וויפיל שפראכן קענט איר?

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

וויפיל שפראכן קענט איר?

תגובהדורך קרעמער » מיטוואך פאברואר 21, 2007 11:18 am

אין אלגעמיין קענען אונזערע היימישע אידעלעך דא בארצות הברית 3 אדער 4 (האלבע) שפראכן. ואלו הן: לשון הקודש (פון לערנען חומש און ספרי קודש), אראמיש (גמרא, זוה"ק, תרגום), אידיש (מאמע לשון), און ענגליש (שפת המדינה).

איך גלייב אבער אז צווישן די מיטגלידער דא זענען דא אזעלכע וואס האבן א קענטעניס אין אנדערע שפראכן, צום ביישפיל "סאכדעס" האט א באגריף און רוסיש, "ערנסטער" שטאמט פון אוקראינע און קען די ארטיגע שפראכן, עפעס האט ער שוין צומאל אריינגעווארפן אויך וועגן פראנצויזיש.

אלזא (!) יעדער איז מכובד ארויפצושטעלן דא א ליסטע פון שפראכן וואס זיי רעדן/פארשטיין, און פון דא וועט זיך אנהייבן א דור הפלגה שמועס אין אלע זיבעציג (אדער הונדערט מיליאן) שפראכן.

אוועטאר
ערנסטער
שר חמש מאות
תגובות: 582
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 30, 2007 11:23 am
לאקאציע: פון יעהופעץ

תגובהדורך ערנסטער » מיטוואך פאברואר 21, 2007 11:45 am

איך קען א סך שפראכן, אבער אלע - שלעכט. (און אפשר היא הנותנת...)
מיט מיינע טאטע-מאמע האב איך גערעדט רוסיש, מיט זיידעס-באבעס - אידיש, און, להבדיל, מיט די גויישע שכנים - אוקראיניש, לערנענדיק תורה געלערנט לשון קודש און לשון תרגום, אין שולע (בית ספר) געלערנט ענגליש און אביסל דייטש, פראנצויזיש און לאטיין (כמעט אלץ פארגעסן), דינענדיק אין ארמיי געלערנט אויך אביסל פאלעסטינישע אראביש (נאר רעדן - נישט זייערע לאקשן-אותיות).
אלזא (!!!) נארמאל קיין איך נישט קיין שום שפראך - כלהי שסטם בלטלחל ה' שעאפחת כלטל-הטאטרזץ. :wink:
די וואָר הענגט אויף א האָר

אוועטאר
ערנסטער
שר חמש מאות
תגובות: 582
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 30, 2007 11:23 am
לאקאציע: פון יעהופעץ

תגובהדורך ערנסטער » מיטוואך פאברואר 21, 2007 11:53 am

סאכדעס,
?Вы знаете русский
די וואָר הענגט אויף א האָר

אוועטאר
סאכדעס
שר עשרים אלפים
תגובות: 20440
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

תגובהדורך סאכדעס » מיטוואך פאברואר 21, 2007 12:24 pm

Я говорю русского немного
Я все еще учу язык

לאט לאט.

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » מיטוואך פאברואר 21, 2007 12:33 pm

אזוי ווי דער עולם-גולם איז דאך שרעקליך נייגעריג איבער די סוד שיח שרפי קודש צווישן סאכדעס מיט ערנסטער, וועלן מיר פרובירן - בעזהשי"ת, ובסיוע "באבילאן" - דאס איבערטייטשן:
ערנסטער שרייבט:
דו קענסט רוסיש?

סאכדעס ענטפערט:
איך רעד רוסיש אביסל, איך שטודיר יעצט דעם שפראך
I speak Russian a bit I as yet study language

אוועטאר
סאכדעס
שר עשרים אלפים
תגובות: 20440
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

תגובהדורך סאכדעס » מיטוואך פאברואר 21, 2007 12:34 pm

ספאסיבא באלשוי מר קרעמער.

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » מיטוואך פאברואר 21, 2007 12:56 pm

סאכדעס;

אויב דו שרייבסט נישט אויף רוסישע אלפאבעטן (הייסט דאס "אלפא-בעט" אין רוסיש?) קען באבילאן דאס נישט איבערטייטשן.

ספאסיבא באלשוי = יישר כח גדול (אדער: א דאנק א שעהנע)

אוועטאר
סאכדעס
שר עשרים אלפים
תגובות: 20440
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

תגובהדורך סאכדעס » מיטוואך פאברואר 21, 2007 1:04 pm

יישר כוח גדול. ממש אזוי.

