שרעקדיגע עקספריענס דארט
איך האב עס נישט מיטגעטיילט ווייל איך גלייב נישט אין דער גאנצע קאמפיין
אפגערעדט אז זייער א פראסטער בחורישער קאמפיין

גא"מ
וואסא חילוק צו די גלייבסט אדער נישט
אפילו אויב סאיז א ספק אז סוועט העלפן דארף מען צוהעלפן
אוועטאר
גירי צדק
שר מאה
תגובות: 145
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 27, 2022 4:03 pm
לאקאציע: אמה-ריקא

Re: וואספארא שריט זאלן תושבי בארא פארק נעמען בנוגע מיימאנעדיס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גירי צדק »

שנעלער האט געשריבן:
גירי צדק האט געשריבן:
איש ציון האט געשריבן:
איך האב געהאט שרעקדיגע עקספריענס דארט
איך האב עס נישט מיטגעטיילט ווייל איך גלייב נישט אין דער גאנצע קאמפיין
אפגערעדט אז זייער א פראסטער בחורישער קאמפיין

גא"מ
וואסא חילוק צו די גלייבסט אדער נישט
פילו אויב סאיז א ספק אז סוועט העלפן דארף מען צוהעלפן
נישט ווען ס:זייער א פראסטער בחורישער קאמפיין
אוועטאר
יצחק אייזיק
שר תשעת אלפים
תגובות: 9998
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 02, 2020 2:25 pm

Re: וואספארא שריט זאלן תושבי בארא פארק נעמען בנוגע מיימאנעדיס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יצחק אייזיק »

שנעלער האט געשריבן:
גירי צדק האט געשריבן:
איש ציון האט געשריבן:
איך האב געהאט שרעקדיגע עקספריענס דארט
איך האב עס נישט מיטגעטיילט ווייל איך גלייב נישט אין דער גאנצע קאמפיין
אפגערעדט אז זייער א פראסטער בחורישער קאמפיין

גא"מ
וואסא חילוק צו די גלייבסט אדער נישט
אפילו אויב סאיז א ספק אז סוועט העלפן דארף מען צוהעלפן
ס'איז אבער אויך דא א צד אז ס'וועט ערגער מאכן.

אז ס'איז שלעכט ווייסט יעדער, און מיט דעם אלעם נוצט מען עס יעדן טאג און מען דארף צוקומען צו זייערע טובות. די קאמפיין קען האבן גאר א שלעכטע ווירקונג, בפרט אז זיי האבן נישט קיין שום פלאן וויאזוי דאס פאקטיש איבערצונעמען.
הנה תגובתי לפניך, קח ולייק
אוועטאר
איש ציון
שר האלפיים
תגובות: 2497
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 26, 2019 10:14 pm
לאקאציע: רפיח, ארץ ישראל

תגובה דורך איש ציון »

יצחק אייזיק האט געשריבן:

חוץ פון דעם אלעם די רגע סאיז אונטער היימישע אידן וועט מען אפילו דאס ביסלע קלאגן אויך נישט קענען !!!
אויב איר וועט קלאגען וועט איר זיין די שלעכטער וואס האט נישט קיין הכרת הטוב פאר די געטרייע עסקנים
און אזוי אויך דערוואגן זאלט איר זיך נאר צו גיין ערגץ אנדערש ד.ה. צו אן אנדערע שפיטאל (בעז"ה נאר אויף שמחות) קאלטס און ווארעמס וואס בטוב טעם ובלי דעת וועט מען אייך מסביר זיין ווי אזוי דורך אייך פארלט צוזאם די גאנצע מערכה
עפענט א טשעיס קארטל און פארדינט ביז בערך 2 טויזנט דאללער ($2,000.00)
צו עפענען דעם קארטל ביטע דריקט דא
אויב איר ווערט עפראווד פאר איינס דאן מאכט תכף נאך איינס און עס וועט זיין נאר 1 אינקאר"י
(איך פארדין פון דעם וואס איר עפענט דורך דער לינק)
א דאנק
j718
שר חמש מאות
תגובות: 888
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 18, 2016 3:14 pm
לאקאציע: אין בוידעם

