נייער קאמפאזער אינעם עולם הנגינה

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

מלחין
שר העשר
תגובות: 27
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 30, 2012 3:01 pm
לאקאציע: אין סטודיא

נייער קאמפאזער אינעם עולם הנגינה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מלחין »

א נייער קאמפאזער מיט גאר רייכע ניגונים גייט אין די נאנטע טעג ארויסקומען לאור עולם, דער קאמפאזער איז א איד פול מיט רגש, ער פארמאגט א געוואלדיגע מאס פון געפיל, וואס ביי יעדע ניגון זיינע צו גייען ממש די הרגשים.
איך האף אויף ל"ג בעומר הבעל"ט ארויפצולייגן איינע פון זיינע ניגונים ויוכיחו הקהל ויתוכחו בתוכן שלו.

סטעי טונד.......
אוי טאטי
שר מאה
תגובות: 132
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 01, 2012 4:36 pm
לאקאציע: ביים טאטען אין וויינגארטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוי טאטי »

מיר ווארטן מיט שפאנונג!
טאטע איך דאנק דיך טאטע איך לויב דיך ווייל כ׳בין א איד
מלחין
שר העשר
תגובות: 27
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 30, 2012 3:01 pm
לאקאציע: אין סטודיא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מלחין »

איין נקודה האב איך אויסגעלאזט, דער קאמפאויזער איז אויך א הערליכע זינגער, וואס דארט ברענגט ער בעיקר ארויס זיינע געפילן, ביים אראפזינגען זיין ניגון.
עס איז צום ווארטן אויף א נייע סטאר בעולם הנגינה, הן אלץ זיינע ניגונים און הן אלץ זיין זינגען.

ווי אויבן געזאגט, סטעי טונד.........
שטארק זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7777
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע: ביים נעקסטן שטאפל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטארק זיך »

ומדוע שידבר על עצמו בתור אדם השלישי?
דער פראבלעם איז קיינמאל דער פראבלעם!
עס איז וואס ליגט אונטערן פראבלעם.
אוועטאר
שמיי_דריי
שר האלף
תגובות: 1308
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 20, 2008 8:10 pm
לאקאציע: ביים שרייב טישל ערגעץ ווי אין יודישע וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמיי_דריי »

די נאמען זיינע איז נאך אונטער די וויטנעס פראטעקשאן פראגראם?
א חתימה ברויך מען האבן ?
אוועטאר
משזר
שר האלפיים
תגובות: 2375
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 31, 2011 10:39 am
לאקאציע: בין השמשות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משזר »

פארוואס סתם אנציען דעם עולם?
נישט, איז נישט קיין אפציע...
שטארק זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7777
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע: ביים נעקסטן שטאפל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטארק זיך »

שמיי_דריי האט געשריבן:די נאמען זיינע איז נאך אונטער די וויטנעס פראטעקשאן פראגראם?

ביי דער גענעווע קאנווענשאן אום יארע דריי און דרייסיג זענען אראפגעשטעלט געווארן די geelee געזעצן {געזעץ ב57-46, אמענדמענט ghy-234 זע עקסהיביט ניינצן} וועלעכע ערלויבט ניכט וואטעווער די איזעיס נאמען ואכמ״ל וד״ל נארמא״ל.
דער פראבלעם איז קיינמאל דער פראבלעם!
עס איז וואס ליגט אונטערן פראבלעם.
מלחין
שר העשר
תגובות: 27
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 30, 2012 3:01 pm
לאקאציע: אין סטודיא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מלחין »

דער צוקנופטיגער סטאר אף די סטעידזש אלץ זינגער און מלחין, וויל נאכנישט ארויסשרייבן זיין נאמען דא ברבים בעפאר דער עולם הערט אויס זיין ניגון, ווייל ער וויל געבן פאר יעדעם איינעם דאס פולסטע בחירה צו מגיב זיין אויפן ניגון, צו גוטן און צום שלעכטן, אן האבן קיין נגיעות צום זינגער און מלחין. נאכן הערן דעם עולם'ס שטימעריי און ברימעריי דערצו וועט מען ארויסגעבן ברבים פון וועם עס האנדלט זיך.
אוועטאר
שטייסטענישט
שר האלפיים
תגובות: 2351
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 07, 2011 10:35 pm
לאקאציע: וואו אימער כ'בין נישט וועלקאם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטייסטענישט »

