אינטערעסאנטע ווערטער אין דער אידישער דיקשאנערי

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
דיזע ערצעלונג
שר חמישים ומאתים
תגובות: 354
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 01, 2007 5:35 pm
פארבינד זיך:

אינטערעסאנטע ווערטער אין דער אידישער דיקשאנערי

תגובהדורך דיזע ערצעלונג » פרייטאג פאברואר 09, 2007 12:04 am

פון צייט צו צייט באגעגן איך זיך מיט גאר אינטערעסאנטע ווערטער און אויסדרוקן אינעם אידישן ווערטער-בוך. האב איך זיך דערטראכט צו עפענען א וויין-קאמער וואו די חשוב'ע בעלי עגלות און פויערן וועלכע זיצן אין דער קרעטשמע, וועלן קענען אויפברענגען די קאמישע ווערטער מיט וועלכע זיי האבן זיך באגעגנט.

ביטע נאר ברענגען דא אנגענומענע אידישע ווערטער מיט וועלכן איר באגעגנט זיך, און נישט די ניי-אויפגעמאכטע ווערטער מיט וועלכע מאשקע'ס באליבטן וואכנבלאט איז בארימט.

די וואס וועלן אויפברענגען אויפגעמאכטע ווערטער וועלן ארויסרופן אויף זיך מיין צארן, און איך וועל זיי געבן א טאמבס-דאון. איר זאלט נישט זאגן אז כ'האב אייך נישט געווארנט.
ווען וועלט וואלט געווען וועלט וואלט מען נישט געזאגט ווען וועלט וואלט געווען וועלט ווייל וועלט וואלט דאך געווען וועלט.

אוועטאר
דיזע ערצעלונג
שר חמישים ומאתים
תגובות: 354
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 01, 2007 5:35 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך דיזע ערצעלונג » פרייטאג פאברואר 09, 2007 12:10 am

אקעי איך פאנג אן.

וויאזוי זאגט מען Ladybug אין אידיש?

"משה רבינו'ס קיעלע."

אגב, אויף עברית רופט מען עס אויך "פרת משה רבינו"

כ'וואונדער זיך פון וואנעט דער אויסדרוק נעמט זיך. ווער קען מיך העלפן.
ווען וועלט וואלט געווען וועלט וואלט מען נישט געזאגט ווען וועלט וואלט געווען וועלט ווייל וועלט וואלט דאך געווען וועלט.

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12552
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » פרייטאג פאברואר 09, 2007 12:12 am

העי, די אשכול קומט אין שפראך פארום.
An article a day keeps the babies away

אוועטאר
דיזע ערצעלונג
שר חמישים ומאתים
תגובות: 354
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 01, 2007 5:35 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך דיזע ערצעלונג » פרייטאג פאברואר 09, 2007 12:22 am

מאשקע, ווען איך האב געזען דיין חוצפה'דיגן אנטווארט, האב איך דיר צוריקגעשליידערט דאס גאנצע גלעזל משקה וואס דו האסט מיר נארוואס סערווירט - אין פנים אריין. ;p1;

האב איך דיר געפרעגט וואס צו טאן? דאס איז מיין וויין-קאמערל און אז דו ווילסט נישט אויסהערן מיינע בויך-קרעמפן טראג זיך אפ פון דאנעט. :twisted:

אקעי, כ'האב עס נישט געמיינט אזוי ערנסט. אבער פארוואס האסטו מיר נישט געזאגט אז ס'איז דא אזא זאך ווי א שפראך פארום, ווען דו האסט מיר געגעבן דעם טור אין דער קרעטשמע? יעצט וועט עס שוין מוזן בלייבן דא.
ווען וועלט וואלט געווען וועלט וואלט מען נישט געזאגט ווען וועלט וואלט געווען וועלט ווייל וועלט וואלט דאך געווען וועלט.

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12552
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » פרייטאג פאברואר 09, 2007 12:33 am

דיזע ערצעלונג האט געשריבן:מאשקע, ווען איך האב געזען דיין חוצפה'דיגן אנטווארט, האב איך דיר צוריקגעשליידערט דאס גאנצע גלעזל משקה וואס דו האסט מיר נארוואס סערווירט - אין פנים אריין.

מופרך מעיקרא. כאדיר קיינמאל נישט געגעבן קיין משקה.

דיזע ערצעלונג האט געשריבן:האב איך דיר געפרעגט וואס צו טאן? דאס איז מיין וויין-קאמערל

הא גופא קאשע. האסט געפרעגט איינעם רשות צו עפענען א וויין קאמער דא? עמי בבית? ס'ארא מין חופצה איז דאס?

דיזע ערצעלונג האט געשריבן:אבער פארוואס האסטו מיר נישט געזאגט אז ס'איז דא אזא זאך ווי א שפראך פארום, ווען דו האסט מיר געגעבן דעם טור אין דער קרעטשמע? יעצט וועט עס שוין מוזן בלייבן דא.