Re: וואספארא שריט זאלן תושבי בארא פארק נעמען בנוגע מיימאנעדיס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך j718 »

גירי צדק האט געשריבן:
איש ציון האט געשריבן:
איך האב געהאט שרעקדיגע עקספריענס דארט
איך האב עס נישט מיטגעטיילט ווייל איך גלייב נישט אין דער גאנצע קאמפיין
אפגערעדט אז זייער א פראסטער בחורישער קאמפיין

גא"מ
איך האב געהאט שרעקדיגע עקספריענס דארט
איך האב עס מיטגעטיילט ווייל איך גלייב אין דער גאנצע קאמפיין
אוועטאר
שפעטער
שר מאה
תגובות: 246
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 26, 2022 12:40 pm

Re: וואספארא שריט זאלן תושבי בארא פארק נעמען בנוגע מיימאנעדיס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שפעטער »

לאזן לויפן וואו עס שטייט און גייט האבן מיר זיכער שאדן.

איז דא אפאר וואוילע עמך יודען וואס האבן זיך אריינגעלייגט לצורך הכלל און פראבירן צו טוען עפעס, קומען אונזערע שווארץ זעערס אז מ'גייט גאר קאליע מאכן. קומען אנדערע מבינים אז ס'נישטא קיין פלאן.

וואו פלעגט צאנזער רב זאגן מעורר צו זיין לתיקון המעשים אז "איין זאך ווייסן מיר אז די וועג וואו מיר זענען געגאנגען ביז אהער טויג נישט".

"לא עליך על המלאכה לגמור" (כ'מיין אז אזוי שטייט און אבות)

און אז מ'טוט העלפט דער אייבערשטער
אוועטאר
יצחק אייזיק
שר תשעת אלפים
תגובות: 9998
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 02, 2020 2:25 pm

Re: וואספארא שריט זאלן תושבי בארא פארק נעמען בנוגע מיימאנעדיס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יצחק אייזיק »

שפעטער האט געשריבן:

דאס איז ווען מ'טוט בדרך התורה און בהוראות הרבנים.
הנה תגובתי לפניך, קח ולייק
קאך
שר מאה
תגובות: 167
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 23, 2021 11:27 pm

Re: וואספארא שריט זאלן תושבי בארא פארק נעמען בנוגע מיימאנעדיס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאך »

יצחק אייזיק האט געשריבן:
שנעלער האט געשריבן:
גירי צדק האט געשריבן:
איש ציון האט געשריבן:
איך האב געהאט שרעקדיגע עקספריענס דארט
איך האב עס נישט מיטגעטיילט ווייל איך גלייב נישט אין דער גאנצע קאמפיין
אפגערעדט אז זייער א פראסטער בחורישער קאמפיין

גא"מ
וואסא חילוק צו די גלייבסט אדער נישט
אפילו אויב סאיז א ספק אז סוועט העלפן דארף מען צוהעלפן
ס'איז אבער אויך דא א צד אז ס'וועט ערגער מאכן.

אז ס'איז שלעכט ווייסט יעדער, און מיט דעם אלעם נוצט מען עס יעדן טאג און מען דארף צוקומען צו זייערע טובות. די קאמפיין קען האבן גאר א שלעכטע ווירקונג, בפרט אז זיי האבן נישט קיין שום פלאן וויאזוי דאס פאקטיש איבערצונעמען.
i know the have a vary good plan wait and see
Five star leasing have always the best deals on all makes and models 845-351-0511
[email protected]
אוועטאר
יצחק אייזיק
שר תשעת אלפים
תגובות: 9998
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 02, 2020 2:25 pm

