רבי יהודה אסאד מסערדעהאל זצ"ל - כ"ג סיון תרכ"ו

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

רבי יהודה אסאד מסערדעהאל זצ"ל - כ"ג סיון תרכ"ו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

רבי יהודה אסאד זצוק"ל כ"ג סיון - תרכ"ו


ואלה תולדות: רבי יהודה אסאד (דער מחבר פון ספר לקוטי מהרי"א) איז געבוירן געווארן אין יאר תקנ"ז צו זיין פאטער רבי ישראל. ר' ישראל איז געווען אחן איינפאכער שניידער פון וואו ער האט געצויגן זיין חיונא. ער איז געווען גאר אחן ערליכער איד און האט זיך געפירט נישט הנאה צו האבן פון זיין פארדינסט מער ווי עס האט זיך אויסגעפעלט צום טריקענעם לעבן. ווען רבי ישראל האט געפילט אז זיין סוף דערנענטערט זיך האט ער געבעטן אז ווען מ'וועט אים מלווה זיין, זאל מען מאכן דעם ארון פון די האלץ פון זיין ארבעט'ס טיש ווייל דאס וועט עדות זאגן אויף זיין ערליכקייט! רבי יהודה איז נאך געווען א יונג קינד פון צען יאר ווען זיין טאטע איז נפטר געווארן. דאס האט אים אבער נישט געשטערט אין זיין וועג צום גדלות, רבי יהודה איז דאן אוועק אין א ישיבה אין שטאט סודיעץ, וואו ער האט זיך אריינגעווארפן אין התמדת התורה. ביי די אכצן יאר איז ער שוין געווען אנגענומען אין ישיבה וואו נאר אויסגעוועלטע עילויים האבן געלערנט. ער האט שוין דאן געקענט אויף אויסעווייניג פינף הונדערט בלאט גמרא און אויך די ד' חלקי שו"ע. אויך האט ער שוין אליינס געזאגט שיעורים אין די ישיבה, און די ראשי הישיבה זענען שטארק נתפעל געווארן פון זיינע קענטעניסן. רבי יהודה איז געווארן אחן איידעם ביי ר' מאיר אבאנני, און באלד נאך זיין חתונה איז ער באשטימט געווארן אלס דיין אין שטאט סערדאהעלי. דער הייליגער חתם סופר וועלכער האט אים דאן מכתיר געווען, האט זיך אויסגעדריקט מיט גרויסע שבחים, און ער האט זייער אויסגעלויבט זיין חריפות און בקיאות אין ש"ס ופוסקים. שפעטער איז ער געווארן רב אין רעטה און דערנאך אין סעמניטץ און שפעטער אין סערדעהעלי. ער איז נסתלק געווארן כ"ג סיון תרכ"ו.
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

עס איז געווען אין יאר תר"ח ווען איבער אידישע קעפ איז ה"י געהאנגען ביטערע גזירות, גרויזאמע פאגראמען זענען אויסגעפירט געווארן איבער אידישע קהילות איבעראל, אונטער די אנפירערשאפט פונעם צורר הורבאן ימ"ש. די בלוטיגע רציחות האבן נעבעך איבערגעלאזט מאסן אומגעקומענע קדושים, און גאנצע אידישע שטעט זענען דאן געווארן אפגעמעקט.



