נער אדער נאר?

די אחראים: יאנאש,אור המקיף,אחראי,געלעגער

זארעכפעפער
שר האלפיים
תגובות: 2176
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2006 2:28 pm

נער אדער נאר?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זארעכפעפער »

אין א דיסקוסיע צווישן מיר און סאכדעס, איז אויסגעקומען א שטיקל מיינונגס דיפערענץ איבער דער שורש פונעם ווארט "נער" אין אידיש

סאכדעס טענה'ט: אז דאס וואס ווארט "נאר" קומט אויסגעלייגט אין אידיש "נאר" מיט אן אל"ף, ווייל דאס איז א עצמיות'דיגער אידישער ווארט.

איך האלט ווידער: אז, בלא (אויך מיט אן אל"ף...). דער שורש פונעם ווארט קומט פון די לשה"ק "נער" דעריבער קומט דאס געשריבן "נער", אזוי ווי יעדע לשה"ק ווארט וואס ס'פאלט אריין אין אידיש (א חוץ שחט'ן/שעכטן זרח/זארעכ התאחדות/סאכדעס...)
אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12672
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאשקע »

אויסדרוקליך "נאר", מיט אן אל"ף. ס'האט גארנישט מיט'ן לשה"ק ווארט "נער", וואס מיינט "יונג".
אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18580
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך_הער »

דאכט זיך מיר אז רש"י ביי נער עבד עברי, זאגט רש"י אויף נער, שוטה, קען זיין איך בין מיך טועה, וואו זענען אונזערע תלמידי חכמים?
אוועטאר
סאכדעס
שר שלשים אלף
תגובות: 31438
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאכדעס »

נאר, אין אידיש, קומט פונ'ם ווארט נאריש.
און דאס איז א ריין אידיש ווארט.

עס איז שוין געווען אמאל אויסגעשמועסט - דאכצאך - אין די 'מעלות'.
פקודתו פון התאחדות שמרה רוחי!
זארעכפעפער
שר האלפיים
תגובות: 2176
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2006 2:28 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זארעכפעפער »

ריכטיג, ריכטיג, איך גיב זיך אונטער.
איך האב נאכגעזוכט דעם דויטשן אפטייטש אויף "טיפוש/FOOL", והנה, און זיי זאגן = נאר; דומקאפ,
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

בכי האי גוונא זאג איך אלץ אז דאס איז זיכער פון די ווערטער וואס יעדע שפראך האט אין די תורה הקדושה, כידוע פון ספרים הקדושים אז יעדע שפראך האט אן אחיזה אין די תורה, אנדערש וואלט עס נישט געקענט האבן קיין קיום. דערפאר שטייט טטפת טט בכתפי שתים פת באפרקי שתים, צו געבן אן אחיזה פאר די צוויי לשונות, וכהנה רבות ואין עת האסף פה, אבער לענינינו דער דויטשער נאר איז אן אפשטאמיגער פונעם נער וואס די פסוק רעדט..
אוועטאר
ערנסטער
שר חמש מאות
תגובות: 583
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 30, 2007 11:23 am
לאקאציע: פון יעהופעץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ערנסטער »

און פארוואס לשון רבים פון "נאר" איז "נאראנים" מיט לשון-קודש'ע ענדע "-ים"?
ניין, ס'איז, אוודאי, נישט די איינציקע נישט לשון-קודש'ע ווארט וואס האט "-ים" אין לשון רבים - ס'איז דא אויכעט "דאקטוירים" און "פויערים", אבער פונדעסטוועגן...
די וואָר הענגט אויף א האָר
אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18580
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך_הער »

כ'מיין אז מ'שרייבט 'פויערן'.
זארעכפעפער
שר האלפיים
תגובות: 2176
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2006 2:28 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זארעכפעפער »

ערנסטער, גוטע הערה.

