מיינע סקרין'ס בלאזן זיך אויף אינערליך

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

אוועטאר
אומאפיציעל
שר חמש מאות
תגובות: 544
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 16, 2012 4:24 pm

מיינע סקרין'ס בלאזן זיך אויף אינערליך

תגובהדורך אומאפיציעל » דאנארשטאג פאברואר 23, 2012 5:44 pm

שוין א שטיק צייט וואס טייל פון מיינע ווינדאו'ס בלאזן זיך אויף שרעקליך אז מען קען נישט געהעריג ארבעטן דערמיט.
אויב איינער קען מיר העלפן דערמיט תבא עליו ברכה.
(אסאך ווינדאוס זענען יא נארמאל)

עטליכע דוגמאות פון סקרין שאטס:

New Picture1.jpg
דער ווינדאו פון מיין פרינטער פראפערטי'ס איז נאר אינערליך אויפגעבלאזן, און איך קען נישט טוישן קיין שום סעטינגס


New Picture 2.jpg
דער Save as ווינדאו ביי א פי.די.עף. פרינטאוט איז אויפגעבלאזן נאר א חלק


New Picture.jpg
דאס איז א שאט פון "א גאנצע סקרין", דאס איז דער ווינדאו וואס עפענט זיך ווען מען מאכט א רייט קליק אויפן דעסקטאפ, און מען קליקט אויף Graphics properties

אוועטאר
אומאפיציעל
שר חמש מאות
תגובות: 544
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 16, 2012 4:24 pm

תגובהדורך אומאפיציעל » זונטאג פאברואר 26, 2012 5:18 pm

קיינער האט נישט עפעס אן עצה?

רבותי!! איך דארף הילף!!

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14185
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » זונטאג פאברואר 26, 2012 8:48 pm

דו רעדסט זייער רוי.
לעפטאפ\דעסקטאפ?
סקרין סייז, רעזולושון?
OS?
מעיק און מאדעל?
טייטש אויף אידיש 'בלאזט זיך אויף', ווערט BLURY אדער א פאסיק ווי אן אראבער?
אלע פראגראמס צי נאר געוויסע?
אלע סקריןס צי נאר איין געוויסע?
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

מומחה עצום

תגובהדורך מומחה עצום » מאנטאג פאברואר 27, 2012 1:51 am

פון די סקרינשאטס וואס דו האסט ארויפגעלייגט זעט אויס אז ס'איז א סקרין רעזולוציע פראבלעם, פרוביר אנצושטעלן די סקרין רעזולוציע אויפן קלענסטן און קוק צו ס'ווערט עפעס בעסער

אוועטאר
אומאפיציעל
שר חמש מאות
תגובות: 544
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 16, 2012 4:24 pm

תגובהדורך אומאפיציעל » מאנטאג פאברואר 27, 2012 6:27 pm

איך האב געלייגט זייער קלארע סעמפל'ס, קוקט אן מיין ווארד אפליקעישאן וואס ליגט אין די בעקגראונד פון מיין פי.די.עף. ווינדאו, וועט איר זען אז אלעס איז אינארדענונג מיט די רעזאלוציע (וואס איז אגב אויף די קלענסטע), אזוי אויך קענט איר זען מיין פרינט ווינדאו וואס איז ערשט קלאסיג, אנטקעגן די פראפערטי ווינדאו וואס דער אינווייניג האט זיך אויפגעבלאזן און דער ווינדאו איז געבליבן דער זעלבער סייז, וואס דאס מאכט אוממעגליך צו טוישן סיי וועלכע סעטינג אין דעם ווינדאו.

עס איז א דעסקטאפ
סקרין סייז איז 22 אדער 24 (איך געדענק נישט פונקטליך)
ווינדאו'ס XP
עס בלאזט זיך אויף און עס ווערט "נישט בלאורי", אזוי ווי מען קען זעהן אויף די סקרין שאטס.
נישט אלע פראגראמ'ס און נישט אלע ווינדאו'ס, אזוי ווי מען קען זעהן אויף די סקרין שאטס.

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14185
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » מאנטאג פאברואר 27, 2012 11:20 pm

גאר גאר מאדנע. איך ווייס נישטאמאל וויזוי דאס צו רופן ביים נאמען.

קוקט אויס ווי עס דארף א דרייווער אפדעיט פאר דיספלעי ספעציעל אויב סיז ניי, אדער א קאראפטעד רעגיסטרי פייל.

פרוביר רופן די טעקניקל הילף אויב ס'יז נאך קאווערד.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
leiby
שר שלשת אלפים
תגובות: 3905
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 16, 2008 11:08 pm
לאקאציע: צווישן אידן

תגובהדורך leiby » דינסטאג פאברואר 28, 2012 2:13 am

וואסערע גרעפיק קארד האסטו, וואס איז געווען די לעצטע זאך וואס דו האסט געטיהן?
שש מצות תמידיות: אהבת ה',יראת ה', יחוד ה', אמונה בה', שלילת ע"ז, ולא תתורו.

