babysitting: אפטייטש און אידישער טערמין

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

3x0
המכונה 'טריאו'
תגובות: 9146
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 28, 2006 11:29 am
לאקאציע: חבוי

babysitting: אפטייטש און אידישער טערמין

תגובהדורך 3x0 » מיטוואך יולי 18, 2007 6:40 am

אין דער מאניטער אשכול שרייבט איינער אזוי,
לאמיך דיר זאגן, ווען עס מאכט זיך (עס זאל זיך בעסער נישט מאכן) אז איך מוז בעיביסיטן.

עס קוקט דארט אויס ווי ער רעדט פון זיינע אייגענע קינדער. אבער ווען איך האב אריין געקלאפט babysitting אין Babylon, איז דעס ארויף געקומען.
babysitting
n. taking care of a child or children while the parents are temporarily away (usually for a fee)0

פונקט ווי ווען די פרוי האלט די קינדער א גאנצען מיינט עס נישט אז זי בעביסיט די קינדער, נאר זי טוט איר ארבעט, אזוי אויך ווען דער מאן האלט די קינדער בעביסיט ער אויך נישט. צי עס איז זיין ארבעט צי נישט, וועל איך נישט יעצט אריין גיין, אבער בעביסטן הייסט עס זיכער נישט.


-------
אז מען רעדט שוין יא דערפון, וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » מיטוואך יולי 18, 2007 7:35 am

האסט א נקודה. מיר רופן עס דירעקט יא בעיביסיטינג, צו געבן אנצוהערן פאר די נשים אז עס איז אן איבריגע עבודה ביי אונז, א שטייגער ווי פרעה האט געשטעלט די מענער קאכן א וועטשערע און די פרויען פארארבעטן מיט די ליים.

אויף דויטש זאגט באבילאן אויך "בעיביסיטען / קינדער באאויפזיכטיגן / איבערוואכן".

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25613
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מיטוואך יולי 18, 2007 2:58 pm

'בעיביסיטן' איז א טאט-ווארט/פעולה/ווערב נישט קיין חילוק ווער עס טוט דאס, דאס וואס באבי רעדט פון פרעמדע אנשטאט די עלטערן איז נאר צוצוברעכן די אויערן (לשבר את האוזן) ווייל געווענטליך וועט מען נישט זאגן אויף א מאמע אז זי בעיביסיט יעצט אירע קינדער אפי' ווען אין פאקט טיט זי עס, כש"כ אין יענטאאש'ס פאל ווי דער מאן טוט עס נאר ווי א פרעמדער.

יידישיסט
שר חמש מאות
תגובות: 609
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 13, 2008 10:48 pm

תגובהדורך יידישיסט » דינסטאג סעפטעמבער 02, 2008 10:37 pm

בדרך דרוש אפשר לומר אז אויך אויף יידיש האט עס א פשט: "בעביס-היטונג" (היטן אויף די בעביס) :P . דאס איז ענליך צו דעם מאדערנעם העברעאישן ערפינדענעם ווארט "שמרטף" (אדער "שמרטפית" פאר א נקבה) וואס דאס הייסט א קינד-היטער (שמר מלש' שמירה, און טף הייסט קינדער).


צוריק צו “שפראך, גראמאטיק און דקדוק”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 3 געסט