***
איך הער
איך האב זיך געיאוועט און נאכגעקוקט די רש"י אין פר' וישב אויף "והוא נער", און איך האב נישט געטראפן וואס דו צייכנסט אן. מעגליך איינע פון די אנדערע מפרשים זאגן דאס? ביטע צייכן א מקור אויב מעגליך.
3x0
המכונה 'טריאו'
תגובות: 9152
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 28, 2006 11:29 am
לאקאציע: חבוי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך 3x0 »

רש"י בראשית פרק מא פסוק יב
(יב) נער עברי עבד - ארורים הרשעים שאין טובתם שלמה מזכירו בלשון בזיון:
נער - שוטה ואין ראוי לגדולה:
עברי - אפילו לשוננו אינו מכיר:
עבד - וכתוב בנמוסי מצרים שאין עבד מולך ולא לובש בגדי שרים. (ס"א שירים וכן גרס רא"ם):
איש כחלומו - לפי החלום וקרוב לענינו:
זארעכפעפער
שר האלפיים
תגובות: 2176
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2006 2:28 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זארעכפעפער »

יישר כח 3X0 פאר די מ"מ פון רש"י
אוועטאר
סאכדעס
שר שלשים אלף
תגובות: 31438
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאכדעס »

זארעכ כ'זעה אז דו האסט אונטערגעגעבן, וואס איז די סיבה?
פקודתו פון התאחדות שמרה רוחי!
אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18580
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך_הער »

זארעכ, ווער האט דיר געהייסן נעמען דעם והוא נער, ווען איך שרייב נער עבד עברי?

טריאו, שכוח גדול ונורא.
זארעכפעפער
שר האלפיים
תגובות: 2176
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2006 2:28 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זארעכפעפער »

איך הער ביסט גערעכט. יא, יא, אזוי קוקט מען אויס ווען מען וויל עפעס נאכקוקן בשעת די אויגן קלעפן שוין פאר מידעקייט...

***
סאכדעס, כ'פארשטיי נישט וואס דו פרעגסט מיר. כ'האב דאך דלאר און קייטלעך ארויסגעשריבן, אויבן אין די פינפטע תגובה פון אטא דעם אשכול, אז כ'גיב זיך אונטער, ווייל דער דייטשער ווארט אויף "שוטה" טייטשט "נאר". טא וואס פרעגסטו?
בני היכלא
שר האלפיים
תגובות: 2655
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 02, 2007 12:01 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בני היכלא »

ערנסטער כתב:
און פארוואס לשון רבים פון "נאר" איז "נאראנים" מיט לשון-קודש'ע ענדע "-ים"?
ניין, ס'איז, אוודאי, נישט די איינציקע נישט לשון-קודש'ע ווארט וואס האט "-ים" אין לשון רבים - ס'איז דא אויכעט "דאקטוירים" און "פויערים", אבער פונדעסטוועגן...


קענסט דעם אויסדריק?, "מ'דארף אים טראגן אין נארען הויז", וואס די אלטע אידן זאגן,
דאס קוקט אויס צו זיין דער ארגינעלער לשון רבים פון "נאר" אין אידיש,

"נאראנים", סאונד מיר ווי א חוזק-ווארט האלבוועגס, קוקט עס נישט אויס ווי א בריאה פון א לץ אויף די ריכטיגע נארען?, זאגט מען דען דאקטויראנים?,
אין לשון הקודש וואלט מען אויך נישט געזאגט נאראנים, העכצענס "נערים",
לעצט פארראכטן דורך בני היכלא אום מיטוואך יולי 23, 2008 3:02 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
אוועטאר
סאכדעס
שר שלשים אלף
תגובות: 31438
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאכדעס »

אפפס... סארי מר. זארעכפעפער. אגב חורפיה משלשתא.

כאב פארזעהן דיין תגובה'לע דארט, געווענדליך שרייבסטו נישט אזוינע קורצע...
פקודתו פון התאחדות שמרה רוחי!
אוועטאר
ערנסטער
שר חמש מאות
תגובות: 583
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 30, 2007 11:23 am
לאקאציע: פון יעהופעץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ערנסטער »

בני היכלא האט געשריבן:קענסט דעם אויסדריק?, "מ'דארף אים טראגן אין נארען הויז", וואס די אלטע אידן זאגן,
דאס קוקט אויס צו זיין דער ארגינעלער לשון רבים פון "נאר" אין אידיש,

ביי אונז האט מען דאס גערופן "מעשוגענער הויז". :wink:
און "נארן" איז טאקע לשון רבים פון "נאר", אבער נישט אין אידיש, נאר אין דייטש, להבדיל.

"נאראנים", סאונד מיר ווי א חוזק-ווארט האלבוועגס, קוקט עס נישט אויס ווי א בריאה פון א לץ אויף די ריכטיגע נארען?

