(SSD (Solid-state Drive וואס טוט ער?
די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,thefact
- היפאקריט
- שר האלף
- תגובות: 1002
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 05, 2012 1:28 pm
- לאקאציע: נישט צום געפינען
(SSD (Solid-state Drive וואס טוט ער?
וואס איז דאס (SSD (Solid-state drive ?
אויף וועלכע פונקציע פונעם קאמפיוטער איז ער ממונה? וואס זענען די בענעפיטן? אז מען וויל דער מאשין זאל שנעל לויפן און נישט ווערן פערלארן ווען אסאך פראגרעמס ארבייטן, אדער ווען אסאך טעבס זענען אפן.
זאל מען אוף דעים קוקן אדער אויף ראם? אאו און ווייטער
מיר זוכן צו קויפן א ניי מאשין. ביטע ארויסהעלפן, דאנקען פון פראנויס

טרייבט צו מיר יעדעס ביסל צייט וואס איר קענט נאר, איך וועל אייך שטארק דאנקבאר זיין
חתם סופר
http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.ph ... 74#p750174

די אלטמאדישע דרייווס האבן אינעווייניג אזעלכע מעטאלענע סידיס וואס דרייען זיך,און א פין וואס שרייבט און ליינט די דאטא (אביסל אזויווי די אלטע רעקארדס) די סידיס דרייען זיך זייער שנעל (בערך 5400 - 7200 מאל א מינוט) און די פין שרייבט און ליינט.
SSD's האבן נישט קיין ריקעדיגע שטיקלעך נאר זענען אזויווי פלעש מעמארי (וואס איר האט אין די יו.עס.בי.) און קענען שרייבן און ליינען זייער זייער שנעל (500 מעגאבייט א סעקונדע) זיי ווערן נישט הייס און זענען גאנץ טייער (העכער 512GB).
למעשה צו דיין שאלה, קוק נישט נאר אויף דעם ווייל מען קען על פי רוב אפגרעידן די הארד דרייוו נאכן קויפן, איז אויב טרעפטו א גוטע לעפטאפ אן א SSD זאלסטו טשעקן צו מ׳קען עס אפגרעידן און דאן קענסטו ריפלעיסן די הארד דרייוו נאכן קויפן, עס קען אויסקומען ביליגער און עס וועט מאכן די קאמפיוטער שנעלער
SSD's האבן נישט קיין ריקעדיגע שטיקלעך נאר זענען אזויווי פלעש מעמארי (וואס איר האט אין די יו.עס.בי.) און קענען שרייבן און ליינען זייער זייער שנעל (500 מעגאבייט א סעקונדע) זיי ווערן נישט הייס און זענען גאנץ טייער (העכער 512GB).
למעשה צו דיין שאלה, קוק נישט נאר אויף דעם ווייל מען קען על פי רוב אפגרעידן די הארד דרייוו נאכן קויפן, איז אויב טרעפטו א גוטע לעפטאפ אן א SSD זאלסטו טשעקן צו מ׳קען עס אפגרעידן און דאן קענסטו ריפלעיסן די הארד דרייוו נאכן קויפן, עס קען אויסקומען ביליגער און עס וועט מאכן די קאמפיוטער שנעלער
- היפאקריט
- שר האלף
- תגובות: 1002
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 05, 2012 1:28 pm
- לאקאציע: נישט צום געפינען
א גרויסן דאנק פאר אייער ענפער און טעכנישער ערקלערונג.
ווען איר שרייבט קענען שרייבן און ליינען זייער זייער שנעל אוף וועלכע פונקציע פונעם קאמפיוטער בעציעט איר זיך בעיקר? מיינט דאס אז ער טוט סעיוון פיילס שנעלער? ער שיקט סיגנאלן שנעלער (עפענען א פראגרעם אדער פערמאכן עס, וכדו')? אדער איז עס אויך נוגע פאר אקטיווע אנגייענדע ארבעט ווי, האלטן אסאך פראגרעמס און אדער בראוזערס\טעבס אפן?
וואס מיינט אפגרעידן? מען ברויך נישט צו אינסטאלירן עס מיט א האמער און א טשוואק?
איז די זעלבע נוגע פאר דעסקטאפ?
בעיקר צווישן די צוויי, ראם און ססד, ווער איז גובר אין פירן א מאשין ווי געשמירט?
