עם הארץ, עמי הארץ, עם הארצים, עם הארצות (אמעראצעם)

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25504
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

עם הארץ, עמי הארץ, עם הארצים, עם הארצות (אמעראצעם)

תגובהדורך מיללער » דאנארשטאג יוני 28, 2007 2:57 pm

נעכטן נאכט צוהערנדיג א גויאיש'ן קאמענטאטער וואס האט געוואלט באצייכענען א גרופע מענטשן וואס זענען ארויסעקומען פון זייער באהעלטעניש ווי "זשעק-אין-די-באקס" (א שפריך-ווארט ע"ש א באקאנטע שפילצייג) האט ער חוקר געווען ווי אזוי מ'זאגט עס בלשון רבים (פלורעל בלע"ז) צו 'זשעקס אין די באקס' אדער 'זשעק אין די באקסעס' אדער ביידע, צי אפשר קיין איינס נישט.

הערנדיג האב איך זיך דערמאנט אין די פלורעל ווערסיע/קאנטערווערסיע פונעם אוסשפרעך 'עם הארץ' (איינער וואס פארשטייט נישט קיין לערנען) ווי באקאנט איז רגיל בפי העולם צו זאגן אמעראצים (בל' זרח) דער פראבלעם איז אבער ביים שרייבן.

דער אמת איז קודם דארף מען ווען צונעמען דעם אויסדריק זעלבסט וואס האט עס מיט'ן באדייט?

אבער אז עס איז שוין יא אזוי, זאל זיין אזוי, לאמיר אננעמען אז וויבאלד ס'איז דא אן הסכמה פונעם אלגעמיינעם עולם צו באצייכענען איינער וואס איז די היפך פון א תלמיד חכם מיט'ן טיטל עם-הארץ (עי' ר"ן נדרים ב' ע"א שלשונות אינם אלא הסכמות האומות) לכאורה ווערט עס שוין א באגריף, און דער לשון רבים דערפון דארף ארבעטן לויט די כללי אידיש וואס לפי"ז וואלט מען געדארפט זאגן אזוי: 'דער הוידא-טעגלאשער ציבור זענען אלע נעבעך עם-הארץ'ער" אדער 'עם-הארץ'עס'.

ווידעראום אויב וויל מען נוצן די לשה"ק'דיגע כללים. איז 'הארצים' נישט דער לשון רבים פון 'הארץ' נאר ליבערשט 'הארצות' בקיצור ס'איז אן ענין מסובך למדי, איך ווייס עס נישט וויאזוי צו הענדלען.

גיט א קוק אויף הארקאווי'ס באהאנדלונג, אפשר קען מען עפעס ארויסדרינגען פין דארט, ווייל ביי 'עם-הארציש' און 'עם-הארצ'עס' גייט ער עפעס יא מיט די אידישע אויסלייג.

[באמת יש לחקור כעי"ז במלת 'נארנים' למה לא 'נארן'ס']
צוגעלייגטע
0241.png
0241.png (7.68 KiB) געזעהן 1572 מאל

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » דאנארשטאג יוני 28, 2007 3:26 pm

שוין געווען א שמועס דערוועגן צווישן די כותלי הקרעטשמע, מאך א זוכעניש אויף די ווערטער עמי הארצות עמי הארצים.

אגב, דער באגריף עם הארץ איז נישט בלויז הסכמת האומות, נאר א לשון חז"ל.

זארעכפעפער
שר האלפיים
תגובות: 2167
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 24, 2006 2:28 pm

תגובהדורך זארעכפעפער » דאנארשטאג יוני 28, 2007 3:30 pm

יא, יא, ס'גייט נאך צוריק צו אלט-קרעטשמע, כ'דענק אויך. קרעמער האט געהאט גאנצעטע מראה מקומות פון אור החיים הק', ועוד

אוועטאר
קרעזי
שר חמש מאות
תגובות: 682
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 07, 2006 7:00 am
לאקאציע: צו ס'איז אין מקוה, צו גאר הכנות, א איד בלייבט א איד בכל מקום שהוא

תגובהדורך קרעזי » דאנארשטאג יוני 28, 2007 4:15 pm

די זעלבע הלכה איז מיט צענדליגע ווערטער ווי: כתב יד/כתבי יד/כתבי ידות בית הכנסת/בתי כנסת/בתי כנסיות, ווועקעהיינע ראבויס.

זארעכפעפער
שר האלפיים
תגובות: 2167
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 24, 2006 2:28 pm

תגובהדורך זארעכפעפער » דאנארשטאג יוני 28, 2007 4:21 pm


אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25504
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דאנארשטאג יוני 28, 2007 5:12 pm

זייענדיג אין די בדחנות אינדוסטרי קומט מיר אסאך מאל אויס צוהערן די טענה 'די דזשאוק האב איך שוין געהערט' פרעג איך אלס 'זאג נאר, דעם שפילער היינט האסטו אויך סורקירט אז די ניגונים האסטו שוין געהערט?'

