מאנסיאנער האט געשריבן:ריק פערי האט געשריבן:מאנסיאנער ביסט זיך אליינס סותר, קודם שרייבסטו אז די רעגירונג וועט נאך צוריק מאכן נאך געלט פון זשי עם, דערנאך שרייבסטו (די אמת) אז די רעגירונג האט שוין פארקויפט איר חלק, וואס דאס מיינט פארקויפט מיט א פארלוסט וואס מ'וועט קיינמאל נישט צוריק זעהן.
בנוגע אויסבעילן די בענק איז אזוי, קודם יא, בענק זענען אנדערש ווי א פראדוקט קאמפעני, ווייל אויב בענק -און אלע בענק - גייען באנקראט ווייל די מארגעטשעס זענען גארנישט ווערט, איז ענד אף אמעריקע, און אנדערש ווי א פראדוקט קאמפעני וואס בלייבט נאכן באנקראטירן מיט נכסים, וואלט 'גארנישט' געבליבן, און ווער וואלט שאדן געהאט? איך און די! דיין באנק אקאונט וואלט געווען ליידיג.
חוצמזה איז די רעגירונג היפש שולדיג אין די בענק קריזיס, ווי באוויסט אז די דעמאקראטן האבן לויז געמאכט פאר פרעדי און פעני צו אויסקויפן מארגעטשעס מכלומר'שט ווייל מ'נעמט זיך אן פאר די ארימע.
די רעגורונג איז געבליבן א שעירהאלדער אבער האט נישט קיין בעלות נישט קיין נפקא מינה צו זיי זענען יא אדער נישט בעל בית נישט דעס איז די קאנצעפט
די רעגורונג האט דערווייל שוין צוריקגעמאכט רוב פון די בעילאוטס אין עס האט געקאסט סאאאך ווייניגער פאר שטייער צאלער ווי ווען GM גייט אונטער כמובן
אה זעסטו האסט מיר ממש אריננגעליגגט די ווערטער אין מויל כמיין קיבאורד...
איך עגרי אז די בענק זענען טו ביג טו פעיל אין פארדעם האט מען באשטעיטיגט די דאד פרענק בילל
אז בענק זאלן נישט קענען נעמען ענדווענטעזש פון זייער טו ביג טו פעיל סטאטוס
עס איז כדאי זאלסט אויסהערן יונה כהן אויף ק''מ אויףזיין לעצטע שיעור רעדט ער ברייט ארום איבער די טענה אויף פעני אין פרעדי
מאנסיאנער, איך גיי דיר נאך איין מאל איבערזאגן וואס איך מיט נאך אנדערע האבן שוין געשריבן, דזשי עם באנקראט מיינט נישט אז די קאנפאני מאכצעך צו, ס'מיינט אז די קאמפאני ווערט ריליסט פון אירע חובות פאר א צייט אפשניט, און אין די צייט ריארגענייזד זיך די קאמפאני אונטער די אויפזוכט פון די בענקראפסי קאורט!
די רעגורונג האט דערווייל פארקויפט אירע שעירס אויף א לאסס! די גאווערמענט האט נישט געמאכט קיין פעני אויף דזשי עם!
דאד פרענק העלפט גאר די בענק? דאד פרענק מאכן חרוב די בענק, ס'הרגט די קרעדיט מארקעט, און נישט לאנג צוריק האט טאקע בענק אוו אמעריקא ארויפגעלייגט א פי אויף יעדן דעביט קארד, טאקע ווייל דאד פרענק הרגט זיי! די גאנצע דאד פרענק בילל איז אנטי קעפעטעליזם!
איך ווייס נישט ואס יונה כהן זאגט, איך ווייס וואס די פאקטן זענען, די פאקט איז אז בוש האט געוואלט טוישן די פרעדי רולס אז זיי מוזן גיבן לאונס פאר יעדן איינעם, און די דעמעקראטן וואס נעמען זיך אזוי שטארק אן פאר יעדן מיינארעטי האבן געטענהט אז דאס טוט פארלעצן די רעכטן פון די מיינארעטיס וואס האבן ניטש קיין אינקאם אדער קרעדיט!