איז דאס דער זעלבער ניגון?

פארצייטישע נגינה, נוסח התפילה, מועדים וזמנים

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
ניגון עתיק
שר האלף
תגובות: 1435
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 01, 2013 2:51 pm
לאקאציע: אינעם ניגון

איז דאס דער זעלבער ניגון?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ניגון עתיק »

דורכאויס די יארן האט זיך מיר עטליכע מאל שוין אפגעשפילט דאס קומענדיגע.

ווען כ'שפאציר אריין אין א פלאץ וואו מ'פארברענגט און מ'זינגט, זאל דאס זיין ביי א רבי'נס טיש, אדער קומזיץ און מ'זינגט געשמאק א ניגון וואס כ'קען נאכנישט.
אינמיטן דאכט זיך מיר אז דער תנועה וואס מ'זינגט יעצט קען איך פון ערגעץ ווי, אבער ווי נאר מ'גייט ווייטער זע איך אז כ'האב געמאכט א טעות.
אבער 2 פעלער ווייטער אודך פון ערגעץ איז דאס מיר באקאנט... (כ'רעד נישט דא פון די וועלכע זיי הערן דעם ערשטן מאל א ניגון זוכט מען זיך אנצוכאפן יעדע תנועה פון וואו דאס קומט ובלשונם גע'גנב'ט).

כ'בין געקומען צום החלטה אז עס זענען דא אלטע ניגונים וואס דורכאויס די לעצטע הונדערט אדער מער יאר - זענען פארשפרייט געווארן אין פארשידענע מקומות און זענען דורך פארשידענע גרעניצן, אדער מפה לאוזן פון לאו דוקא מבינים אדער געלונגענע זינגער. ביז ווען מ'הערט דעם זעלבן ניגון ביי אנדערע מקומות הערט זיך עס ממש ווי אן אנדערען ניגון, אבער בעצם קומט דאס פונעם זעלבן מקור.

כ'גיב א משל אבער עס גייט אסאך טיפער, א שטייגער ווי דעם ניגון לאמיר דערציילן די מעלות פון אידישע קינדער, איז דא דער נוסח ווי ר' יצחק אונגער זינגט עס, דערנאך ווי חב"ד זינגט עס "אבער א מעלה ווידער א מעלה" און דערנאך ווי שלמה'לע זינגט עס אויף א שטייטערן נוסח "דעם בארדיטשוב'ערס ניגון".

לעניית דעתי לייגט זיך נישט אויפן שכל אז 2 מענטשן פון אנדערע מקומות זאלן קענען פארפאסן און צוטרעפן ממש דעם זעלבן "געדאנק" פון א ניגון, די מהלך, די סדר פון די פאלן - אנדעם וואס איינער זאל האבן געהערט דעם צווייטנ'ס, עס קען אבער זיין אז כ'האב א טעות, און אדרבה לאמיר הערן אייער מיינונג איבער דעם.
---
דער נושא איז איינס וואס עגבערט מיר שוין לאנג, און כ'האב געשפירט אז דא אינעם וועלטל וואו עס פארברענגען דא אידן מבינים וואס האבן גאנץ א גוטע שמעק און געפיל איבער נגינה בכלל און אלטע ניגונים בפרט וואלט געווען א גוטע פלאץ צו דיסקוסירן איבער דעם.
----
ובזה החלו בעזרת השם, ובשם השם נעשה ונצליח.
כ'האף כסדר צוצולייגן אבער דערווייל...
כ'לייג ארויף דא 3 ניגונים געזונגען דורך אנדערע מקומות וואס לדעתי איז דאס באמת איינס.
איינס, צוויי, דריי,
לעצט פארראכטן דורך ניגון עתיק אום דאנערשטאג אקטאבער 24, 2013 11:49 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אית היכלא דלא מפתח אלא בנגינה, ובגין דא דוד המלך ע"ה מתקרב לההיא היכלא בנגינה (תיקוני זוהר)
אוועטאר
מי יודע
שר שמונת אלפים
תגובות: 8718
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי יודע »

ניגון עתיק האט געשריבן:מיר פערזענליך לייגט זיך נישט אויפן שכל אז 2 מענטשן פון אנדערע מקומות זאלן קענען פארפאסן און צוטרעפן ממש דעם זעלבן "געדאנק" פון א ניגון, די מהלך, די סדר פון די פאלן - אנדעם וואס איינער זאל האבן געהערט דעם צווייטנ'ס, עס קען אבער זיין אז כ'האב א טעות, און אדרבה לאמיר הערן אייער מיינונג איבער דעם.