לענינינו, אינעם אלט'ן קרעטשמע וואס איז געווען לאקעיטעד אין א פארק האט מען שוין גערעדט פון דעם און פון יענס, איז וואס? איך קען נישט אלס אפירזיכן די מסקנות פון דארט אדרבא אויב קען איינער אראפלייגן אין א ניס-שאלאכטס די קאנקלאדזשענס פון הייד-פארק'ס קרעטשמע, איי וואד רילי אפרישיעט איט.

(והייתם נקיים, איך האב נישט קיין עקסעס צו הייד פארק לכם הצדקה ועמי הסליחה ובושת הפנים, כי בעלבאסי שילם למיללער כמעשהו)

בני היכלא
שר האלפיים
תגובות: 2664
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2007 12:01 am

תגובהדורך בני היכלא » דאנארשטאג יוני 28, 2007 11:08 pm

לעצט פאראכטן דורך בני היכלא אום מיטוואך אפריל 09, 2008 5:36 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

ניין
שר מאה
תגובות: 109
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש יוני 16, 2007 10:14 pm

תגובהדורך ניין » דאנארשטאג יוני 28, 2007 11:28 pm

מיללער האט געשריבן:זייענדיג אין די בדחנות אינדוסטרי קומט מיר אסאך מאל אויס צוהערן די טענה 'די דזשאוק האב איך שוין געהערט' פרעג איך אלס 'זאג נאר, דעם שפילער היינט האסטו אויך סורקירט אז די ניגונים האסטו שוין געהערט?'

לענינינו, אינעם אלט'ן קרעטשמע וואס איז געווען לאקעיטעד אין א פארק האט מען שוין גערעדט פון דעם און פון יענס, איז וואס? איך קען נישט אלס אפירזיכן די מסקנות פון דארט אדרבא אויב קען איינער אראפלייגן אין א ניס-שאלאכטס די קאנקלאדזשענס פון הייד-פארק'ס קרעטשמע, איי וואד רילי אפרישיעט איט.

(והייתם נקיים, איך האב נישט קיין עקסעס צו הייד פארק לכם הצדקה ועמי הסליחה ובושת הפנים, כי בעלבאסי שילם למיללער כמעשהו)



עס איז אייביג גוט צו לערנען קודם די גמרא און הערשט נאכדעם תוספות און ראשונים.

"צוהערן" קומט דא נישט אלס איין ווארט.
פרעג איך "אלץ", דארף מען שרייבן.
"סורקירט" ? פון וואו נעמסטו אזא אויסלייג.
"אלט'ן", וואס איז דער שטרעכל?
"שאלאכטס", וואס שלעכט מיט "שאלעכץ"?
"קאנקלאדזשענס", וואס האט דיך געשטופט צו לייגן דעם ד'?
און נאך אפאר גרייזן. אדער גאר מער ווי אפאר, (זאלן די אנדערע ענדיגן)


אלזא, איידער'ן זיך פארטיפן אין דקדוק איבער עמי הארץ וכדומה, איז גוט קודם לערנען די א"ב און נקודות.


און זאל זיך נישט דאכטן אז איך מיין דא עפעס, וויל איך שוין מודעה זיין אז איך האב צופעליג באמערקט די טעותים און אזוי האט זיך עס ארויסגעגליטשט פון פען. ניין, איך גיי נישט צוריקגיין מעקן.


מילער = וואו פערפעקשאן הויבט זיך אן.

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25504
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » פרייטאג יוני 29, 2007 9:59 am

ניין כתב על מיללער:
אלזא, איידער'ן זיך פארטיפן אין דקדוק איבער עמי הארץ וכדומה, איז גוט קודם לערנען די א"ב און נקודות
.