מומחה עצום

תגובהדורך מומחה עצום » דינסטאג פאברואר 28, 2012 2:39 am

אומאפיציעל האט געשריבן:וועט איר זען אז אלעס איז אינארדענונג מיט די רעזאלוציע (וואס איז אגב אויף די קלענסטע)

טאקע דאס איז דער פראבלעם, שטעל עס אן העכער וועט אלעס גוט זיין

אוועטאר
אומאפיציעל
שר חמש מאות
תגובות: 544
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 16, 2012 4:24 pm

תגובהדורך אומאפיציעל » מיטוואך פאברואר 29, 2012 4:09 pm

מומחה עצום, אזוי ווי איך האב דיר שוין געשיקט אין פרטי, איז דער רעזולאשען אויף די העכסטע איך האב געמיינט צו זאגן אז עס איז אנגעשטעלט אז די ווינדאו'ס זאלן זיין די קלענסטע.

עס זעהט מיר אויס אז דאס קומט פון עפעס א וויירוס, וואס האט עפעס געטוישט א פאנט סעטינג ערגעץ וואו, אבער איך ווייס אויך נישט וויאזוי עס צו רופן ביים נאמען.
אויב קיינער קען מיר נישט העלפן וועל איך דארפן ארויסגיין אויפן מארקעט זוכן א טעקנישאן וואס זאל זיך באפאסן דערמיט פאר גוט באצאלט, און ער וועט עס אדער יא קענען פאררעכטן אדער נישט....

און לייבעלע, דאס איז נישט פון היינט, דאס האב איך שוין א לאנגע צייט, נאר יעצט שטערט מיר עס צוביסלעך מער און מער. און קענסט מיר אויך זאגן (אויב עס איז נאך אינטערסאנט) וואו איך זעה וועלכע גרעפיק קארד איך האב.

מומחה עצום

תגובהדורך מומחה עצום » פרייטאג מארטש 16, 2012 2:58 pm

ב"ה די פראבלעם איז שוין געלעזט

נאכן באשטעטיגן אז די אישו דא איז מיט די פאנטס, האב איך אים געשיקט אלע דיפאלט פאנטס פאר זיין אפערעיטינג סיסטעם, און אים געהייסן ארויסנעמען אלע פאנטס פון די פאנט פאלדער און נאכדעם זאל ער אריינלייגן די דיפאלט פאנטס וואס כ'האב אים געשיקט.

ער האט אזוי געטון און אלע פראבלעמען זענען פארשוואונדן

אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 11890
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

תגובהדורך געלעגער » פרייטאג מארטש 16, 2012 3:11 pm

מומחה עצום איז די נאמען וואס איך וואלט דיר געגעבן אויב וואלסטו עס נישט אליינס גענומען.

אוועטאר
leiby
שר שלשת אלפים
תגובות: 3905
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 16, 2008 11:08 pm
לאקאציע: צווישן אידן

תגובהדורך leiby » פרייטאג מארטש 16, 2012 3:29 pm

גוטע טיפ צו וויסן,
וויזוי איז ער אנגעקומען דערצו?
שש מצות תמידיות: אהבת ה',יראת ה', יחוד ה', אמונה בה', שלילת ע"ז, ולא תתורו.

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14185
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » מוצ"ש מארטש 17, 2012 9:46 pm

געוואלדיג.

וועלכע טעקניקעל סופפארט אין די וועלט וואלט דאס דען בייגעפאלן..?
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

מומחה עצום

תגובהדורך מומחה עצום » מוצ"ש מארטש 17, 2012 10:10 pm

leiby האט געשריבן:גוטע טיפ צו וויסן,
וויזוי איז ער אנגעקומען דערצו?

וויאזוי ס'האט פאסירט איז שווער צו זאגן, כ'שטעל מיר פאר אז ער האט בטעות אינסטאלט א קארופטירטע VGA פאנט (פאסירט געווענליך ווען מ'קאפירט פון א צווייטן "אלע" פאנטס) און דאס האט גורם געווען אז די דיפאלט דיספלעי פאנט האט זיך געטוישט און דאס האט פארגרעסערט די ווינדאוס. ס'איז זיכער נישט א וויירוס

אוועטאר
בחורהזעצער
שר חמש מאות
תגובות: 866
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 16, 2011 9:54 am
לאקאציע: צווישן זשאווא און זשאווא סקריפט...

תגובהדורך בחורהזעצער » מוצ"ש מארטש 17, 2012 10:41 pm

מומחה עצום;

לייבי מיינט געוויס צו פרעגן דאס ס'האט מיר אויך געעגבערט, וואס האט דיר געמאכט טראכטן אז דאס קען זיין די פראבלעם? פשוט עס איז אינטערעסאנט צו וויסן די פראסעס פון נאכגיין פראבלעמען.

מומחה עצום

תגובהדורך מומחה עצום » מוצ"ש מארטש 17, 2012 11:17 pm

נאכן גוט שטודירן די סקרינשאטס האב איך געזעהן אז נאר איין סארט ווינדאו מאכט פראבלעמען, און דאס זענען די ווינדאוס וואס נוצן א ספעציפישע UI פאנט.

אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7777
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל

תגובהדורך ווינקל » מיטוואך מארטש 28, 2012 2:14 pm

ס'איינציגסטע ווארט וואס קומט ארויס פון מין קיבאורד אויף דעם איז, וואו תורה דארט חכמה!

אוועטאר
בלעקבערי פען
שר חמש מאות
תגובות: 793
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 13, 2011 10:37 pm

תגובהדורך בלעקבערי פען » פרייטאג מארטש 30, 2012 12:06 pm

געלעגער האט געשריבן:מומחה עצום איז די נאמען וואס איך וואלט דיר געגעבן אויב וואלסטו עס נישט אליינס גענומען.


צוריק צו “ווינדאוס און מעק”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך איצט דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און איין גאסט