א ניגון איז א חידוש, און אויב חידושי תורה טרעפט זיך ענליכע חידושים און אפילו ממש די זעלבע, מען טרעפט תורות די זעלבע אין נועם אלימלך ווי אין חתם סופר אנדעם וואס זיי זאלן זיך האבן געקענט, קען דאס ביי ניגונים זיכער פאסירן
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.
אוועטאר
בעאבאכטער
שר האלף
תגובות: 1953
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 21, 2011 5:58 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעאבאכטער »

איינס, דריי, - אחד הוא,
און איז נישט דער ערשטער ניגון וואס ביי ירמי'ען באקומט דאס א שינוי, אי משום זיין פאטער האט אזוי געזונגען (אנדערע ענפים פון זעלבן גזע) ואי משום דרכו בהרבה לשונות.
צוויי, איז אויסדרוקליך אן אנדער ניגון לגמרי, (און אן אנדער גזע אינגאנצן).
אוועטאר
לעניית דעתי
שר האלף
תגובות: 1485
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 20, 2009 1:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעניית דעתי »

כזאג די זעלבע, איינס און דריי איז די זעלבער ניגון. צוויי נישט.

דער איינציגסטע זאך וואס אלע דריי האבן כאחד איז אז זיי זענען אלע דריי דא ארויף געלייגט געווארן בחינם על מה ולמה?
אוועטאר
יוסף שרייבער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4589
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אקטאבער 23, 2010 4:24 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוסף שרייבער »

ליידער הער איך נישט דעם דמיון צווישען די ניגונים.
אוועטאר
בעאבאכטער
שר האלף
תגובות: 1953
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 21, 2011 5:58 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעאבאכטער »

זענט איר חלילה סאנג בליינד?...
אוועטאר
יוסף שרייבער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4589
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אקטאבער 23, 2010 4:24 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוסף שרייבער »

איך האף אז נישט.
אוועטאר
בעאבאכטער
שר האלף
תגובות: 1953
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 21, 2011 5:58 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעאבאכטער »

אויב הערט איר נישט איינס מיט דריי אז זיי זענען אייניג, ברויך איר איבער גיין שימוש...

מוחל, איא?...
אוועטאר
ניגון עתיק
שר האלף
תגובות: 1435
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 01, 2013 2:51 pm
לאקאציע: אינעם ניגון

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ניגון עתיק »

נאך א דמיון
חב"ד, וויזניץ
אית היכלא דלא מפתח אלא בנגינה, ובגין דא דוד המלך ע"ה מתקרב לההיא היכלא בנגינה (תיקוני זוהר)
אוועטאר
בעאבאכטער
שר האלף
תגובות: 1953
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 21, 2011 5:58 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעאבאכטער »

לענ"ד איז נישט דמיון, נאר דער זעלבער ניגון ממש.
אוועטאר
ניגון עתיק
שר האלף
תגובות: 1435
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 01, 2013 2:51 pm
לאקאציע: אינעם ניגון

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ניגון עתיק »

נאך איינס
דאס איז פון ר' בנציון שענקער שי' און דאס איז פון חב"ד.
אית היכלא דלא מפתח אלא בנגינה, ובגין דא דוד המלך ע"ה מתקרב לההיא היכלא בנגינה (תיקוני זוהר)
אוועטאר
בעאבאכטער
שר האלף
תגובות: 1953
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 21, 2011 5:58 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעאבאכטער »

לכאורה האט איין מח "גע'גנב'עט" פון צווייטן.
אוועטאר
בעאבאכטער
שר האלף
תגובות: 1953
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 21, 2011 5:58 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעאבאכטער »

האט איר שוין אויפגעמערקט דאס?
איינס (VS) [מיט] צוויי
אחד הם
אוועטאר
ניגון עתיק
שר האלף
תגובות: 1435
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 01, 2013 2:51 pm
לאקאציע: אינעם ניגון

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ניגון עתיק »