פון וואנעט האסטו דאס צוזאמעגעשטעלט?

אוועטאר
ערנסטער
שר חמש מאות
תגובות: 582
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 30, 2007 11:23 am
לאקאציע: פון יעהופעץ

תגובהדורך ערנסטער » דאנארשטאג פאברואר 22, 2007 3:49 am

סאכדעס האט געשריבן:Я говорю русского немного
Я все еще учу язык

לאט לאט.

טא זאל דיר זיין בהצלחה רבה ומופלגה - успехов в изучении русского !
פארוואס האסט עפעס אנגעהויבן לערנען רוסיש? דיין משפחה שטאמט פון דארטיקע ערטער אדער ס'געווען אן אנדערע סיבה?
וועלכע שפראכן ווייסטו נאך?
מ'רעדט ביי אייך טאקע הונגאריש?
די וואָר הענגט אויף א האָר

אוועטאר
ערנסטער
שר חמש מאות
תגובות: 582
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 30, 2007 11:23 am
לאקאציע: פון יעהופעץ

תגובהדורך ערנסטער » דאנארשטאג פאברואר 22, 2007 3:54 am

קרעמער האט געשריבן:אויב דו שרייבסט נישט אויף רוסישע אלפאבעטן (הייסט דאס "אלפא-בעט" אין רוסיש?) קען באבילאן דאס נישט איבערטייטשן.

ספאסיבא באלשוי = יישר כח גדול (אדער: א דאנק א שעהנע)

'אל"ף-בי"ת' אויף רוסיש הייסט "אלפא-וויט" ("алфавит").
באלשויע ספאסיבא (большое спасибо) = א גרויסן דאנק.
די וואָר הענגט אויף א האָר

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » דאנארשטאג פאברואר 22, 2007 11:15 am

ערנסטער האט געשריבן:
סאכדעס האט געשריבן:Я говорю русского немного
Я все еще учу язык

לאט לאט.

טא זאל דיר זיין בהצלחה רבה ומופלגה - успехов в изучении русского !
פארוואס האסט עפעס אנגעהויבן לערנען רוסיש? דיין משפחה שטאמט פון דארטיקע ערטער אדער ס'געווען אן אנדערע סיבה?
וועלכע שפראכן ווייסטו נאך?
מ'רעדט ביי אייך טאקע הונגאריש?


באבילאן טייטשט דאס איבער:
Successes in studies Russian

בנוגע הונגאריש; היינט הערט מען גאר ווינציג דעם שפראך, ליידער ווערן די אונגאריש אפשטאמיגע מענער און פרויען ווייניגער און ווייניגער.

אוועטאר
ערנסטער
שר חמש מאות
תגובות: 582
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 30, 2007 11:23 am
לאקאציע: פון יעהופעץ

תגובהדורך ערנסטער » דאנארשטאג פאברואר 22, 2007 11:22 am

קרעמער האט געשריבן:בנוגע הונגאריש; היינט הערט מען גאר ווינציג דעם שפראך, ליידער ווערן די אונגאריש אפשטאמיגע מענער און פרויען ווייניגער און ווייניגער.

איז אויף וועלכע שפראך רעדן זיי מיט זייערע קינדער (הייס עס - מיט אייך)? אויף אידיש?
די וואָר הענגט אויף א האָר

אוועטאר
סאכדעס
שר עשרים אלפים
תגובות: 20440
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

תגובהדורך סאכדעס » דאנארשטאג פאברואר 22, 2007 11:27 am

ערענסטער, רוב שרייבער דא, זענען זייערע עלטערן קינדער פון הונגארישע געבוירענע. פאר א געוויסע סיבה, פלעגן זיי כמעט נישט רעדן קיין הונגאריש צו די קינדער. קען זיין אז דער פחד פון היטלער איז געשטאנען פאר זייערע אויג, ווייסעך נישט. אלזא די קינדער זייערע, האבן שוין כמעט נישט געקענט קיין הונגאריש. מיר קענען עס בכלל נישט.

