אינטערוויא מיט כ"ק אדמו"ר מ'שלעפשיץ שליט"א

גריסן און שמועסן

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
שמן למאור
שר האלף
תגובות: 1738
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יוני 17, 2011 3:00 pm

אינטערוויא מיט כ"ק אדמו"ר מ'שלעפשיץ שליט"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמן למאור »

שמן למאור: דער וועלט בארימטער קהלה קדישא שלעפשיץ, איז דאך באוואוסט בכל אתר ואתר, אלץ די גראנדיעזע קהלה, וואס אנטהאלט חסידים ואנשי מעשה בכל קצוי תבל, דעריבער זעמיר געקומען צו אן החלטה באסיפת אקרו"ט, אז לכבוד פורים העמיר אפהאלטן אן העכסט אינטערסאנטע אינטערוויא מיט'ן רעבין אליין כ"ק אדמו"ר מ'שלעפשיץ שליט"א.

שא ס'זל זיין אינגאנצן שטיל.


שלעפשיץ: ‫אה איך בין שטיל‬

שמן למאור: ס'ערשטע שאלה וואס מיר וויל מיר פרעגן פונעם רעבין, ווי לאנג שטייט שוין דער הייליגער קהלה ? ווען איז דאס געגרינדעט געווארן, און וויאזוי ? אביסל פרטי הדבר, דער עולם וויל זייער וויסן.

שלעפשיץ: ‫די קהילה איז געגרינדעט געווארן אפאר יאר באלד נאך וואס יודושקייט האט זיך געאידישט, ווי מיר חסידים האבן באלד געזען אז מען ברויך עפעס זעהן צו טוהן - דער עולם זאל בלייבן ביי אידישקייט, אזוי ווי מרדכי האט געזען אין יענע צייט ברוב חכמתו מען טאר נישט גיין צו די סעודה מאותו הרשע‬, אזוי האבן מיר זיך צאם גענומען באחדות העולם, צוזאם האמיר אויסגערופן מי לה' אלי, יעדער וואס וויל דינען דעם אויבערשטען מתוך אהבה ושמחה איז זיך דאן צוזאמגעלאפן‬.

מיט גרויס שפאנונגקייט האבן די קלוגע טייל פונעם ציבור גענומן טראכטן וואספארא נאמען מען זאל זיך אינדענטיפיצירן מיט, היות עס איז דא מדריגות ווייז אין עבודת השם האבן אלע בפה מלא אויסגעשריגן יחי שלעפשיץ יחי!‬

און דאן זענען די ראשי הקהלה זיך צאמגעקומן בבית רבינו, גענומן מאכן גדרים וסייגים פאר די קהילה, איז געבליבן אז יעדער (גדר א) וואס איז א שומר תורה ומצות סיי ער וויל יעצט ווערן סיי אז ער איז סיי אז ער וויל וועלן איז איינגעלאדענט אנטייל צו נעמען בקהלתינו‬, און זינט דער גרינדונג הערן נישט אויף מענטשן זיך צו מעלדן תחת כנפי הרבי, אזוי אויך הערט נישט דער רבי אויפ אנצונעמען מענטשן ביז סע איז געווארן א גלגל החוזר וחוזר חלילה.

מיט די יארן האבן די ארכיאלאגיי שלעפשיץ איינגעזען דאס וואס אלע צדיקים האבן פאראויס געזאגט - דער יצר שלאפט נישט דעריבער האבן מיר זיך נאכאמאל געמוזט צאמזעצען כדי צו זעהן וואס מען קען מיטן נייעם יצר טון האבן מיר ברשות כל העדה שליט"א געגרינדעט דעם זייטל אייוועלט ווי אחע יודן ובתוכם מגידי שיעורים ומרביצי תורה קומען זיך צאם טעגליך אין גיבן זייערע שיעורים‬, היות מיר האבן מורא געהאט אויב מען וועט עס רופן ישיבת שלעפשיץ עט דער יצר נישט צולאזן אנשטאט האמיר געלאזט אפאר יונגעלייט זאלן עס רופן אייוועלט.