דאס איז לכאורה פון יאסל טאלנער, דער זעלבער ניגון, פשוט ארויסגעברענגט דורך א צווייטן געדאנק.
איינס, צוויי
אית היכלא דלא מפתח אלא בנגינה, ובגין דא דוד המלך ע"ה מתקרב לההיא היכלא בנגינה (תיקוני זוהר)
אוועטאר
בעאבאכטער
שר האלף
תגובות: 1953
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 21, 2011 5:58 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעאבאכטער »

נישט מובן, ס'איז דאס ממש דאס זעלבע כפשוטו ממש.
אוועטאר
פיניע חזן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 275
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 19, 2010 8:55 am

ניגון חב"ד און וויזניץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פיניע חזן »

הרב בעאבאכטער וועט מיר אוודאי מוחל זיין אז איך וועל חולק זיין אויף איהם, אין הכי טאקע עס איז עכט זייער ענדליך די צוויי ניגונים אבער זיי זענען נישט די זעלבער ממש

דאס דערמאנט מיר דעם סקולענער ניגון ליהודים אויב וועט איר דאס זינגען זייער שטאטלעך וועט דאס זיין א מורא'דיגע התעוררות ניגון (איך גלייב אז עס איז נישט דא קיין רעקארדינג פון דעם ניגון אפילו נישט שיכור'ערהייט)

און אפשר מאך איך א טעות, איך בין גרייט צו הויבן הענט
אוועטאר
פיניע חזן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 275
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 19, 2010 8:55 am

מאדזיץ און חב"ד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פיניע חזן »

ניגון עתיק האט געשריבן:נאך איינס
דאס איז פון ר' בנציון שענקער שי' און דאס איז פון חב"ד.


דאכט זיך מיר אז דער וואס זינגט איז א יונגערמאן וואס הייסט פעלדמאן אויב איך האב נישט קיין טעות, אבער מן הסתם איז דאס גענומען פון איינע פון די יארצייט סעודות וואס ווערן געפירט אין מאדזיצער שטיבל אין פלעטבוש
אוועטאר
פיניע חזן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 275
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 19, 2010 8:55 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פיניע חזן »

אויפ'ן בלאג פון דוד אסף ווערן געברענגט אסאך ניגונים וואס זענען ענדליך, און ער וויל אויפווייזן -מיט שנאה און עם-ארצות- אז די חסידישע ניגונים זענען גענומען געווארן פון די גוי'ישע וועלט, אבער מען קען זאגן אויף דעם גאנצן נושא מיט'ן לשון שני נביאים נתנבאו בסגנון אחד.
מען דערציילט פון יענקל תלמוד, אז ער האט אמאהל גע'טענה'ט היתכן אז א בחור זאגט א גאנצו פלפול געבויעט פון ראשונים מיט אחרונים פרעגט פון איינעם אויפן צווייטן און צום סוף לייגט צו א קליינעם חידוש אן אייגענעם, זאגט מען אז דאס איז דעם בחור'ס פלפול, אבער אז ער ארבעט אזוי שווער צו פארפאסן א ניגון, און איין קליין שטיקל איז קאם דומה צום פאראיאריגן מארש זאגט מען אז ער האט גע'גנב'עט דעם ניגון ? וואו איז יושר ?
אוועטאר
יוסף שרייבער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4589
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אקטאבער 23, 2010 4:24 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוסף שרייבער »

בעאבאכטער האט געשריבן:ס'איז דאס ממש דאס זעלבע כפשוטו ממש.
אוועטאר
יוסף שרייבער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4589
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אקטאבער 23, 2010 4:24 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוסף שרייבער »

בעאבאכטער האט געשריבן:האט איר שוין אויפגעמערקט דאס?
איינס (VS) [מיט] צוויי
אחד הם

דער ערשטער שפילט דאך אזוי געפערליך שלעכט אז מען קען גאר נישט וויסען וועלכע ניגון ער שפילט.
אוועטאר
msp
שר עשרת אלפים
תגובות: 18061
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
לאקאציע: בין גברא לגברא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך msp »

יוסף שרייבער האט געשריבן:
בעאבאכטער האט געשריבן:האט איר שוין אויפגעמערקט דאס?
איינס (VS) [מיט] צוויי
אחד הם

דער ערשטער שפילט דאך אזוי געפערליך שלעכט אז מען קען גאר נישט וויסען וועלכע ניגון ער שפילט.
חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב
אוועטאר
מי יודע
שר שמונת אלפים
תגובות: 8718
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי יודע »

