שמעון ראלניצקי: איך בין א גלות יוד.

גריסן און שמועסן

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

דעפרעסט
שר חמש מאות
תגובות: 913
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 27, 2011 2:51 pm

שמעון ראלניצקי: איך בין א גלות יוד.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דעפרעסט »

די פאלגענדע איז א ארטיקעל פון שמעון ראלניצקי'ס טוויטער אקאונט‚ א אנטווארט צי יוסי געשטעטנער:


Shimon R. (@ShimonRol)
Posted Wednesday 19th December 2012 from Twitlonger





‎@YossiGestetner‏ איך בין נישט לינק. איך בין א גלות-איד וואס לעבט מיט דעם גלות-פעקל אויף דער פלייצע, גרייט צו פארלאזן מיין הויז און זיך ווענדן קיין ארץ ישראל ווי נאר כ'וועל הערן דעם שופר של משיח. דערווייל פרוביר איך דאס בעסטע וואס כ'קען צו לעבן פרידליך און זיכערערהייט אין מיין גלות לאנד, וואו איך בין נאר א גאסט. איך פרוביר נישט צו זיין זייער וויזיבל, איך זאג נישט קיין מוסר פאר גוי'אישע פאליטישאנס, איך פרוביר נישט ארויסצושטארצן צו געבן א תירוץ פאר'ן גוי פארוואס מיך צו האסן

און פונקט ווי איך בין נישט לינק ביסטו נישט רעכט. דו האסט נאר צופיל געהערט ראש לימבאו אלס בחור'ל ווען דיין מח איז נאכנישט געווען אנטוויקלט. האסטו זיך איינגערעדט אז ער רעדט צו דיר, ווען באמת האט ער דיך פיינט, ווייל דו רעפרעזענטירסט נישט אים און זיין אגענדע

דו פארשטייסט? איך זאג קיינמאל נישט "דו און אלע רעכטע" ווייל דו ביסט נישט ווי אלע רעכטע. דו האסט נישט קיין גאן, דו שטיצט ענטייטלמענט פראגראמען, דו זאגסט אז די רעפובליקאנער פארטיי איז פרא-ביג גאווערמענט, דו לערנסט נישט אויס דיינע קינדער ענגליש. פאר'ן קאנסערוואטיוון פראפאגאנדיסט ביסטו גארנישט אנדערש ווי להבדיל אלף אלפי הבדלות א מוסולמענער וואס פראקטיצירט שאריא לאו

יא, די ווערטער פון דעם קאנסערוואטיוון טאק שאו האוסט וואס האט געשריגן מיט עטליכע שעה צוריק אז מיר פראקטיצירן שאריא לאו קלינגען נאך אין מיינע אויערן (קרעדיט: יאסי געשטעטנער). די ביטערע העצערייען פון דעם ניו יארק פאוסט ליגן נאך פאר מיינע אויגן. ווי האט אברהם פריעדמאן געזאגט: קאנסערוואטיוון האסן אונז, ליבעראלן טאלערירן אונז . קיינער ליבט נישט אונז

ס'איז נישט "איך און אלע לינקע", ס'איז נישט "דו און אלע רעכטע". וועק זיך אויף פון דיין טיפן שלאף. זיי באטראכטן דיך נישט ווי איינער פון זיי. זיי באטראכטן מיך נישט ווי איינער פון זיי. און פאר דו מאכסט די נעקסטע התגרות באומות מיט'ן אראפרייסן א גוי'אישער רעגירונגס פירער טראכט אריין פאר צוויי סעקונדען, וואספארא בענעפיט וועט עס מיר דאס ברענגען, וואספארא בענעפיט וועט דאס ברענגען פאר כלל ישראל

