איך וויל מיך לערנען אידיש שרייבן

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

לוי
שר העשר
תגובות: 30
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 30, 2007 4:14 pm

איך וויל מיך לערנען אידיש שרייבן

תגובהדורך לוי » דינסטאג יוני 19, 2007 5:57 pm

איך וועל נישט מאכן קיין הקדמות, איך וועל גראד זאגן וואס איך וויל. איך האב זייער הנאה דא אין קרעטשמע, אבער איך האלט מיך ציריק פון שרייבן, ווייל איך ווייס אז איך קען נישט גוט די כללים פון שרייבן. אפילי מען האט שוין דא דיסקאסט אסאך ווערטער, ווייס איך נאך אלץ נישט ווא סווען וואו/ווי צו ניצן, נעם איך מיר דו כוחות און איך וועל פארלאנגן נאר פון די וואס קענען טאקע גוט אידיש, אז דא אין דעם אשכול, זאלן זיי מיר פארעכטן מיינע טעותים.
פארשטייט זיך אז נאר אויב זיי האלטן דערביי :smile: .
אויב נעמט איר טאקע אן מיין פארלאנג, וועל איך אייך בעטן אז ווען איר וועט מיר אויפמערקזאם מאכן אויף א טעות, זאלט איר אנוויזן די בעסטע וואס איר קענט פון וועלעכע תגובה איר שרייבט. צו מיט א לינק, אדער מיט א צטט.
ביטע נישט פארדרייען די אשכול מיט זאכן וואס האט נישט מיט מיינע תגובות, אויב איך מעג בעטן, זאלן די מנהלים זאלן עס אינפארסן ווי ווייט מעגליך.
יישר כח פאר אייך אלע.

אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18574
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

Re: פראקסט מיך אויס דא, איך וויל מיך לערנען.

תגובהדורך איך_הער » דינסטאג יוני 19, 2007 6:07 pm

לוי האט געשריבן:איך וועל נישט מאכן קיין הקדמות, איך וועל גראד זאגן וואס איך וויל. איך האב זייער הנאה דא אין קרעטשמע, אבער איך האלט מיך ציריק (צוריק) פון שרייבן, ווייל איך ווייס אז איך קען נישט גוט די כללים פון שרייבן. אפילי (אפילו) מען האט שוין דא דיסקאסט אסאך ווערטער, ווייס איך נאך אלץ נישט ווא סווען וואו/ווי צו ניצן, נעם איך מיר דו (די) כוחות און איך וועל פארלאנגן (פארלאנגען) נאר פון די וואס קענען טאקע גוט אידיש, אז דא אין דעם אשכול, זאלן זיי מיר פארעכטן (פאררעכטן, ס'איז דא וואס שרייבן אזוי.) מיינע טעותים.
פארשטייט זיך אז נאר אויב זיי האלטן דערביי :smile: .
אויב נעמט איר טאקע אן מיין פארלאנג, וועל איך אייך בעטן אז ווען איר וועט מיר אויפמערקזאם מאכן אויף א טעות, זאלט איר אנוויזן די בעסטע וואס איר קענט פון וועלעכע (וועלכע, אזוי באלאנגט עס, כאטש אסאך שרייבן אזוי ווי דו.)תגובה איר שרייבט. צו מיט א לינק, אדער מיט א צטט.
ביטע נישט פארדרייען די אשכול מיט זאכן וואס האט נישט מיט מיינע תגובות, אויב איך מעג בעטן, זאלן די מנהלים זאלן עס אינפארסן ווי ווייט מעגליך.
יישר כח פאר אייך אלע.

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12552
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

Re: פראקסט מיך אויס דא, איך וויל מיך לערנען.

תגובהדורך מאשקע » דינסטאג יוני 19, 2007 6:09 pm

קודם כל, האלט דיך נישט צוריק פון שרייבן, אפילו ס'איז מיט טעותים. ביזט נישט דער איינציגסטער...
והשנית, וועל איך טאקע אויף דעם תגובה פרובירן אביסל צו פארריכטן, כיד ה' הטובה עלי.


