אלזא

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
ערנסטער
שר חמש מאות
תגובות: 582
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 30, 2007 11:23 am
לאקאציע: פון יעהופעץ

אלזא

תגובהדורך ערנסטער » דינסטאג פאברואר 20, 2007 8:52 am

וואס מיינט די ווארט "אלזא" וואס איך טרעף א סך אויף דעם פארום?
איך פארשטיי אז דאס איז עפעס אויף ענגליש אבער וואס פונקטלעך - פארשטיי איך נישט.
די וואָר הענגט אויף א האָר

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » דינסטאג פאברואר 20, 2007 11:03 am

עס איז א אידישע ווארט, און באדייט אזוי ווי אויף לשון הקודש "אשר על כן".

עפעס אזוי.

א אידעלע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 418
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 13, 2006 12:27 pm
לאקאציע: דרייט זיך אינמיטען וועג

תגובהדורך א אידעלע » דינסטאג פאברואר 20, 2007 11:07 am

אין קרעטשמע שפראך, איז דאס ווארט "אלזא" אביסל ענליך צו "מ'שטיינס זאגט".

אוועטאר
ערנסטער
שר חמש מאות
תגובות: 582
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 30, 2007 11:23 am
לאקאציע: פון יעהופעץ

תגובהדורך ערנסטער » דינסטאג פאברואר 20, 2007 11:20 am

קרעמער, אידל, א דאנק.
איך האב פון דער ווארט נישט געוויסט.
יעצט איך האב דאס געפונען אין דייטש ווערטער-בוך (ס'שרייבט זיך אין דייטש also) מיטן זעלביקן באדייט וואס איר האט אנגעשריבן.
מסתמא אונגערשער אידיש איז אביסל נענטער צו דייטש (הונגאריע איז דאך געווען א חלק פון אויסטרייך), און ביי אונז האט מען געניצט מער סלאווישע (פוילישע/רוסישע/אוקראינישע) ווערטער.
די וואָר הענגט אויף א האָר

אוועטאר
סאכדעס
שר עשרים אלפים
תגובות: 20429
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

תגובהדורך סאכדעס » דינסטאג פאברואר 20, 2007 12:03 pm

נו וויאזוי דרוקט מען זיך ביי אייך אויס ווען מ'וויל זאגן אלזא?

אוועטאר
ערנסטער
שר חמש מאות
תגובות: 582
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 30, 2007 11:23 am
לאקאציע: פון יעהופעץ

תגובהדורך ערנסטער » דינסטאג פאברואר 20, 2007 12:08 pm

סאכדעס, איך ווייס נישט איז איך שרייב נישט. :grin:
די וואָר הענגט אויף א האָר

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12552
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » דינסטאג פאברואר 20, 2007 12:23 pm

סאכדעס האט געשריבן:נו וויאזוי דרוקט מען זיך ביי אייך אויס ווען מ'וויל זאגן אלזא?

סאכדעס מיינט צו פרעגן:
אלזא וויאזוי דרוקט מען זיך ביי אייך אויס ווען מ'וויל זאגן אלזא?
An article a day keeps the babies away

אוועטאר
סאכדעס
שר עשרים אלפים
תגובות: 20429
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

תגובהדורך סאכדעס » דינסטאג פאברואר 20, 2007 12:36 pm

כאב גראדע געוואלט צולייגן דעם אלזא, אבער עפעס האט עס מיר נישט געשטימט.

אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18574
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

תגובהדורך איך_הער » דינסטאג פאברואר 20, 2007 12:42 pm

סאכדעס האט געשריבן: אבער עפעס האט עס מיר נישט געשטימט.


דא איז איז נישט די שטים בודקע, דא דארף מען נישט שטימען.

אוועטאר
ערנסטער
שר חמש מאות
תגובות: 582
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 30, 2007 11:23 am
לאקאציע: פון יעהופעץ

תגובהדורך ערנסטער » מיטוואך פאברואר 21, 2007 4:57 am

רבותי!
איך מוז מודה זיין אז איר זייט אבסאלוט גערעכט.
איך האב געפרעגט ביי מיין שווער, איז דער כבוד מורי וחמי האט מיר גענטפערט אז "אלזא" איז א נארמאלע אידישע ווארט (אפילו אז אין דייטש ס'פאראן די זעלבע ווארט אויך) פשוט אפשר איך מיט מיין "מקוה אידיש" האב די ווארט נישט געהערט. אבער בעסער דאך שפעט ווי קיינמאל - ולא הביישן לומד. יעצט וועל איך וויסן.
נאכאמאל א דאנק פארן הסבר.
די וואָר הענגט אויף א האָר

אוועטאר
ערנסטער
שר חמש מאות
תגובות: 582
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 30, 2007 11:23 am
לאקאציע: פון יעהופעץ

תגובהדורך ערנסטער » דאנארשטאג פאברואר 22, 2007 11:25 am

דרך אגב, איך האב היינט אין מקוה געפרעגט עטלעכע חבר'ה ירושלמים - און קיינער פון זיי (אמעראצים!) ווייסט נישט די ווארט.
די וואָר הענגט אויף א האָר

אוועטאר
סאכדעס
שר עשרים אלפים
תגובות: 20429
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

תגובהדורך סאכדעס » דאנארשטאג פאברואר 22, 2007 11:28 am

זאג זעה אז זעה זאלן קאמען אין קרעטשמע אראין אאאן לערנען זיך אידיש.

אוועטאר
ערנסטער
שר חמש מאות
תגובות: 582
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 30, 2007 11:23 am
לאקאציע: פון יעהופעץ

תגובהדורך ערנסטער » דאנארשטאג פאברואר 22, 2007 11:45 am

סאכדעס האט געשריבן:זאג זעה אז זעה זאלן קאמען אין קרעטשמע אראין אאאן לערנען זיך אידיש.

וועגן וואס רעדסטו?!
אז איך דערמאן נאר די ווארט "אינטערנעט" שרייען זיי גלייך אויס אלע צוזאמען "רחמנא ליצלן!" (לאכנדיק, פארשטייט זיך).
די וואָר הענגט אויף א האָר


צוריק צו “שפראך, גראמאטיק און דקדוק”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 2 געסט