נער אדער נאר?
די אחראים: יאנאש,אור המקיף,אחראי,געלעגער
-
- שר האלפיים
- תגובות: 2176
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2006 2:28 pm
נער אדער נאר?
אין א דיסקוסיע צווישן מיר און סאכדעס, איז אויסגעקומען א שטיקל מיינונגס דיפערענץ איבער דער שורש פונעם ווארט "נער" אין אידיש
סאכדעס טענה'ט: אז דאס וואס ווארט "נאר" קומט אויסגעלייגט אין אידיש "נאר" מיט אן אל"ף, ווייל דאס איז א עצמיות'דיגער אידישער ווארט.
איך האלט ווידער: אז, בלא (אויך מיט אן אל"ף...). דער שורש פונעם ווארט קומט פון די לשה"ק "נער" דעריבער קומט דאס געשריבן "נער", אזוי ווי יעדע לשה"ק ווארט וואס ס'פאלט אריין אין אידיש (א חוץ שחט'ן/שעכטן זרח/זארעכ התאחדות/סאכדעס...)
סאכדעס טענה'ט: אז דאס וואס ווארט "נאר" קומט אויסגעלייגט אין אידיש "נאר" מיט אן אל"ף, ווייל דאס איז א עצמיות'דיגער אידישער ווארט.
איך האלט ווידער: אז, בלא (אויך מיט אן אל"ף...). דער שורש פונעם ווארט קומט פון די לשה"ק "נער" דעריבער קומט דאס געשריבן "נער", אזוי ווי יעדע לשה"ק ווארט וואס ס'פאלט אריין אין אידיש (א חוץ שחט'ן/שעכטן זרח/זארעכ התאחדות/סאכדעס...)
-
- שר האלפיים
- תגובות: 2176
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2006 2:28 pm
בכי האי גוונא זאג איך אלץ אז דאס איז זיכער פון די ווערטער וואס יעדע שפראך האט אין די תורה הקדושה, כידוע פון ספרים הקדושים אז יעדע שפראך האט אן אחיזה אין די תורה, אנדערש וואלט עס נישט געקענט האבן קיין קיום. דערפאר שטייט טטפת טט בכתפי שתים פת באפרקי שתים, צו געבן אן אחיזה פאר די צוויי לשונות, וכהנה רבות ואין עת האסף פה, אבער לענינינו דער דויטשער נאר איז אן אפשטאמיגער פונעם נער וואס די פסוק רעדט..
-
- שר האלפיים
- תגובות: 2176
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2006 2:28 pm
-
- שר האלפיים
- תגובות: 2176
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2006 2:28 pm
-
- שר האלפיים
- תגובות: 2176
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2006 2:28 pm
איך הער ביסט גערעכט. יא, יא, אזוי קוקט מען אויס ווען מען וויל עפעס נאכקוקן בשעת די אויגן קלעפן שוין פאר מידעקייט...
***
סאכדעס, כ'פארשטיי נישט וואס דו פרעגסט מיר. כ'האב דאך דלאר און קייטלעך ארויסגעשריבן, אויבן אין די פינפטע תגובה פון אטא דעם אשכול, אז כ'גיב זיך אונטער, ווייל דער דייטשער ווארט אויף "שוטה" טייטשט "נאר". טא וואס פרעגסטו?

ערנסטער כתב:
און פארוואס לשון רבים פון "נאר" איז "נאראנים" מיט לשון-קודש'ע ענדע "-ים"?
ניין, ס'איז, אוודאי, נישט די איינציקע נישט לשון-קודש'ע ווארט וואס האט "-ים" אין לשון רבים - ס'איז דא אויכעט "דאקטוירים" און "פויערים", אבער פונדעסטוועגן...