אויב דער פאשיסטישער אבאמא וועט אראפנעמען אלע גאנס פון די גאסן וועט עס נאר זיין א טובה פאר דיר, ווייל דו האסט נישט קיין גאן און דו פלאנסט נישט צו קויפן א גאן. אלזא, בעט און האף אז אבאמא וועט אראפנעמען אלע גאנס פון די גאסן. ליידער גייט דאס נישט געשען. אבאמא וויל נישט אראפנעמען די גאנס פון די גאסן. דאס איינציגסטע וואס ער גייט פרובירן צו טאן איז אראפנעמען די מיליטערישע-סטייל, טעראריסט-פאפולער אסאלט וואפנס, אז דיינע שכנים אין ספרינג וואלי, מיט וועמען דו לעבסט אזוי גוט זאלן האבן שוועריגקייטן זיך איינצוהאנדלען גאנס וואס ווען דו דרוקסט איין קנעפל נעמט זיך עס שיסן כזה טךטךטךטךטךטךטךטךטךטךטךטךטךטךטךטךטךט
ס'איז גענוג ביטער אז זיי מעגן לעגאל קויפן גאנס וועלכע שיסן טך......... טך........ טך.........

פארשטייסט? ראש לימבא האט דיך אזוי ברעינוואשד אז דו גייסט אין פייערן צו פארטיידיגן 'זיין' אגענדע, אן אגענדע מיט וועלכן דו ביסט נישט מסכים, אן אגענדע וואס איז קאונטער צו דיין זיכערהייט, דיין פרידן און דיין וועי אף לייף.
אוועטאר
מאנ-יימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 10560
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 14, 2011 10:36 am
לאקאציע: אויפן וועג ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאנ-יימער »

יוסי געשטעטנער'ס ענטפער:

הער @shimonrol בנוגע מיין זיכערקייט אין ספרינג וואלי:


געדענק אז די ליבעראלע זענען "ווייעך" קעגן רויטע קרימינאלן; די מענטשן וועלכע קענען דיר שעדיגן פיזיש. די ליבעראלע זיי זענען זייער שטרענג קעגן די ווייסע-קאלנער קרימינאלן; א סארט פארברעך וואס טרעפט זיך ביי אונז מער ווי סיי וועלכע אנדערע פארברעך. סאו פון ביידע זייטן פארלירסטו אין גלות מיט ליבעראלע פירער בנוגע פארברעך.


די ליבעראלן זענען אין שטיצע פון צולאזטע אימיגראציע וואס דאס ברענגט קרימינאלע אקטן קעגן אידן. אדרבה, פרעג נאך ביי חברים ווער אין מאנסי פירט דורך א שיינע פראצענט פון אריינברעכעריי, איבערפאלן, שטעכערייען און אזוי ווייטער. עס איז נישט "די ווייסע ראסיסטן." אויסערדעם, די סארט אימיגראציע האט אוועק גענומען ארבעט פון אידן און אראפ געברענגט געהאלטן אויך.


אלס גלות אידן האבן אונז טאקע נישט וואס איינצוטיילן וויאזוי אמעריקע זאל זיך פירן, אבער די מעגסט אנערקענען אז די ליבעראלע מהלך איז שעדליך פאר אחב"י. קלאר, אונז זענען אימיגראנטן, אבער מיין פאטער האט געדאפרט ווארטן אויפ פאפירן אריינצוקומען. אז די ווילסט העכער דעם לעגאלע קוואטאס, מאך די פראצעדור גרינגער. זיי נישט אן אנהענגער פון די ווילדע אימיגראציע וועלכע ברענגט טויט, פארברעך, קרענק און צרות פאר אידן.


בנוגע ביקסן: איך בין מיט דיר אז נישט יעדע טראך טראך טראך וואפן דארף זיין אוועילבעל, אבער די סארט טראך טראך טראך וואפן איז ניטאמאל דרייי פראצענט פון אלע גאן טויטן אין אמעריקע לויט א ליבעראלע ארטיקל.


צום שלוס: דו גיסט קראקידאל טרערן אז אלס גלות איד האבן אונז נישט וואס אריינצורעדן אין פאליטיק אדער אנטיילן דעם גוי, אבער אין די לעצטע פיר טאג האסטו נישט געענדיגט האמערן אויף די NRA און די אלע פאליטישאנס וועלכע פחד'ן עפעס צו טאן איבער דעם ביקס חורבן. זיי נישט ברויגז מיין פריינט: ניצט נישט אויף מיר דעם גלות קארטל ווען מיין פאון דריזעלט נאך פון דיינע אנטי NRA טוויטס.
ווער זאגט?... ער האט געזאגט איז וואס?... נו! האט ער געזאגט, ווער איז ער צו זאגן?
אוועטאר
פריילאך
שר שלשת אלפים
תגובות: 3088
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 10, 2009 8:45 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פריילאך »

מיר מעגן אריינרעדן אין זייער פייט?
מען זאגט לחיים און מ'איז פריילאך, און מען גייט א קאראהוט
אוועטאר
derech eretz
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4479
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 04, 2011 3:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך derech eretz »

פריילאך האט געשריבן:מיר מעגן אריינרעדן אין זייער פייט?