אין שטאט סעמניטץ האט דאן געוואוינט רבי יהודה אסאד. ער איז געווען רב אין שטאט, אבער זיין נאמען האט גע'שמ'ט ווייט אוועק. איבער די גאנצע וועלט האט מען געוואוסט פון זיין גדלות און אויך די גוים האבן זיך געפארכטן פון אים. אין יענע תקופה ווען די גורל פון כלל ישראל איז געווען אזוי ביטער האבן די אידן פון סעמניטץ געוואוסט אז ס'וועט נישט לאנג דויערן און די באנדעס וועלן אויך זיי איבערפאלן און חלילה מאכן פון זיי א תל.
לאנג האט טאקע נישט גענומען און די שפורן פון זיי האבן אנגעהויבן זיך אנזען אין שטאט. עס איז געווען פאר פסח און שמועות האבן זיך גענומען פארשפרייטן אז אין סאמע נאכט פון פסח דער ליל שמורים וועלן די רוצחים זיך ווארפן איבער די אידישע הייזער ה"י. א טויט שרעק איז געפאלן איבער יעדן אידישן איינוואוינער, די בלוטיגע נייעס פון די אנדערע שטעט ווי די רשעים האבן באזוכט האט געווארפן א פחד אויף די סעמניטצ'ער אידן.
רבי יהודה אסאד, דער רב, האט דאן געלאזט אויסרופן צווישן אלע אידן, אז אין נאכט פון פסח זאל יעדער איינער, קליין און גרויס, מענער און פרויען, זיך צוזאמענקומען און פראווענען דעם סדר אינאיינעם אינעם שטאט'ישן שול. פארשטייט זיך אז יעדער האט געפאלגט און אויסגעפירט דעם הייליגן באפעל פון רב. פסח אויפדערנאכט ווען אלע זענען געזעסן איינגעהילט אין די קיטלען און גלייכצייטיג אין טיפן אנגסט פראווענענדיג דעם סדר, האט רבי יהודה גערופן צען פון זיינע תלמידים און זיי געשיקט אינדרויסן פון שטאט געוואויר צו ווערן ווען די רוצחים גרייטן זיך צו קומען.
נישט לאנג נאך חצות-הלילה האבן די תלמידים געהערט די טריאמפ-פירנדער מארש מיט וועלכע די באנדעס גאלאפירן אין ריכטונג פון שטאט. מיט שרעק זענען זיי באלד געלאפן אין ביהמ"ד איבערגעבן די ביטערע בשורה, א טומל האט אויסגעבראכן צווישן די שטאטלייט ווען זיי האבן געהערט די נייעס. אבער רבי יהודה אסאד האט זיי בארואיגט: האט'ס נישט קיין מורא, ווארט'ס נאר און זעט'ס דעם אויבערשטנ'ס ישועה וואס ער וועט מיט אונז טון!
באלד האט רבי יהודה גענומען זיין טלית, זיך דערין איינגעהילט און גענומען זיין ראש השנה'דיגן שופר. די רשעים האבן זיך דערווייל דערנענטערט צום שטאט מיט אויסגעשארפטע שווערדן גרייט אויסצו'שחט'ן חלילה דאס גאנצע אידישע געמיינדע. רבי יהודה האט זיך אנגעקליידט מיט גבורה, און איז ארויס איינער אליין קעגן דעם ריזיגן מיליטער. ער האט ארויסגעצויגן זיין גרויסן שופר און מיט התלהבות גענומען בלאזן א תקיעה גדולה, פונקט ווי ר"ה ביי די תקיעות.
ווען די רשעים, אין שפיץ פון זייער פירער דער טיראן הורבאן ימ"ש, האבן דערזען דעם איד'ל, האט צווישן זיי אויסגעבראכן א גרויסע בהלה, די רייטער האבן אנגעהויבן צו טרייבן די פערד און איינער האט צעטרעטן דעם אנדערן אין גרויס פאניק, אין דעם שווערן כאאס זענען געפאלן עטליכע הונדערט פון זיי, און די איבריגע זענען זיך צעלאפן פון דארט מיט גרויס שרעק, שרייענדיג אז פון הימל האלט מען מלחמה פאר די אידן.
רבי יהודה אסאד האט דאן א פרייליכער זיך צוריקגעקערט אין שטאט צו ענדיגן דעם סדר און דערציילן די ניסים וואס דער אייבערשטער האט געטון מיט די אידן אין יעדן דור. אויפמארגנס האט דער רשע הורבאן ערקלערט אז א טויט שרעק איז אויף אים אנגעפאלן ווען ער האט געזען פאר זיך שטיין א מענטש וואס זיין הייך האט דערגרייכט ביז'ן הימל.
דער נצחון וואס די אידן האבן דאן געהאט האט זייער געשטאכן פאר די גוי'אישע באפעלקערונג. די שונאי ישראל האבן נישט געקענט אראפשלינגען דעם מעשה און עס האט זיך גענומען קאכן א גרויס העצע אקעגן די אידן פון סעמניטץ און איבערהויפט קעגן דעם רב פון שטאט רבי יהודה אסאד.
דארט אין סעמניטץ האט געוואוינט א גוי'אישע בעקער, א וויסטער שונא ישראל, וועלכער האט געלאקערט ח"ו אומצוברענגען דעם רב. איינמאל ווען רבי יהודה איז אהיים פון שול אין באגלייטונג פון זיינע מקורבים, איז דער רשע אים אנטקעגן געקומען מיט א מעסער גרייט אויסצופירן זיין בארבארישן פלאן... א בהלה האט אויסגעבראכן צווישן די אנוועזנדע, אבער רבי יהודה האט זיך כלל נישט צו טון געמאכט נאר ער האט רואיג פארגעזעצט זיין וועג. ווען דער רשע איז שוין געקומען גאר נאנט צו אים און ער האט אויפגעהויבן דעם מעסער, האט ער עס פלוצלינג געגעבן א לאז אראפ אויף זיין אייגענער האנט אפהאקענדיג זיין לינקער האנט!
די אנדערע גויים האבן אין דער זעלבער צייט זיך שוין געהאט פארזאמלט אויסצופירן א בלוטיגער פאגראם איבער די אידן. אבער זעענדיג וואס עס האט פאסירט מיט דעם בעקער זענען זיי אלע אנטלאפן מיט גרויס מורא. רבי יהודה איז זיך רואיג אהיים, און זינט דאן האט דער בעקער אלעמאל גערעדט מיט פארכט וואס עס האט פאסירט מיט א גוי וואס וויל זיך רייצן מיט א איד.
עס איז באקאנט אז רבי יהודה פלעגט טאקע פיל שתדל'ן פאר כלל ישראל'ס וועגן. עס ווערט דערציילט א סיפור אז אמאל איז רבי יהודה געגאנגען פועל'ן ביים קיסר לטובת די אידן, און פארבייגייענדיג א שפיגל האט ער זיך אנגערופן צו די מקורבים: מיר וועלן זיכער פועל'ן, ווייל איך זע דא - אנווייזנדיג אין שפיגל - א מלאך מן השמים וואס באגלייט אונז...!
(זכרון צדיקים)