אויב אזוי עס סאונדט דיר, ביסט מסתמא רייט. :grin:

זאגט מען דען דאקטויראנים?,
אין לשון הקודש וואלט מען אויך נישט געזאגט נאראנים, העכצענס "נערים",

ערנסט רעדענדיק, איז טאקע נישט קיין ספק אז "נאר" איז נישט העבראיזם, נאר דייטשמעריזם, וואס האט (אין עפעס א וועג) באקומען העברעישע פארעם פון לשון רבים.
די וואָר הענגט אויף א האָר
אויפריכטיג
שר שלשת אלפים
תגובות: 3445
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 16, 2008 8:10 pm
לאקאציע: ביים געפילטערטן קאמפיוטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויפריכטיג »

קרעמער האט געשריבן:בכי האי גוונא זאג איך אלץ אז דאס איז זיכער פון די ווערטער וואס יעדע שפראך האט אין די תורה הקדושה, כידוע פון ספרים הקדושים אז יעדע שפראך האט אן אחיזה אין די תורה, אנדערש וואלט עס נישט געקענט האבן קיין קיום. דערפאר שטייט טטפת טט בכתפי שתים פת באפרקי שתים, צו געבן אן אחיזה פאר די צוויי לשונות, וכהנה רבות ואין עת האסף פה, אבער לענינינו דער דויטשער נאר איז אן אפשטאמיגער פונעם נער וואס די פסוק רעדט..

מיר האט דער ענין אויפגעבליצט שבועות אין די יוצרות ווען מען זאגט דארט אז דער ווארט "אנכי" איז מלשון מצרי.
אוועטאר
פרעגער
שר האלף
תגובות: 1738
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 09, 2009 11:35 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרעגער »

מאשקע האט געשריבן:אויסדרוקליך "נאר", מיט אן אל"ף. ס'האט גארנישט מיט'ן לשה"ק ווארט "נער", וואס מיינט "יונג".


מיין רבי פלעגט טייטשן: עושה מעשה נערות - ער טוהט קינדערישע זאכן, איז אפשר ווען מען זאגט אויף איינער אז ער איז א נער מיינט מען צו זאגן אז ער איז קינדעריש.
פרעגט וואס איהר ווילט, ווען איהר ווילט, ווי אזוי איהר ווילט
אוועטאר
למעלה משבעים
שר עשרת אלפים
תגובות: 12394
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למעלה משבעים »

איך_הער האט געשריבן:דאכט זיך מיר אז רש"י ביי נער עבד עברי, זאגט רש"י אויף נער, שוטה, קען זיין איך בין מיך טועה, וואו זענען אונזערע תלמידי חכמים?

זע דארט אין שפתי חכמים וואס זאגט אז רש"י מיינט צו זאגן אז נער איז בגימט' שוטה, נישט אז די טייטש דערפון איז שוטה.
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

רש"י אין מדרש (לויט טייל, נישט פון רבי שלמה יצחקי) זאגט אז נע"ר איז בגימטריא שוט"ה
אוועטאר
msp
שר עשרת אלפים
תגובות: 18061
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
לאקאציע: בין גברא לגברא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך msp »

איך האב פון איינעם געהערט אז עושה מעשה נערות
איז בניקוד שוא-נון קמץ-עין חולם-ריש
ער האט מסלסל געווען בשערו אזוי ווי מיידלעך
בפרט אז ער האט געזאלט זיין דינה
ויש חיד"א על זה
חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב
אוועטאר
לכל זמן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 323
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 29, 2011 12:51 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכל זמן »

פרעגער האט געשריבן:
מאשקע האט געשריבן:אויסדרוקליך "נאר", מיט אן אל"ף. ס'האט גארנישט מיט'ן לשה"ק ווארט "נער", וואס מיינט "יונג".


מיין רבי פלעגט טייטשן: עושה מעשה נערות - ער טוהט קינדערישע זאכן, איז אפשר ווען מען זאגט אויף איינער אז ער איז א נער מיינט מען צו זאגן אז ער איז קינדעריש.

הנני בזה לחזק דברי מאשקע.
"נאר" איז א דייטשער ווארט.
עיין כאן
עת לקרות | ועת לתגוב
לייבעלע הירש
שר חמש מאות
תגובות: 889
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 28, 2017 8:23 pm

Re: נער אדער נאר?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לייבעלע הירש »

אין דעם וואכענדיגן שמועס פין ר' שאול קליין אינעם חצי שיעור, זאגט ער אז די ריכטיגע אויסלייג איז "נאר" אין ער דערמאנט דעם אויבנדערמאנטען רש"י פרשת וישב
שרייב תגובה

צוריק צו “שפראך, גראמאטיק און דקדוק”