וואס-פאר-א/וואסערע, וועלעכע

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

לוי
שר העשר
תגובות: 30
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 30, 2007 4:14 pm

וואס-פאר-א/וואסערע, וועלעכע

תגובהדורך לוי » מיטוואך יולי 18, 2007 7:57 am

ראובן פרעגט זיין מאמע, וואסערע העמד זאל איך אנטון?
איז די ווארט וואסערע א קיצור פון וואס-פאר-א?

אדער קען ראובן פרעגן זיין מאמע, וועלעכע העמד זאל איך אנטון?

איז א חילוק ווען מען זאגט וואסערע, און ווען מען זאגט וועלעכע?
פראקטס מיך אויס דא, איך וויל מיך לערנען. -- שיקט מיר נישט קיין אימעיל'ס, איך קען נישט די פעסווארד דערפון.

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » מיטוואך יולי 18, 2007 10:42 am

"וועלכע" איז ריכטיג
מען קען אויך נוצן "וואספארא"
אבער "וואסערע" איז שוין אינגאנצן פארוואסערט

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25613
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מיטוואך יולי 18, 2007 10:47 am

איך וואלט ווען געזאגט אז 'וואסערע' איז נישט קיין ווארט, ס'איז אדער וואספארא אדער וועלכע.

דער חילוק לכאורה איז 'וועלכע' אויף א צאל/פאר, און 'וואספארא' אויף אן אינדיווידיאלע שאלה, אין קאנטעקסט:

-וואספארא סארט קאר האט ער?
-וועלכע פיר אינגלעך האט דער רבי ארויסגעווארפן?

כנלפע"ד

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12555
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » מיטוואך יולי 18, 2007 12:00 pm

ונראין דברי הבדחן.
An article a day keeps the babies away

israel
שר מאה
תגובות: 159
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 06, 2008 8:24 am

תגובהדורך israel » זונטאג נובעמבער 16, 2008 2:12 pm

שלום

אלעמען האבן נישט מכוון געווען צום אמת. :-(
ערשטענס: דאס ווארט "וואס" אדער "וואס פאר א" זיינען זעלבע זאך. מ'זאגט נישט "וואספארא", נאר "וואס פאר א" דריי אויסשפראכן. ווען מ'רעדט שנעל, עס ווערט געהערט ווי איין ווארט "וואספארא".
צום ביישפיל: וואס דו האסט געקויפט היינט אין קלייט (געשעפט), אדער וואס פאר א דו האסט געקויפט אין קלייט.

צווייטענס: דאס ווארט "וואסער" איז אין איינצאל (לשון יחיד). צום ביישפיל: וואסער א העמד זאל איך אנטאן היינט? "וואסערע" איז אין מערצאל (לשון רבים). צום ביישפיל: וואסערע העמדער זאל איך אנטאן די וואך?

דריטענס: דאס ווארט "וועלכע" האט א צוויי באדייטונגען. וואס איז נוגע צו אונז איז אז "וועלכע" איז פונקט ווי "וואס" נאר מ'נוצט עס אנדערש. צומאל זאגט מען "וועלכס", צומאל "וועלכע", און צומאל "וועלכער".
אין לשון נקיבה נוצט מען "וועלכע". צום ביישפיל: וועלכע טיר צו עפענען? דער ווערב "טיר" איז לשון נקיבה.
אין לשון זכר נוצט מען "וועלכער". צום ביישפיל: וועלכער טאג איז היינט? דער ווערב "טאג" איז לשון זכר.
אין לשון סתמי (זאכווארט פון נייטראלן מין) נוצט מען "וועלכס". צום ביישפיל: וועלכס בענקל ווילט איר נעמען? דער ווערב "בענקל" איז לשון סתמי.
אין מערצאל זאגט מען אלע מאל "וועלכע". ווי אין לשון נקיבה.