נאכאמאל א שיינער דאנק אייער צייט איז אנערקענסווערד
ווען איר שרייבט קענען שרייבן און ליינען זייער זייער שנעל אוף וועלכע פונקציע פונעם קאמפיוטער בעציעט איר זיך בעיקר? מיינט דאס אז ער טוט סעיוון פיילס שנעלער? ער שיקט סיגנאלן שנעלער (עפענען א פראגרעם אדער פערמאכן עס, וכדו')? אדער איז עס אויך נוגע פאר אקטיווע אנגייענדע ארבעט ווי, האלטן אסאך פראגרעמס און אדער בראוזערס\טעבס אפן?
וואס מיינט אפגרעידן? מען ברויך נישט צו אינסטאלירן עס מיט א האמער און א טשוואק?
איז די זעלבע נוגע פאר דעסקטאפ?
בעיקר צווישן די צוויי, ראם און ססד, ווער איז גובר אין פירן א מאשין ווי געשמירט?
נאכאמאל א שיינער דאנק אייער צייט איז אנערקענסווערד
טרייבט צו מיר יעדעס ביסל צייט וואס איר קענט נאר, איך וועל אייך שטארק דאנקבאר זיין
חתם סופר
http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.ph ... 74#p750174
חתם סופר
http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.ph ... 74#p750174
- שמעק_טאביק
- שר האלף
- תגובות: 1618
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 14, 2007 11:13 am

א האמער דארף מען קיינמאל נישט האבן, א טשוואק אויך נאר זעלטן. רוב מאנופעקטשורערס מאכן עס גרינג צו קענען אפגרעידן, בפרט ביי דעסקטאפס. לעפטאפ'ס קען זיין שווערער, און נאך מער ביי די דינערע אלטרע בוקס, דאן קען מען בעטן הילף פון א פראפעסיאנאל.
די פראסעסאר און די מעמארי זענען מער ווי קעיפעבל צו טון שנעלע זאכן. די אלטע סארט (אבער גאר ביליגע) HDD איז געווען דער לאנגזאמער טשוכעפאכע וואס האט נישט געקענט מיטהאלטן דעם שנעלן גאלאפ.
ממילא וועט בלויז 4 גיג מעמארי (די מינינמום רעקאמענדירט, אבער גענוג פאר רוב מענטשן) מיט א SSD פיל שנעלער לויפן ווי 16 גיג מעמארי מיט אן אלטמאדישן הארד דרייוו.
אין SSD אליינס זענען אויך פאראן שנעלערע און שטאטערע, אבער זייער שטאטסטע איז שנעלער ווי די שנעלסטע HDD. קויפן אליינס העלפט דיר קויפן דאס גרעסטע און שנעלסטע פאר ביליגער ווי די צוריקגעבליבענע פאר טייערער וועלכע דעל און HP טוען אינסטולירן. אבער טאמער האסטו מורא צו רירן אליינס, און געדענק אז עס "קען זיין פראבלעמאטיש" ווייל מען דארף טוישן אסאך סעטטינגס, דעמאלס גיי ליבערשט מיט א אינסטולירטע און וועסט העכסטנס נאר האבן איינס פאר די שנעלסטע. נישט געפערליך.

הפך בה והפך בה דכולה בה!
-
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3502
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מאי 14, 2010 4:13 pm
- לאקאציע: משנה מקום יעדע שטיק צייט
היפאקריט האט געשריבן:בעיקר צווישן די צוויי, ראם און ססד, ווער איז גובר אין פירן א מאשין ווי געשמירט?
נאכאמאל א שיינער דאנק אייער צייט איז אנערקענסווערד
ווענד זיך פין וויפעל רעם מען רעט איז קלאר אז אויב די אפשען איז איינער פין די צוויי איז וויכטיגער רעם
און אויב וועסטו האבען מער רעם וועט ער ווייניגער עקסעסען די הארד דרייוו וועט די חסרון פין די הארד דרייוו אויך אביסעל קעלענער ווערען
- שוועמל
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 14264
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
- לאקאציע: גידולו בכל מקום
היפאקריט,
לאמיך דיר שנעל עדיוקעיטן.
SSD איז נישט מער ווי די הארד דרייוו פונעם קאמפיוטער. נישט קיין פראסעסאר און נישט קיין פראגרעם.
אודאי איז די הארד דרייוו א סאמע וויכטיגע קאמפאנענט, דארט איז די סטארעזש פאר אלע דעטע. אבער דאס איז נישט עפעס וואס מען ברויך קאנסידערן ביים קויפן א נייע קאמפוטער, ווייל די הארד דרייוו קען מען אלעמאל ריפלעיסן אדער צולייגן.
די חילוק פון SSD און SATA איז, אז SSD איז א שנעלערע וועג פון ליינען און שרייבן די דעטע וויבאלד עס פארמאגט נישט די פין אווי SATA.
