נייטרא ראפעל (קעפל געטוישט)
די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער
נייטרא ראפעל (קעפל געטוישט)
שוין יארן לאנג וואס איך שטיי און שטוין, ווי באקאנט איז דער אידישער קווארטאל און מעלבארן, אסטראליע און אין דער דערנעבנדיגער סידני, גאנץ א קנאפער, ווייניג ווערט געהערט פון די 24-שעה-ווייטער אחינו בני ישראל, אמאל-א-יובל באזוכט דארט עפעס א בנש"ק וועלכע פירקלט אן די היזיגע צייטונגען מיט די "צדיק בא לעיר" פלאקאטן עטסעטרע.
איינמאל א יאר פלעגן מיר זעהן אסטראליע פיגורירן אויף די אידישע אינטערנאציאנאלע ארענע, ביי די אלעמען באקאנטע "נייטרא ישיבה קאר-ראפפעל", וויפיל איך זאל מיר פרובירן מצמצם זיין מיינע מחשבות צו פארשטיין דאס אומגלובליכע, מ'רעדט פון א ישוב וועלכע איז קליין ווי א "טל-ומטר און א קליין סידור'ל" ואנשים בה מעט, ווייניג היימישע אידן, וויאזוי אין די וועלט געלונגט זיי צו האבן "מערערע" געווינערס אונעם גורל?
איך פלעג ממש קלערן צו שרייבן אויף מייו טיקעט "יעקב דוב מיללער מעלבארן, אסטראליע" אדער אנרופען אהין מיין ידיד הרב בעק ער זאל מיר איינהאנדלען א בילעט, איך האב למעשה קיינמאל נישט גערופען נאכ'ן גורל געוואור צו ווערן צו דארט הענגט נישט אפאר סקרענטאנער געווינערס בבחינת "ירחיק געווינערתו", ווי איראניש עס קלונגט זענען פארהאן ווייניגער היימישע ראפעל-קויפערס ביינאונז אין סקרענטאן וואס וואלט געברויכט פילפאכיג דאפלען די צאל געווינערס לפי החשבון.
למעשה, דער רעקארד איז געשאפן און אונזערע טעג "קיינע אוסטראליענער געווינער אום תשס"ח"!

איך וועל זיך נישט באגעניגן מיט סתם שרייבן "מיללער, ביסט גוט, ריזיג, גרויס, מעכטיג, שטארק, באמבאסטיש, אייזן, קענעהארע" וכולי וכולי וכל שום וחניכא דאית ליה, נאר איך וועל ערווענען אז דו ביסט ממש מיין בן גיל מיט אט דעם באמערקונג, ווייל הגם איך האב דאס נישט געשריבן דאהי, האב איך שוין פרייטאג צונאכטס אריינגערוימט מיין ברודער אין אויער אז עפעס גייט פאר מיט דעם נייטרא ראפעל, אז קיינער, און טאקע ממש קיינער פון די אוסטראליער בירגער האבן נישט געווינען.
צום ענין. האב איך זיך אמאל אריינגעלייגט דערין, געוואויר צו ווערן וואס עס ליגט אונטער די אוסטראליער רעקארד געווינסן, וואס פלעגן צומאל אויסמאכן ארום האלב פון אלע גורל ארויסגעצויגענע. האט מיר א וועטעראן ראפל פארקויפער פאר די נייטרא מוסדות געגעבן צו פארשטיין אז זיי האבן דארטן אן עסקן נמרץ (כ'געדענק נישט דעם נאמען) וואס ער ארבעט אויף קעסל און כלים אז אלע זאלן זיך משתתף זיין אינעם גורל, דאן בליל הגורל רופט ער אריין אין ישיבה אפיס, און מען זעצט זיך אראפ איבערשרייבן זיינע בילעטן אויף צעטעלעך דאהי, וואס ווערן אריינגעווארפן שוין נאכדעם וואס אלע צעטעלעך ליגן אינעם גורל קאסטן, אזוי ארום קומט אויס אז (אפילו נאכן צוזאממישן) מאכן זיי נאך אלץ אויס א חלק הניכר פונעם אויבערשטן שיכט פון צעטעלעך.