נאר אויב דו האסט אויך די מעגליכקייט צו לאזן וויסן פאר 100'דערטער מענטשן צענדליגער מאל דורכן טאג, אז דיין בויך טוט דיר וויי..
גם העובד ד' ועוסק בתורה מן ההכרח שיעסוק גם במעט דר"ך אר"ץ - מאור ושמש פ' בחוקותי
אוועטאר
משזר
שר האלפיים
תגובות: 2375
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 31, 2011 10:39 am
לאקאציע: בין השמשות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משזר »

דע שמיעס געפעלט מיר.
נישט, איז נישט קיין אפציע...
אוועטאר
משזר
שר האלפיים
תגובות: 2375
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 31, 2011 10:39 am
לאקאציע: בין השמשות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משזר »

איך בין מיט יוסי....
נישט, איז נישט קיין אפציע...
אוועטאר
אייער_קיכל
שר האלפיים
תגובות: 2402
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 14, 2010 7:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אייער_קיכל »

דעפרעסט האט געשריבן:די פאלגענדע איז א ארטיקעל פון שמעון ראלניצקי'ס טוויטער אקאונט‚ א אנטווארט צי יוסי געשטעטנער:

אנטווארט צו וואס?
אוועטאר
בעל דמיון
שר האלף
תגובות: 1753
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 09, 2012 9:34 pm
לאקאציע: בביתי נאוה קודש, ליד ה״שלחן ערוך״

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעל דמיון »

פון מיין פרעספעקטיוו רפו״ש בתשח״י!
The bitterness of poor quality remains long after the sweetness of low price is forgotten
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20191
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

לדעתי זענען זיי ביידע גערעכט!

דער גוי האט אונז נישט ליעב איידל גערעדט, נישט די רעכטע און נישט די לינקע. אבער עס איז נאך אלס דא א געדאנק וואס הייסט "געמיינזאמע אינטערעסען" און דאס האט נישט מיט קיין אהבה.

א גוי האט מיר אמאל געפרעגט, צו איך בין נישט אפענדעט, פון די "פאנדעמענטעליסט קריסט", וואס שטיצט די מדינה נאר ווייל עס איז זיין גלויבן אז אזוי וועט זיין דאס וואס ער חלומ'ט (לויט זיין גלויבן, אשאד אויסצושמיסען) און די ציל איז ר"ל אויסצושמאדן אלע אידן ח"ו.

האב איך אים געזאגט אזוי: דאס אז דער יאשקע קומט צוריק גלייב איך אזוי ווי איר גלייבט אין סענטע קלאץ! נא וואס גייט מיך אן אז ער רעדט זיך איין אז עס גייט געשען, בין כך ובין כך, שטיצט ער די מדינה. (פארשטייט זיך אז כ'האב אים פארדעם געזאגט מיין מיינונג איבער די מדינה בעצם, נאר ער האט געוואלט פארשטיין די מיינדסעט, האבעך אים מסביר געווען).

לענינינו, מ'קען זיך מתווכח זיין ווער עס איז בעסער פאר אידן, און בעיקר פאר פרימע אידן, אבער דאס איז פשוט אז מיר מעגן אויסניצן אונזערע "געמיינזאמע אינטערעסען" מיט סיי וועם.