ובכן די זעלבע סיבה פארוואס די וויליאמסבורג בריק הייסט וויליאמסבורג בריק און די זעלבע מאנהעטטען בריק ווייל אויב וואלט עס גע הייסן שלעפשיץ בריק וואלטן די אומות העולם נישט צוגעלאזט במילא - זענען מיר בהצנע לכת!‬

יעצט לאמיר אביסל צוריקגיין פריער, אין די צייטן פון אונזערע פארגייער, פלעגן יודן פארן איש על מחנהו ואיש על דגלו פלעגן אנשי שלומינו ארויסהעלפן יעדען מיט וואס ער האט געברויכט ווי למשל איינער א מופת - איז מיט איין אויגן בליק געפלויגן איינער צום שאפע ארויסגענומען א מופת אין וואונדער איבער דער וואונדער סע געווארן א מגיפה יעדער וואס האט זיך נאר גערופן מיטן נאמען פריץ איז ויהי לנבילה‬, נו מיר ברויכן ניט קיין עדות מיט אונזערע מעשיות והא ראיה סע איז קיינמאל נישט אראפגעשריבן געווארן אבער אזוי פלעגט זיין‬.

קוק מיר נישט אן - סע געווען פיינע צייטן - פארן סטראוק!

אוודאי ברויכט איר אויף הערן, זינט מיר האבן די מערסטע experience מיט אלעם און אלע הינזיכטן קענט איר אונז אלעמאל פרעגן, רוב מאל טאקע ווייסן מיר נישט אבער דאס האט נישט מיט אייך איר ברויכט פרעגן‬, ווי למשל מענטשן האלטן אין איין רופן וועגן סיי וועלעכע זאך רוב מאל באקומען זיי א געהעריגע ענטפער‬, איינער האט יעצט גערופן ווי מען קויפן קלעבאכטס מיר האבן עם גלייך געשיקט אין געשעפט - איר זעהט חסד כל היום.

שמן למאור: די צווייטע קשיא איז, שבכל הלילות, וואס איז אנדערש שלעפשיץ מכל הלילות פון אלע אנדערע קהילות קדושות איבער די גאנצע וועלט.

שלעפשיץ: די חילוק פון אונז ביז א צווייטע קהילה איז נישט אזוי ווייט אנדערש לגבי אידישקייט סע די וועג ווי אזוי מען טוט עס - ווי למשל איבעראל עסט מען און דאווענט מען - נאר ביי אונז איז מען נישט משנה מען טוט אזוי ווי די זיידעס האבן געטאהן.

שמן למאור: קענט איר אפשר שילדערן וויאזוי א טיש ווערט אפגעראכטן בבית שלעפשיץ, דער עולם וואלט זייער הנאה געהאט צו הערן.

שלעפשיץ: ביי אונז אין שלעפשיץ נאך בימיו פונעם רבי'ן איז געווען א שטיקל געפעכט צווישן די חסידים, די רבי טאר נישט אריינקומען דורכן הויפט אריינגאנג, דארט ווי אלע קומען אריין, היות מען האט דאך יעדן אריינגעלאזט, נו ווי איז כבוד התורה?

האט מען ברשות הקהל הנאסף געמאכט א זייטיגע צימער מיט אוודאי א זייטיגע טיר, נאר פון דארט קומט די רבי אריין, נו ווערן דאך די חסידים צו געבינדן צום טיר, איז געבליבן אלע חסידים און יעדער וואס טרעט אריין בבית המדרש הגדול והתואר דקהל חסידי וזקני שלעפ........ גייט נאר דורך דעם זייטיגן טיר.
אזוי איז דער הויפט אריינגאנג שוין פארשפארט אויף (כמעט) אייביג!

די רבי איז שוין אינעווייניג - אלע פארזאמעלטע זיצן שוין, יעצט הייבט זיך עס אן, דער רבי לייגט זיך איבער אויפ'ן טיש אזוי געהעריג אז יעדער זאל קענען זעהן ווי די רבי עסט, פיש האט מען נאר געגעסן מיט די הענט, משא"כ פלייש אין זיפ האט מען נאר מיט די פינגערס געמעקט אנשעפן.

