רעיונות, אדער געדאנקען.

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18576
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

רעיונות, אדער געדאנקען.

תגובהדורך איך_הער » מוצ"ש ינואר 06, 2007 10:41 pm

קען זיין אז מ'קען דאס ערגעץ ווי אריין שטיפן אין אן אשכול, אבער אזוי ווי ס'איז דא אן עקטערן אשכול אויף די עצם ווארט וועל איך עפענען אן עקסטערן אשכול דאס צו דעבאטירן.

מיין ערשטע קשיא איז, וואס איז די אפטייטש פון רעיונות? לויט וויפיל איך ווייס, איז דער אפטייטש, בייפאל.

קען זיין אז איך בין מיך טועה, אבער אויב נישט קומט איך צו, צו מיין צווייטע קשיא, וואס האט דער אזוי גערופענער אשכול רעיונות שטערנדל וכו', מיט בייפאלן? לויט מיין השקפה, איז דער אשכול צוזאם געשטעלט פון געדאנקען, נו אויב אזוי דארף דאס גערופן ווערן געדאנקען.

און אצינד מיין דריטע קשיא, בין איך גערעכט?

מיין פערדע קשיא, אדער בין איך נישט גערעכט?

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » מוצ"ש ינואר 06, 2007 10:51 pm

דא האסטו אן ענטפער פון באבילאן:

רעיון
nm. idea, thought, notion, inspiration, reflection; concept, ideo, thing

רעיון
(ז') הרהור, מחשבה, חשיבה, הגיג, עיון, שיקול-דעת; אידיאה, תכנית, תפיסה, סברה, אמונה

אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18576
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

תגובהדורך איך_הער » מוצ"ש ינואר 06, 2007 10:55 pm

דאס מיינט אז איך בין אפגעפרעגט, זאל זיין אזוי, כאטש וועל איך זיין רואיגער ווען איך זע דעם אשכול, ווייל דאס האט מיך שוין געערגערט פון די ערשטע מינוט.

זארעכפעפער
שר האלפיים
תגובות: 2167
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 24, 2006 2:28 pm

Re: רעיונות, אדער געדאנקען.

תגובהדורך זארעכפעפער » זונטאג ינואר 07, 2007 4:20 pm

איך_הער האט געשריבן:קען זיין אז מ'קען דאס ערגעץ ווי אריין שטיפן אין אן אשכול, אבער אזוי ווי ס'איז דא אן עקטערן אשכול אויף די עצם ווארט וועל איך עפענען אן עקסטערן אשכול דאס צו דעבאטירן.

מיין ערשטע קשיא איז, וואס איז די אפטייטש פון רעיונות? לויט וויפיל איך ווייס, איז דער אפטייטש, בייפאל.

ת. כ'על ענטפערן כמנהג ישראל תורה, מיט א קשיא...
וואס איז דער חילוק: פון א געדאנק ביז א בייפאל?


קען זיין אז איך בין מיך טועה, אבער אויב נישט קומט איך צו, צו מיין צווייטע קשיא, וואס האט דער אזוי גערופענער אשכול רעיונות שטערנדל וכו', מיט בייפאלן? לויט מיין השקפה, איז דער אשכול צוזאם געשטעלט פון געדאנקען, נו אויב אזוי דארף דאס גערופן ווערן געדאנקען.

ת. עיי' לעיל. היינו רעיון, היינו געדאנק, היינו בייפאל. רעיון איז בלשון הקודש, געדאנק איז יודיש, בייפאל איז?

און אצינד מיין דריטע קשיא, בין איך גערעכט?

מיין פערדע קשיא, אדער בין איך נישט גערעכט?

ת. אה יא... אדער א יא...

אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18576
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

תגובהדורך איך_הער » זונטאג ינואר 07, 2007 4:29 pm

זארעכ, איך האב שוין גראדע נאכגעגעבן, אבער דער חילוק פון בייפאל מיט געדאנקען, דאכט זיך מיר איז, אז בייפאל איז א נייע אויפטרעף, און געדאנקען ווען מ'טראכט טיפער אין אן ענין.

זארעכפעפער
שר האלפיים
תגובות: 2167
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 24, 2006 2:28 pm

תגובהדורך זארעכפעפער » זונטאג ינואר 07, 2007 4:38 pm

(כ')הער סעקרעטאר:
לשיטתך, וויאזוי איז דער אידישער אפטייטש אויף רעיון, איינפאל אדער געדאנק?
אויב "איינפאל" (לפי דבריך), דאן וויזוי איז דער לאשנקוידעשדיגער אויסדריק אויף "געדאנק?". ואי להיפך, דאן זאג ביטע וויזוי איז דער לשה"ק'דיגער ווארט אויף "איינפאל?".

אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18576
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

תגובהדורך איך_הער » זונטאג ינואר 07, 2007 4:49 pm

פון אנפאנג האב איך געהאלטן, אז רעיון איז אפטייטש איינפאל, און איך האב שוין קאפיטולירט צו קרעמער ווען ער האט מיר נאכגעזאגט פון באבי אז ס'איז די זעלבע זאך.
לויט מיין אויפטרעף איז א חילוק צווישן געדאנק און געדאנקען, געדאנק איז טאקע די זעלבע ווי בייפאל, אבער געדאנקען איז ענדערש ווי מחשבה.
צימבל מיך נישט ווייטער, איך קען נאך חלילה ווערן מער און מער אריין געדרייט אין א פלאנטער וואס איך האב שוין לאנג נאכגעגעבן.


צוריק צו “שפראך, גראמאטיק און דקדוק”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 3 געסט