די ווארט פאַר

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18574
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

די ווארט פאַר

תגובהדורך איך_הער » מיטוואך ינואר 03, 2007 11:37 pm

ווי אזוי האט זיך אויס געשטעלט אז זייער אסאך ווערטער האבן די ווארט פאר, אין אנהייב און ס'האט קיינמאל נישט די זעלבע מיין? איך וועל פראבירן מיך צו געבן צו פארשטיין מיט עטליכע דוגמות.

פאר, דאס מיינט פריער, איך בין געווען פאר יענעם,
ס'קען אויך מיינען, צו, איך וואוט פאר לאמיר זאגן יגר'ל, לכאורה איז פשט אז איך האלט אז צו אים באלאנגט די שטעלע צו וואס ער לויפט.
ממילא, ווען מ'זאגט פארנאכטס, מיינט עס פאר ביינאכט, און די זעלבע פארטאגס,

פארוואס, ווי קומט דא אריין דער פאר?
פארפארן,
פארלוירן,
פארהאנען,
פארלאפן, אקעי דאס קען מען נאך אריין זעצן פשט, אז איך בין געלאפן פאר יענעם.
פארשטאנען,
פארמאכט,
פארווייטאגט,
פארזיך עס,
פארמאך,
פארטראכט,
פארזוימט,
פארביג,

וואס מ'באמערקט, אז ס'איז דא עטליכע פון די אויבן דערמאנטע ווערטער, וואס די צווייטע העלפט איז א ווארט, און מ'לייגט צו פון אנפאנג דעם פאר, אבער איך פארשטיי נישט פארוואס, און נאכדעם זענען דא ווערטער וואס אן די פאר איז דאס קיין ווארט נישט, איז עס אינטערעסאנט צו פארשטיין וואס אזאנס גייט דא פאטר.

און די זעלבע זאך איז טאקע די פאר מיטן קמץ.

פאר אוועק פון דא,
פארלייפיג,
פאראויס,
פארכטיג, ס'איז אביסל אנדערש, ס'האט א אהלט.
פארשטן,

קען זיין אז איך האב אויס געלאזט אפאר ווערטער, איך ווייס נישט אויב ס'איז אפילו עפעס אינטערעסאנט וואס איך האב אויפגעמערקט, באט אפשר קען זיין אז ס'האט יא עפעס, זאל איך עס כאטשיג וויסן.

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12552
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » דאנארשטאג ינואר 04, 2007 12:32 am

איךהער, האסט אויפגעברענגט א גאנץ אינטערעסאנטע פראגע, וואס איך ווייס דערווייל נישט דעם ענטפער דערויף. איך וועל פרובירן געוואויר צו ווערן און דיר ברענגען א תשובה.
אבער עטליכע הגהות:
1) ווען מ'זאגט איך בין געווען "פאר" יענעם אין די רייע, איז די ריכטיגע אויסדרוק: "בעפאר".
2), פארהאנען, פארשטאנען, פארזוכן און פארביג, קומט נישט אריין אין דיין ליסטע. דאס זענען טאקע די ווערטער וואס די "פאר" איז אינעם שורש פון די ווארט, נישט קיין שימוש.
An article a day keeps the babies away

זארעכפעפער
שר האלפיים
תגובות: 2167
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 24, 2006 2:28 pm

תגובהדורך זארעכפעפער » דאנארשטאג ינואר 04, 2007 9:42 am

מאשקע האט געשריבן:
זארעכפעפער האט געשריבן:אבער ביטע, זיי מיר מסביר פארוואס דער ווארט "ס'פארגייט" איז נישט אויפן ריכטיגן פלאץ?

איך וויל זיך נישט אריינמישן דארט, זאג איך עס דא. די ווארט "פארגייט" מיינט, א זאך וואס גייט פארביי, למשל: 1) ס'פארגייט די אפעטיט, 2) די טאג פארגייט, 3) צייט פארגייט, א ווארט באשטייט, וכו'. גענוג אויף צו כאפן דעם מיין פון דעם ווארט.


