ווי הויעך קען צייט זיין?

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18576
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

ווי הויעך קען צייט זיין?

תגובהדורך איך_הער » מיטוואך מארטש 28, 2007 10:40 am

פארשידענע אדווערטייזמענטס, האלטן אין איין שרייבן, אז ס'איז שוין ס'העכסטע צייט, איז טאקע דא א שיעור ווי הויעך צייט קען זיין, אז זיי ווייסן אז ס'איז שוין ס'העכסטע?

לחיים ולברכה
שר האלפיים
תגובות: 2549
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 22, 2007 1:10 pm
לאקאציע: אונטער'ן נעץ

תגובהדורך לחיים ולברכה » מיטוואך מארטש 28, 2007 11:49 am

גע'ערטע סעקרעטאר, העכסטע צייט האט - לדעתי - בכלל נישט מיט הויעך. לדוגמא, די עפיזאד איז געווען העכסט באלערנט וכו'.
יאך האב נישט קיין צייט מסביר צו זיין מיינע רייד, אבער פטור בלא כלום אי אפשר, כ'וועל לאזן מיינע גוטע פריינד זיך ספראווען מיט די שווערע שאלה.
אם אין אני לי, אויב איך וועל נישט טוהן פאר מיינע אייגענע קינדער, מי לי, ווער וועט דאס טוהן אנשטאט מיר?

תהוובהו
שר מאה
תגובות: 105
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 13, 2006 2:30 pm

תגובהדורך תהוובהו » מיטוואך מארטש 28, 2007 7:36 pm

אין ענגליש איז אויך דא דער אויסדרוק it's high time

אוועטאר
סאכדעס
שר עשרים אלפים
תגובות: 20429
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

תגובהדורך סאכדעס » מיטוואך מארטש 28, 2007 9:19 pm

געערטער לחיים ולברכה, זאגסט גוט, אבער למאסע האט עס - לדעתי - שוין איינמאל מיט הויך. א ביישפיל: איך בין הויך, קרעמער העכער, לחיים ולברכה נאך העכער, תהו ובוהו די העכסטע. דאס איז סיי אין גשם און סיי און רוח.

העכסט באלערנט, איז טייטש מאקסימום באלערנט, און נישט נאר דאס, נאר רייך און פול. העכסט איז די אפטייטש אויף די באגריף, א זאך וואס איז חשוב'ער פון אנדערע, א זאך וואס מ'גלייכט מער פון אנדערע זאכן, א. ד. ג., איז ווען מ'זאגט דאס איז די העכסטע זאך ביי מיר, האט מען אין איין ווארט זעך אויסגעדרוקט מערערע באדייטן.

אלזא וווייסעך נישט וואס די טיפע שאלה פון יאכער איז. אויב איז דיר נאך עפעס שווער, אדער אויב איז דא אזעכע וואס האלטן אנדערש. זאלן זיך ווארים אנרופן.

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12552
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » דאנארשטאג מארטש 29, 2007 12:06 am

סאכדעס;
לשיטתך, וואס מיינט: ס'איז "העכסט" אינטערעסאנט? דאס נוצט מען געווענליך אנשטאט ס'איז "היבש" אינטערעסאנט אדער "גאנץ" אינטערעסאנט.

אוועטאר
סאכדעס
שר עשרים אלפים
תגובות: 20429
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

תגובהדורך סאכדעס » דאנארשטאג מארטש 29, 2007 10:39 am

וואס עפעס?, איך וואלט קיינמאל נישט גענוצט "העכסט" אנשטאט ''היבש'' אדער ''גאנץ''.

אוועטאר
אינטעליגענט
שר חמש מאות
תגובות: 876
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 02, 2008 6:23 pm

תגובהדורך אינטעליגענט » דאנארשטאג סעפטעמבער 04, 2008 6:10 pm

מ'טרעפט אפט ווערטער וואס מנוצט עס כמו סלענג, ד.ה. מ'לאזט אויס א ווארט אדער מ'מאכט א קיצור.
צום ביישפיל:
העכסטע צייט = העכסטע מאס צייט
הויכע שפראך = הויכשטאפלערישע שפראך
מיין רבי אין כתה ג' האט געהייסן ר' שמערל = דער וואס איז געווען מיין רבי ווען כהאב פארבראכט אין כתה ג' הייסט ר' שמערל (אין דעם פאל האט מען אראפ געציפט די לשון עבר פון "דער וואס איז געווען מיין רבי" אין מהפך געווען פאר "מיין רבי" אזוי אויך די ווערטער "ווען כהאב פארבראכט אין כתה ג'" אראפ גענומען די עבר און געמאכט פאר "אין כתה ג'" און די לשון עבר האט מען געשטעלט אויפן נישט ריכטיגן זאץ דהיינו "האט געהייסן ר' שמערל" אנשטאט "הייסט ר' שמערל")
אזא שיינע ארבעט WOW דאס דארף מען קענען = אזא שיינע ארבעט WOW כדי דאס צו מאכן דארף מען קענען די פאך (אין דעם פאל לאזט מען אויס די סיבה פארוואס מדארף קענען און די זאך וואס מדארף קענען)
אזוי איז דא פיל.