זכותו יגן עלינו ועל כל ישראל, אמן
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

דער זוהן פונעם גאון רבי יהודה אסאד, ברענגט אין די הקדמה צום ספר פון זיין טאטען (שו"ת מהרי"א - יהודה יעלה) א מעשה וואס האט פאסירט ווען זיין טאטע האט געלערנט אין די ישיבה פון הגאון רבי מרדכי באנעט זצ"ל אב"ד ניקלשבורג יצ"ו.

ווען רבי יהודה אסאד איז אנגעקומען אין די ישיבה האט ער זיך ערווארבן א נאמען אלס גאון און מתמיד, ער פלעגט אויפזיין גאנצע נעכט משבת לשבת, און פלעגט לערנען שטייענדיג כדי נישט איינצושלאפן. אלס גמילת חסד מיט די שוואכערע בחורים וואס האבן זיך נישט געקענט ערלויבן צו צאלן געלט פאר א פריוואטע מלמד, פלעגט ער זיי צוזאמנעמען און לערנען מיט זיי די לימודים פון ישיבה, טיילמאל האבן זיך געקענט געפונען ביי זיינע שיעורים א גוטע פערציג-פופציג בני עניים.

עטליכע אומפארגינער האבן אים זייער מקנא געווען אויף זיין גוטען נאמען אין ישיבה, ובפרט אז זייער רבי הגר"מ באנעט האט אים גאר שטארק מקרב געווען, האבן זיי אפגעטאן א בייזוויליגן אקט.

