בלאט 1 פון 11

וואס קענען מיר טאן איבער די קאראנאוויירוס?

געשריבן: דינסטאג מארטש 03, 2020 12:11 pm
דורך לכתחילה אריבער
די באריכטן אז א היימישע איד איז ר"ל אנגעשטעקט געווארן ברענגט ליידער אהיים גאר נאנט די זארג. איז וואס קענען מיר טאן אפצוהאלטן פון די פארשפרייטונג חלילה?

פארשטייט זיך די ערשטע זאל איז תפילה. און זיך אליינס היטן ווי וואשן די הענט ווען מען האט אנגעכאפט איינעם אדער עפעס וואס קען זיין חלילה אנגעשטעקט.

איך מיין אז מען דארף זאפארט אוועקנעמען אלע האנטיכער אין די בתי מדרשים ביי די סינקס. מען זאל לייגן פאפיר אנשטאט - עפעס וואס מען דארף לכאורה סיי ווי טאן - כאטש עד יעבור זעם.

ווער עס קען פארשפרייטן די מעסעדזש, אדער האט פארבינדונגען מיט ווער עס קען דאס פארשפרייטן זאל זאפארט פארלאנגען פון די שולן צו נעמען די שריט. מען דארף דאס פארשפרייטן וואו מען קען ווי שנעלער, א שטייגער ווי ווען עס איז דא קאמפיין פאר צדקה. אויף אלע גרופעס, אין אימעיל וכדו'. און פארשטייצעך אויב איינער האט א פארבינדונג אדער השפעה אויף עפעס שמשים וכדו'.

און אז איינער האט נאך רעקאמענדאציעס ביטע דא שרייבן.

ישר כח און זאל מען הערן בשורות טובות. כל המחלה אשר שמתי במצרים לא אשים עליך.

געשריבן: דינסטאג מארטש 03, 2020 12:13 pm
דורך farshlufen
ערנסט גערעדט, נאר נוצן דיספאוזעבל זעקלעך, נישט קיין ריוזעיבל'ס.

פארפאלן, אזוי זעהט מען אויס ווען א בשר ודגים נעמט אויף זיך צו פראטעקטן די בריאה.

געשריבן: דינסטאג מארטש 03, 2020 12:15 pm
דורך לכתחילה אריבער
ביטע פארשפרייטן די מעסעדזש ווי מער:

"לכבוד השמשים והעסקנים. אין ליכט פון די פארשפרייטונג פון די קאראנאוויירוס ר"ל, ביטע אוועקנעמען די האנטוכער ביי די סינקס אין די שולן. מען זאל ברענגען פאפיר אנשטאט. ישר כח".

געשריבן: דינסטאג מארטש 03, 2020 12:32 pm
דורך nmi
;l;p-
farshlufen האט געשריבן:ערנסט גערעדט, נאר נוצן דיספאוזעבל זעקלעך, נישט קיין ריוזעיבל'ס.

פארפאלן, אזוי זעהט מען אויס ווען א בשר ודגים נעמט אויף זיך צו פראטעקטן די בריאה.

געשריבן: דינסטאג מארטש 03, 2020 12:39 pm
דורך לכתחילה אריבער
רעקאמענדאציע נומער צוויי.

אינסטאלירן "זייף דיספענסערס" אין אלע פובליק ערטער. שולן, חדרים, שולעס, זאלן וכדו'. מיט קלאר געשריבענע אנווייזונגען אויך אויף אידיש איבער די וויכטיגקייט און וויאזוי מען זאל זיך וואשן די הענט.

נומער דריי.

(דאס דארף שוין א דעת תורה) אז עלטערע מענטשן - 65 און העכער - זאלן נישט גיין אין מקוה עד יעבור זעם.

געשריבן: דינסטאג מארטש 03, 2020 12:46 pm
דורך !want to be good
ווער קען מאכן א שיינע PDF צעטל אויף אידיש פאר אלע שילן מיט די אלע בילדער ווי צו היסן, באדעקן, לייגן מיסט, וכו???

געשריבן: דינסטאג מארטש 03, 2020 12:49 pm
דורך abeg
נישט לעבען אין פחד אין פאניק אין נישט אױסהערען די מענטשען װאס פארשפרײטן די פאניק (מידיע צײטאנגען וכו׳) װאל די פאניק קען האבן אן שלעכטע װירקאנג אױף די באטראפענדע מענטשען צי פײטן די װיירוס װאל אסאך הײלאנגען פון קרענק האט ציטאן מיט װאספארע עדעטאױט דער חולה נעמט עס אױף אין פחד ברענגט צי יואש

געשריבן: דינסטאג מארטש 03, 2020 12:53 pm
דורך שמערלער
אני הקטן ניץ קיינמאל די האנטוכער אין ביהמ"ד נאכן צוזען ווי אזוי מענטשן באניצען זיך דערמיט....