אוועראל וועט עס פארשנעלערן די קאמפוטער מיט 15-20 פערצענט.
אגב שוין פארהאן אשכולות, גיב א זוך SSD

שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
- קנאפער ידען
- שר החסד
- תגובות: 31273
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
- לאקאציע: וואו ג-ט ב"ה וויל
"אייער צופרידנהייט, מיין הנאה." -מיך אליינס...
נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
- שמעק_טאביק
- שר האלף
- תגובות: 1618
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 14, 2007 11:13 am
סעמסאנג מאכט איינע פון די בעסטע SSD דרייווס היינט צו טאגס. סענדיסק האלט שוין אויך כמעט דארטן.
עס איז כדאי צו ליינען די רעוויואס אויף עמעזאן וואס די ריעל קאסטומערס האבן צו זאגן פון הענדס אן עקספיריענס, און דעסיידן לויט דעם.
http://www.amazon.com/Samsung-Electroni ... roduct_top
http://www.amazon.com/Samsung-MZ-7TD250 ... roduct_top
עס איז כדאי צו ליינען די רעוויואס אויף עמעזאן וואס די ריעל קאסטומערס האבן צו זאגן פון הענדס אן עקספיריענס, און דעסיידן לויט דעם.
http://www.amazon.com/Samsung-Electroni ... roduct_top
http://www.amazon.com/Samsung-MZ-7TD250 ... roduct_top
הפך בה והפך בה דכולה בה!
-
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3502
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מאי 14, 2010 4:13 pm
- לאקאציע: משנה מקום יעדע שטיק צייט
שוועמל האט געשריבן:היפאקריט,
לאמיך דיר שנעל עדיוקעיטן.
SSD איז נישט מער ווי די הארד דרייוו פונעם קאמפיוטער. נישט קיין פראסעסאר און נישט קיין פראגרעם.
אודאי איז די הארד דרייוו א סאמע וויכטיגע קאמפאנענט, דארט איז די סטארעזש פאר אלע דעטע. אבער דאס איז נישט עפעס וואס מען ברויך קאנסידערן ביים קויפן א נייע קאמפוטער, ווייל די הארד דרייוו קען מען אלעמאל ריפלעיסן אדער צולייגן.
די חילוק פון SSD און SATA איז, אז SSD איז א שנעלערע וועג פון ליינען און שרייבן די דעטע וויבאלד עס פארמאגט נישט די פין אווי SATA.
רוב ssd נוצען אויך sata sata איז סך הכל די טעכנעלאגיע צי קאנעקטען די הארד דרייוו צי די mother board און פארשטייט זיך אז זיי נוצען די זעלבע פינס די חילוק פין ssd און hdd איז אז געהעריגע הארד דרייווס זענען מעקעניקעל און עס עס די איז עלעקטעראניקס
אוועראל וועט עס פארשנעלערן די קאמפוטער מיט 15-20 פערצענט.
א מענטש וואס האט אסאך מעמארי וועט זיין קומפיוטער נישט אזויפיל פעיזשען צי די הארד דרייוו וועט ער זעהן א קלענער חילוק ווי איינער וואס זיין סייסטעם פעיזשט אסאך אבער אויב זיין סייסטעם פעיזשט אסאך איז ענדערשער צי קויפען מער מעמעארי בקיצור סאיז נישט דא קיין כלל וויפעל שנעלער סגייט וווערען סקען זיין א ריזיגע חילוק און ספיד בשעתן באטען אין כמעט נישט קיין חילוק נאכדעם איז מען קען נישט זאגען א נאומבער ווייל עס ווענד זיך וואס מען נוצט די קומפיוטער פאר אין וויפעל מעמארי מען האט וכדומה
אגב שוין פארהאן אשכולות, גיב א זוך SSD
וויאזוי מען אפגרעיד פון א פשוטע הארד דרייוו צו א סאליד סטעיט דרייו
די ערשטע זאך איז צו טשעקן די קאמפיוטער און זיכער מאכן אז איר קענט אפגרעידן:
גייט צו די פאלגענדע וועבסייט און לייגט אריין די מאדעל פון אייער קאמפיוטער, אויב איר האט נישט קיין צייט קענט איר נוצן די אויטאמאטישע טול וואס וועט אייך זאגן צו איר קענט אפגרעידן.
איינמאל מען איז זיכער אז די קאמפיוטער קען פארנעמען אן אפגרעיד איז צייט צו טשעקן די פיזישע באקס און זעהן צו מ'ען טאקע אפגרעידן (די טול קען אמאל מאכן א טעות) און צו ס'דא גענוג פלאץ.