לוי האט געשריבן:איך וועל נישט מאכן קיין הקדמות, איך וועל גראד זאגן וואס איך וויל. איך האב זייער הנאה דא אין קרעטשמע, אבער איך האלט מיך ציריק פון שרייבן, ווייל איך ווייס אז איך קען נישט גוט די כללים פון שרייבן. אפילי מען האט שוין דא דיסקאסט אסאך ווערטער, ווייס איך נאך אלץ נישט ווא סווען וואו/ווי צו ניצן, נעם איך מיר דו כוחות און איך וועל פארלאנגן נאר פון די וואס קענען טאקע גוט אידיש, אז דא אין דעם אשכול, זאלן זיי מיר פארעכטן מיינע טעותים.
פארשטייט זיך אז נאר אויב זיי האלטן דערביי :smile: .
אויב נעמט איר טאקע אן מיין פארלאנג, וועל איך אייך בעטן אז ווען איר וועט מיר אויפמערקזאם מאכן אויף א טעות, זאלט איר אנוויזן די בעסטע וואס איר קענט פון וועלעכע תגובה איר שרייבט. צו מיט א לינק, אדער מיט א צטט.
ביטע נישט פארדרייען די אשכול מיט זאכן וואס האט נישט מיט מיינע תגובות, אויב איך מעג בעטן, זאלן די מנהלים זאלן עס אינפארסן ווי ווייט מעגליך.
יישר כח פאר אייך אלע.


ציריק - צ"ל צוריק
אפילי - צ"ל אפילו
דיסקאסט - צ"ל דיסקוסירט אדער דיסקוטירט
וואו/ווי - צ"ל וואו
אנוויזן - צ"ל אנווייזן (מסתמא נאר א טעות הדפוס)
וועלעכע - צ"ל וועלכע
צו - צ"ל צי
זאלן די מנהלים זאלן - כפל הלשון
אינפארסן - צ"ל אינפארסירן
[/b]

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12552
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » דינסטאג יוני 19, 2007 6:09 pm

שני נביאים נתנבאו... און איכער האט אפילו באמערקט וואס איך האב אויסגעלאזט.

אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18574
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

תגובהדורך איך_הער » דינסטאג יוני 19, 2007 6:18 pm

און דאס זעלבע פארקערט, כאטש דארט וואו איך האב געטראכט אז ס'איז א טעות הדפוס, האבעך נישט געשריבן, און ביידאוועי, איך האלט אז מ'קען שרייבן דיסקאסט, כ'מיין אז די וואו, אויף וואס דו באציסט זיך, מיינט ער צו שרייבן, וואס, נאר די סמ'ך האט זיך פאררוקט, און אינפארסן, מיין איך אויך, אז ס'איז נישט קיין פראבלעם, צו שרייבן אינפארסן.

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » דינסטאג יוני 19, 2007 8:44 pm

לוי;

נעם דיר איין כלל אין קאפ אריין: קיינער איז נישט פערפעקט, אפילו דער גרעסטער מומחה מר. אידיש האט אין זיין ערשטן בוך געהאט צענדליגער טעותי הדפוס. דער עיקר: שרייב און שרייב, און וועסט זיך שוין דערלערנען - אזוי ווי אסאך מיטגלידער דא האבן געטאן, און מיט דער צייט זענען זיי געווארן גאנצע אדער האלבע מומחים.

לוי
שר העשר
תגובות: 30
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 30, 2007 4:14 pm

תגובהדורך לוי » דאנארשטאג יוני 21, 2007 10:27 am

איך הער; מאשקע;
א גרויסן יישר כח.

קרעמער;
מיין ציל איז נישט צו זיין פערפעקט, מיין ציל איז אבער יא צו זיין כמעט וואו א דודכשניטליכער שרייבער.
__________
דא דארף איך אויך לייגען מיין חתומה? :smile:
(נאר ענטפערן אויב עס איז נישט גוט געספעלט...)

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12552
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » דאנארשטאג יוני 21, 2007 11:29 am

איך האב יעצט באמערקט א טעות אינעם קעפל: פראקסט מיך אויס, צ"ל פראקטס. באט עניוועי.
דא דארף איך אויך לייגען (לייגן) מיין חתומה (חתימה)?

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » דאנארשטאג יוני 21, 2007 12:30 pm

"דורכשניטליכער" שרייבער כצ"ל

בני היכלא
שר האלפיים
תגובות: 2664
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2007 12:01 am

תגובהדורך בני היכלא » פרייטאג יוני 22, 2007 3:37 am

מאשקע
פארוואס זאגסטו, אז צו צ"ל צי, למה?