פארשטייט זיך אז נאכן ווייזן רעזולטאטן פאר די אויסטראליער בירגער (וואס אפילו די הויפט גורל פלעגט זיי אנקומען מפעם לפעם) האבן זיי זיך ווידער אנגעשטרענגט, און - נעמט אין באטראכט - זיי שטיצן די נייטרא ישיבה טאקע איינמאל א יאר (הגם די יערליכע גורל קומט דאכט זיך פאר שלש פעמים בשנה זאל נישט אויסגערעדט זיין), טאקע ביים ראפעל. אנדערש ווי אחינו בני ישראל בווילאמסבורג וואס האבן אויסצושטיין פון זיי מערערע מאל א יאר (הגם איך האב נעכטן געלערנט אין מס' שקלים אז מען טאר נישט באמוטשן דעם עולם מיט נדבות מער ווי 3 מאל א יאר! זאג עס פאר די היינטיגע פאנדרעיזער).

- איך_הער
- סעקרעטאר
- תגובות: 18580
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
- לאקאציע: אין אפיס
- פארבינד זיך:
ווערעט מיר גלייבן אז כ'האב אויך אלץ געטראכט דערפון, וואס זיי זענען אזוי אויסדערוועלט, אז זיי געוואונען אייביג? וואס הייסט ווער, יעדער, ווייל יעדער האט געטראכט ס'זעלבע, אבער אז מ'קען מאכן דא א באשרייבונג דערפון, אזוי ווייט האבעך שוין נישט געטראכט, און ממילא קומט זיך אים'ען א שכוח, פארן ארויף ברענגען שמייכלען אויפן ציבור דאהי.
שכוח מילער.
שכוח מילער.
לעצט פארראכטן דורך בני היכלא אום מיטוואך אפריל 09, 2008 6:58 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
לכבוד הרב מיללער וכת דילי' וואס זענען שטארק אומרואיג איבער דעם אויסגאנג פון נייטרא ראפפעל. וויל איל אייך מיטיילען אינסייד אינפארמאציע.
דער אויסטראליער אידענטום גיבט בדרך כלל אויס אסאך געלט אויף ראפפעל'ס, אנשטאט געבען צדקה פאר א געלט זאמלער. פאמיליעס ספענדען אין דורכשניטליך אפאר הינדערט דאללאר פאר א ראפפעל, ובפרט פאר נייטרא וואס האט דארט א חשובער עסקן וואס גיבט זיך אפ דערמיט יערליך בלונ"ח.
נייטרא האט היי יאר צום ערשטען מאל נישט געשיקט זייער ראפפעל קיין אויסטראליע, צוליב טעכנישע סיבות.
דער אויסטראליער אידענטום גיבט בדרך כלל אויס אסאך געלט אויף ראפפעל'ס, אנשטאט געבען צדקה פאר א געלט זאמלער. פאמיליעס ספענדען אין דורכשניטליך אפאר הינדערט דאללאר פאר א ראפפעל, ובפרט פאר נייטרא וואס האט דארט א חשובער עסקן וואס גיבט זיך אפ דערמיט יערליך בלונ"ח.
נייטרא האט היי יאר צום ערשטען מאל נישט געשיקט זייער ראפפעל קיין אויסטראליע, צוליב טעכנישע סיבות.
לעצט פארראכטן דורך בני היכלא אום מיטוואך אפריל 09, 2008 6:58 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אלעקסיי האט געשריבן:נאטורליך, וואס טייטש "צוליב טעכנישע סיבות", די עסקן איז טעכניש פויל געווארן, וכדומה?
ווי פונקטליך כאפט א נפק"מ?
איז דער עסקן פויל געווארן, דאן........(פיהר אויס) אויב אבער האט יפ"ס (UPS) געשיקט דעם בינטל בילעטן קיין האצעפלאץ, ניי-זעלאנד, דאן........(איך געב דיר דאס ווארט), ווידעראום, אויב איז די טעכנישקייט פונעם סיבה באזירט אויפ'ן ראפפעל אנפיהרער, איז דאך......(גיוו מי סאם הארמאני), וויאזוי איז אבער אויב דער עסקן איז ליידער פארשלאפט געווארן, נא מה יעשה......(זיי ממשיך).
דער עיקר איז אז גארנישט האט זיך נישט געטוישט אין די שאנסן צו געווינען דעם נייטרא ראפפעל אויב זענט איר אן אויסטארליענער, נאר מ'האט פשוט אין סימפל נישט פארקויפט היי-יאר (אדער היי-פערטל לפי שיטת קרעמער המומחה) קיין בילעטן דארט.