זאג 'מלחין', ביזטו אפשר א חבר מיט 'המעתיק' ?
ביסטע דעפרעסט? איר זענט נישט אליינס, קליק דא און הער צו.
אוועטאר
מכטי1
שר חמשת אלפים
תגובות: 5260
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 17, 2011 5:34 am
לאקאציע: צוווישען ערליכע אידען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מכטי1 »

די שפאנונוג איז ממש צו שניידען מיט א מעסער.......
מלחין
שר העשר
תגובות: 27
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 30, 2012 3:01 pm
לאקאציע: אין סטודיא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מלחין »

הערט צו רבותי אחי חשובי, ס'רעדט זיך דא פון עפעס גאר אינטערסאנט, עפעס מייסטער.

עס רעדט זיך פון א גרופע פון 8 חשוב'ע אינגעלייט, וואס ארבעטן על המחיה ועל הכלכלה, טייל פון זיי זענען גאר בעלי בתים פון ביזנעסער און זענען שיינע בעלי פרנסה, און טייל פון זיי זענען ארבעטער'ס ביי פירמע'ס, זיי אלע אינאיינעם ארבעטן אינאיינעם, טייל פון זיי זענען הערליכע זינגערס, און טייל פון זיי זענען הערליכע מוזיקאנטן, יעדער געניט אויף זיין פעלד, נישט אלס פאך אויס, נאר אלס אינטערטעימענט, זייענדיג גאר געניטע אין זייער פעלד אלס כשרון אויס.

און זיי ניצן אויס זייערע טאלאנטן פאר מצות ומעשים טובים ווי עס איז נאר מעגליך, ווי למשל, יעדען זונטאג גייען זיי ארום אין שפיטעלער צו דערהייבן די צוקלאפטע געמיטער פון די חולי עמך ישראל, און ווי מ'זעהט בחוש טוען זיי אויף גדולות ונצורות.

זייענדיג אזויפיל אין דעם פעלד, האט איינער פון די חבורה קאמפאזירט אפאהר הערליכע ניגונים, און ביי יעדע געלגענהייט וואס זיי זינגען, זינגען זיי פון דעי ניגונים, וואס צוגייט ממש אין אלע גלידער.

דער שרייבער פון די דאזיגע שורות האט אליינס מיטגעהאלטן א גאר אינטערסאנטער עובדא מיט איינע פון זייערע ניגונים, גייענדיג אין איינע פון די שפיטעלער יעדעם זונטאג. אגב; דעי חבורה הדין לאזט מען אריין אין אלע פארשפארטע פלעצער, וואס אפילו אינעם ICU זינגען די חבורה און שפילן אויף אלע אינסטרומענטן, און זיי פארוואנדלן דעם ICU צו א סטודיא ממש.

ביי איינע פון די געלעגענהייטן ווען די חבורה איז געגאנגן אין איינע פון די שפיטעלער ווי געווענליך, און דער גאנצער ICU האט מיטגעהאלטן דעם מעמד נהדר, איז געלעגן א שווארצער שחור נעבן א אידישע'ר בעט, דער גוי איז שוין געווען אין א קאומא פאר 4 וואכן, און בשעת דעם געזינגעריי פון דעם ניגון האט זיך דער גוי ערוואכט מיט געשריי, אלע דאקטוירים זענען זיך צוזאם געלאפן, און עס איז געווען א געוואלדיגע קידוש השם, ווי א חבורה פון היימישע אינגעלייט האבן מיטן כח הנגינה ערוועקט כמעט א טויטן.

די ווערטער לויפן כדלהלן:
איין צוויי דריי, גיטס א שריי, פון דאסניי ברוך חי, ברוך חי ברוך חי, ברוך חי העולמים...........

און אי"ה דעם ניגון האף מיר די ערשטע ארויפצולייגן אינעם סעריע פון ניגונים פון דעם נייעם קאמפאזער, היות מיר שטייען אין די ימי הספירה, און דער ניגון איז אראפגעזינגען געווארן מיט א קווייער און מיט א גאנצער בענד פון די גאנצע חברייא קדישא מיט אלע אינסטרומענטן און כלי זמר כדבעי למיהוי, און דעם ניגון קען מען נישט הערן בימי הספירה כמנהגינו, דעריבער וועל מיר עס אי"ה ארויסשטעלן דא ברבים די קומענדיגע וואך בעפאר ל"ג בעומר אי"ה
אוי טאטי
שר מאה
תגובות: 132
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 01, 2012 4:36 pm
לאקאציע: ביים טאטען אין וויינגארטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוי טאטי »

