איז דאס דער זעלבער ניגון?

פארצייטישע נגינה, נוסח התפילה, מועדים וזמנים

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
ניגון עתיק
שר האלף
תגובות: 1435
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 01, 2013 2:51 pm
לאקאציע: אינעם ניגון

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ניגון עתיק »

לכאורה האט געשריבן:דער קומי רוני בלילה קען איך פון אן אלטן ברסלב'ער קאסעטע

ענדלט אביסל צו דעם טאלנער ניגון וואס דו האסט געבראכט, אבער נישט די זעלבע ניגון.

כ'וועל יעצט נישט איבער'חזרן מיין ערשטן תגובה, עיין לעיל.
דא ביי דעם שטומט עס, ווייל אין ברעסלב טרעפט מען אסאך פון ר' יאסל טאלנער'ס ניגונים (זיי זענען נישט געווען צו ווייט אין אוקראיינא) ממילא שטומט עס.
אית היכלא דלא מפתח אלא בנגינה, ובגין דא דוד המלך ע"ה מתקרב לההיא היכלא בנגינה (תיקוני זוהר)
אוועטאר
רייזענדער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 257
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 29, 2013 11:42 am
לאקאציע: אינטערוועגנס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רייזענדער »

ניגון עתיק האט געשריבן:שוין לאנג נישט באזוכט דא...

דא איז א ניגון באוואוסט אלס קומי רוני דורך ??
און דא איז דער זעלבער ניגון פון ר' יוסל טאלנער ע"ה

דא האט שוין איינער משדך געווען די צוויי ווערסיע'ס, זינגן זינגט ער עס לויט ר' יוסל טאלנער'ס גירסא, און רופן רופט ער עס אן 'ניגון קומי רוני ברעסלאוו'.

כפענ"ד הערט זיך מער ארגינעלקייט אין דעם ווערסיע, און ווי עס זעהט אויס האט מען 'ארויפגעזעצט דעם ניגון' אויף די ווערטער קומי רוני (בהיפך מסדר העולם ארויפצוזעצן ווערטער אויף א ניגון...) ודין גרמא דער ניגון זאל ליידן אביסעלע...

והכתוב השלישי ה''ה חיליק פראנק זינגט דעם ניגון אויפן קאסעטע 'תיקון חצות', און ער רופט עס אן 'ניגון המגיד' דאס איז שוין מער קאנפיוזינג...תיקו!
אוועטאר
מחותן
שר עשרת אלפים
תגובות: 10102
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 09, 2010 11:39 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מחותן »

מחותן האט געשריבן:
מחותן האט געשריבן:
מר. גרין האט געשריבן:קען איינער קאנפירמען אז די קליפ דא http://www.kikarhashabat.co.il/video.ph ... 653-191899
איז אמת? און ווען האט עס פאסירט?


יו איז דאס א זיסע קליפ, אויסגעשאסן פון געלעכטער... איך האך אז ער האט מיטגענימען אפאר חברה..


איך וויל נישט פארדרייען די שמיעס דא, אבער א קליינע פראגע..
איידער די פיצוץ הערט מען די אראבער זינגן א פיזמון.. די ניגון פון די פיזמון ענדעלט זייער שטארק צו די ווערטער וואס מיר זינגען ל"ג בעומר ביים אנציענדן די הדלקה: אנא השם הושיעה נא בזכות רבי רבי שמעון בר יוחאי.. אנא השם הצליחה נא בזכות...

האבן מיר גענימען די ניגון פון אראבער? אדער האבן זיי גענימען די ניגון פון אונז? אדען מעגליך דימיון איך און עס ענדלט בכלל נישט?? :oops:
אוועטאר
להודות ולהלל
שר האלף
תגובות: 1911
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 7:35 am

Re: איז דאס דער זעלבער ניגון?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להודות ולהלל »

ניגון עתיק האט געשריבן:דורכאויס די יארן האט זיך מיר עטליכע מאל שוין אפגעשפילט דאס קומענדיגע.

ווען כ'שפאציר אריין אין א פלאץ וואו מ'פארברענגט און מ'זינגט, זאל דאס זיין ביי א רבי'נס טיש, אדער קומזיץ און מ'זינגט געשמאק א ניגון וואס כ'קען נאכנישט.
אינמיטן דאכט זיך מיר אז דער תנועה וואס מ'זינגט יעצט קען איך פון ערגעץ ווי, אבער ווי נאר מ'גייט ווייטער זע איך אז כ'האב געמאכט א טעות.
אבער 2 פעלער ווייטער אודך פון ערגעץ איז דאס מיר באקאנט... (כ'רעד נישט דא פון די וועלכע זיי הערן דעם ערשטן מאל א ניגון זוכט מען זיך אנצוכאפן יעדע תנועה פון וואו דאס קומט ובלשונם גע'גנב'ט).

כ'בין געקומען צום החלטה אז עס זענען דא אלטע ניגונים וואס דורכאויס די לעצטע הונדערט אדער מער יאר - זענען פארשפרייט געווארן אין פארשידענע מקומות און זענען דורך פארשידענע גרעניצן, אדער מפה לאוזן פון לאו דוקא מבינים אדער געלונגענע זינגער. ביז ווען מ'הערט דעם זעלבן ניגון ביי אנדערע מקומות הערט זיך עס ממש ווי אן אנדערען ניגון, אבער בעצם קומט דאס פונעם זעלבן מקור.

כ'גיב א משל אבער עס גייט אסאך טיפער, א שטייגער ווי דעם ניגון לאמיר דערציילן די מעלות פון אידישע קינדער, איז דא דער נוסח ווי ר' יצחק אונגער זינגט עס, דערנאך ווי חב"ד זינגט עס "אבער א מעלה ווידער א מעלה" און דערנאך ווי שלמה'לע זינגט עס אויף א שטייטערן נוסח "דעם בארדיטשוב'ערס ניגון".

לעניית דעתי לייגט זיך נישט אויפן שכל אז 2 מענטשן פון אנדערע מקומות זאלן קענען פארפאסן און צוטרעפן ממש דעם זעלבן "געדאנק" פון א ניגון, די מהלך, די סדר פון די פאלן - אנדעם וואס איינער זאל האבן געהערט דעם צווייטנ'ס, עס קען אבער זיין אז כ'האב א טעות, און אדרבה לאמיר הערן אייער מיינונג איבער דעם.
---
דער נושא איז איינס וואס עגבערט מיר שוין לאנג, און כ'האב געשפירט אז דא אינעם וועלטל וואו עס פארברענגען דא אידן מבינים וואס האבן גאנץ א גוטע שמעק און געפיל איבער נגינה בכלל און אלטע ניגונים בפרט וואלט געווען א גוטע פלאץ צו דיסקוסירן איבער דעם.
----
ובזה החלו בעזרת השם, ובשם השם נעשה ונצליח.
כ'האף כסדר צוצולייגן אבער דערווייל...
כ'לייג ארויף דא 3 ניגונים געזונגען דורך אנדערע מקומות וואס לדעתי איז דאס באמת איינס.
איינס, צוויי, דריי,


viewtopic.php?f=18&t=11644&start=4150#p2203136
שרייב תגובה

צוריק צו “שירי קודש”