לאו דוקא. וועסט דיך איבערצייגן אז אין קרעטשמע איז דא אזא זאך ווי "מזיז" זיין אן אשכול צו אן אנדערן פארום.
אבער נישט יעצט, נאר ווען די חברה וועלן אויפשטיין.
An article a day keeps the babies away

אוועטאר
דיזע ערצעלונג
שר חמישים ומאתים
תגובות: 354
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 01, 2007 5:35 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך דיזע ערצעלונג » פרייטאג פאברואר 09, 2007 1:01 am

ליסן, האסט מיר שוין אפגע'הרג'עט דאס גאנצע וויין-קאמערל מיט דיין "טשיט טשעט" אהין און צוריק, טא ס'וועט שוין נישט אויסמאכן וואו זיי מזיז'ן עס. ס'איז חרוב ונחרב.

מיין פלאן האט זיך נישט אויסגעארבעט, אז נישט איז נישט.

אבי מ'לעבט.
ווען וועלט וואלט געווען וועלט וואלט מען נישט געזאגט ווען וועלט וואלט געווען וועלט ווייל וועלט וואלט דאך געווען וועלט.

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12552
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » פרייטאג פאברואר 09, 2007 1:07 am

ח"ו. נעם דיך נישט צום הארצן. אז דו וועסט פארלאנגען וועט מען אפילו אראפנעמען די לעצטע פאר תגובות און ארויפפירן דעם אשכול אויף די שינעס. ס'דארף צו זיין זייער אן אינטרעסאנטע טעמע.
An article a day keeps the babies away

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » פרייטאג פאברואר 09, 2007 1:46 am

און דאס ווייסטו שוין יא, פארוואס די אמעריקאנע ניסלעך המכונים פינאט"ס רופן זיך "משה רבינו ניסלעך"?

אוועטאר
דיזע ערצעלונג
שר חמישים ומאתים
תגובות: 354
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 01, 2007 5:35 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך דיזע ערצעלונג » פרייטאג פאברואר 09, 2007 2:24 am

מען רופט עס נישט משה רבינו ניסלעך נאר "רבי ניסלעך"

און פארוואס דאס איז אזוי ווייס איך טאקע אויך נישט. אפשר פרעגט איינער אן ביים מעלות.
ווען וועלט וואלט געווען וועלט וואלט מען נישט געזאגט ווען וועלט וואלט געווען וועלט ווייל וועלט וואלט דאך געווען וועלט.

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14176
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » פרייטאג פאברואר 09, 2007 2:34 am

און וואס איז מיט די 'חכם פון מה נשתנה' ?

אמער, ער איז בכלל נישט אין מה נשתנה, ער איז אין עבדים היינו ?
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
דיזע ערצעלונג
שר חמישים ומאתים
תגובות: 354
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 01, 2007 5:35 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך דיזע ערצעלונג » פרייטאג פאברואר 09, 2007 2:34 am

אגב, די דייטשע דיקשאנערי זע איך רופט פלינאטס: "ערדנוס".

ס'הערט זיך בעסער, און איז מסתמא מער פארלעסליך.

דער באוואוסטער אידישער שפראך-קענער אוריאל וויינרייך רופט פלינאטס "סטאשקע" און פלינאנטבאדער רופט ער "סטאשקע שמיר", אבער אסאך אידישיסטן רייסן אים אראפ און זאגן אז דאס איז נישט דער ריכטיגער אפטייטש. זיי זאגן אז אין ווילנע האט מען גערופן פינאטבאדער "נוס-פוטער". דאס קלינגט טאקע סאך בעסער.
ווען וועלט וואלט געווען וועלט וואלט מען נישט געזאגט ווען וועלט וואלט געווען וועלט ווייל וועלט וואלט דאך געווען וועלט.

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » פרייטאג פאברואר 09, 2007 12:17 pm

דיזע ערצעלונג האט געשריבן:מען רופט עס נישט משה רבינו ניסלעך נאר "רבי ניסלעך"

און פארוואס דאס איז אזוי ווייס איך טאקע אויך נישט. אפשר פרעגט איינער אן ביים מעלות.


די סיבה פארוואס עס ווערט אנגערופן "משה רבינו ניסלעך" האב איך געהערט, ווען ווען דו עפענס אויף דעם ניסל ביים שפאלט, וועסטו טרעפן ביים אויבערשטן שפיץ דערפון א צורה פון א כמו מענטש מיט א בארד...

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14176
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » פרייטאג פאברואר 09, 2007 3:34 pm

קרעמער האט געשריבן:
דיזע ערצעלונג האט געשריבן:מען רופט עס נישט משה רבינו ניסלעך נאר "רבי ניסלעך"

און פארוואס דאס איז אזוי ווייס איך טאקע אויך נישט. אפשר פרעגט איינער אן ביים מעלות.


די סיבה פארוואס עס ווערט אנגערופן "משה רבינו ניסלעך" האב איך געהערט, ווען ווען דו עפענס אויף דעם ניסל ביים שפאלט, וועסטו טרעפן ביים אויבערשטן שפיץ דערפון א צורה פון א כמו מענטש מיט א בארד...