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12555
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » דאנארשטאג פאברואר 22, 2007 11:30 am

די סיבה איז זייער פשוט. די עלטערן האבן אויסגעלערנט פאר די קינדער אידיש, און מיט די אונגארישע שפראך האט מען זיך באנוצט ווען די עלטערן האבן געוואלט עפעס רעדן צווישן זיך אז די קינדער זאלן נישט פארשטיין.
An article a day keeps the babies away

אוועטאר
ערנסטער
שר חמש מאות
תגובות: 582
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 30, 2007 11:23 am
לאקאציע: פון יעהופעץ

תגובהדורך ערנסטער » דאנארשטאג פאברואר 22, 2007 11:32 am

סאכדעס, פארשטאנען.
און וואס איז די רעדנדע שפראך ביי אייך אויפן גאס? אידיש און ענגליש?
און אין שטוב אלע מן הסתם רעדן אידיש?
די וואָר הענגט אויף א האָר

אוועטאר
סאכדעס
שר עשרים אלפים
תגובות: 20440
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

תגובהדורך סאכדעס » דאנארשטאג פאברואר 22, 2007 11:36 am

אין די געגענטער ווי למשל: וויליאמסבורג, קרית יואל, מאנסי דער חסידי'שער עולם, רעדט אין גאס אידיש אנלי. דער אנדערער עולם אין מאנסי, און ווי אויך בארא פארק מענלי, רעדן אין גאס אויף ענגליש.

למשל דא אין מאנטריאל רעדט מען אידיש.

אוועטאר
ערנסטער
שר חמש מאות
תגובות: 582
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 30, 2007 11:23 am
לאקאציע: פון יעהופעץ

תגובהדורך ערנסטער » דאנארשטאג פאברואר 22, 2007 11:38 am

מאשקע האט געשריבן:די סיבה איז זייער פשוט. די עלטערן האבן אויסגעלערנט פאר די קינדער אידיש, און מיט די אונגארישע שפראך האט מען זיך באנוצט ווען די עלטערן האבן געוואלט עפעס רעדן צווישן זיך אז די קינדער זאלן נישט פארשטיין.

אהא! און אין ביי אונז איז געווען דער זעלבער מצב - נאר מיט אידיש. די עלטערן האבן גערעדט אידיש נאר ווען זיי האבן געוואלט אז זייערע קינדער זאלן זיי נישט פארשטיין (דרך אגב, איך און מיין ווייב באניצן צוליב דעם ענגליש אבער ס'דאכט זיך מיר אז ס'וועט נישט דויערן לאנג - נאך אביסל מיינע קינדער וועלן וויסן ענגליש בעסער פון מיר).
איז ס'איז נישט קיין פלא אז אין רוסלאנד ס'רוב אידישע חבר'ה פון אונזער דור ווייסן נישט אידיש.
די וואָר הענגט אויף א האָר

אוועטאר
ערנסטער
שר חמש מאות
תגובות: 582
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 30, 2007 11:23 am
לאקאציע: פון יעהופעץ

תגובהדורך ערנסטער » דאנארשטאג פאברואר 22, 2007 11:40 am

סאכדעס האט געשריבן:רעדט אין גאס אידיש אנלי

עס הערט זיך "קאאל". :wink:
די וואָר הענגט אויף א האָר

אוועטאר
סאכדעס
שר עשרים אלפים
תגובות: 20440
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

תגובהדורך סאכדעס » דאנארשטאג פאברואר 22, 2007 11:57 am

ערנסטער האט געשריבן:
סאכדעס האט געשריבן:רעדט אין גאס אידיש אנלי

עס הערט זיך "קאאל". :wink:


טענקס ערענסטער. :lol:

אוועטאר
מעסטערמיינד
שר האלף
תגובות: 1515
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 5:35 pm

תגובהדורך מעסטערמיינד » דינסטאג פאברואר 27, 2007 1:54 pm

צוריק צום נושא,

גאנצע שפראכען,

אידיש,
לשון הקודש,
ענגליש,

האלבע,

אראמיש,
עברית, אויב ס'איז א שפראך,
ספאניש,

ליינען שנעל (פלואענטלי)

ענגליש,
אידיש,
לשון הקודש,
אראמיש,
עברית, אויב מיר נעמען אן אז ס'איז א שפראך,

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » דינסטאג פאברואר 27, 2007 2:07 pm

קלער גוט אריין - מעסטערמיינד - בעפאר דו שרייבסט אז דו קענסט "גאנץ" לשון הקודש, ווייל אפילו אין תנ"ך שטייט נישט "גאנץ" לשון הקודש, און תנ"ך אליין האלטסטו ווייט פון קענען.