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 20705
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » פרייטאג סעפטעמבער 05, 2008 8:00 am

הרב אינטיליגענט, ברוכים הבאים.

דאס איז דאך די טייטש פון "והוא מקרא קצר".
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
יעקעלע פוקס
שר חמש מאות
תגובות: 876
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 04, 2008 12:22 pm

תגובהדורך יעקעלע פוקס » פרייטאג סעפטעמבער 05, 2008 1:44 pm

קיק אויף די קעפל ווי הויעך צייט קען גיין
כאב איינמאל גיט געלאכט, פרעגט מיך איינער פארוואס איך לאך אזוי הויעך ווי א דזשיראף?
זעלבע בחינה, פעלט נישט אויס אן עקסטערע אשכול
טעמו וראו כי טוב השם

אוועטאר
אלעקסיי
שר האלפיים
תגובות: 2867
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 16, 2007 10:24 pm
לאקאציע: בערג און טאלען
פארבינד זיך:

תגובהדורך אלעקסיי » פרייטאג סעפטעמבער 05, 2008 3:40 pm

באמת איז מען שוין פון לאנג אנגעקומען צום העכסטען שטאפל פון הייך.

נאר אזוי ווי יעדע וואך פאלען מיר צוריק 'אונטערן' רושם פון אלמוני פלמוני, דארף מען זיך צוריק הויבען צום מאקסימום, וחוזר חלילה.
א געשליפן צינגל – עקלדיג, א שלעכט צינגל – א רשע.

אוועטאר
גרויזאמער
מ. ראש הקהל
תגובות: 3584
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 06, 2006 4:03 pm
לאקאציע: אויף די באלעמער שטיגן

תגובהדורך גרויזאמער » מאנטאג אוקטובער 06, 2008 4:12 pm

לויטן רמב"ם אין מורה קען צייט זיין זייער הויעך, צייט איז א חפץ!

מיללער, וכו'? נעם איבער ס'ווארט
איינגעשריבענע באנוצער וועלכע האבן באדאנקט די תגובה:
קרעמער | צום זאך | צייטליך | גרויזאמער | וויכטיג מאכער | אויפריכטיג | מאשקע | bloomberg4mayor | arender

לחץ כאן למסור תודה על תגובה זו | דווח על תוכן פגעוני

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:51 pm

תגובהדורך זיידעניו » מאנטאג אוקטובער 06, 2008 6:24 pm

גרויזי האט געשריבן:לויטן רמב"ם אין מורה קען צייט זיין זייער הויעך, צייט איז א חפץ!

מיללער, וכו'? נעם איבער ס'ווארט


לויט די רמב"ם איז דער צייט טאקע א גשמיותדיגער מציאות און די חכמי אומות העולם האבן מודה געווען (ע"ע אלבערט איינשטיין), אבער עס איז נאך אלץ נישט א זעקסקאנטיגע חפץ, ווייל עס נעמט ארום די גאנצע עשיה, און עס גייט אזוי הויעך ביז די הויכע ספערן וואס גרעניצט נישט מער אין פלאנעט ארץ, (קען זיין אז טאקע דארט איז די העכסטע צייט, איז דאס האט טאקע כינע געוואלט ווייזן אז עס איז שוין העכסט צייט אז זיי זאלן איבערנעמן די וועלט מאכט).

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14176
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » דינסטאג אוקטובער 07, 2008 11:46 am

דאס אז צייט איז א מציאות - א חפץ - איז נישט די מדובר דא. שוין לאנג אויפגעוויזן געווארן בענין ויברך אלקים את יום השביעי ואכמל.

דא האט איך הער געמאכט א וויץ און קיינער כאפט עס נישט... (עי' ערך שרה פעילין).
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18576
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

תגובהדורך איך_הער » דאנארשטאג אוקטובער 16, 2008 5:27 pm

שוועמל, זעסט מיר אויס דער ערשטער און איינציגסטער וואס האט געכאפט די באדייט פונעם אשכול.


צוריק צו “שפראך, גראמאטיק און דקדוק”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 0 געסט