טאג, טעג.

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

3x0
המכונה 'טריאו'
תגובות: 9146
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 28, 2006 11:29 am
לאקאציע: חבוי

טאג, טעג.

תגובהדורך 3x0 » דאנארשטאג אפריל 26, 2007 8:53 am

איך האב נעכטן געהערט ווי א עלטערע אינגערמאן זאגט "צען טאג", איך האב מיך געציפט צו זעהן אויב איך בין אויף, אדער עס איז א חלום, איך האף אז ער דרייט זיך צווישן אונז, און אז נישט, האף איך אז איינער וועט אים איבערגעבן וואס איך גיי יעצט שרייבן.

ווען מען רעדט פון איין טאג, זאגט מען טאג (מיט א קמץ אונטער די א) און ווען מען רעדט פון מער ווי איין טאג, זאגעט מען טעג (מיט א סגול אונטער די ע).

אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18576
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

תגובהדורך איך_הער » דאנארשטאג אפריל 26, 2007 9:13 am

איך פארשטיי דיין ווייטאג, און איך גיי יענעם נישט פארענטפערן, איך מיין אבער אז ווען למשל אן ארבעטער וויל זאגן פאר זיין באלעבאס אז ער גייט פעלן פאר עטליכע טעג, וועט ער אים ענדערש זאגן, אז ער גייט פעלן נאר פאר א פאר טאג, ווייל אזוי זעט עס נישט אויס אזוי סאך, ווי ווען ער זאל זאגן אז ער גייט פעלן אפאר טעג.

קען זיין אז ס'איז נאר אן איינרעדעניש, אבער אויף אזויפיל אז ס'זאל זיין פון וואס צו שרייבן איז עס פונקט גוט.

א אידעלע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 418
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 13, 2006 12:27 pm
לאקאציע: דרייט זיך אינמיטען וועג

תגובהדורך א אידעלע » דאנארשטאג אפריל 26, 2007 10:38 am

טריאו איך פארשטיי דיין ווייטאג, און איך גיי יענעם יא פארענטפערן,

וז"ל רש"י פ' וישלח על הפסוק ויהי לי שור וחמור:
דרך ארץ לומר על שורים הרבה שור, אדם אומר לחבירו בלילה קרא התרנגול ואינו אומר קראו התרנגולים עכ"ל

זיי מצליח, און
ברענג משיח.

א אידעלע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 418
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 13, 2006 12:27 pm
לאקאציע: דרייט זיך אינמיטען וועג

תגובהדורך א אידעלע » דאנארשטאג אפריל 26, 2007 12:22 pm

איך האב יעצט געכאפט אז ביים ספירה ציילען זאגט מען אויכעט

היום שלשה ועשרים יום (טאג) און מען זאגט נישט היום שלשה ועשרים ימים (טעג).

לחיים ולברכה
שר האלפיים
תגובות: 2549
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 22, 2007 1:10 pm
לאקאציע: אונטער'ן נעץ

תגובהדורך לחיים ולברכה » דאנארשטאג אפריל 26, 2007 12:43 pm

וויזוי זאגט מען? איינס א האלב טאג, אדער איינס א האלב טעג? די זעלבע מיט שעה/שעות וכו' וכו'.
אם אין אני לי, אויב איך וועל נישט טוהן פאר מיינע אייגענע קינדער, מי לי, ווער וועט דאס טוהן אנשטאט מיר?

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » דאנארשטאג אפריל 26, 2007 5:03 pm

אנדערטהאלבן טעג/שעה

לחיים ולברכה
שר האלפיים
תגובות: 2549
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 22, 2007 1:10 pm
לאקאציע: אונטער'ן נעץ

תגובהדורך לחיים ולברכה » דאנארשטאג אפריל 26, 2007 5:14 pm

קרעמער האט געשריבן:אנדערטהאלבן טעג/שעה


סתירה: רבים אדער יחיד?

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » פרייטאג אפריל 27, 2007 12:11 am

קיין שום סתירה, כאן בטעג כאן בשעה...

דער אמת איז אבער, אז מיר ברויכן נאך א שטארקן הסבר אין די גאנצע טעמע, אפשר מיט די צייט וועט דאס פארענטפערט ווערן אין הרב סורקיס' אויסגאבע, אדער אין די "מעלות".

אוועטאר
ערנסטער
שר חמש מאות
תגובות: 582
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 30, 2007 11:23 am
לאקאציע: פון יעהופעץ

תגובהדורך ערנסטער » זונטאג אפריל 29, 2007 6:33 am

ס'דאכט זיך מיר אז ריכטיקער איז זאגן "צען טעג", אבער א סך מאל איך האב געהערט אז זאגט מען אויכעט "צען טאג".
אפשר ס'הייבט זיך אן פון דעם אז וועגן יארן זאגט מען דאך "צען יאר" (נישט "צען יארן") און וועגן וואכן "צען וואכן" (נישט "צען וואך"). איז מיט די טעג דער מצב איז "אין מיטן" - א מאל זאגט מען אזוי און א מאל אזוי.
די וואָר הענגט אויף א האָר


צוריק צו “שפראך, גראמאטיק און דקדוק”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך איצט דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און איין גאסט