יעצט קומט די חלק השיריים, איז ביי אונז נאך פונדערהיים, אזוי ווי דער רבי'ס פארגייער האבן געטון, איז מען נישט געקומען נעמען די שיריים, נאר דער רבי האט געטיילט, פיש פלייש וכל דבר יבש איז אריין דורך די אויערן, וכל דבר לח פלעגט אזוי דער רבי אנגיסן פאר יעדן אונעם נאניע - וזה מנהגו הקלות!

דערנאך האט דער בעל שמחה הרב מנשה געבענטשט, דער עולם האט ווארעמערהייט אפעלאדירט דערנאך איז יעדער אודך דורך דעם זייטיגן טיר!


שמן למאור: קענט איר מיר אפשר אראפלייגן א דאווענען בחצרות שלעפשיץ, ווי אזוי עס זעהט אויס דעי פילע מנהגים ?

וכאן המלך שככה, מיר ווארטן מיט עקסטאז אויף די נאכפאלגענדע אינטערוויא, מסתם העט עס נאכקומען צוזאמען מיט שמערי בערי'ס אינטערוויא מיט שמואל שפיצער.
אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7788
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווינקל »

חחחח, פיינע נייעס!

דער אויספיר איז המממ...
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

יעצט ווארטן מיר נאר אויף א בילד פונעם אדמו"ר וואס זאל ערגענצן דאס בילד...
אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 12250
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געלעגער »

און דא קומט דעם וויץ: הצלה ארום די וועלט האט געמאלדען אז אזוי ווי אסאך רבנים געפונען זיך אין שפיטאל גייט מען טוישען די סירענעס פונעם אמבעלאנס צו "ימים על ימי""
אוועטאר
סביב העולם
שר שלשת אלפים
תגובות: 3828
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 27, 2011 1:05 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סביב העולם »

קול רנה וישועה איז מער א סאפאסטיקירטע אלארעם
AROUND THE WORLD AROUND THE CLOCK
ארום די (איי) וועלט - רונדע דעם זייגער
אוועטאר
מכטי1
שר חמשת אלפים
תגובות: 5260
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 17, 2011 5:34 am
לאקאציע: צוווישען ערליכע אידען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מכטי1 »

שלעפשיץ....געוואלדיג....
אוועטאר
מאנ-יימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 10560
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 14, 2011 10:36 am
לאקאציע: אויפן וועג ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאנ-יימער »

זינגט'ס אלע צוזאמען הויעך...
אשרינו אשרינו אשרינו שיש לנו רבי כזה... ש של שלע שלעפ שלעפשי שלעפשיץ

מאך העכער די מייק
ווער זאגט?... ער האט געזאגט איז וואס?... נו! האט ער געזאגט, ווער איז ער צו זאגן?
אוועטאר
שלעפשיץ
שר האלף
תגובות: 1427
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 17, 2010 1:32 pm
לאקאציע: ביים רבי'ן אין שלעפשיץ
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלעפשיץ »

מאנ-יימער האט געשריבן:זינגט'ס אלע צוזאמען הויעך...
אשרינו אשרינו אשרינו שיש לנו רבי כזה... ש של שלע שלעפ שלעפשי שלעפשיץ

מאך העכער די מייק


מאך צוריק שטילער סע צו הויעך
אוועטאר
מכטי1
שר חמשת אלפים
תגובות: 5260
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 17, 2011 5:34 am
לאקאציע: צוווישען ערליכע אידען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מכטי1 »

אההה שלעפשיץ!!! ואו ביסטו געווען ביז יעצט???
אוועטאר
מאנ-יימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 10560
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 14, 2011 10:36 am
לאקאציע: אויפן וועג ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאנ-יימער »

ווער זאגט?... ער האט געזאגט איז וואס?... נו! האט ער געזאגט, ווער איז ער צו זאגן?
אוועטאר
אדער יא
שר שלשת אלפים
תגובות: 3156
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 11, 2018 11:00 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אדער יא »

געלעגער האט געשריבן:און דא קומט דעם וויץ: הצלה ארום די וועלט האט געמאלדען אז אזוי ווי אסאך רבנים געפונען זיך אין שפיטאל גייט מען טוישען די סירענעס פונעם אמבעלאנס צו "ימים על ימי""

לכ' ר"ח א"א.
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע פארברענגן”