קענסט דעם אויסדריק?, "מ'דארף אים טראגן אין נארען הויז", וואס די אלטע אידן זאגן,
דאס קוקט אויס צו זיין דער ארגינעלער לשון רבים פון "נאר" אין אידיש,
"נאראנים", סאונד מיר ווי א חוזק-ווארט האלבוועגס, קוקט עס נישט אויס ווי א בריאה פון א לץ אויף די ריכטיגע נארען?, זאגט מען דען דאקטויראנים?,
אין לשון הקודש וואלט מען אויך נישט געזאגט נאראנים, העכצענס "נערים",
לעצט פארראכטן דורך בני היכלא אום מיטוואך יולי 23, 2008 3:02 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
- ערנסטער
- שר חמש מאות
- תגובות: 583
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 30, 2007 11:23 am
- לאקאציע: פון יעהופעץ
בני היכלא האט געשריבן:קענסט דעם אויסדריק?, "מ'דארף אים טראגן אין נארען הויז", וואס די אלטע אידן זאגן,
דאס קוקט אויס צו זיין דער ארגינעלער לשון רבים פון "נאר" אין אידיש,
ביי אונז האט מען דאס גערופן "מעשוגענער הויז".
און "נארן" איז טאקע לשון רבים פון "נאר", אבער נישט אין אידיש, נאר אין דייטש, להבדיל.
"נאראנים", סאונד מיר ווי א חוזק-ווארט האלבוועגס, קוקט עס נישט אויס ווי א בריאה פון א לץ אויף די ריכטיגע נארען?
אויב אזוי עס סאונדט דיר, ביסט מסתמא רייט.
זאגט מען דען דאקטויראנים?,
אין לשון הקודש וואלט מען אויך נישט געזאגט נאראנים, העכצענס "נערים",
ערנסט רעדענדיק, איז טאקע נישט קיין ספק אז "נאר" איז נישט העבראיזם, נאר דייטשמעריזם, וואס האט (אין עפעס א וועג) באקומען העברעישע פארעם פון לשון רבים.
די וואָר הענגט אויף א האָר
-
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3445
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 16, 2008 8:10 pm
- לאקאציע: ביים געפילטערטן קאמפיוטער
קרעמער האט געשריבן:בכי האי גוונא זאג איך אלץ אז דאס איז זיכער פון די ווערטער וואס יעדע שפראך האט אין די תורה הקדושה, כידוע פון ספרים הקדושים אז יעדע שפראך האט אן אחיזה אין די תורה, אנדערש וואלט עס נישט געקענט האבן קיין קיום. דערפאר שטייט טטפת טט בכתפי שתים פת באפרקי שתים, צו געבן אן אחיזה פאר די צוויי לשונות, וכהנה רבות ואין עת האסף פה, אבער לענינינו דער דויטשער נאר איז אן אפשטאמיגער פונעם נער וואס די פסוק רעדט..
מיר האט דער ענין אויפגעבליצט שבועות אין די יוצרות ווען מען זאגט דארט אז דער ווארט "אנכי" איז מלשון מצרי.
מאשקע האט געשריבן:אויסדרוקליך "נאר", מיט אן אל"ף. ס'האט גארנישט מיט'ן לשה"ק ווארט "נער", וואס מיינט "יונג".
מיין רבי פלעגט טייטשן: עושה מעשה נערות - ער טוהט קינדערישע זאכן, איז אפשר ווען מען זאגט אויף איינער אז ער איז א נער מיינט מען צו זאגן אז ער איז קינדעריש.
פרעגט וואס איהר ווילט, ווען איהר ווילט, ווי אזוי איהר ווילט
- למעלה משבעים
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 12394
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
- לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן
פרעגער האט געשריבן:מאשקע האט געשריבן:אויסדרוקליך "נאר", מיט אן אל"ף. ס'האט גארנישט מיט'ן לשה"ק ווארט "נער", וואס מיינט "יונג".
מיין רבי פלעגט טייטשן: עושה מעשה נערות - ער טוהט קינדערישע זאכן, איז אפשר ווען מען זאגט אויף איינער אז ער איז א נער מיינט מען צו זאגן אז ער איז קינדעריש.
הנני בזה לחזק דברי מאשקע.
"נאר" איז א דייטשער ווארט.
עיין כאן
עת לקרות | ועת לתגוב
-
- שר חמש מאות
- תגובות: 889
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 28, 2017 8:23 pm
Re: נער אדער נאר?
אין דעם וואכענדיגן שמועס פין ר' שאול קליין אינעם חצי שיעור, זאגט ער אז די ריכטיגע אויסלייג איז "נאר" אין ער דערמאנט דעם אויבנדערמאנטען רש"י פרשת וישב