מ'לעשט אויס די קאמפיוטער און מען נעמט ארויס די פלאג (נישט פארגעסן!), דערנאך עפענט מען די לינקע זייט פון די באקס.
איר וועט זען עפעס אזוי:
אדער עפעס אזוי:
דערווייל אינטרעסירט אונז נאר די הארד דרייוו:
מאכט זיכער אז די הארד דרייוו נוצט א SATA דאטא און פאוער קעיבל, די רעכטע איז א SATA דאטא קעיבל און די לינקע איז א SATA פאוער קעיבל:
אויב אייער דרייוו האט נישט א SATA פאוער קעיבל (אזוי ווי אין די קומענדיגע בילד)
דארפט איר קויפן אזא סארט עדעפטער
יעצט טשעקט אז איר האט צוויי סעטס פון SATA פאוער און דאטא קעיבלס, אויב איז אלעס גוט דאן קען מען קויפן א SSD.
(פארוואס דארף מען האבן צוויי? צו טרענספערן די דאטא פון די אלטע הארד דרייוו צו די SSD)
א געווענליכע SSD זעהט אויס אזוי
עס איז קלענער ווי א געהעריגע הארד דרייוו און דארף אן עדעפטער אז ס'זאל בלייבן אין פלאץ
ווען מ'האט שוין אלעס לעשט מען אויס די קאמפיוטער און מען נעמט ארויס די פלאג (נישט פארגעסן!), און מ'עפענט די באקס.
נעמט ארויס די SATA ווייערס פון די סידי דרייוו און שטעקט דאס איין אין די SSD, דאן לאזט די נייע דרייוו אין די קאמפיוטער אזוי:
מאכט זיכער אז די פענס זענען פריי פון ווייערס, שטעקט אריין די פלאג און צינדט אן דעם קאמפיוטער
(ס'איז נישט קיין פראבלעם צו לאזן די קעיס אפן פאר א שעה צוויי, ווילאנג עס דרייען זיך נישט קיין קליינע קינדער אדער להבדיל חיות)
יעצט ווענדט זיך וועלכע SSD איר האט געקויפט, אויב האט איר א סעמסאנג דארפט איר נישט מער ווי דאונלאודן און אינסטאלירן די Samsung Data Migration Software צו טרענספערן די דאטא צו די נייעס דרייוו.
(נישט אלע קאמפעניס האבן א פראגרעם צו טרענספערן די דאטא און דאס וועט מען אי"ה אויסשמועסן אין די נעקסטע אפדעיט)
ווען די טרענספער איז פארטיג לעשט מען אויס די קאמפיוטער (ארויסנעמען די פלאג דארפט איר שוין אליין געדענקן), און מ'שטעקט אויס דעם SSD. דאן שרויפט מען עס אריין/ארויף אויפן עדעפטער > דער עדעפטער גייט וואו עס באלאנגט און מען שרויפט עס צו.
אזוי זאל מען נישט טון
יעצט שטעקט צוריק אריין די SATA ווייערס אין די די סידי דרייוו, נעמט ארויס די צוויי קעיבלס פון די אלטע הארד דרייוו און לייגט זיי אריין אין די נייע סאליד סטעיט דרייוו. פארמאכט די קעיס (מאכט זיכער אז אלע ווייערס שטייען ווייט אוועק פון די פענס, נוצט tie wraps אויב מעגליך) און צינדט אן די קאמפיוטער.
לאזט וויסן צו איר זעהט א חילוק
א קליינע המשך וועט נאך קומען אבער פראגען קען מען שוין פרעגן
לעצט פארראכטן דורך אייוועלט ארכיוו אום דאנערשטאג יאנואר 01, 2015 9:58 pm, פארראכטן געווארן 4 מאל.
מאגר האט געשריבן:SSD איז די פארקערטע פון SATA ?
דאס זענען צוויי באזונדערע זאכן, SATA איז די קאנעקשען פונעם הארד דרייוו צו די מוטערבאורד
- קנאפער ידען
- שר החסד
- תגובות: 31273
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
- לאקאציע: וואו ג-ט ב"ה וויל
ווען קומט דער המשך?
א פיקטשער פון וואס?
יעדע SSD וואס מען קויפט קען מען אויכעט אריינלייגן אין א לעפטאפ אנשטאט דער געהעריגער אינטערנעט הארד-דרייוו? אדער מען דארף דערפאר ספעציעלע?
א פיקטשער פון וואס?