ס׳ווערט בעסער און בעסער..
טאטע איך דאנק דיך טאטע איך לויב דיך ווייל כ׳בין א איד
גלות אמעריקא
שר מאה
תגובות: 147
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 31, 2012 6:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גלות אמעריקא »

מכטי1 האט געשריבן:די שפאנונוג איז ממש צו שניידען מיט א מעסער.......
אוועטאר
משה קארנפעלד
שר האלף
תגובות: 1689
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 08, 2009 12:06 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה קארנפעלד »

גלות אמעריקא האט געשריבן:
מכטי1 האט געשריבן:די שפאנונוג איז ממש צו שניידען מיט א מעסער.......


אמערסטענס ווארט איך אויפן גיטס א שריי... בלויז פון ליינען בין איך שוין געשפרינגן.

און אגב יש"כ הרב מלחין פאר די געשיכטע וואס איר ברענגט אראפ, עס איז זייער באלערענד.
©2012 קארנפעלד על. על. סי.
אלע רעכטן רעזערווירט
שטארק זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7777
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע: ביים נעקסטן שטאפל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטארק זיך »

אקעי דער מלחין הייבט אן עפעס צו זאגן...
...
איך בין מער פאר ״איינס צוויי״...
דער פראבלעם איז קיינמאל דער פראבלעם!
עס איז וואס ליגט אונטערן פראבלעם.
אוועטאר
כזקן ורגיל
שר חמישים
תגובות: 64
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 15, 2012 5:24 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כזקן ורגיל »

ליינענ'דיג איבער די גרופע פון גאר טאלאנטפולע 'סתם פאר די האבבי' ביזנעס מוזיקאלישע בעלי בתים אינגעלייט, שטראלט אין מיר אריין נאכאמאל די פארגעסענע האפענונג מיינע אז, "ווער ווייסט אפשר וועט נאך יא עפעס ווערן פון מיינע 'נאכנישט אנערקענטע' טאלאנטן." איך רעד נישט פון מיינע רצונות, נישט פון מיינע דמיונות, און אוודאי נישט פון די אלע קאמפלימענטן וואס איך האב צוזאמגענומען דורך די יארן, און זיי שפעטער אליין פארגרעסערט צו די זעט.

איך רעד דא פון די ישיבה יארן ווען איך פלעג נאך 'דראמען' מיט די הענט אויפן טיש!

איך האב אייביג געוויסט אז איך פארשטיי גוט צו א ניגון, און אז איך האב ארויס מוזיק נאך עני טיים אזוי גוט ווי די אלע ביים ספיקער, אבער ערענסט 'קאנווינסט' בין איך ערשט געווארן ווען איך האב מיר אליין געהערט 'דראמען' אויף די גמרא מיט אזא פינקטליכקייט אויפן 'ביט' אן קיין שום לעססאנס בעפאר. חאטש מיינע ארומיגע האט עס גאר ווייניג אינטערעסירט, און אפילו ווען יא האבן זיי גאר ווייניג אויפגעכאפט פון די 'מוזיקאלישע מעדזשיק' וואס האבן זיך געגאסן פון אינטער מיינע צען פינגערס, אבער ביי מיר איז געווען 'אימפראוומענט' יעדן טאג. נו, וואס קען מען טאן, נישט יעדער איז אזוי מוזיקאליש...

איך פלעג ממש קענען נאכמאכן יעדע 'דראם שטיק' פון די בעסטע אין די מארקעט, דו האסט נאר געדארפט אנהייבן דעם ניגון און איך האב מיר געלאזט פידל'ען אויף אלע ארומיגע ספרים, אפענע און פארמאכטע, און ווי צום שטוינען האט יעדע ספר געהאט איר ספעציעלן 'סאונד', זעץ! קראך! ספלעש! דררר! דיגי-דיגי דאם! און צוגאב האב איך מיר נאך צוגעלערינט צו קענען דרייען די פיאות מיט די לינקע האנט, און ווייטער אנהאלטן מיטן 'ריטעם' בלויז מיט די רעכטע האנט אליין...