א ריף פין אייבערשטען

געשריבן: דינסטאג מארטש 03, 2020 1:39 pm
דורך עס וועט זיין גיט
איך בין נישט קיין רבי אין נישט קיין רב
אבער איך טראכט אז עפעס וויל מען פין אימעל
עס שטייט אלעס וואס עס פאסירט אין די וועלט מיינט מען אידישע קינדער

מען האט מיינט אינץ אידען די אייבערשטער פארלאנג פין אינץ עפעס

לאמיר זיך מחזק יעדער ווייסט וואס זיינע שוואכקייטען זענען
לאמיר מתפלל זיין נאר דער אייבערשטער קען העלפען
אזוי ווי ווען עס איז געווען די שרעק פין די טערארר פאר א 2 חדשים ציריק זענען מענטשען געווען פארשיקערט עס מען זאל דעיס טין יענצט טין
מען גארנישט טין עס איז אין די אייבערשטער הענט
נאר די הייליגע באשעפער קען אינץ הוטען
מען ברויך תפלה טון דעציט

געשריבן: דינסטאג מארטש 03, 2020 1:40 pm
דורך פרעזידענט
תהלים
צדקה
זיך וואשן
ווייטאמינען
אימיון בוסטערס
א שפריץ פיורעלל דא אין דארט
שוהלן אין בתי חינוך מעגן האבן פיורעל מיט אנווייזינגען

געשריבן: דינסטאג מארטש 03, 2020 1:42 pm
דורך לכתחילה אריבער
ביטע נישט דא מאכן קיין אלגעמיינע קאמפיינס פאר זאכן וואס איר האלט איז ריכטיג.

דא רעדט מען פון בלויזע רעקאמענדאציעס איבער דעם יעצטיגן פראבלעם. נישט קיין אלגעמיינע דעבאטעס אדער קאמפיינס איבער היגעניע.

געשריבן: דינסטאג מארטש 03, 2020 1:47 pm
דורך שואלכענין
מכון "באהלי צבי" וואס לייגט וועכנטליך אריין א בלאט דברי השקפה אין איינע פון די אומזיסטע ק"י אויסגאבעס (בעיקר איבער עניני שמירת הלשון), האט א הערליכע שמועס איבער דעם, וויאזוי מיר דארפן באטראכטן די גאנצע זאך און וואס מיר דארפן טאן דערפון, און וואס מיר טארן נישט. - עס איז (כמעט) א מצוה און א חיוב גמור פאר יעדן איד דאס דורכצוליינען.

געשריבן: דינסטאג מארטש 03, 2020 2:12 pm
דורך שפע רב
לכתחילה אריבער האט געשריבן:איך מיין אז מען דארף זאפארט אוועקנעמען אלע האנטיכער אין די בתי מדרשים ביי די סינקס. מען זאל לייגן פאפיר אנשטאט - עפעס וואס מען דארף לכאורה סיי ווי טאן - כאטש עד יעבור זעם.
.


פרעזידענט האט געשריבן:תהלים

שוהלן מעגן האבן פיורעל מיט אנווייזינגען

געשריבן: דינסטאג מארטש 03, 2020 2:14 pm
דורך לעכטל
פרעזידענט האט געשריבן:תהלים
צדקה
זיך וואשן
ווייטאמינען
אימיון בוסטערס
א שפריץ פיורעלל דא אין דארט
שוהלן אין בתי חינוך מעגן האבן פיורעל מיט אנווייזינגען

א שפריץ פיורעלל...
וואס מיינט דאס?!
וואו קויפט מען דאס?!

געשריבן: דינסטאג מארטש 03, 2020 2:16 pm
דורך שׁעמעדיגער
לעכטל האט געשריבן:
פרעזידענט האט געשריבן:תהלים
צדקה
זיך וואשן
ווייטאמינען
אימיון בוסטערס
א שפריץ פיורעלל דא אין דארט
שוהלן אין בתי חינוך מעגן האבן פיורעל מיט אנווייזינגען

א שפריץ פיורעלל...
וואס מיינט דאס?!
וואו קויפט מען דאס?!

Purell
יעדע פארמאסי און אסאך גראסעריס

https://www.amazon.com/s?k=Purell&ref=nb_sb_noss

געשריבן: דינסטאג מארטש 03, 2020 2:18 pm
דורך לעכטל
שׁעמעדיגער האט געשריבן:
לעכטל האט געשריבן:
פרעזידענט האט געשריבן:תהלים
צדקה
זיך וואשן
ווייטאמינען
אימיון בוסטערס
א שפריץ פיורעלל דא אין דארט
שוהלן אין בתי חינוך מעגן האבן פיורעל מיט אנווייזינגען

א שפריץ פיורעלל...
וואס מיינט דאס?!
וואו קויפט מען דאס?!

Purell
יעדע פארמאסי און אסאך גראסעריס

איר קענט מיר מסביר זיין וואס דאס איז?