לדוגמא: וויאזוי רופט זיך א פעטער אויף לשון הקודש?

לאכסט?

איך רעד נישט פונעם טאטענ'ס ברודער וואס הייסט "דויד" אויף לשון הקודש, איך רעד יעצט פון די מוטער'ס ברודער!

דוד
שר העשר
תגובות: 27
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 06, 2007 9:59 pm

תגובהדורך דוד » זונטאג מאי 13, 2007 9:39 pm

איך קען גוט:
אידיש, ענגליש, לשון הקודש/עברית, אראמיש

איך קען באווייזן צו לייענען:
ספאניש, דייטש, אראביש, רוסיש און גריכיש

בני היכלא
שר האלפיים
תגובות: 2664
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2007 12:01 am

תגובהדורך בני היכלא » זונטאג מאי 13, 2007 10:47 pm

wow דוד,
מילא אידיש ענגליש לה"ק ארמית ספאניש דייטש,
אבער צו קענען ליינען אראביש, רוסיש, גריכיש, יעדע איינע מיט א באזונדערע מין שריפט, אנדערש ווי די לאטיינישע, דאס מיינט א קענער,
וואו איז יאפאנעזיש, און כינעזיש ארויסגעפאלען פון די ליסט?, (דוד, ס'גארנישט, איך רעד פון קנאה)
לעצט פאראכטן דורך בני היכלא אום מיטוואך אפריל 09, 2008 5:08 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
סאכדעס
שר עשרים אלפים
תגובות: 20440
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

תגובהדורך סאכדעס » מאנטאג מאי 14, 2007 10:59 am

אגב, רוסיש און גריכיש האבן די זעלביגע אלפעבעט, כף יונית וואס רשי זאגט איז אין גריכיש א X.

אראביש קען זיין אז דאס קומט פון דעם וואס דאס זעהר ענדליך צו לשון הקודש, הן מיט'ן שפראך הן כ'מיין אויך מיט'ן שריפט.

דוד האביך רעכט?

אוועטאר
ערנסטער
שר חמש מאות
תגובות: 582
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 30, 2007 11:23 am
לאקאציע: פון יעהופעץ

תגובהדורך ערנסטער » דינסטאג מאי 15, 2007 6:59 am

סאכדעס האט געשריבן:אגב, רוסיש און גריכיש האבן די זעלביגע אלפעבעט, כף יונית וואס רשי זאגט איז אין גריכיש א X.

ניין, רוסישער (אדער ריכטיקער זאגן - קירילישער) אלפאבעט שטאמט, טאקע, פון גריכישן, אבער דאס איז אינגאנצן נישט ס'זעלבע זאך. די בולגארישע גלחים, קיריל און מעטאדי, וואס האבן אויסגעטאכט דעם קירילישן אלפאבעט האבן גענומען די אותיות וואס ס'האט זיי געפעלט אין גריכיש פון לשון-קודש. אט איבער דעם קיריליש איז די איינציקע איראפעישע אלפאבעט וואס האט דעם אות שי"ן - דער רוסישער Ш. זיי האבן אויך גענומען פון לשון-קודש דעם צדי"ק - דער רוסישער Ц. און די אותיות וואס ס'איז נישט געווען נישט אין גריכיש און נישט און לשון-קודש זיי האבן אויסגעטראכט אליין. צום ביישפיל, פון צדי"ק ( Ц ) זיי האבן אויך געמאכט "טש" (ווי "CH" אין ענגליש) - רוסישער Ч. און פון Ч און Ш צוזאמען זיי האבן געמאכט נאך אן אות - "שטש" ("SHCH"), דער רוסישער Щ.
פון צווייטער זייט נישט אלע אותיות פון גריכיש ס'איז דא אין רוסיש, ווי צום ביישפיל: Ψ, ξ אדער Ω.

אראביש קען זיין אז דאס קומט פון דעם וואס דאס זעהר ענדליך צו לשון הקודש, הן מיט'ן שפראך הן כ'מיין אויך מיט'ן שריפט.

אראבישע אותיות שרייבן זיך גאר אנדערש פון לשון-קודש. איך אביסל רעד אראביש, אבער ליינען זייער לאקשן-שריפט קען איך נישט.
די וואָר הענגט אויף א האָר


צוריק צו “שפראך, גראמאטיק און דקדוק”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 2 געסט