איך לענ"ד האלט אז ס'איז דא אסאך זאכן וואס אינזער "אינטערעס" איז מיט די רעכטע, ווי שטרענגערע געזעצען איבער היפך פריקות עול, און מיט די לינקע אין אזעלעכע זאכן ווי הילף פאר די ארימע וכדו' (עס איז דא נאך, כ'האב נאר געמאכט א סעמפל), סא איז גוט לדעתי אז מיר האבן קאנעקשענס מיט ביידע פארטייען.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
שטארק זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7778
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע: ביים נעקסטן שטאפל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטארק זיך »

ר׳ שמעון, איך בין איבערראשט פון די אמת׳דיגקייט פון דיינע ווערטער; נאכמער, איך בין ערשטוינט אז דער ראדאקטאר פון פיר פאליטיש גענויגטע דזשורנאלן זאל קענען אזוי דעליקאט צעטיילן זיין דזשורנאליזם פון זיין פערזענליכע קוק.
דער פראבלעם איז קיינמאל דער פראבלעם!
עס איז וואס ליגט אונטערן פראבלעם.
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28117
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

איך שלאג פאר אז קול מבשר זאל ארויפברענגן די צוויי אידן אויף א ניטל נאכט דעבאטע... עס וועט זיין אונטערהאלטונג.
אוועטאר
גבריאל
שר האלף
תגובות: 1351
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 07, 2011 1:46 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גבריאל »

אנעים האט אויסגעלערנט אז מען דארף זאגן שקויאך.. שקןיאך פאר דעפרעסט און מאן ימר פארן מעתק זיין די דעבאטע
וועלט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 250
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 25, 2011 12:24 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וועלט »

איז נאך נישט דא קיין אנטווארט פון שמעון אויף ר' יוסף'ן?
אויב יא, האט שוין יוסי געענטפערט אויף דעם?
דעפרעסט
שר חמש מאות
תגובות: 913
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 27, 2011 2:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דעפרעסט »

אין אנדערע נייעס איז אין די שטערן וואס איז נארוואס ערשינען אפגעדריקט א זעלטן שיינע אפהאנדלינג פונעם רעדאקטער שמעון‚ איבער די זעלבע נקודה ‚און איבער די נאכווייען פון פרשת וועבערמאן‚ ער ברענגט זייער גוט ארויס די פאוינט אז אונזער מאסיווע 90 פראצענט טורנאט פארן קאנסעווארטיווען טיקעט האט אונז זערא געהאלפן ביי די השמצות פונעם רעכטן NYDN.
אוועטאר
שנאפס
שר עשרת אלפים
תגובות: 17010
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
לאקאציע: אויף די קרעטשמע פאליצעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שנאפס »

כאילוי איינער האט געזאגט עס וועט העלפן, א גוי האט פיינט א איד.

און ער מאכט סתם א קוגל, אויב דארף דער גוי צוקומען צו אונזערע שטימען וועט ער באצאלן דערפאר, אויב דער ריכטער פון ר' נחמי' וואלט געלאפן פאר אן אמט אין אונזער געגענט וואלט די פסק געווען אנדערש

אגב, דער רעפובליקאנער פירער פון נ.י. סטעיט סענאט שטעלט זיך היינט צוטאגס שיין צו צו די פארלאנגען, און דאס קומט צו פארדאנקען די לעצטיגע מאסיווע טורנאוט פאר די קאנסערוואטיוון.
kraitchmah עט גימעיל

באקומט סטאקס בחנם
אוועטאר
Silent
שר חמש מאות
תגובות: 512
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 03, 2013 11:41 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Silent »

אה שקויעך פאר ווער עס האט גענומען די מי און געפענט די אשכול, איך ווארט שוין לאנג דערויף, א דעבאטע צווישן איי-וועלט שרייבער וואס עס איז בעסער פאר 'אונזערע' אינטערעסען, נישט פאר די אמעריקאנע פאמיליעס. נאך אזויפיל רעדן אין די פרעזידענטליכע אשכול וואס עס איז יא אדער נישט גוט פאר מיין ווייסע / שווארצע / ברוינע / .... שכן איז שוין העכסט צייט צו רעדן וואס עס איז פאר אונז גוט.

אקעי איך בין מיט שמעון'ס מיינונג, און צו דיר יוסי (הערסט נישט? אקעי פאר ווער ס'הערט יא) איך ווייס נישט פון וועלעכע צולאזטע אימעגראציע דו רעדסט, אפשר פון נישט צוריקשיקן ארענטליכע מענטשן וואס זענען דא אויפגעוואקסן פון אלס קינד? און וואס מיינט שוין דעמאלטס 'נישט צולאזטע' אימעגראציע?