איך האב היינט אויפגעכאפט, אז די תחלת התנועה פונעם ניגון ויהיו רחמיך מתגוללים פון אלי' ביער, מיט די אנהייב ניגון אלקים אל דמי לך שמעקט די זעלבע, די קוועטש אויף מתגוללים, און די קוועטש אויף אל דמי לך, האב איך רעכט?
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.
אוועטאר
בעאבאכטער
שר האלף
תגובות: 1953
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 21, 2011 5:58 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעאבאכטער »

פיניע חזן האט געשריבן:הרב בעאבאכטער וועט מיר אוודאי מוחל זיין אז איך וועל חולק זיין אויף איהם, אין הכי טאקע עס איז עכט זייער ענדליך די צוויי ניגונים אבער זיי זענען נישט די זעלבער ממש

דאס דערמאנט מיר דעם סקולענער ניגון ליהודים אויב וועט איר דאס זינגען זייער שטאטלעך וועט דאס זיין א מורא'דיגע התעוררות ניגון (איך גלייב אז עס איז נישט דא קיין רעקארדינג פון דעם ניגון אפילו נישט שיכור'ערהייט)

און אפשר מאך איך א טעות, איך בין גרייט צו הויבן הענט

לא הבינותי דבריכם, ביטע מער מסביר זיין.
אוועטאר
בעאבאכטער
שר האלף
תגובות: 1953
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 21, 2011 5:58 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעאבאכטער »

msp האט געשריבן:
יוסף שרייבער האט געשריבן:
בעאבאכטער האט געשריבן:האט איר שוין אויפגעמערקט דאס?
איינס (VS) [מיט] צוויי
אחד הם

דער ערשטער שפילט דאך אזוי געפערליך שלעכט אז מען קען גאר נישט וויסען וועלכע ניגון ער שפילט.

איך האב בדווקא געברענגט די שפילער, איך האב מער א געהעריג רעקארדינג, אבער נישט אזוי פונקליך.
אוועטאר
בעאבאכטער
שר האלף
תגובות: 1953
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 21, 2011 5:58 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעאבאכטער »

הרב עתיק,
איך האט רעכט מיט אייער באהויפטונג אז די זענען מעגליך איין ניגון, ווייל תנועות קען מען צו טרעפן אפילו א כמעט גאנצן פאל, אבער אז אלע פעלער זאלן שטימען זה לעומת זה, דא מוז שוין זיין אז שורשם אחד.

אבער, עס איז דא נאך א מהלך דאס מסביר זיין און לענ"ד איז דאס מער מסתבר.
ידוע אז דער מח איז א 'גנב', לאו דווקא אז ער טוט 'קאפי פעיסטן', נאר דער מח האט אין זיין מעמארי געדאנקען און מהלכים, ווען עס קומט א חידוש, איז דאס "על פי" וואס דער מח 'ווייסט' שוין פון פריער, והבן כי קצרתי.

אייערע ביישפילן ענטהאלטן פון ב' המינים,
א. דער זעלבער ניגון, נאר פארדרייט מיט אן השתלשלות.
ב. אן אנדער ניגון וואסאיז נתחבר געווארן "על פי" וואס דער מח האט שוין געהאט און'געוואוסט'פו פריער.

אלנפאלס, דער נושא איז העכסט אינטערעסאנט, איז נאך כמה ביישפילן אבער אן די מעגליכקייט כעת צו פאוסטן.
דוגמא: "קדשנו" פון מאדזיץ (שטאטע, פון אמרי אש) וואס רב"צ זינגט אין די "מודזיץ חי" סעריע VS ידיד נפש (כל מקדש, וואס מ'זינגט אין תו"א תוא"י אן דעם הויכן תנועה)

_______

די צוויי ניגונים (איינס (VS) צוויי) וואס איך האב געברענגט, און הרב שרייבער מיט ר' מנחם שלום האבן נישט פארשטאנען וואס איך האק אין מח אריין, איז כוונתי בכך:
דער ניגון איז א ראמעיניש קלעזמער שטיקל, מ'האט עס גענומען, אויסגעצויגן, און פארוואלנדט פאר א קאכעדיג שבת ניגון...
אי"ה אין א געלעגנהייט וועלך אין ברענגען דעם 'ממוצע' אויך דער זעלבער ניגון ממש נארשוין מער 'חסידיש' און 'ווארעם'
שרייב תגובה

צוריק צו “שירי קודש”