און חאטש קיינער האט דאס נישט ספעציעל באוואונדערט, האב איך יא געהאט איינער וואס האט גוט פארשטאנען צו מיינע תנועות. זינגען האט יענער נישט געקענט, שפילען אוודאי נישט, אבער עס מוז זיין אז צו מוזיק האט ער גוט פארשטאנען, ער איז דאך געווען דער איינציגסטער וואס האט אויסגעהערט אלע מיינע 'מוזיק קענטעניס' מבינות. (איך האף יענער וועט מיר נאך מוחל זיין, אדער אז ער האט מיר נישט געגלייבט קיין איין ווארט)

דו וועסט אוודאי פרעגן, ווי אזוי האב איך געקענט נעמען אזא פעקל טאלאנטען און עס לאזן טריקענען, ווי אזוי האב איך געקענט צוריק האלטן אזא בליענדע 'סטאר' פון געבוירן ווערן? אההה... איך האב נאך פלענער! (איך האב גראדע הנאה געהאט אז דו האסט געפרעגט)

און דערפאר קען איך נישט ווארטן אויף די גרופע שטערנס וואס קומען ארויף אהער די ל"ג בעומר... פון יעדעם קען מען זיך לערנען!
ס'קוקט דיר אויס אפשר אז איך טראכט... הא, דו חלומ'סט... איך פלאן!
אוועטאר
yield
שר חמש מאות
תגובות: 615
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 30, 2009 6:05 pm
לאקאציע: Latitude North 40.7111 Longitude West 73.9565

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך yield »

אזוי אויכט איז דא אסאך וואס קענען זינגען בעסער ווי אסאך זינגערס אבער זיי האלטן עס אין בויך
yield the right of way
אוועטאר
leiby
שר שלשת אלפים
תגובות: 3911
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 16, 2008 11:08 pm
לאקאציע: צווישן אידן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך leiby »

זקנ'דל א גרינע!
שש מצות תמידיות: אהבת ה',יראת ה', יחוד ה', אמונה בה', שלילת ע"ז, ולא תתורו.
אוועטאר
משה פאלאפל
שר חמש מאות
תגובות: 504
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 21, 2010 12:59 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה פאלאפל »

דער "רעגולער זקן" איז פיינע נייעס...
אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12505
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צייטליך »

כזקן. נאדער א קניפ אין בעקל! איך גלייך צו הערן מער איבער דיינע מוזיקאלישע דערגרייכונגען. ס'איז א חיזוק פאר יעדען ישיבה בחור..

רב מלחין. מיר ווארטן מיט שפאנונג אויף אייער פייל, און יישר כח פאר אייער באלערענדע ערצעלונג.
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.
שטארק זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7777
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע: ביים נעקסטן שטאפל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטארק זיך »

כזקן... איי וויי... ;l;p- דו ביסט ווערד אלע געלטער...

מאך אפשר אן אשכול ״חלומות שחלמתי על עצמי״...
דער פראבלעם איז קיינמאל דער פראבלעם!
עס איז וואס ליגט אונטערן פראבלעם.
מלחין
שר העשר
תגובות: 27
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 30, 2012 3:01 pm
לאקאציע: אין סטודיא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מלחין »

אוי ווי אמת און גערעכט איז זקן ורגיל, זייער אסאך מענטשן האבן מעלות און טאלאנטען, און אסאך מאל ווייסט מען אפילו נישט דערפון, און עס קומט די צייט ווען דער אייבערשטער שיקט די ריכטיגע מינוט, ווען עס בליצט אריין א גרויסע סייעתא דשמיא, און מען טרעפט זיך אן מיט די ריכטיגע חבורה, און עס האט די ריכטיגע קליק, און עס קומט ארויס די באהאלטענע טאלאנטן קומען ארויס ביפיה מיטן פולסטן פראכט.

ער דערמאנט מיר פון א עפיזאד וואס האט פאסירט מיט א האלבע יאהר צורוק, זעמיר געווען אין שפיטאהל, וואס געווענליך גיי מיר נישט אין עמערדשזענסי רום, צוליב דעם וואס מען איז דארט נישט צו לאנג נאר פאר אפאר טאג ממש, און עס איז איבערגעפילט מיט חולים וואס מ'ברענגט און מ'טראגט, און עס איז נישט געמאכט געווארן צו זיך אראפשטעלן און זינגען, אבער איינמאהל האט זיך געמאכט וואס עס איז ליידער געווען אסאך חולי ישראל און עמערדזשענסי רום, און מיט אונזערע ריכטיגע קאנטאקטן האמיר ארלעדיגט אז מ'וועט אונז לאזן זינגען דארטן.