איין שיינעם טאג ווען רבי מרדכי באנעט איז אריינגעקומען צום שיעור, עפנט ער אויף זיין גמרא ווי געווענליך, און ער טרעפט דארטן א צעטעלע, א פאשקעוויל, וואס איינער פון די בחורים האט אפגעשריבן אקעגן דעם בחור "יהודה אסאד".

דארט איז געשטאנען אויסגערעכנט דריי סיבות פארוואס מען דארף דערווייטערן דעם בחור יהודה אסאד:
1) ער האט זיך געגרינדעט א ישיבה מיט 50 בחורים און לערנט פאר שיעורים פאר זיי.
2) ער מאכט אוועק די תורות פון זיין רבי'ן הגר"מ באנעט זאגנדיג אז זיי זענען נישט אויסגעהאלטן און אמת
3) ער לערנט קבלה, טראצדעם וואס ער האט נאכנישט דערגרייכט די יארן דערצו

רבי מרדכי באנעט האט אפגעליינט דאס צעטל שטילערהייט, ער האט אבער גוט געקענט זיין תלמיד ר' יהודה צו וויסן אז דאס זענען הוילע שקרים וכזבים וואס איינער האט פאבריצירט אויס קנאה. קענענדיג חכמת הפרצוף האט ער זיך גוט אומגעקוקט אויף די בחורים, און ער האט גלייך געכאפט וועלכער בחור האט זיך דערוואגט צו טאן אזא זאך, שרייבן א פאשקעוויל און פארשעמען זיין באליבטן תלמיד ר"י אסאד.

דאן האט ער זיך אנגערופן צו ר' יהודה אסאד און געזאגט: איך וועל דיר פארענטפערן פון אלע דריי טענות וואס די בחורים האבן אקעגן דיר.
1) דאס וואס זיי טענה'ן אז דו האסט זיך געגרינדעט א ישיבה מיט 50 בחורים, וויל איך דיר וואונטשן אז דו זאלסט מצליח זיין, און איך וועל דיר נאך אפילו צוגעבן נאך 50 בחורים מיט וועמען דו זאלסט לערנען שיעורים.
2) דאס וואס זיי זאגן אז דו מאכסט אוועק מיין תורה, לויט ווי איך קען דיר, ווייס איך אז דאס איז שקר, אבער לו יהא אז דאס איז אמת, געב איך דיר רשות - אויב דו זעהסט אין מיינע רייד עפעס וואס איז נישט אויסגעהאלטן - אז דו מעגסט דאס אוועקמאכן און זאגן אז איך האב נישט גוט אפגעלערנט די זאך.
3) און צולעצט, געב איך דיר רשות צו לערנען קבלה, טראץ דיין אינגן עלטער!

זכותו יגן עלינו ועל כל ישראל אמן
אוועטאר
יצמחפורקניה
שר מאה
תגובות: 243
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש מארטש 15, 2008 4:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יצמחפורקניה »

ער ברענגט אין זיינע תשובות זייער אסך פסקים אין חידושים פון זיין רבי'ן הגה"ק ר"מ בנעט. ס'קוקט אויס אז ער איז גוועהן זייער דבוק אין אים.
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

א דאנק הרב זידה'ניו פאר'ן גיין פתיחה און הרב קרעמער פאר'ן מיטיילן די מעשה.

עס איז באקאנט אז פון ר' יהודה אסאד האט מען גענומען א בילד (אדער געמאלן) לאחר פטירתו, אראפזעצנדיג אים אויף א שטיהל, דא אין בח"ח איז פארהאן א לענגערע שמועס איבער די מעשה מיט'ן בילד.