Re: וואספארא שריט זאלן תושבי בארא פארק נעמען בנוגע מיימאנעדיס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יצחק אייזיק »

איך ווארט מיט שפאנונג...
הנה תגובתי לפניך, קח ולייק
אוועטאר
שפעטער
שר מאה
תגובות: 246
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 26, 2022 12:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שפעטער »

בריסקער רב האט אמאל געזאגט פאר איינער וואס האט געהאט צופיל קשיות אויף אמונה, ס'קוקט מיר אויס אז "די האסט נישט קיין קשיות נאר די זוכסט תירוצים". (ער זוכט תירוצים אויף זיין שוואיל טאג קומט ער אויף מיט כל מיני קשיות שלא ממין הענין)

כ'האב מורא אז די אלע טייערע יודען וואס זענען אנטקעגן די עסקנים האבן נישט קיין קשיות נאר גאר פיינע תירוצים צו פארדעקן עפעס א באהאלטענע אדזשענדע.
אוועטאר
נייע שטאט
שר האלפיים
תגובות: 2295
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 28, 2009 5:44 pm

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נייע שטאט »

שפעטער האט געשריבן:
בריסקער רב האט אמאל געזאגט פאר איינער וואס האט געהאט צופיל קשיות אויף אמונה, ס'קוקט מיר אויס אז "די האסט נישט קיין קשיות נאר די זוכסט תירוצים". (ער זוכט תירוצים אויף זיין שוואיל טאג קומט ער אויף מיט כל מיני קשיות שלא ממין הענין)

כ'האב מורא אז די אלע טייערע יודען וואס זענען אנטקעגן די עסקנים האבן נישט קיין קשיות נאר גאר פיינע תירוצים צו פארדעקן עפעס א באהאלטענע אדזשענדע.
סתם פאר די דיסקאשען, (בעצם בין איך נאך זייער צומישט פון אלעס וואס איך ליין דא) די חלק השמועס פון די זאך, קען מען זאגן די זעלבע זאך אז די אלע וואס האבן קשיות אויף די עסקנים וואס שטיצן נישט די מהלך הקאמפעין, האבן אויך ישט קיין קשיות נאר גאר פיינע תירוצים צו פארדעקן עפעס א באהאלטענע אדזשענדע.
ופרצת ימה וקדמה צפונה ונגבה
אוועטאר
איש ציון
שר האלפיים
תגובות: 2497
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 26, 2019 10:14 pm
לאקאציע: רפיח, ארץ ישראל

Re: וואספארא שריט זאלן תושבי בארא פארק נעמען בנוגע מיימאנעדיס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איש ציון »

ווייס וואס אין א יאר ארום וועט מען זען וואס איז ארויס געקומען
איך האב א שטארק געפיל אז סוועט זיך אויס לאזן אזוי ווי דער וואס איז געלאפן און צוגעזאגט צו בויען דירות העכער די באנען אויף 60'סטע גאס
עפענט א טשעיס קארטל און פארדינט ביז בערך 2 טויזנט דאללער ($2,000.00)
צו עפענען דעם קארטל ביטע דריקט דא
אויב איר ווערט עפראווד פאר איינס דאן מאכט תכף נאך איינס און עס וועט זיין נאר 1 אינקאר"י
(איך פארדין פון דעם וואס איר עפענט דורך דער לינק)
א דאנק
בדרך
שר חמש מאות
תגובות: 551
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 27, 2021 10:02 am

Re: וואספארא שריט זאלן תושבי בארא פארק נעמען בנוגע מיימאנעדיס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בדרך »

אין אזא פרשה איז האקל אריינצורעדן איז בעסער צו נעמען דעם שב ואל תעשה עדיף
ובפרט ווען גרויסע עסקנים וואס טיען פארן כלל יארן לאנג שטייען צו די זייט פונעם שפיטאל
אוועטאר
קרית יואל פלייש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3649
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 13, 2021 1:38 pm