ביי יענע געלעגנהייט האבן מיר געזינגען צוויי נייע גאר ווארעמע ניגונים, כאיל תערוג און שמע ד', וואס ווערן פארופן בלשוננו 'קומזיץ ניגונים', אזאנע וואס מ'קען זיך ארויסגעבן די געפילן עד כלות הנפש, און ווי נאר אלע פידלעך און גיטארס און פייפערס האבן אנגעהויבן צו שפילן און צוזינגען, בראש פון אונזער נייער קאמפאזער און זינגער, מיט זיין הרגש'דיגע שטימע, וואס בארירט אלע סטרונעס, זענען זיך צוזאמגעלאפן אלע דאקטוירים פונעם גאנצן עמערדזשענסי רום, און זיך ארומגעשטעלט אויסהערן, און איך גיב מיר א דריי אויס און איך זעה ביי אלע דאקטוירים טרערן אין די אויגן, רוב דאקטוירים זענען דאך אידיש'ע אפשטאמיגע און זיי האבן דעם אידיש'ע געפילן, זיי האבן זייער באוואונדערט די ארבעט, זיי האבן געפרעגט ביי וועמען אונז האמיר זיך געלערנט, האמיר זיי גע'ענטפערט אז אונז האמיר פשוט געזינגען און קיין שום געלערענאכץ, פשוט לשם שמים, ווי זקן ורגיל ממש. עס איז געווען א געוואלדיגע קידוש השם.

הקיצור, דעי מעשה האט נאך א שטיקל המשך, ווען דער איד פאר וועמען מ'איז געגאנגן זינגען אין עמערדזשענסי רום איז געזונט געווארן, און ער האט געמאכט א שמחה, האט ער נאר געוואלט אז אונזער חבורה זאל קומען זינגען טאקע אט דעם שמע ד' ניגון. איך מיין אז איבער דעי שמחה וועט מוזן נאכקומען אן עקסטערע הערכה.

איך קלער אפשר יא ארויפצולייגן דעם שמע ד' ניגון קודם, אבער מען קען נישט וויסן, אפשר וועלן נאך דעי חברה אויפקומען מיט עפעס פריש.

ימים ידברו..
אוועטאר
כזקן ורגיל
שר חמישים
תגובות: 64
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 15, 2012 5:24 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כזקן ורגיל »

[quote="צייטליך"]כזקן. נאדער א קניפ אין בעקל! איך גלייך צו הערן מער איבער דיינע מוזיקאלישע דערגרייכונגען.

דו ווילסט דווקא הערן איבער מיינע מוזיקאלישע דערגרייכונגען, אדער איבער אלע מיינע 'אינטערנאשאנעל' דערגרייכונגען?

ווי למשל: איך געדענק נאך גאנץ גוט ווען איך בין געווארן א מבין אויף א גוטער וויין, בלויז פארן זינד פון זיצן איינמאל ביי א קידוש מיט עטליכע "פריער דעקלערטע" מבינים. היינט ווער איך שוין 'אפלאדירט' מיט יעדע מיינונג מיינע אויף א זיסע אדער א ציפעדיגע וויין, חאטש איך האב באמת נישט קיין אהנונג לא מדובשך ולא מעוקצך... פארפאלן, איך בין גוט [אריינגעפאלן]!!!

אבער אויף דעם מיין איך ווע-מיר דארפן עפענען א ספעציעלן שטרענגל, ווי איך האב געזאגט: איך האב נאך פלענער...

איך וויל פשוט נישט שטערן דא הרב מלחין פון בויען זיין רעפוטאציע, און ווי עס זעט אויס האלטן מיר נאך גאנץ אנהויב, דערפאר וויל איך אפען לאזן די וועג פאר אייך הרב מלחין, און פונקט ווי די גאנצע קהילה דא, דורשט איך שוין אויף דיין התגלות...
ס'קוקט דיר אויס אפשר אז איך טראכט... הא, דו חלומ'סט... איך פלאן!
אוועטאר
yield
שר חמש מאות
תגובות: 615
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 30, 2009 6:05 pm
לאקאציע: Latitude North 40.7111 Longitude West 73.9565

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך yield »

הא הא איך לאך כזקן
yield the right of way
אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7788
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווינקל »

איך האב שוין ביי די ערשטע תגובה פון דעם זקן געשריבן אז ס'קומט גוטע צייטן דא.... קיפ אפ!
שרייב תגובה

צוריק צו “היכל הנגינה”