דאס איז אלץ לויט דעם גראמאטיק וואס איך האב געלערענט. און דאס איז נישט דאורייתא וק"ו נישט דרבנן. וכל אחד יחזיק מנהג אבותיו בידו. אבי ער זאל ממשיך זיין צו רעדן אונזער הייליקע שפראך יידיש. :P
ישראל

אוועטאר
אינטעליגענט
שר חמש מאות
תגובות: 876
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 02, 2008 6:23 pm

תגובהדורך אינטעליגענט » זונטאג נובעמבער 16, 2008 9:10 pm

israel האט געשריבן:צווייטענס: דאס ווארט "וואסער" איז אין איינצאל (לשון יחיד). צום ביישפיל: וואסער א העמד זאל איך אנטאן היינט? "וואסערע" איז אין מערצאל (לשון רבים). צום ביישפיל: וואסערע העמדער זאל איך אנטאן די וואך? :P

לענ"ד איז נישט פארהאן אזא [=אזוי א] ווארט ווי "וואסער" נאר מים... אויב יא עפעס איז "וואסארא" וואס דאס הערט זיך ווי "וואסערע", אויב אזוי דאן וואס איז דער אינטערשיד פון "וואסארא" צו "וואספארא"? דער ענטפער איז: ביי וואסארא לאזט מען פשוט אויס דעם פ"א, ס'איז היינו הך, לויט דעם וואס א פנים האט צו זאגן אויף א יחיד "וואסער" וואס באדייט "וואס-פאר"? בס"ה האט מען נאר ארויסגעלאזט דעם "א" וואס דאס שטערט נישט ווען עס קומט צו א יחיד [אדרבה, "א" איז פארקורצונג פון "איין"] על כן מיין אויך אז ביים רבים קען מען בכלל נישט ניצן דעם ווארט "וואספארא", אויף וואסארא אופן עס זאל נאר זיין.
איי, וואס קען מען יא ניצן? דא קומט אריין דער "וועלכע".

israel האט געשריבן: דריטענס: דאס ווארט "וועלכע" האט א צוויי באדייטונגען. וואס איז נוגע צו אונז איז אז "וועלכע" איז פונקט ווי "וואס" נאר מ'נוצט עס אנדערש. צומאל זאגט מען "וועלכס", צומאל "וועלכע", און צומאל "וועלכער".
אין לשון נקיבה נוצט מען "וועלכע". צום ביישפיל: וועלכע טיר צו עפענען? דער ווערב "טיר" איז לשון נקיבה.
אין לשון זכר נוצט מען "וועלכער". צום ביישפיל: וועלכער טאג איז היינט? דער ווערב "טאג" איז לשון זכר.
אין לשון סתמי (זאכווארט פון נייטראלן מין) נוצט מען "וועלכס". צום ביישפיל: וועלכס בענקל ווילט איר נעמען? דער ווערב "בענקל" איז לשון סתמי.
אין מערצאל זאגט מען אלע מאל "וועלכע". ווי אין לשון נקיבה.
:P

זייער שיין געזאגט, איך וואלט עס נאר מגדיר געווען מיט א סימן:
דער [זכר] די [נקבה] דאס [סתמי], דהיינו: ד'ער [א זכר רופט מען "ער"] ד'י [פארקורצט פון ד'זי, ווי מ'רופט א נקבה "זי"] ד'אס [ווי מ'רופט א חפץ "עס"].
דאס זעלבע לענייננו, וועלכ'ער [=זכר, "ער"] וועלכ'ע [=נקיבה, גאנץ נאנט צום חיריק פון "זי", אזוי ענדיגט מען אלע נקבה-ווערטער, "זי איז א פרומע" וכדו', די עי"ן איז גאנץ נאנט צום יו"ד, אבער ס'איז נישט מוכרח אז דאס איז דער מקור] וועלכ'עס [=סתמי, "עס"].

israel
שר מאה
תגובות: 159
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 06, 2008 8:24 am

וואָסער און וואסארא און וואספארא

תגובהדורך israel » מאנטאג נובעמבער 17, 2008 3:21 pm

יישר כח אויף אייער ענטפער.

א. וואס איך האב געשריבן אויף וואָסער, איז נישט מיין דערפינדונג, נאר איז ווערט גענומען פון דעם ספר "אידיש לאונברסיטה" פון אריאל וויינרייך. אז וואָסער איז ביחיד, און וואָסערע איז ברבים. אונטערשיידן פון וואַסער מיט פתח.

