אנעקדאטן?

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
קרעזי
שר חמש מאות
תגובות: 682
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 07, 2006 7:00 am
לאקאציע: צו ס'איז אין מקוה, צו גאר הכנות, א איד בלייבט א איד בכל מקום שהוא

אנעקדאטן?

תגובהדורך קרעזי » מיטוואך מארטש 14, 2007 5:44 pm

ווי אזוי שרייבט מען דעם ווארט? האב איך עס גוט אויסגעלייגט? וואס איז די פונטקליכע באדייט פון דעם ווארט?

א דאנק

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12552
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » מיטוואך מארטש 14, 2007 5:49 pm

גוט געשריבן דעם ווארט.
די באדייט (בערך): א קורצע לייכטע מעשה'לע וואס ברענגט ארויס א שמייכל אדער איראניע.

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12552
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » מיטוואך מארטש 14, 2007 5:52 pm

אנעקדאטן אויף פארשידענע באקאנטע פערזאנען אין די היסטאריע.

http://www.anecdotage.com

אוועטאר
קרעזי
שר חמש מאות
תגובות: 682
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 07, 2006 7:00 am
לאקאציע: צו ס'איז אין מקוה, צו גאר הכנות, א איד בלייבט א איד בכל מקום שהוא

תגובהדורך קרעזי » מיטוואך מארטש 14, 2007 5:54 pm

אזוי? די ווארט ווערט גענוצט נאר ביי מעשה'לעך וועלכע ברענגן ארויס א שמייכל, אדער סתם אלע מעשיות. עס וואלט למשל געפאסט צו זאגן אזא זאץ: זיינע זכרונות זענען פארוואנדלט געווארן אין מיינע - אויסמישנדיג זיך מיט מיינע פערזענליכע אנעקדאטן - פארמירנדיג א געמיש פון געדענקעניש?

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12552
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » מיטוואך מארטש 14, 2007 5:55 pm

נישט עכט.
(אויסער דעם וואס איך האב בכלל נישט פארשטאנען דעם זאץ...)

אוועטאר
קרעזי
שר חמש מאות
תגובות: 682
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 07, 2006 7:00 am
לאקאציע: צו ס'איז אין מקוה, צו גאר הכנות, א איד בלייבט א איד בכל מקום שהוא

תגובהדורך קרעזי » מיטוואך מארטש 14, 2007 6:09 pm

איך קען פארשטיין אז דו פארשטייסט נישט דעם זאץ וויבאלד ער איז נישט אין קאנטעקסט (וויאזוי זאגט מען דאס אין אידיש?).

וואס איך וויל דא טון איז צו נוצן דעם ווארט אנעקדאטן אויף זכרונות. וויבאלד איך האב שוין גענוצט דעם ווארט זכרונות, און עס וועט נישט זיין אזוי לתפארת הלשון צו נוצן די זעלבע ווארט צוויי מאהל, ממילא דארף איך טרעפן א צווייטן קאנדידאט.

וואס וואלט געווען די פאסיגע ווארט דערצו? (איך האב שוין אויסגענוצט די ווארט "געדענקענישן")

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12552
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » מיטוואך מארטש 14, 2007 6:12 pm

אויף קאנטעקסט האב איך דערווייל נישט קיין אידישע ווארט.
זכרונות איז נישט אנעקדאטן. אן אנעקדאט איז לאו דוקא א זאך וואס מ'געדענקט אדער מ'האט אליין מיטגעהאלטן, נאר וואס מ'האט געהערט דערציילן.
ס'דארף צו זיין נאך א ווארט וואס דו קענסט נוצן אנשטאט. ווען כ'על זיך עס דערמאנען, על איך דיר לאזן וויסן.

אוועטאר
קרעזי
שר חמש מאות
תגובות: 682
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 07, 2006 7:00 am
לאקאציע: צו ס'איז אין מקוה, צו גאר הכנות, א איד בלייבט א איד בכל מקום שהוא

תגובהדורך קרעזי » מיטוואך מארטש 14, 2007 6:39 pm

אוקיי

אוועטאר
ערנסטער
שר חמש מאות
תגובות: 582
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 30, 2007 11:23 am
לאקאציע: פון יעהופעץ

תגובהדורך ערנסטער » דאנארשטאג מארטש 15, 2007 6:29 am

ס'דאכט זיך מיר אז ווען מ'זאגט "אנעקדאט" ממינט מען בדרך כלל "מילתא דבדיחותא".
די וואָר הענגט אויף א האָר

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12552
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » דאנארשטאג מארטש 15, 2007 9:52 am

ערנסטער;
לכבודך האב איך אפירגענומען "באבילאן", און אט וואס ער טייטשט אפ:
short narrative describing an interesting or amusing incident

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » פרייטאג מארטש 16, 2007 12:13 am

אויף עברית זאגט מען "קאנטעקסט": הקשר, קונטקסט
די ארימע אידיש וואלט געזאגט: עס איז נישט אין פלאץ.. (נישט אין קאנטעקסט)

אויף אנעקדאט נוצן זיי: מעשייה, אנקדוטה
אויף די געשמאקע אידיש: א מעשה'לע!