דו מיינסט צו זאגן ענליך צו דעם מענטש וואס איך האב ארויפגעלייגט די בילדער פון יציאת מצרים ?
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » מוצ"ש פאברואר 10, 2007 9:34 pm

איך רעד פון דעם:
צוגעלייגטע
20060314114156_peanut.jpg
20060314114156_peanut.jpg (67.37 KiB) געזעהן 3966 מאל

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12552
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » מאנטאג פאברואר 12, 2007 9:49 pm

קרעמער, הערליך. איז דאס א חלק פון די בארד וואס יענטאאש האט געטראפן אין די גמרא, כידוע די באוואוסטע מעשה?
An article a day keeps the babies away

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » מאנטאג פאברואר 12, 2007 11:46 pm

די קרעדיט קומט זיך פאר גוגעל בילדער, און די בילד איז טאקע גראפישער ווי איך האב געוואלט..

אוועטאר
ערנסטער
שר חמש מאות
תגובות: 582
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 30, 2007 11:23 am
לאקאציע: פון יעהופעץ

תגובהדורך ערנסטער » דינסטאג פאברואר 13, 2007 4:56 am

דיזע ערצעלונג האט געשריבן:דער באוואוסטער אידישער שפראך-קענער אוריאל וויינרייך רופט פלינאטס "סטאשקע" און פלינאנטבאדער רופט ער "סטאשקע שמיר"

ס'איז פשוט א רוסישע (אוקראינישע/פוילישע) ווארט (אין א קורצע פארעם). "פינאטס" אויף רוסיש איז "פיסטאשקע".
די וואָר הענגט אויף א האָר

אוועטאר
דיזע ערצעלונג
שר חמישים ומאתים
תגובות: 354
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 01, 2007 5:35 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך דיזע ערצעלונג » דינסטאג פאברואר 13, 2007 1:08 pm

א דאנק ערנסטער.
ווען וועלט וואלט געווען וועלט וואלט מען נישט געזאגט ווען וועלט וואלט געווען וועלט ווייל וועלט וואלט דאך געווען וועלט.

אוועטאר
סאכדעס
שר עשרים אלפים
תגובות: 20429
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

תגובהדורך סאכדעס » דינסטאג פאברואר 13, 2007 8:04 pm

איך האף אז דיזער האט פון דעם גענומען א ראי' על הכלל כולו יצא.

אוועטאר
דיזע ערצעלונג
שר חמישים ומאתים
תגובות: 354
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 01, 2007 5:35 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך דיזע ערצעלונג » פרייטאג פאברואר 16, 2007 3:49 pm

ווארט פון דער וואך!

ווער האט שוין געהערט דאס ווארט "האצעפלאץ", און ווער ווייסט וואו מען נוצט עס?

אקעי, איך האב נישט צופיל צייט די וואך (וועגן דעם האב איך בכלל נישט צופיל געשריבן) אבער נעקסטע וואך וועל איך האבן מער צייט, וועל איך עס דיסקאסן מער.
ווען וועלט וואלט געווען וועלט וואלט מען נישט געזאגט ווען וועלט וואלט געווען וועלט ווייל וועלט וואלט דאך געווען וועלט.

אוועטאר
מעסטערמיינד
שר האלף
תגובות: 1515
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 5:35 pm

תגובהדורך מעסטערמיינד » פרייטאג פאברואר 16, 2007 4:27 pm

האצע"נ"פלאץ אדער האצעפלאץ?

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » מוצ"ש פאברואר 17, 2007 9:08 pm

ביי אונז פלעגט מען זאגן האצענפלאץ.

איך ווארט אויף א ביאור דערויף פון דיזע_ערצעלונג (אגב, די גאנצע אשכול באלאנגט אין שפראך פורום)

אוועטאר
יאנאש
שר שמונת אלפים
תגובות: 8286
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

תגובהדורך יאנאש » מוצ"ש פאברואר 17, 2007 10:01 pm

לויט ווי ווייט מיין קענטעניש גייט, איז דאס א נאמען פון א פלאץ, וואס מען ניצט ווען מען וויל פארשיקן איינעם זאגט מען אים גיי דיר קיין האצענפלאץ.

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » זונטאג פאברואר 18, 2007 1:21 am

נו, ברויך מען דאך אבער פארשטיין במה זכתה האצענפלאץ אהינצושיקן כל צרוע וכל זב, און האפענטליך וועט דאס ערקלערט ווערן מיט דיזע_ערקלערונג.

אוועטאר
abimlaibt
שר שלשת אלפים
תגובות: 3848
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 25, 2006 3:48 pm
לאקאציע: נישט קיין נפק"מ איך זיך ממילא א נייע ס'פלאץ

תגובהדורך abimlaibt » זונטאג פאברואר 18, 2007 8:54 am

זאל ער שוין אויך זאגען פארוואס מ'שיקט קיין "האנאלאלא" פארוואס פונקט אהין?
וויזוי מ'לעבט איז געלעבט. אבי מ'קלעיבט.


צוריק צו “שפראך, גראמאטיק און דקדוק”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 5 געסט