בייגעלייגט איז דער בילד:
אטעטשמענטס
20061128_1039728123_IMAGE0009.JPG
20061128_1039728123_IMAGE0009.JPG (71.45 KiB) געזען 7995 מאל
אוועטאר
ללמוד וללמד
שר חמש מאות
תגובות: 846
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 25, 2010 1:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ללמוד וללמד »

עס איז באקאנט די מעשה דאס ווען עס איז געגאנגען די ערשטע דעלעגאציע פון רבנים אויף אדיענץ צום קיסר פראנץ יאזעף פועל'ן אז די רעפארמער זאלן נישט זיין ידם על העליונה (ביי די צווייטע שליחות, ווי אויך ביים טיילונג האט ער שוין נישט געלעבט), און מ'איז געוועהן זייער געזארגט וואס דער אויסגאנג וועט זיין. קומנדיג אריין אין די קיסרס פאלאץ, רופט זיך אהן ר' יודא אסאד צו די אנדערע רבנים: איך בין רוהיג דאס עס וועט ארויסגיין לטובה, דען איך זעה דאך ווי איינע מלאך אלקים בעגלייט אונז, ע"כ. עס האט זיך ארויסגעשטעלט אז ביים הערליכן פארצימער זענען די ווענט געוועהן ארומגענומען מיט שפיגל, און ער האט געזעהן גאר זיין אייגענע צורה... וואס ער האט נישט דערקענט ווייל ער האט זיך קיינמאל געקוקט אין שפיגל.
_ _ _
בדרך אגב, אויב ס'איז נאכנישט דא, וואלט אפשר כדאי געוועהן צום עפענען אן אשכול איבער די היסטאריע פון די טיילונג.
אפשר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 287
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 10, 2010 10:27 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אפשר »

א בילד פון די מצבה פון רבי יהודה אסאד זצ''ל און שטאט סערדאהעל.
אטעטשמענטס
.jpg
.jpg (60.52 KiB) געזען 8135 מאל
פייטל
שר חמישים
תגובות: 72
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 16, 2010 3:50 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פייטל »

איז אסאד געווען די משפחה נאמען????
אינטערעסאנט נאכנישט געזען קיינמאל אויף א מצבה ראשי תיבות אויף די לעצטע נאמען.
אוועטאר
בןהרחמן
סעקרעטאר
תגובות: 1497
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 1:08 am
לאקאציע: אויפן רעקליינער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בןהרחמן »

אפשר האט געשריבן:א בילד פון די מצבה פון רבי יהודה אסאד זצ''ל און שטאט סערדאהעל.


וועמענס מצבה איז צו די לינקע זייט? עס שטייט דארט הרב הגאון אדונינו מורינו ורבינו.
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

בןהרחמן האט געשריבן:
אפשר האט געשריבן:א בילד פון די מצבה פון רבי יהודה אסאד זצ''ל און שטאט סערדאהעל.


וועמענס מצבה איז צו די לינקע זייט? עס שטייט דארט הרב הגאון אדונינו מורינו ורבינו.


אויבן אויף די מציבה געשריבען רינדיג, זעהט מען דעם ערשטן נאמען אלס 'אליעזר', אולי וועט איינער כאפן ווער פון די סעדרעהאלער גדולים האבן געטראגן דעם נאמען 'אליעזר'.
אוועטאר
ללמוד וללמד
שר חמש מאות
תגובות: 846
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 25, 2010 1:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ללמוד וללמד »

פייטל האט געשריבן:איז אסאד געווען די משפחה נאמען????
אינטערעסאנט נאכנישט געזען קיינמאל אויף א מצבה ראשי תיבות אויף די לעצטע נאמען.

די מציבה פון הגאון המפורסם ר' יוסף יוזפא ראזנבורג זצ"ל אב"ד לאדיין בעמ"ח יד יוסף. ס'איז דא נאך אסאך אזוי
אטעטשמענטס
25.JPG
25.JPG (80.36 KiB) געזען 8067 מאל
אוועטאר
ללמוד וללמד
שר חמש מאות
תגובות: 846
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 25, 2010 1:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ללמוד וללמד »

מיללער האט געשריבן:
בןהרחמן האט געשריבן:
אפשר האט געשריבן:א בילד פון די מצבה פון רבי יהודה אסאד זצ''ל און שטאט סערדאהעל.


