פיניע חזן האט געשריבן:הרב בעאבאכטער וועט מיר אוודאי מוחל זיין אז איך וועל חולק זיין אויף איהם, אין הכי טאקע עס איז עכט זייער ענדליך די צוויי ניגונים אבער זיי זענען נישט די זעלבער ממש
דאס דערמאנט מיר דעם סקולענער ניגון ליהודים אויב וועט איר דאס זינגען זייער שטאטלעך וועט דאס זיין א מורא'דיגע התעוררות ניגון (איך גלייב אז עס איז נישט דא קיין רעקארדינג פון דעם ניגון אפילו נישט שיכור'ערהייט)
און אפשר מאך איך א טעות, איך בין גרייט צו הויבן הענט
לא הבינותי דבריכם, ביטע מער מסביר זיין.
ס'איז אביסל שווער צו מסביר זיין דאס וואס איך געשריבן וועגן ליהודים ווייל איך האב נישט קיין רעקארדינג פון דעם, אבער בכללות האב איך געמיינט צו זאגן אז לענ"ד איז דאס נישט דער זעלבער ניגון על אף זיי זענען דומה און אפשר מאך איך א טעות

אז דו פרעגסט וועל איך דיך ענטפערן, יא דו מאכסט א טעות. ס'ע קלאר דאס זעלביגע ניגון, נאר איינס שטאט און איינס שנעל, פונקט אזוי ווי דיין משל מיט'ן סקולענער ליהודים, אז מען זינגט דאס שטאט ווערט דאס א התעוררות ניגון, אבער פארט בלייבט עס דער זעלבער ניגון. דער ניגון פלעגט מען אמאל זינגן אויף "סימן טוב ומזל טוב" בדו"ו ר' יו"ט ערליך האב אזא ניגון אויף זיין לעצטע טעיפ - בטחון. זינגט ער דארט א ניגון וואס איז באמת דער באקאנטער "בבקעך ים סוף" נאר ער זינגט דאס שטאט און מיט וואלס ביטס.
באבוב שירי ציון VS ליובאוויטש (יענקל יענקל) אן דעם אויבערשטן פאל.
דאכצעך אז ר' אברהם'ס פאטער האט זיך געדרייט אין באבוב, כ'האב נישט דורכגעליינט די מקורות אויפן דעקל פון יענקל יענקל, קען זיין אז ער שרייבט אז דאס איז עפעס פון זיין פאטער'ס סחורה.
אית היכלא דלא מפתח אלא בנגינה, ובגין דא דוד המלך ע"ה מתקרב לההיא היכלא בנגינה(תיקוני זוהר)
דער הויכער פאל פון דעם ניגון לא ימושו מפיך (דער ניגון וועלכער מען האט ארויף געלייגט ביי די לעצטע בחירות אויף לא לא לא לא משתתפים בבחירות האסורות...) דער הויכער פאל איז דער זעלבער ווי דער בארימטער מאדזיצער קדיש דער פאל פון יתברך וישתבח ויתפאר וכו'
ניגון עתיק האט געשריבן:באבוב שירי ציון VS ליובאוויטש (יענקל יענקל) אן דעם אויבערשטן פאל.
דאכצעך אז ר' אברהם'ס פאטער האט זיך געדרייט אין באבוב, כ'האב נישט דורכגעליינט די מקורות אויפן דעקל פון יענקל יענקל, קען זיין אז ער שרייבט אז דאס איז עפעס פון זיין פאטער'ס סחורה.
יהיה כן האט געשריבן:דער הויכער פאל פון דעם ניגון לא ימושו מפיך (דער ניגון וועלכער מען האט ארויף געלייגט ביי די לעצטע בחירות אויף לא לא לא לא משתתפים בבחירות האסורות...) דער הויכער פאל איז דער זעלבער ווי דער בארימטער מאדזיצער קדיש דער פאל פון יתברך וישתבח ויתפאר וכו'