דייקן האט געשריבן:לייטער האט געשריבן:דייקן האט געשריבן:איך האב נישט דורכגעקוקט אלע בלעטער פון דעם אשכול, אבער אויף ווי ווייט איך האב געזען האב איך נישט געזען איינער זאל שרייבן וועגען די קומענדיגע סימפטאם, אז מ'פארגעסט זאכן ((בפרט) וואס האבען פאסירט ממש לעצטענס), און צו עטליכע פון מיינע נאנטע [יונגע געזונטע] קרובים וואס האבען געהאט קאראנא האט דאס זיכער פאסירט, איינער פון זיי האט אפילו פארגעסען אז ער האט בכלל געהאט פיבער (א 2 טעג פארדעם), איז איך וויל וויסען צו נאך איינער דא האט געהאט די סימפטאם, אדער ווייסט ער פון איינער וואס האט עס געהאט, און בעיקר וויל איך וויסען אויב די דאקטוירים ווייסען שוין פון דעם, און צו זיי ווייסען אדער קלערען פון א פשט אין דעם, ווייל פון אויבענאויף הערט זיך עס לכאורה זייער אינטרעסאנט אז א ווירוס זאל גורם זיין צו אזא סארט זאך.
איך מיין אז ווען איינער פילט זייער נישט גוט קען מען פארגעסן ( שארט טורם מעמארי ) אינפארמאציע ווערט נישט גיט גע'סעווט, מען איז האלב פארשלאפן
איינער פון מיינע קרובים וואס האט געהאט די סימפטאם איז נישט געווען צו שוואך אד"ג, יענער איז א קינד וואס האט בעיקר פארלוירען די חוש הריח וכדו' און אנגעהויבען צו פארגעסען זאכען וואס האבען פאסירט ממש עטליכע מינוט פאר דעם.
אזא זאך דארף מען אויסטשעקן תיכף ומיד.