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12552
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » פרייטאג מארטש 16, 2007 12:27 am

אדער א געשיכטעלע, קלינגט נאך בעסער.

אוועטאר
ערנסטער
שר חמש מאות
תגובות: 582
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 30, 2007 11:23 am
לאקאציע: פון יעהופעץ

תגובהדורך ערנסטער » זונטאג מארטש 18, 2007 9:34 am

מאשקע האט געשריבן:ערנסטער;
לכבודך האב איך אפירגענומען "באבילאן", און אט וואס ער טייטשט אפ:
short narrative describing an interesting or amusing incident

הונדערט פראצענט, איך האב נאר געמיינט אז בדרך כלל מ'רופט אזוי דוקא א זאך וואס איז עפעס פארבינדן מיט הומאר.

אט וואס זאגט וועגן דעם וויקיפדיה:
אגנוקאדויטטה היא סיפור קצרצר שבא להמחיש היבט כלשהו בתיאורה של אישיות או בתיאור של מאורע היסטורי. האנקדוטה עוסקת בפרטים שוליים של האישיות או המאורע, אך יש בה כדי להאיר פרטים מהותיים יותר, ובפרט להוסיף לחלוחית לתיאורן של עובדות יבשות.

מקור המונח בספרו של פרוקופיוס מקיסריה, הביוגרף של יוסטיניאנוס הראשון, שפרסם ספר בשם Ανεκδοτα (תורגם כ"זכרונות שלא פורסמו" או "היסטוריה סודית") ובו סיפורים קצרים מהחיים הפרטיים בחצר הביזנטית.

בדרך כלל מבוססת האנקדוטה על מאורע שאכן התרחש, אך במהלך גלגוליה של האנקדוטה היא עשויה להפוך לסיפור בדיוני, עקב שינוי פרטים או עקב הדבקתה לאדם אחר.


און ווען איך האב געעפענט "anecdote" אין ענגלישע Wikipedia איך האב אלץ פארשטאנען:
Note that in the context of Lithuanian, Bulgarian and Russian humor anecdote refers to any short humorous story without the need of factual or biographical origins.
The word anecdote ("unpublished", literally "not given out") comes from Procopius of Caesarea, the biographer of Justinian I, who produced a work entitled Ανεκδοτα (Anekdota, variously translated as Unpublished Memoirs or Secret History), which is primarily a collection of short incidents from the private life of the Byzantine court. Gradually, the term anecdote came to be applied to any short tale utilized to emphasize or illustrate whatever point the author wished to make.

הייס עס אז אין אונזערע ערטער האט מען פשוט "אריינגעבראכט" אין דער ווארט א הומאריסטישע זין...
די וואָר הענגט אויף א האָר

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » זונטאג מארטש 18, 2007 12:10 pm

בקיצור: הא לן והא להו, אין מאמא-רוסיע ווי אויך אין ליטוועניע (ליטע?) און בולגאריע פלעגט מען נוצן דאס ווארט "אנעקדאט" אויף יעדע מילתא דבדיחותא (אויב מען האט בכלל געלאזט לאכן אין יענע מדינות...).

אוועטאר
ערנסטער
שר חמש מאות
תגובות: 582
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 30, 2007 11:23 am
לאקאציע: פון יעהופעץ

תגובהדורך ערנסטער » זונטאג מארטש 18, 2007 1:07 pm

קרעמער האט געשריבן:(אויב מען האט בכלל געלאזט לאכן אין יענע מדינות...).

געלאזט, געלאזט... אבער שטיל אזוי...
אט דעריבער בין איך אזא ערנסטער. :wink:
די וואָר הענגט אויף א האָר

אוועטאר
שעפעריש
שר חמישים
תגובות: 57
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג סעפטעמבער 29, 2017 9:38 am
פארבינד זיך:

תגובהדורך שעפעריש » מאנטאג אוקטובער 02, 2017 10:45 am

אין וועלכע מדינות האט מען נישט געלאזט לאכן?


צוריק צו “שפראך, גראמאטיק און דקדוק”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 3 געסט