אויף קריים דארף איך דיר נישט זאגן ווער עס איז שטרענג אדער ווייעך, ווען נישט די רעכטע אמענדמענטס צו יעדע געזעץ וואלטן אסאך אידן שוין געוועהן ארויס פון תפיסה, און מעגליך בכלל נישט אריין.

איבער ביקסן? האלטס אויך אז ס'מעג נישט זיין, איז וואס איז אז עס איז בלויז 3 פראצענט? נא אדרבה די לינקע זענען גערן מסכים צו אפהאלטן אויך די אנדערע 97%.

לכתחילה אריבער האט געשריבן:
איך לענ"ד האלט אז ס'איז דא אסאך זאכן וואס אינזער "אינטערעס" איז מיט די רעכטע, און אסאך זאכן מיט די לינקע, סא איז גוט לדעתי אז מיר האבן קאנעקשענס מיט ביידע פארטייען.
אוועטאר
מחותן
שר עשרת אלפים
תגובות: 10102
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 09, 2010 11:39 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מחותן »

לכתחילה אריבער האט געשריבן:
איך לענ"ד האלט אז ס'איז דא אסאך זאכן וואס אינזער "אינטערעס" איז מיט די רעכטע, ווי שטרענגערע געזעצען איבער היפך פריקות עול, און מיט די לינקע אין אזעלעכע זאכן ווי הילף פאר די ארימע וכדו' (עס איז דא נאך, כ'האב נאר געמאכט א סעמפל), סא איז גוט לדעתי אז מיר האבן קאנעקשענס מיט ביידע פארטייען.


נאכען צוזען ווי אזוי די חרדים שטייען כהיום יום אין NYC ביסטע לכאורה גרייט צו שרייבען: דערפאר איז א שאד אז מיר האבן נישט קיין קאנעקשענס מיט קיין איינע פון די צוויי פארטייען,

איא?
אוועטאר
משה כהן
שר חמש מאות
תגובות: 919
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 04, 2016 10:02 am
לאקאציע: געפינט זיך ב"ה אין א גוטן מצב, דערוילעם ווערט געבעטן ווייטער מתפלל צו זיין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה כהן »

איינער ווייסט אפשר וואס עס איז שמעון ראלניצקי'ס אימעיל אדרעסס ווי מען קען אים קאנטאקטן?
יישר כח
אהער און אהין
שר האלף
תגובות: 1910
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 27, 2018 4:14 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אהער און אהין »

לכאורה האט געשריבן:איך שלאג פאר אז קול מבשר זאל ארויפברענגן די צוויי אידן אויף א ניטל נאכט דעבאטע... עס וועט זיין אונטערהאלטונג.
אוועטאר
שמואל אלצווייסער
שר האלף
תגובות: 1318
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 01, 2018 4:19 pm
לאקאציע: ביים נייעס טישל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמואל אלצווייסער »

מיט זיין פענע איז שמעון ראל. א מייסטער. ווען ס׳קומט אבער צו רעדן, וועט לכאורה יוסי קלארער ארויסקומען.
איך קען זיך נישט קריגן מיט א פאקט, איך קען זיך אבער קריגן מיט דער וואס האט עס געמאכט פאר א פאקט.
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29175
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

יוסי איז אויך א גוטער שרייבער.
אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר תשעת אלפים
תגובות: 9083
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשאדעלע באדעלע »

צל עובר האט געשריבן:יוסי איז אויך א גוטער שרייבער.


נע. זיינע אימעלס זענען דירעקט שלעכט אראפגעשריבן.

אפשר אין ענגליש איז ער גוט.
רשעות קאלטע סעלצער
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29175
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

אין שטערן און אין בלאט פלעגט ער גוט שרייבן.
אוועטאר
שמואל אלצווייסער
שר האלף
תגובות: 1318
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 01, 2018 4:19 pm
לאקאציע: ביים נייעס טישל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמואל אלצווייסער »

צל עובר האט געשריבן:יוסי איז אויך א גוטער שרייבער.


שמעון קען אריינטראגן זיינע ליינער אין א צווייטע וועלט. איך מיין אז ער איז פון די בעסטע אין דעם.
איך קען זיך נישט קריגן מיט א פאקט, איך קען זיך אבער קריגן מיט דער וואס האט עס געמאכט פאר א פאקט.
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29175
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

איך עגרי.
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע פארברענגן”