Re: וואספארא שריט זאלן תושבי בארא פארק נעמען בנוגע מיימאנעדיס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרית יואל פלייש »

בדרך האט געשריבן:
אין אזא פרשה איז האקל אריינצורעדן איז בעסער צו נעמען דעם שב ואל תעשה עדיף
ובפרט ווען גרויסע עסקנים וואס טיען פארן כלל יארן לאנג שטייען צו די זייט פונעם שפיטאל
וועלכע גרויסע עסקן שטייט צו די זייט פונעם שפיטאל???
אוועטאר
Kosher Travel
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4222
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 7:40 pm
לאקאציע: Yehupesville
פארבינד זיך:

Re: וואספארא שריט זאלן תושבי בארא פארק נעמען בנוגע מיימאנעדיס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Kosher Travel »

איין זאך ווייס איך, איז ליין אין פארשידענע היימישע מאגאזינען פול פעידש עדס פונעם שפיטאל, און פונעם קאמפיין. אין די זעלבע מאגאזין, אין די זעלבע וואך. איך שטעל זיך פאר אז דאס זענען גיטע באצאלטע עדס. קומט דאך אויס, אז די מאגאזינען מאכן זיכער געלט. פון ביידע.
מנין, כשר עסען, כשר האטעלס Worldwide Jewish and Kosher Directory
http://www.KosherTravelInfo.com

~~~~~~~~~~~~~
העלפט מיין חבר פון זיך אונטערברעכן!
אוועטאר
וואס עפעס?
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4103
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 05, 2014 11:31 pm

Re: וואספארא שריט זאלן תושבי בארא פארק נעמען בנוגע מיימאנעדיס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואס עפעס? »

בדרך האט געשריבן:
אין אזא פרשה איז האקל אריינצורעדן איז בעסער צו נעמען דעם שב ואל תעשה עדיף
ובפרט ווען גרויסע עסקנים וואס טיען פארן כלל יארן לאנג שטייען צו די זייט פונעם שפיטאל
אםםם…
דאכציך אז סאיז נישטא קיין שום עסקנים לצד די שפיטאל
עס איז יא דא עסקנים וואס האבן מורא אז אויב די קומפיין העט נישט געלונגען דאן העט די שפיטאל זיך נוקם זיין ח״ו אבער דעיס מיינט נישט אז זיי זענען אויפן זייט פונעם שפיטאל

מצד שני איז דא פולע לאנגיעריגע עסקנים וואס זענען בעד די קומפיין

רעדענדיג מיט אן עסקן בצרכי רפואה וואס זיצט אסאך אין מיימאנעדיס האט ער טאקע גערעדט מיט א אן אומזיכערקייט איבער וועלכע מהלך איז ריכטיג

אבער צווישן די עסקנים איז לית מן דפליג אז די שפיטאל איז געפערליך נאכגעלאזט און פארנאכלעזיגט אין אלע הינזיכטען און די פלאץ מיז האבן א באלדיגע תיקון
אוועטאר
וואס עפעס?
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4103
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 05, 2014 11:31 pm

Re: וואספארא שריט זאלן תושבי בארא פארק נעמען בנוגע מיימאנעדיס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואס עפעס? »

קרית יואל פלייש האט געשריבן:
בדרך האט געשריבן:
אין אזא פרשה איז האקל אריינצורעדן איז בעסער צו נעמען דעם שב ואל תעשה עדיף
ובפרט ווען גרויסע עסקנים וואס טיען פארן כלל יארן לאנג שטייען צו די זייט פונעם שפיטאל
וועלכע גרויסע עסקן שטייט צו די זייט פונעם שפיטאל???
קיינער
עס איז דא א באצאלטע היימישע לאביאיסט וואס איז אויפגענומען געווארן דורכן שפיטאל צו פרובירן צו פארווישן די עוולת פונעם שפיטאל. זהו