געשריבן: דינסטאג מארטש 03, 2020 2:19 pm
דורך אסדר לסעודתא
אין די לעצטע תקופה ביי הרה"ק מסקולען האט מען נישט געקענט געבן די האנט נאר נאכן זיך וואשן מיט פיורעל.

געשריבן: דינסטאג מארטש 03, 2020 2:21 pm
דורך שׁעמעדיגער
לעכטל האט געשריבן:
שׁעמעדיגער האט געשריבן:
לעכטל האט געשריבן:
פרעזידענט האט געשריבן:תהלים
צדקה
זיך וואשן
ווייטאמינען
אימיון בוסטערס
א שפריץ פיורעלל דא אין דארט
שוהלן אין בתי חינוך מעגן האבן פיורעל מיט אנווייזינגען

א שפריץ פיורעלל...
וואס מיינט דאס?!
וואו קויפט מען דאס?!

Purell
יעדע פארמאסי און אסאך גראסעריס

איר קענט מיר מסביר זיין וואס דאס איז?


PURELL® Advanced Hand Sanitizer is a refreshing instant hand sanitizer that kills 99.99% of most common germs that may cause illness and is used without soap, water or towels. ... According to the Centers for Disease Control and Prevention (CDC), alcohol-based hand sanitizers can be used when hands are not visibly soiled.

געשריבן: דינסטאג מארטש 03, 2020 2:22 pm
דורך farshlufen
פיורעלל איז א"ב היינט, אבער אין די ווארהייט איז געהעריג זייפן און וואשן די האנט מער ווערט ווי פיורעלל אדער עני סעניטייזער.

געשריבן: דינסטאג מארטש 03, 2020 2:23 pm
דורך abeg
װען מ׳גײט צו א קודיש אדער תיקון אין ס׳דא הערינג ביטע נעמט א אײגענע טעלער מיט א גאָפל שטעקטס נישט ארײן אײער שאװעל/קיכל/הערינג עיד ציזאמען מיט אײער פינגער אינעם גרױסען טעלער פון אינמיטען נישט די זעלבע גײט אן בײ די טונא בײ שלו׳ס

געשריבן: דינסטאג מארטש 03, 2020 2:24 pm
דורך דניאל אויערבאך
לעכטל האט געשריבן:
פרעזידענט האט געשריבן:תהלים
צדקה
זיך וואשן
ווייטאמינען
אימיון בוסטערס
א שפריץ פיורעלל דא אין דארט
שוהלן אין בתי חינוך מעגן האבן פיורעל מיט אנווייזינגען

א שפריץ פיורעלל...
וואס מיינט דאס?!
וואו קויפט מען דאס?!

https://www.staples.com/Purell-Advanced ... uct_949323?

געשריבן: דינסטאג מארטש 03, 2020 2:24 pm
דורך דניאל אויערבאך
מען קען עס קויפן אין יעדע גראסערי

געשריבן: דינסטאג מארטש 03, 2020 2:25 pm
דורך abeg
farshlufen האט געשריבן:פיורעלל איז א"ב היינט, אבער אין די ווארהייט איז געהעריג זייפן און וואשן די האנט מער ווערט ווי פיורעלל אדער עני סעניטייזער.

רעגילער זײף האט נישט קײן אלקעהאל פיורעלל איז 70% אלקעהאל אין דאס הארגעט די באצילן

געשריבן: דינסטאג מארטש 03, 2020 2:25 pm
דורך שׁעמעדיגער
אסדר לסעודתא האט געשריבן:אין די לעצטע תקופה ביי הרה"ק מסקולען האט מען נישט געקענט געבן די האנט נאר נאכן זיך וואשן מיט פיורעל.

אזוי איז אויך געווען די לעצטע פאר יאר ביי הרה"ק מטאהש



די דאקטוירים ניצן דאס צווישן איין פאציענט אינעם צווייטן

געשריבן: דינסטאג מארטש 03, 2020 2:26 pm
דורך איסר האטלקי
abeg האט געשריבן:װען מ׳גײט צו א קודיש אדער תיקון אין ס׳דא הערינג ביטע נעמט א אײגענע טעלער מיט א גאָפל שטעקטס נישט ארײן אײער שאװעל/קיכל/הערינג עיד ציזאמען מיט אײער פינגע אינעם גרױסען טעלער פון אינמיטען נישט די זעלבע גײט אן בײ די טונא בײ שלו׳ס

אויב די וויירוס פארשפרייט זיך ערנסט צווישן אידן, וועט מען מוזן סטאפן די של"ש אין שול. יעדער וועט עסן ביי זיך.

לאמיר האפן אז ביז פורים זאל כאטש זיין רואיג, מ'זאל קענען ארומגיין געהעריג. פסח וועט מען העכסטנס עסן די סדרים אליין, יעדער ביי זיך אין שטוב.