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » פרייטאג יוני 22, 2007 11:38 am

היכלא;

עס זענען דא צוויי 'צוויים' (אזוי צו זאגן), "אל משה" שרייבט מען מיט א וי"ו, "צו משה", אבער אזוי "צי" אזוי, קומט מיט א יו"ד.

לוי
שר העשר
תגובות: 30
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 30, 2007 4:14 pm

תגובהדורך לוי » פרייטאג יוני 22, 2007 12:29 pm

לאמיר זעהן צי איך ווייס שוין.
ווען מען שרייבט צו א מענטש, שרייבט מען צו. און ווען מען שרייבט צי עפעס וואס האט נישט מיט קיין מענטש, שרייבט מען צי.

די זעלבע וואו ביי דו/די,
דו, גיי ארויס פון דא. וואס ליגט אין די כלי.

איז עס גוט?
פראקטס מיך אויס דא, איך וויל מיך לערנען. -- שיקט מיר נישט קיין אימעיל'ס, איך קען נישט די פעסווארד דערפון.

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » פרייטאג יוני 22, 2007 12:46 pm

צי/צו האט נישט צוטאן מיט א מענטש אדער אן אוממענטש.. עס ווענדט זיך אויב דו ווילסט זאגן 'אדער' (צי) אדער דו ווילסט גיין 'צו' א געוויסע ארט אדער רעדן 'צו' איינעם.

לוי
שר העשר
תגובות: 30
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 30, 2007 4:14 pm

תגובהדורך לוי » פרייטאג יוני 22, 2007 12:51 pm

קענסט מיר אפשר שרייבן אפאר פארעגרעפן און עס זאל דארט אפאר מאל צו און אויך צי, אז איך זאל עס קענן בעסער פארשטיין?
פראקטס מיך אויס דא, איך וויל מיך לערנען. -- שיקט מיר נישט קיין אימעיל'ס, איך קען נישט די פעסווארד דערפון.

אוועטאר
סאכדעס
שר עשרים אלפים
תגובות: 20429
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

תגובהדורך סאכדעס » פרייטאג יוני 22, 2007 12:57 pm

קרעמער זאג מיר צו כאב רעכט.

אסאך מאל איז שווער צי וויסן אויב יענקל וועט גיין צו שמעונ'ן, צי ער וועט גיין צו ראובנ'ן.

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » פרייטאג יוני 22, 2007 1:01 pm

סאכדעס האט געשריבן:קרעמער זאג מיר צו כאב רעכט.

אסאך מאל איז שווער צי וויסן אויב יענקל וועט גיין צו שמעונ'ן, צי ער וועט גיין צו ראובנ'ן.


די ערשטע איז א גרייז, וכצ"ל: זאג מיר צי כאב (אויך מיר א ווארט) רעכט.

דאס צווייטע איז אויך גרייזיג, וצ"ל: אסאך מאל איז שווער צו וויסן.

בני היכלא
שר האלפיים
תגובות: 2664
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2007 12:01 am

תגובהדורך בני היכלא » זונטאג יוני 24, 2007 1:32 am

לעצט פאראכטן דורך בני היכלא אום מיטוואך אפריל 09, 2008 5:33 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » זונטאג יוני 24, 2007 1:58 pm

בני-היכלא;

דיין טענה האט זיך ווארשיינליך באצויגן אויף דעם פראזע פון לוי: "צו מיט א לינק, אדער מיט א צטט", וואס אויף דעם האט מאשקע מעיר געווען אז מען דארף שרייבן "צי", ווייל דאס איז במקום ספק, נישט במקום אל.

בני היכלא
שר האלפיים
תגובות: 2664
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2007 12:01 am

תגובהדורך בני היכלא » זונטאג יוני 24, 2007 2:36 pm

לעצט פאראכטן דורך בני היכלא אום מיטוואך אפריל 09, 2008 5:33 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
קרעזי
שר חמש מאות
תגובות: 682
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 07, 2006 7:00 am
לאקאציע: צו ס'איז אין מקוה, צו גאר הכנות, א איד בלייבט א איד בכל מקום שהוא

תגובהדורך קרעזי » דינסטאג יוני 26, 2007 9:48 am

קרעמער,

פארוואס טאקע שרייבט מען "צו וואוסן (וויסן?)" און נישט "צי" וויסן? לכאורה, דער צו\י איז דאך נישט "צו" גיין, און נישט ווי "יא צי ניין", נאר גאר א דריטע זאך. איך ווייס אז אין ענגליש וואלט מען טאקע גענוצט TO KNOW, וואס גיבט דיר רעכט, און די זעלבע אין לשון קודש "לדעת" איז די למ"ד אויף דיין זייט. אלזא, וואס איז דאס טאקע, און פארוואס איז דאס אזוי?