ב. עס זעט אויס וואס דו האסט געשריבן אז וואסארא שטאמט פון וואספארא און דאס איז זעלבע זאך.

ג. און דאס איז אויכעט ריכטיק וואס איך האב פארשטאנען פון אייך אז וואס ניצט מען ווען מ'דארף נישט קיין א. צום ביישפיל: וואס הערט זיך (הערצאך)? אדער וואס דו האסט געקויפט אין קלייט? אבער ווען דארף מען צולייגן א, צום ביישפיל: וואספארא א העמד זאל איך אנטאן? מ'קען נישט זאגן וואס א העמד זאל איך אנטאן? אבער ברבים עס זעט אויס וואס דו האסט געשריבן אז מ'קען נישט ניצן וואספארא.

ד. וואס איך האב געשריבן אז וואספארא און וואס זיינען זעלבע זאך. נאך א באטראכטונג עס זעט נישט אויס.

ה. וואס איך פארשיי נישט, פארוואס ווען מ'זאגט וועלכע, מ'לייגט נישט צו א. צום ביישפיל: וועלכס העמד זאל איך אנטאן? מ'זאגט נישט וועלכס א העמד. פארוואס.
ישראל

אוועטאר
אינטעליגענט
שר חמש מאות
תגובות: 876
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 02, 2008 6:23 pm

תגובהדורך אינטעליגענט » מאנטאג נובעמבער 17, 2008 9:01 pm

israel האט געשריבן: א. וואס איך האב געשריבן אויף וואָסער, איז נישט מיין דערפינדונג, נאר איז ווערט גענומען פון דעם ספר "אידיש לאונברסיטה" פון אריאל וויינרייך. אז וואָסער איז ביחיד, און וואָסערע איז ברבים. אונטערשיידן פון וואַסער מיט פתח.

דער וויינרייך איז טאקע געווען א גרויסע שפראכן-קענער, אבער לדעתי העני' - וואס איך בין אייגנטליך נישט באמת ריכטיג אויסגעקאכט אין שפראך - האט ער זיך דא טועה געווען בגדול... אבער מיינע ווערטער זענען באמת נישט מאסגעבנד, איך זאג סברות, אויב עמיצער קען עס אפווענדן איז גוט, אז נישט בלייבט עס דערוויילע אזוי...

israel האט געשריבן: ה. וואס איך פארשטיי נישט, פארוואס ווען מ'זאגט וועלכע, לייגט מען נישט צו אן א', צום ביישפיל: וועלכס העמד זאל איך אנטאן? מ'זאגט נישט וועלכס א העמד. פארוואס.

איך מיין אז די זאך איז גאנץ פשוט. ערשטנס איז דאס ווארט "וואס" א טריקענע "מה", וואס דאס איז נישט די פראגע וואס מ'וויל דא פרעגן, ווידעראום "וועלכע" איז דער אפטייטש פון "איזה" [=אי זה] וואס דאס איז די פולע פראגע.
צווייטנס, אז מען האט געזאגט וועלכעס, האט מען שוין געזאגט דעם "עס" וואס אין א געוויסע זין, באצייכנט עס שוין דעם חפץ אנשטאט די "א". אזוי ווי דאס ווארט "יענע" וואס גייט אויך מיטן זעלבן כלל פון דער-די-דאס, "יענער=מאן, יענע=פרוי, יענס\יענעס=חפץ", וועט מען אויך נישט זאגן יענע א פרוי וכדו'. ווייל די לעצטע זילבע באצייכנט שוין די זאך, אזוי אויך יענס חפץ, איז די סמך ביי די ענדע במקום די "עס", [אזוי ווי מ'זאגט "איך וויל עס"]
אבער ווידעראמאל, איך רעד נאר מסברא, להלכה וועט מען פרעגן דעם דאיען...

israel
שר מאה
תגובות: 159
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 06, 2008 8:24 am

תגובהדורך israel » דאנארשטאג נובעמבער 20, 2008 8:00 am

יישר כח אויף אלץ.
ישראל


צוריק צו “שפראך, גראמאטיק און דקדוק”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 3 געסט