וועמענס מצבה איז צו די לינקע זייט? עס שטייט דארט הרב הגאון אדונינו מורינו ורבינו.


אויבן אויף די מציבה געשריבען רינדיג, זעהט מען דעם ערשטן נאמען אלס 'אליעזר', אולי וועט איינער כאפן ווער פון די סעדרעהאלער גדולים האבן געטראגן דעם נאמען 'אליעזר'.

הגאון ר' אליעזר ליפמאן שטיין זצוק"ל אב"ד סערדהעלי - תקופה קצרה
אטעטשמענטס
26.gif
26.gif (49.77 KiB) געזען 8053 מאל
נחמן נתן
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4124
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 13, 2008 7:11 pm
לאקאציע: צווישן סקרענטאן און סיראקיוז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחמן נתן »

ללמוד וללמד האט געשריבן:_ _ _
בדרך אגב, אויב ס'איז נאכנישט דא, וואלט אפשר כדאי געוועהן צום עפענען אן אשכול איבער די היסטאריע פון די טיילונג.

הרי שלך לפניך
אדרבה, קומט אויך אהין און טיילט מיט מיט-אונז, אייערע רייכע באלערנדע ידיעות איבער דעם גרויסן הצלה פון יהדות אייראפע מיד ולדורות, לחיותנו כיום הזה.
לחיים ולברכה!
אוועטאר
ללמוד וללמד
שר חמש מאות
תגובות: 846
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 25, 2010 1:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ללמוד וללמד »

שב"ק איז די יארצייט.
הגאון ר' משה ניישלאס זצ"ל האט פארציילט, ער איז אמאל געוועהן ביים ביקסאדער רבי'ן זצ"ל, ווי ער האט זיך דערוואוסט אז ער איז פון סערדהעלי, האט ער אפגעשריבן א קוויטל און געבעטן אז ווען ער קומט קיין סערדהעלי זאל ער פאר איהם מתפלל זיין על ציון המצינת פון הגה"ק ר' יודא אסאד זצוק"ל. ער האט אבער צוגעלייגט א בקשה, ביטע גיי נישט צום ציון מאנטיג אדער דאנערשטיג, ווייל וויבאלד ער איז פון די ב"ד של מעלה, און די טעג זיצט די בית דין, איז ער נישט דא אונטן...
נחמן נתן
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4124
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 13, 2008 7:11 pm
לאקאציע: צווישן סקרענטאן און סיראקיוז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחמן נתן »

ערגעץ-וואו האמיר נישט לאנג צוריק געהערט די מעשה. איר האט אפשר א מקור צו דעם?
לחיים ולברכה!
אוועטאר
ללמוד וללמד
שר חמש מאות
תגובות: 846
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 25, 2010 1:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ללמוד וללמד »

נחמן נתן האט געשריבן:ערגעץ-וואו האמיר נישט לאנג צוריק געהערט די מעשה. איר האט אפשר א מקור צו דעם?

עס ווערט געברענגט אין די הקדמה פון די מוציאים לאור פון דברי מהרי"א עה"ת.
ס'איז אינטערעסאנט אנצוצייכנען אז ביי איינע פון זיינע טייטשען אויף ר"ה איז ער מאריך בדרוש אויף א מדרש בנוגע וועלכע טאג קען געפאלן ר"ה. און תמצית איז ער מחדש אז ס'איז דא א מציאות אז די ב"ד של מעלה קומט ר"ה אראפ אויף דער וועלט צו זיצן מיטן בי"ד של מטה. ממילא, אויב ס'קומט איינעם אמאל אויס לויט זיין רייזע פלענער צו זיין פונקט מאנטיג אדער דאנערשטיג אין סערדהעלי, קען מען דורך איבערלערנען דברי תורתו הנ"ל ממחיש זיין די מציאות פון שפתותיו דובבות בקבר, און פועל'ען ער זאל אראפקומען און ברענגן א ישועה פאר דעם משתטח בקברו.
ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4040
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביקסאד »

ועמך כולם צדיקים
סטרעטענער אייניקל
שר חמש מאות
תגובות: 741
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 01, 2010 9:41 pm

לרגל הילולא היום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטרעטענער אייניקל »

הגה"ק ולוחם מלחמות ה' מסעהרדהעלי זי"ע עבר ליד "טעמפעל" ניאולאגי עם מגדלים בגג מבחוץ, ובלי מחיצה מבפנים, ואמר: הלא אין זה בית הכנסת כלל אלא תיבת נח, שנא' עליה: "מבית ומחוץ בכופר".. זי"ע.
"כיון שנצטרך אדם לבריות פניו משתנות ככרום... מתהפך לכמה גוונין" [ברכות ו' ע"ב]
היינו לאותם גוונים והבחינות שהן הן הנותנים לו [רשפי אש נעשכיז]
אוועטאר
Rabeiny
שר מאה
תגובות: 206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 14, 2012 4:05 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Rabeiny »

פייטל האט געשריבן:איז אסאד געווען די משפחה נאמען????
אינטערעסאנט נאכנישט געזען קיינמאל אויף א מצבה ראשי תיבות אויף די לעצטע נאמען.

איינער האט מער אינפארמאציע?
אוועטאר
Rabeiny
שר מאה
תגובות: 206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 14, 2012 4:05 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Rabeiny »

איז נאך דא איינער מיט די משפחה נאמען?
אוועטאר
יוסף שרייבער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4589
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אקטאבער 23, 2010 4:24 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוסף שרייבער »

ער איז געבוירען אין אסאד Aszod, אינטרעסאנט ער פלעגט נוטצען דער א פון יהודא פאר ביידע נעמען כזה: יהודאסאד.

חוץ מזה ווי זעהט איר א ר"ת ביים נאמען?
אוועטאר
שויתי'ניק
שר האלף
תגובות: 1834
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 20, 2011 10:06 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שויתי'ניק »

פייטל האט געשריבן:איז אסאד געווען די משפחה נאמען????
שויתי השם לנגדי תמיד
אוועטאר
יוסף שרייבער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4589
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אקטאבער 23, 2010 4:24 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוסף שרייבער »

יא.
Gevald Geshrigen
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4022
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 29, 2011 10:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Gevald Geshrigen »

אסאד איז "געווארן" זיין משפחה נאמען. ווי פריער דערמאנט איז ער געבוירן אין אסאד וואס איז שטעטעלע/דערפעלע נישט ווייט פון בודאפעסט.
בדיעבד
שר חמישים
תגובות: 56
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 08, 2011 6:48 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בדיעבד »

ללמוד וללמד האט געשריבן:שב"ק איז די יארצייט.
הגאון ר' משה ניישלאס זצ"ל האט פארציילט, ער איז אמאל געוועהן ביים ביקסאדער רבי'ן זצ"ל, ווי ער האט זיך דערוואוסט אז ער איז פון סערדהעלי, האט ער אפגעשריבן א קוויטל און געבעטן אז ווען ער קומט קיין סערדהעלי זאל ער פאר איהם מתפלל זיין על ציון המצינת פון הגה"ק ר' יודא אסאד זצוק"ל. ער האט אבער צוגעלייגט א בקשה, ביטע גיי נישט צום ציון מאנטיג אדער דאנערשטיג, ווייל וויבאלד ער איז פון די ב"ד של מעלה, און די טעג זיצט די בית דין, איז ער נישט דא אונטן...



כפי ששמעתי האט דער ביקסאדער רב צוגעלייגט אז פרייטאג ערב שב"ק זאל ער גייט צו אים ווייל דעמאלטס איז ער מיט אונז.
שרייב תגובה

צוריק צו “צדיקים וחסידים”