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » דינסטאג יוני 26, 2007 12:00 pm

וואס דארפסטו מער ראיות ווי דאס איז סיי אין לשון הקודש און סיי להבדיל אין ענגליש איז עס "אל"/"TO"?

לאמור = אזוי 'צו' זאגן.

לוי
שר העשר
תגובות: 30
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 30, 2007 4:14 pm

תגובהדורך לוי » דינסטאג יוני 26, 2007 12:09 pm

לאמיר זען צי די צו/צי אין דעם תגובה איז אויסגעהאלטן צי נישט.
ראובן איז געגאנגען אהיים צו שמעון און פארברענגט מיט דברי תורה, דערנאך זענען זיי ווייטער געגאנגען צו א אנדער פלאץ, און אויפן וועג האבן זיי ווייטער געשמועסט און שמעון געט א זאג פאר ראובן, איך גיי דיך עפעס פרעגן און לאמיר זען צי דו וועסט מיר קענען ענטפערן צי נישט, זאגט ער אים גוט, פרעג. פרעגט אים שמעון ווען שרייבט מען צו מיט א ו' און ווען מיט א י'. זאגט ראובן צו שמעון, זייער פשוט, אל שמעון, שרייבט מען צו שמעון. און אזוי אויך לשמעון, צו שמעון. לאמר, אזוי צו זאגן. און אזוי כמעט איבעראל ניצט מען א ו'. אבער ווען דו ווילסט פרעגן א שאלה איבער א ענין צי עס איז געווען אזוי צי אזוי. דעמאלס נוצטו א י'. בקיצור, "אין צי אלא לשון שאלה".
פראקטס מיך אויס דא, איך וויל מיך לערנען. -- שיקט מיר נישט קיין אימעיל'ס, איך קען נישט די פעסווארד דערפון.

בני היכלא
שר האלפיים
תגובות: 2664
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2007 12:01 am

תגובהדורך בני היכלא » דינסטאג יוני 26, 2007 12:17 pm

ס'איז דא נאך א צו, דער ענגלישער TOO צו סאך,

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » דינסטאג יוני 26, 2007 12:20 pm

לוי האט געשריבן:לאמיר זען צי די צו/צי אין דעם תגובה איז אויסגעהאלטן צי נישט.
ראובן איז געגאנגען אהיים צו שמעון און פארברענגט מיט דברי תורה, דערנאך זענען זיי ווייטער געגאנגען צו א אנדער פלאץ, און אויפן וועג האבן זיי ווייטער געשמועסט און שמעון געט א זאג פאר ראובן, איך גיי דיך עפעס פרעגן און לאמיר זען צי דו וועסט מיר קענען ענטפערן צי נישט, זאגט ער אים גוט, פרעג. פרעגט אים שמעון ווען שרייבט מען צו מיט א ו' און ווען מיט א י'. זאגט ראובן צו שמעון, זייער פשוט, אל שמעון, שרייבט מען צו שמעון. און אזוי אויך לשמעון, צו שמעון. לאמר, אזוי צו זאגן. און אזוי כמעט איבעראל ניצט מען א ו'. אבער ווען דו ווילסט פרעגן א שאלה איבער א ענין צי עס איז געווען אזוי צי אזוי. דעמאלס נוצטו א י'. בקיצור, "אין צי אלא לשון שאלה".


וואונדערבאר! באקומסט א 100% אויפן פראבע (טעסט? בחינה?).

איין הערה קטנה (נישט וואס אנבאלאנגט דעם צוצי) במקום "א אנדער פלאץ", שרייבט מען "אן אנדער פלאץ", ווי די כלל לויטעט אז ווען עס שטייט "א" בעפאר א ווארט וואס הייבט זיך אן מיט אן אלף אדער אן עין, ווערט דאס פארוואנדעלט אין אן "אן" (קרוב מיט קאפי אנ-אן).

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12552
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » דינסטאג יוני 26, 2007 2:02 pm

לוי;
זייער גוט. האסט ארויס די זאך.

בני היכלא;
יענץ זאגט מען אויך "צו".


צוריק צו “שפראך, גראמאטיק און דקדוק”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Baidu [Spider] און 5 געסט