לשון רבים

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
ערנסטער
שר חמש מאות
תגובות: 582
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 30, 2007 11:23 am
לאקאציע: פון יעהופעץ

לשון רבים

תגובהדורך ערנסטער » דינסטאג פאברואר 27, 2007 8:00 am

ווי איז דער לשון רבים פון:

א פערד - די פערד(ן) ?
א פיש - די פיש(ן) ?
אן אמעריקאנער - די אמעריקאנער(ס) ?
א פוילישער - די פוילישער(ס) ?
א טעלער - די טעלער(ס) ?
די וואָר הענגט אויף א האָר

אוועטאר
Jewboy
מלך הייד פארק
תגובות: 418
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 26, 2006 5:30 am
לאקאציע: אונטער דער ערד
פארבינד זיך:

תגובהדורך Jewboy » דינסטאג פאברואר 27, 2007 8:22 am

די פערדן.
די פיש. (פישלעך)
די אמעריקאנער
די פוילישע
די טעלערס.
די מענטשען.
די פלעשער.
די לעפלעך.
די גאפלעך.
די מעסערס.
וז"ה
א גוטן.
א גוטן, קען אלץ צו נוץ קומען

3x0
המכונה 'טריאו'
תגובות: 9146
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 28, 2006 11:29 am
לאקאציע: חבוי

תגובהדורך 3x0 » דינסטאג פאברואר 27, 2007 9:04 am

רש"י זאגט אין פרשת ויצא, אז ווען מען האט אסאך פערדן, איז די סדר צו זאגן פערד.

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » דינסטאג פאברואר 27, 2007 9:32 am

די רש"י איז אין פרשת וישלח, ביי ויהי לי שור וחמור, אבער עס קען זיין אז דער כלל גילט נאר אין לשון הקודש.

אוועטאר
ערנסטער
שר חמש מאות
תגובות: 582
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 30, 2007 11:23 am
לאקאציע: פון יעהופעץ

תגובהדורך ערנסטער » דינסטאג פאברואר 27, 2007 9:40 am

אט דווקא אין לשון קודש יעדער ווארט האט לשון רבים (כאטש טאקע נישט יעדער ווארט האט לשון יחיד).
די וואָר הענגט אויף א האָר

א אידעלע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 418
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 13, 2006 12:27 pm
לאקאציע: דרייט זיך אינמיטען וועג

תגובהדורך א אידעלע » דינסטאג פאברואר 27, 2007 10:26 am

אגב, אז מען רעדט שוין פון לשון רבים, וואס איז די כלל ביים דעם, ווען זאגט מען

פישן-פישעלעך
פערדן-פערדלעך
מעסערס-מעסערלעך
מענטשן-מענטשעלעך

זארעכפעפער
שר האלפיים
תגובות: 2167
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 24, 2006 2:28 pm

תגובהדורך זארעכפעפער » דינסטאג פאברואר 27, 2007 10:40 am

מעגליך, אז ווען מען לייגט צו דאס ווארט "די" דאן הערט זיך דער ווארט בלשון רבים, און עס פעלט שוין נישט אויס צוצישטעלן דעם לשון רבים צום עצם ווארט.

די פערד זענען געלאפן
פערדן זענען געלאפן

די פיש אין וואסער ציטערן
פישן אין וואסער ציטערן

מעגלעך?

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » דינסטאג פאברואר 27, 2007 11:02 am

ערנסטער האט געשריבן:אט דווקא אין לשון קודש יעדער ווארט האט לשון רבים (כאטש טאקע נישט יעדער ווארט האט לשון יחיד).


אמת, די לשון רבים פון "שור" איז "שוורים", רש"י זאגט אבער אז בלשון בני אדם זאגט מען אויף אסאך אקסן אויך "שור".

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » דינסטאג פאברואר 27, 2007 11:03 am

א אידעלע האט געשריבן:אגב, אז מען רעדט שוין פון לשון רבים, וואס איז די כלל ביים דעם, ווען זאגט מען

פישן-פישעלעך
פערדן-פערדלעך
מעסערס-מעסערלעך
מענטשן-מענטשעלעך


דאס ווענדט זיך ווי גרויס די זאך איז, א גרויסע פיש, אדער אסאך גרעסערע פיש, זענען "פיש", א קליינע איז א "פישעלע" און אסאך קליינטשיגע זענען "פישעלעך", ומהן תדון להשאר.

אוועטאר
מעסטערמיינד
שר האלף
תגובות: 1515
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 5:35 pm

תגובהדורך מעסטערמיינד » דינסטאג פאברואר 27, 2007 1:59 pm

אמעריקאנער, איז לאוו דוקא לשון רבים, אמעריקאנע, אנעם ריש איז בעסער,

דוגמה,

די אמעריקאנע זענען געלט גייציג, ארר וואט עווער,

כ'טראכט נאר אזוי.

