אין איין

די אחראים: יאנאש,אור המקיף,אחראי,געלעגער

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12672
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

אין איין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאשקע »

פון וואו קומט דער - און וואס איז פשט פונעם - אויסדרוק "אין איין"?
צ.ב.ש.: ער האלט אין איין עסן. ער האלט אין איין בעטן נאך. ער האלט אין איין פארפירן אז ער דארף א רעיס. ער האלט אין איין שטייגן בלימוד התורה.
פון וואו נעמט זיך דאס? איך האלט עס "אין איין" הערן פון מענטשן, און איך האלט מיך "אין איין" וואונדערן וואס דאס באדייט.
An article a day keeps the babies away
אוועטאר
ערנסטער
שר חמש מאות
תגובות: 583
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 30, 2007 11:23 am
לאקאציע: פון יעהופעץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ערנסטער »

פונוואנען נעט זיך דאס ווייס איך נישט (מסתמא עס נעמט זיך פון דעם זעלבן ארט ווי אלע אנדערע ווערטער אין אידיש), אבער "ער האלט אין איין רעדן שטותים" הייסט "ער איז פארנומען נאר מיטן רעדן שטותים", "ער רעדט שטותים גאנצע צייט".
די וואָר הענגט אויף א האָר
אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12672
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאשקע »

איך ווייס זייער גוט וואס ס'מיינט, איך וויל נאר וויסן פארוואס.
An article a day keeps the babies away
אוועטאר
סאכדעס
שר שלשים אלף
תגובות: 31438
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאכדעס »

דאס איז די 'איינ'ציגסטע זאך וואס ער באנעמט זיך, בדרך אפשר.
פקודתו פון התאחדות שמרה רוחי!
א אידעלע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 419
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 13, 2006 12:27 pm
לאקאציע: דרייט זיך אינמיטען וועג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א אידעלע »

מאשקע, דאס ווארט "אין איינעם" ווייסטו יא וואס איז דער באדייט?

למשל, לאמיר אין איינעם מאכן א ריקוד, לאמיר אין איינעם זיך משמח זיין לכבוד חודש אדר וכדו'...
אוועטאר
סאכדעס
שר שלשים אלף
תגובות: 31438
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאכדעס »

לכאורה אז מ'זאל זיין אזוי ווי איינ'ס
פקודתו פון התאחדות שמרה רוחי!
א אידעלע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 419
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 13, 2006 12:27 pm
לאקאציע: דרייט זיך אינמיטען וועג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א אידעלע »

יישר כח סאכדעס!!

עס איז מיר איינגעפאלן וואס די ווארט "אין איין" מיינט, למשל ער האלט אין איין עסן מיינט, אז ער האט נאר אלס אינזין איין זאך, ער ווייסט נישט פון עפעס אנדערש נאר פון עסן און נאכאמאל עסן..
אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12672
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאשקע »

קען טאקע זיין. ס'שטארק מעגליך.
ווער נאך ס'ווייסט עפעס דערוועגן, זאל זיך אנרופן.
An article a day keeps the babies away
אוועטאר
היסטאריש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3985
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 27, 2021 4:20 pm
פארבינד זיך:

Re: אין איין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היסטאריש »

@סאכדעס זאגט גוט. איך וואלט עס גראדע צוזאמגעשטעלט אין איין ווארט, 'אינאיין'. (אופס, מערק ווי איך שרייב אויך 'אין איין', נישט אייביג קומט צוזאמצושטעלן אפילו ביי דעם זעלבן ווארט.)
די פאַרגאַנגענהייט איז פאַקטיש געשען, אָבער היסטאָריע איז בלויז וואָס עמיצער האָט אַראָפגעשריבן.
אוועטאר
לעכטל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3982
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 27, 2019 6:03 pm
לאקאציע: ביד השי"ת

Re: אין איין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעכטל »

היסטאריש האט געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 21, 2023 8:23 am
@סאכדעס זאגט גוט. איך וואלט עס גראדע צוזאמגעשטעלט אין איין ווארט, 'אינאיין'. (אופס, מערק ווי איך שרייב אויך 'אין איין', נישט אייביג קומט צוזאמצושטעלן אפילו ביי דעם זעלבן ווארט.)
זיי מסביר, @סאכדעס זאגט עס אויף וואס מען זאגט "אין איינעם" (ד. מ. אלע צוזאמען) ווי איינס, אקיי
אבער דאס איז אויך פשט אויף דעם אז "ער האלטן 'אין איין' מאכן די טעות נאכמאל און נאכאמאל און וויל פון גארנישט הערן"...

?!
אפשר מיינט עס אז ער האלט ביי איינס.. אדער ער איז וואן טרעק מיינדעט.. ער האלט עס אין איין טוהן.
די בעסטע וועג אויסצורעכענען דיין צוקונפט, איז דורכ'ן עס מאכן... (פרעזידענט לינקאלן)
אוועטאר
פייער אפפער
שר חמישים
תגובות: 88
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 26, 2008 7:04 pm

Re: אין איין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פייער אפפער »

די ווערטער "אין איין" מיינט ארויסצוברענגן אז אלעס איז די זעלבע, און נאכאנאנד.
דעריבער רופט מען עס איינס.

ווצב''ש, ער האלט אין איין עסן.
יעדעס מאל האט ער עקסטער אריינגענומען אין מויל און געשלינגן, בזו אחר זו, אבער סווערט גערעכנט פאר בבת אחת אין איין.
אוועטאר
שמחת עולם
שר חמש מאות
תגובות: 836
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 31, 2013 7:35 am

Re: אין איין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמחת עולם »

די אויסדרוק "אין איין" איז א מקרא קצר פון אונזער אויסדרוק "אין איין ציה" וואס דאס מיינט אין איין המשך.

די דייטשע ווערזיע דערפון איז:
In einem fort
זייטיגע נאטיץ
"שבע יפול צדיק וקם"
נישט אלעמאל האט מען די ברירה, מען מוז זיך דרייען אויפן געוועב וועגן פרנסה וכדו', שבע יפול צדיק...
אבער ...דאט.קאם(com.) - עס מוז זיך ענדיגן מיט ...וקם!
אוועטאר
היסטאריש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3985
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 27, 2021 4:20 pm
פארבינד זיך:

Re: אין איין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היסטאריש »

לעכטל האט געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 22, 2023 9:53 pm
היסטאריש האט געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 21, 2023 8:23 am
@סאכדעס זאגט גוט. איך וואלט עס גראדע צוזאמגעשטעלט אין איין ווארט, 'אינאיין'. (אופס, מערק ווי איך שרייב אויך 'אין איין', נישט אייביג קומט צוזאמצושטעלן אפילו ביי דעם זעלבן ווארט.)
זיי מסביר, @סאכדעס זאגט עס אויף וואס מען זאגט "אין איינעם" (ד. מ. אלע צוזאמען) ווי איינס, אקיי
אבער דאס איז אויך פשט אויף דעם אז "ער האלטן 'אין איין' מאכן די טעות נאכמאל און נאכאמאל און וויל פון גארנישט הערן"...

?!
אפשר מיינט עס אז ער האלט ביי איינס.. אדער ער איז וואן טרעק מיינדעט.. ער האלט עס אין איין טוהן.
@סאכדעס זאגט דא אז דאס איז ווייל ס'איז די איינציגע זאך מיט וואס מ'באנעמט זיך.

@פייער אפפער און @שמחת עולם האקן מיט דברים של טעם.
די פאַרגאַנגענהייט איז פאַקטיש געשען, אָבער היסטאָריע איז בלויז וואָס עמיצער האָט אַראָפגעשריבן.
שרייב תגובה

צוריק צו “שפראך, גראמאטיק און דקדוק”