ויאמרהנני
שר מאה
תגובות: 110
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 14, 2020 2:00 am

Re: וואספארא שריט זאלן תושבי בארא פארק נעמען בנוגע מיימאנעדיס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ויאמרהנני »

אויף די צעטלעך פונעם קאמפיין שטייט גע'חתמ'עט נעמען שלמה מייער (עסקן אין עניני רפואה און אויפן באורד פון חיי לייפליין) און מענדי ריינער (פון Renewal) ביי מיר זעהט דאס אויס ווי אידן וואס זארגען פאר חולי ישראל מיט אן אמת'דיגקייט און האבן עקספירענס אין דעם פעלד
אוועטאר
יצחק אייזיק
שר תשעת אלפים
תגובות: 9998
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 02, 2020 2:25 pm

Re: וואספארא שריט זאלן תושבי בארא פארק נעמען בנוגע מיימאנעדיס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יצחק אייזיק »

וואס עפעס? האט געשריבן:
קרית יואל פלייש האט געשריבן:
בדרך האט געשריבן:
אין אזא פרשה איז האקל אריינצורעדן איז בעסער צו נעמען דעם שב ואל תעשה עדיף
ובפרט ווען גרויסע עסקנים וואס טיען פארן כלל יארן לאנג שטייען צו די זייט פונעם שפיטאל
וועלכע גרויסע עסקן שטייט צו די זייט פונעם שפיטאל???
קיינער
ריכטיג, אבער רוב עסקנים זענען קעגן די מהלך פון די קאמפיין.
הנה תגובתי לפניך, קח ולייק
לעורר לב
שר חמש מאות
תגובות: 623
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 03, 2021 7:04 pm

Re: וואספארא שריט זאלן תושבי בארא פארק נעמען בנוגע מיימאנעדיס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעורר לב »

גערעדט פאריגע וואך צו מיין רב - א בר דעת - איבער די מיימאנידעס קאמפיין, און ער האט מיר בתוך הדברים געזאגט 2 זאכן.
1] ער האפט אז מ'גייט נישט אריינמישן די רבני העיר אין די קאמפיין, מ'זאל עס לאזן ביי די עסקנים, עס איז נישט כדאי די קאנסעקווענצן, די מינוט וואס עטליכע רבנים וועלן זיין בעד וועט קיינער נישט גיין קעגן, ס'איז בעסער אז די רבנים בלייבן נייטראל.
2] מ'טאר עס נישט מאכן פאר א אידישע פראבלעם, מ'דארף אין די זעלבע צייט אויך לייגן אנאנסען אין די צייטונגען פון אונזערע כינעזע און טונקל הויטיגע שכנים, און אזוי אויך מאכן "טאונהאל מיטינגען" ביי זיי, ס'טאר נישט זיין נאר בילדער פון היימישע טאונהאל'ס.
תכנת שבת
שר מאה
תגובות: 137
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 25, 2022 9:00 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תכנת שבת »

בדרך האט געשריבן:
אין אזא פרשה איז האקל אריינצורעדן איז בעסער צו נעמען דעם שב ואל תעשה עדיף
ובפרט ווען גרויסע עסקנים וואס טיען פארן כלל יארן לאנג שטייען צו די זייט פונעם שפיטאל
אהא. פון דעס וואס 99% פון היימישע יודען וואס האבן אמאל גענוצט דעם שפיטאל באקלאגן זיך וואו נישט האקל נאר גאר פארקערט, פרעך און געמיין מ'האט זיך באנומען צו זיי, פון דעם דארף מען מאכן א שווייג, ווייל איר הערט, ס'איז א "האקעלע פרשה". אוי יוא יוא

כ'מיין אז די גרויסע עסקנים זאלן בעסער זיכן וואו צו באדינען דעם ציבור און נישט פארקערט
שרייב תגובה

צוריק צו “קאראנא וויירוס”