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12555
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » דינסטאג פאברואר 27, 2007 2:02 pm

דו טראכסט טאקע נאר אזוי, ווייל למעשה דארף מען יא זאגן אמעריקאנער מיט א רי"ש.
An article a day keeps the babies away

אוועטאר
סאכדעס
שר עשרים אלפים
תגובות: 20440
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

תגובהדורך סאכדעס » דינסטאג פאברואר 27, 2007 5:06 pm

זארעכפעפער האט געשריבן:מעגליך, אז ווען מען לייגט צו דאס ווארט "די" דאן הערט זיך דער ווארט בלשון רבים, און עס פעלט שוין נישט אויס צוצישטעלן דעם לשון רבים צום עצם ווארט.

די פערד זענען געלאפן
פערדן זענען געלאפן

די פיש אין וואסער ציטערן
פישן אין וואסער ציטערן

מעגלעך?


כ'זעה אין דיעזע ווערטער א שטארקע גערעכטיגקייט, וואס זאגסטו מאשקע? דיזער?

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12555
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » דינסטאג פאברואר 27, 2007 5:08 pm

דיזער כראפעצט יעצט.
מאשקע זאגט, אז ס'לייגט זיך שטארק אויפ'ן שכל. איך וועל מיך נאכפרעגן ביי מיינע קוועלער.
An article a day keeps the babies away

אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12466
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

תגובהדורך צייטליך » דינסטאג פאברואר 27, 2007 6:15 pm

גראדע שטימט עס נישט אינגאנצען, מען זאגט נישט "פישן אין וואסער ציטערן" מען זאגט אנדערש "די פישן און וואסער וכו' ביי די פערד גראדע שטימט עס בעסער, אבער ביי די פיש אויסדריקלעך נישט.
כנללענ"ד
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » דינסטאג פאברואר 27, 2007 7:26 pm

איך מיין אז מען פירט זיך צו זאגן: די פיש אין וואסער, און נישט "די פישן אין וואסער".

אוועטאר
מעסטערמיינד
שר האלף
תגובות: 1515
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 5:35 pm

תגובהדורך מעסטערמיינד » דינסטאג פאברואר 27, 2007 9:31 pm

די פיש אין וואסער, אללוועיס.

אגב קען מיר איינער נאכקוקען/הערן ר' יום טוב עהרליך תורה ווי ער זינגט די אמעריקאנע/ר די תורה ווייזט ער און ער פרעגט צו בעלן איז ווער

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12555
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » דינסטאג פאברואר 27, 2007 9:42 pm

מ'קען סיי-ווי נישט באשטימען לויט ווי ר' יו"ט עהרליך ז"ל האט געזונגען. אונזער אידיש איז ניט אינגאנצן ענליך צו זיינעם.
An article a day keeps the babies away

אוועטאר
ערנסטער
שר חמש מאות
תגובות: 582
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 30, 2007 11:23 am
לאקאציע: פון יעהופעץ

תגובהדורך ערנסטער » מיטוואך פאברואר 28, 2007 4:43 am

מעסטערמיינד האט געשריבן:די פיש אין וואסער, אללוועיס.

אגב קען מיר איינער נאכקוקען/הערן ר' יום טוב עהרליך תורה ווי ער זינגט די אמעריקאנע/ר די תורה ווייזט ער און ער פרעגט צו בעלן איז ווער

מיינסט "אידישע אוצרות"?
דאכט זיך מיר, אז פריד זינגט דארט "די אמעריקאנער" - מיט א רי"ש און אן קיין סמ"ך.
די וואָר הענגט אויף א האָר

אוועטאר
ערנסטער
שר חמש מאות
תגובות: 582
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 30, 2007 11:23 am
לאקאציע: פון יעהופעץ

תגובהדורך ערנסטער » מיטוואך פאברואר 28, 2007 4:48 am

מאשקע האט געשריבן:מ'קען סיי-ווי נישט באשטימען לויט ווי ר' יו"ט עהרליך ז"ל האט געזונגען. אונזער אידיש איז ניט אינגאנצן ענליך צו זיינעם.

ס'איז דא תקליטים (קאסעטן) ווי ער אליין האט עס געזונגען?
מען קען דאס געפינען אין אינטערנעט?
די וואָר הענגט אויף א האָר

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » מיטוואך פאברואר 28, 2007 9:51 am

איך האב 7 פון ר' יו"ט ערליך'ס ניגונים אויף מיין קאמפיוטער (אראפגעלאדנט פון היידפארק א וויילע צוריק), פילייכט אנדערע האבן מער, און קענען זיך בעסער אויס וויאזוי דאס צוזאמצושטעלן אין איין "פייל" און ארויפשטעלן דאהי.

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12555
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » מיטוואך פאברואר 28, 2007 10:12 am

אוודאי איז דא קאסעטן וואו ער זינגט. א סך הכל פון 36 דערפון.
דא אין אמעריקע איז עס דא צו באקומען פאר 160 דאלאר די גאנצע סעט. אז דו דארפסט מער אינפארמאציע דערוועגן, לאז מיך וויסן.
An article a day keeps the babies away

אוועטאר
ערנסטער
שר חמש מאות
תגובות: 582
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 30, 2007 11:23 am
לאקאציע: פון יעהופעץ

תגובהדורך ערנסטער » מיטוואך פאברואר 28, 2007 10:58 am

קרעמער, מאשקע, א דאנק. כ'וועל שוין זוכן.
די וואָר הענגט אויף א האָר


צוריק צו “שפראך, גראמאטיק און דקדוק”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 3 געסט