רבי,
דער הרב בעק אז מ'רעדט שוין, איז א טשערקאסער אייניקל און א ברודער מיט הרב בעק מ'מאנסי?
קרעמער,
דאכציך אז מר. קאפפעל דער מעלבארנער ראה"ק איז א נייטרא מקורב, דאס דיס מעיק עני סענס?
לעצט פארראכטן דורך בני היכלא אום מיטוואך אפריל 09, 2008 6:58 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
רבי,
יישר-כח פאר די קלעריפיקאציע.
קרעמער,
ידעתי אז ס'זענען פארהאן תלמידים איבעראל פונעם איש חמודות, פארמגנדיג די נייטרא ישיבה תיכף נאכ'ן קריג קודם אין סאמערוויל דערנאך אין בארג-קיסקא, דער קאפפעל איז אויף עפעס אן אופן אפיליאירט מיט די בארימטע הערצאג משפחה וועלכע זענען ווי באקאנט גרויסע נייטרא פיאנירן.

בני היכלא האט געשריבן:מילער, כתה ד'? פארוואס פונקט ד'?
פארוואס הייסטו פונקט בני היכלא, פארוואס איז פונקט היינט מאנטאג, פארוואס פונקט מיך פרעגסטו אזא נערישע קשיא?
מיין רבי אין כתה ד' פלעגט זאגן הפלא ולעפעלע, פארוואס פונקט ער, פארוואס בין איך פונקט געווען דאן אין כתה ד', פארוואס האב איך פונקט געברויכט לערנען ביינאים, ועוד
א קאשע אויף א מאסע
מיללער האט געשריבן:שוין יארן לאנג וואס איך שטיי און שטוין, ווי באקאנט איז דער אידישער קווארטאל און מעלבארן, אסטראליע און אין דער דערנעבנדיגער סידני, גאנץ א קנאפער, ווייניג ווערט געהערט פון די 24-שעה-ווייטער אחינו בני ישראל, אמאל-א-יובל באזוכט דארט עפעס א בנש"ק וועלכע פירקלט אן די היזיגע צייטונגען מיט די "צדיק בא לעיר" פלאקאטן עטסעטרע.
איינמאל א יאר פלעגן מיר זעהן אסטראליע פיגורירן אויף די אידישע אינטערנאציאנאלע ארענע, ביי די אלעמען באקאנטע "נייטרא ישיבה קאר-ראפפעל", וויפיל איך זאל מיר פרובירן מצמצם זיין מיינע מחשבות צו פארשטיין דאס אומגלובליכע, מ'רעדט פון א ישוב וועלכע איז קליין ווי א "טל-ומטר און א קליין סידור'ל" ואנשים בה מעט, ווייניג היימישע אידן, וויאזוי אין די וועלט געלונגט זיי צו האבן "מערערע" געווינערס אונעם גורל?
איך פלעג ממש קלערן צו שרייבן אויף מייו טיקעט "יעקב דוב מיללער מעלבארן, אסטראליע" אדער אנרופען אהין מיין ידיד הרב בעק ער זאל מיר איינהאנדלען א בילעט, איך האב למעשה קיינמאל נישט גערופען נאכ'ן גורל געוואור צו ווערן צו דארט הענגט נישט אפאר סקרענטאנער געווינערס בבחינת "ירחיק געווינערתו", ווי איראניש עס קלונגט זענען פארהאן ווייניגער היימישע ראפעל-קויפערס ביינאונז אין סקרענטאן וואס וואלט געברויכט פילפאכיג דאפלען די צאל געווינערס לפי החשבון.
למעשה, דער רעקארד איז געשאפן און אונזערע טעג "קיינע אוסטראליענער געווינער אום תשס"ח"!
פאר וועס עס האט שוין באגעגנט די היי-יעריגער אויסגאנג פונעם נייטרא ראפפעל, וועט די נייעס נישט זיין אזוי איבעראשנד, אבער ווער עס האט נאך נישט אויספיעט צו זעהן, היי יאר זענען די אוסטראליענער נישט אויסעגעשפילט.
יא דער פאריעריגער רעקארד האט נישט אנגעהאלטן, און דער הויפט-געווינער פון 25,000 דאלער (אמעריקאנער) איז א חשובער אינגערמאן פונעם ווייטן 'אוסטראליע'!
לעצט פארראכטן דורך מיללער אום דינסטאג אפריל 28, 2009 1:05 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.