מיר האט זיך אנגעדאכט, אז דער שימוש ווארט 'פאר', איז אויך גענוצט געווארן אין געוויסע גלות לענדער אלס אן אויסדריק וואס ווערט ווייניג באנוצט צווישן אונזערע קרייזן.
למשל: יוסף הצדיק איז זיך פארגאנגען אין געוויין; די רבנים זענען זיך פארגאנגען אין א תורה'דיגן שמועס; ס'פארגאנגען א געשמאק; א.ד.ג., דעריבער האב איך דאס צוגעשטעלט צו מיין זאץ. קען זיין אז דער אויסדריק ווערט נאר גענוצט ביי א לשון עבר, דעריבער איז דאס נישט אין פלאץ ביי מיין זאץ, איך ווייס אויך נישט, אבער פון דארט נעמט זיך מיין שורש הטעות. אדרבה יבואו החכמים ויגידו.

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » דאנארשטאג ינואר 04, 2007 10:12 am

איך_הער;

שיינע הערה.

מאשקע;

כאפסט מיר ארויס די ווערטער פון מאל.

איך וואלט צוגעלייגט "פארכטיג" און "פארשן" צו די ליסטע פון ווערטער וואו "פאר" איז פונעם שורש (פארשטן איז אומריכטיג, נאר ביים לשון עבר זאגט מען געפארשט, אדער ווען איינער "פארשט", אבער סתם אזוי הייסט דאס אויספארשן אן א טי"ת) [באלד וועסטו עפענען אן ענליכן אשכול אויף די ווארט "אויס", אמאל מיינט דאס ווען א זאך ווערט בטל, עס ווערט אויס. אויב אזוי וואס מיינט אויספארשן? אויסגעצייכנט? אה, האסטו שוין א פארטיגע אשכול...].

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12552
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » דאנארשטאג ינואר 04, 2007 10:26 am

יא, איך האב שוין א "פאר"טיגן אשכול...
An article a day keeps the babies away

3x0
המכונה 'טריאו'
תגובות: 9146
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 28, 2006 11:29 am
לאקאציע: חבוי

תגובהדורך 3x0 » דאנארשטאג ינואר 04, 2007 10:28 am

פארפעלט,
(אדער פארפע(י)לט)

א אידעלע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 418
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 13, 2006 12:27 pm
לאקאציע: דרייט זיך אינמיטען וועג

תגובהדורך א אידעלע » דאנארשטאג ינואר 04, 2007 10:34 am

פרעג יעקב אלי'..

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » דאנארשטאג ינואר 04, 2007 1:39 pm

איך האב פונקט אריינגעקלערט אז די אידישע ווארט "פארשטיי" איז פארשטענדליכער ווי די ענגלישע ווארט דערויף "אונטער-שטיי"... UNDERSTAND

פארשריבן
שר האלף
תגובות: 1438
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 03, 2010 6:58 am
לאקאציע: אין די העכערע ספערן...

תגובהדורך פארשריבן » מיטוואך אוגוסט 24, 2011 9:35 pm

איך קלער אז פילייכט איז די פראגע נישט אינגאנצן רעלעוואנט, ווייל אינעם אלטן אידיש פלעגט מען שרייבן מיט אן עי"ן אנשטאט ווי היינט אן אל"ף.

אוועטאר
הוצאת שירי חזנים
שר חמישים
תגובות: 77
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 07, 2011 1:01 pm
לאקאציע: אין סטודיא
פארבינד זיך:

תגובהדורך הוצאת שירי חזנים » מיטוואך סעפטעמבער 07, 2011 7:02 pm

לכאורה פלעגט מען אמאל נוצן די ווארט "פאר" אזוי ווי "פון", ווי מ'זעט פון די ווערטער פון "לייבעלע וואלדמאן" אינעם באקאנטן ניגון "פראגע": "פילייכט זענט איר קלוגער 'פאר' מיר"
פאר הערות און קאמענטארן קענט איר שיקן א מעלדונג אויף cantorial.music@gmail.com
מיר ווארטן צו הערן פון אייך!


צוריק צו “שפראך, גראמאטיק און דקדוק”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 5 געסט