יעדע SSD וואס מען קויפט קען מען אויכעט אריינלייגן אין א לעפטאפ אנשטאט דער געהעריגער אינטערנעט הארד-דרייוו? אדער מען דארף דערפאר ספעציעלע?
"אייער צופרידנהייט, מיין הנאה." -מיך אליינס...
נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
- קנאפער ידען
- שר החסד
- תגובות: 31273
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
- לאקאציע: וואו ג-ט ב"ה וויל
יעצט נאך א שאלה, ווען מען קויפט שוין יא, וועלכע איז גוט? עס איז דאך דא אזא גרויסע אויסוואל.
איך וויל יעצט ריפלעיסן מיין לעפטאפ הארד-דרייוו [וועלכע האט זיך געלייגט שלאפן] מיט א SSD, מיין לעפטאפ האט נאר איין הארד-דרייוו פלאץ, און מיין בודזשעט איך אין דער $150 געגענט.
דא זענען עטליכע אויסוואלן, מיט וועלכע זאל'ך גיין?
1)- Samsung 850 Pro 256GB פאר $164 פון עמעזאן.
2)- Crucial M550 256GB פאר $138 פון עמעזאן.
3)- Samsung 840 EVO 250GB פאר $131 אויף עמעזאן.
4)- SanDisk Extreme PRO 240GB פאר $149 פון עמעזאן.
5)- SanDisk Ultra II 240GB פאר $104 פון עמעזאן.
איך וויל יעצט ריפלעיסן מיין לעפטאפ הארד-דרייוו [וועלכע האט זיך געלייגט שלאפן] מיט א SSD, מיין לעפטאפ האט נאר איין הארד-דרייוו פלאץ, און מיין בודזשעט איך אין דער $150 געגענט.
דא זענען עטליכע אויסוואלן, מיט וועלכע זאל'ך גיין?
1)- Samsung 850 Pro 256GB פאר $164 פון עמעזאן.
2)- Crucial M550 256GB פאר $138 פון עמעזאן.
3)- Samsung 840 EVO 250GB פאר $131 אויף עמעזאן.
4)- SanDisk Extreme PRO 240GB פאר $149 פון עמעזאן.
5)- SanDisk Ultra II 240GB פאר $104 פון עמעזאן.
"אייער צופרידנהייט, מיין הנאה." -מיך אליינס...
נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
היינט איז דא א סעיל אויף SSD פאר גאנץ ביליג.
א 240 SSD איז צו באקומען פאר אונטער 80 דאלאר.
SSD Sale - Tiger Direct

- ענדע צדיק!
- שר שמונת אלפים
- תגובות: 8114
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
- פארבינד זיך:
יישר כח גדול!!
איז ssd א נאכנישט געהעריג דעוועלעפט, אז עס זאל אויסשטיין צו מאכן מער פראבלעמען ווי די געהעריגע? (אזויווי די ערשטע וועריזשען פון א ווינדאוס וכדומ')
די שאלה איז צו עס לוינט זיך נישט צו ווארטן אביסל, ווען דעמאלט וועט עס זיין ביליגער און בעסער, אדער יא יעצט קויפן צוליב די אויסטערלישע מעלות (למשל פאר א גראפיקער וואס נוצט העווי פראגראמען)
--
אגב, איך מיין די אשכול קומט אין הארדווער אפטיילונג

צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון
בלאג - מיינע ארכיוון
- שוועמל
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 14264
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
- לאקאציע: גידולו בכל מקום
איך האב דא א SSD אריבערצולייגן מייט OS אהין.
איך נוץ ACRONIS צו CLONE דע אלטע דרייוו HHD צו דע נייע.
די פראבלעם איז אז ביים סעלעקטן די סאורס דיסק איז די אלטע גרעיעד-אוט, ער לאזט מיך עס נישט סעלעקטן נאר די נייע קען איך סעלעקטן.
עני העלפ??
פאקטן:
- די אלטע איז 1 TB גרויס בעת די נייע SSD איז נאר 128 GB. אבער ווי געזאגט גיי איך עס נוצן נאר פאר די OS און איך דארף נישט מער.
- די אלטע האט דריי עקסטערע פארטישאנס, די נייע האט נישט קיין פארטישאנס.
- ביידע דיסקס ליגן יעצט אינסטולד אין די מאשין, איך וואלט ארויסגענומען די נייע און פרובירט פונדרויסן אבער פונקט טרעף איך נישט מיין SATA טו USB קעיבל...
- די נייע איז בעסיק טייפ, די אלטע איז דיינעמיק.
יעדע הילף איז אפרישיעטעד