איז אזוי, ניין, ניין און נאכאמאל ניין, איך בין נישט קיין מדקדק ווען איך שרייב, ביי אונז זאגט מען אזא פאל 'איך שרייב וויאזוי ס'לאציך' פשוט איי דאונט גיוו עי דעם!
אלא וואדען? פארוואס רעד איך אריין ביי די ערנסטע סוגיא פון שפראך וואס לכאורה ביסטו דאך כשר גערעכט אז איינער וואס איז נאכנישט מיללער כריסו בש"ס ופוסקים בעניני דקדוק הלשון ווי נעמט ער די גאטס צו זיין א הוגה דעות?
וועל איך דיר ענטפערן אזוי, כל ימי גדלתי בין החכמים ולא מצאתי לידיעות דבר טוב מהלימוד, ד"ה אז אין ארדער זיך אויסצילערנען דארף מען לערנען, קיינער ווערט נישט געבוירן קענענדיג אויסער וועם די מלאך פארגעסט צו שנעלקען, ממילא ווען איך האב עפעס אן הערה, סתירה, קושיא, איבעא אדער הגהה אויף עניני דקדוק, פויל איך מיך נישט איך קום אריין אין קרעטשמע איך לייג אראפ מיין שאלה, און אדרבה זאל דער עולם מגיב זיין כברכת הקרעטשמע עליו, און דער חכם וועט הערן אין עסן לקח (ע"ש הפ' ישמע חכם ויוסף לקח).

ובזה יצאתי ידי חובתי להוציא מלבו של 'לא' או 'תשעה' בביאגוא"צ בב"א

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » זונטאג יולי 01, 2007 5:24 pm

שפירנדיג דעם צער פון אונזער פריינט "מיללער" וועלכער קען ליידער נישט אריינגיין אינעם פארק, וועל איך אהערקלעבן אן אויסצוג פון דארטן:
------
בענעדיקט16 (קרעמער אליין) שרייבט:
און אז מ'רעדט שוין פון עמי-הארצות. איך האב נעכטן געקלערט און איך מיין אז עס איז אמת אויך, אז די ווארט עמי-הארצים, איז א שטיק עמי-הארצות... ווייל די לשון רבים פון 'ארץ' איז 'ארצות' און נישט 'ארצים'. בין איך גערעכט?
------
מפוקל שרייבט:
טייערער פויבסט!
בעצם פארוואס דער אויסדריק 'עם-הארץ' באלאנגט פאר איינעם וואס זיין ידיעה אין תורה איז באגרעניצט, פארשטיי איך נישט פינקטליך.
אבער אויב שוין יא אזוי, וואלט איך כשלעצמי געזאגט אז בלשון רבים (PLURAL) וואלט מען ווען געדארפט זאגן 'עמי-הארץ' כמ"ש למען דעת כל עמי הארץ וכו'
------
מענטשעלע ווארפט אריין:
וועגן עם/עמי הארצות/הארצים - כ'בין נישט קיין לשון קודש עקספערט; אבער כ'גלייב אז דער דיין ערעב זארעכ וואלט זיך גרינג אן עצה געגעבן: "אמעראצים", און געענדיגט...
------
בענעדיקט16 (קרעמער) ענטפערט:
מפוקל טייערער
די סיבה פארוואס מען רופט אטן אחן "עם-הארץ" מיט דעם נאמען, ווערט מבואר אין די פאלגענדע:

עם הארץ= הנמשלים לעפר הארץ, הם בני אדם הבזויים והפחותים שאין בהם נפש קדושה וכו' והם הנקראים עמי הארץ (אוהחה"ק בראשית ט"ו, ג').

עם הארץ= קראו חכמים ע"ה מי שאין לו חכמה "עם הארץ", כלומר לא נמצאו כי אם לישב הארץ לפיכך הם מיחסים שמם לארץ (רמב"ם בהקדמת פי' המשניות, ד"ה דע כי הקדמונים).

עם הארץ= עם הארץ הוא איש שיש לו מעלות המדות אבל אין לו מעלות שכליות, רצונו לומר שיש לו דרך ארץ ואין בידו תורה, והוא הנקרא עם הארץ ר"ל שהוא טוב לישוב הארץ ולקבוצי המדינות מפני שיש לו מעלות המדות שתיטב בהם חברתו עם זולתו (פי' המשניות להרמב"ם אבות פ"ה מ"ז).

עם הארץ= לשון עם הארץ האמור בכל מקום, שרוצה בתקונה של הארץ, אבל אין בו חכמה להבדיל בתקונין הראויין (רע"ב אבות פ"ה מ"י).
-----
אויף דעם ארויף שרייבט מפוקל:

בנדקט_ט"ז

האוה"ח שהבאת מסייע לדברי

עם הארץ= הנמשלים לעפר הארץ, הם בני אדם הבזויים והפחותים שאין בהם נפש קדושה וכו' והם הנקראים עמי הארץ (אוהחה"ק בראשית ט"ו, ג'

ישר כחך על הפתרון, תודה
------
זארעכפעפער לאזט זיך הערן:
ס'ארא כיליק

אמעראצעס
אמעראצעם
אמייארעצ

דעריקער איז, איר זאלט אייך זעצן לערנען וועט איר נישט זיין קיין איינע פון די אלע דריי...


צוריק צו “שפראך, גראמאטיק און דקדוק”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 2 געסט