לעיט נייט קרעטשמע שאו, ליל ששי תולדות.

גריסן און שמועסן

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
שמערי בערי
מ. ראש הקהל
תגובות: 9165
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 28, 2008 4:40 pm
לאקאציע: באַזאָטלט אינעם ראשעקאָלישן אפיס....
פארבינד זיך:

לעיט נייט קרעטשמע שאו, ליל ששי תולדות.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמערי בערי »

א גוטן אווענט, דאס איז שמערי בערי לייוו פון די טעלעפראמפטער פון אונזער היימישע קרעטשמע'ס שפעט אויפדערנאכט שאו. וועלקאם, סיט בעק ענד רילעקס.

מיר גרייטן צו א גוטע שאו וואס וועט געקעירט ווערן בני לעדער יעדע נאכט אום צוועלעף אזייגער קעמפ זייגער.

קרעמער: צום ערשט ווילן מיר אייך באגריסן צום אומקום פון די שאו וואס וועט אייך האלטן געשפינט (מלשון משזר - נישט די ציפ) און וועט נישט לאזן איינשלאפן די שטוב מענטשן צוליב די אומגעלונגענע געלעכטערס וואס וועלן ארויס שיסן פון די פלעיט-שניי'ט שאו.

וויכי: מער מענטשן פלאצן פון קנ"א ראדיא סטאנציע ווי סיי וועלכע טראנספארטאציע אין די קארופציע.

יגר: מיר געבן אייך צוויי און צוואנציג מינוט-סטעיק, איר געט אונז די אידישע וועלט.

צייטליך (זינגט): היימישע קרעעעטשמע

אלע הארגענייזן: מישע קרעטשמע... מישע רעטשמע... רעטשמע... עטשמע... טשמע... טשמע...

צייטליך: די היינטיגע שאו איז געספאנסערט ביי "בדידי", דער ניגון וואס וועט קנאקן אין קאפ און אייך נישט לאזן שלאפן.

וויכי: בעק טו יו גרויזי

גרויזי: גוט, טענקס פאר וויכי פאר'ן מיר איבער געבן דעם בלומבערג, אצינד וועלן מיר אנהייבן אונזער היינט נאכטיגע שאו, צום ערשט וועלן מיר איבער געבן דאס ווארט פאר שמערי בערי מיט א אנאליז איבער די רעפובליקאנער פריימערי'ס

שמערי בערי: איז אזוי, קודם וועל מיר אנהייבן מיט דעם פראנט ראצער, ניוט גינגרידש, אין א שמועס מיט ניוט גינגרידש צום אידישן צוויבל האט ער זיך זייער אפגערעדט אז זיין קאמפיין גייט אים נישט גוט, ער האט מסביר געווען אז ווען זיינע סטעף האבן ארויס געבעקט אפאר חדשים צוריק פון זיין קאמפיין האט ער זיי געבעטן כאטש אנצוגרייטן א קאנצעסיע דרשה אויף ווען ער גיבט אויף די וואלן, יעצט איז ער געבליבן קרח מכאן וחוקת בלק מכאן, זיין סטעף האט ער שוין נישט, און זיין קאנצעסיע דרשה האט ער נישט ווען צו נוצן... מיר אינעם צוויבל האבן אים בארואיגט אז ער דארף לגמרי נישט זיין באזארגט... וויכי וועט זיכער מאכן אז ער זאל עס האבן ווען צו נוצן.

ווייטער אויפן קאמפעין טרעיל איז שניט-ראמני, דער געוועזענער מצה-טשו-טשוס גאווערנאר, ער האט היינט באקומען א גרויסע אינדארסמענט פון די קראלי'ער קהלה זייענדיג א "פליפער", א ווארט זאגער פון דעם קאמפיין הערט נישט אויף צו רעדן, איינער קען אים שטיל מאכן דארט?

נעקסט אן קעיס איז וויכ... כ'מיין צוריקט פערי, ער שטייט יעצט פאר דריי גרויסע פראבלעמען, איינס, ער איז צו "ניוטי" פאר מיט, און צו "מיטי" פאר ניוט..., צווייטענס, אז ער האט געפליפ פלאפ'ט איבער די דריי אגענטורן וואס ער וויל צומאכן, א מינוט האט ער געזאגט אז ער וויל צומאכן די אי פי עי, א מינוט האט ער געזאגט אז עס איז אפססס, און א מינוט האט ער געזאגט אז ס'איז ענערדשי. דריטענס, האט ער שוין פארגעסן.

מיסיס-שעל (נישט די גאז סטאנציע) באקמאן האט היינט געמאלדן אז איר קאמפיין וועט אנהייבן איינצוקויפן פלעסטיג דישעס נאכדעם ווי איר סטעף האבן זיך צע'הרג'עט מיט איר אזש ביזן שיסן טעלערס. עס ווערט באריכטעט אז עטליכע פון איר סטעף האבן ריזיינד און געמאלדן אז זיי גייען ארבעטן פאר ...

גרויזי: שמערי, טיים איז אפף, מיר וועלן זיין רעכט צוריק נאך די קורצע אדווערטייזמענט.

וויכי: איי ליי ליי לאם פאם פאראראם

צום זאך: וועלכע ניגון זינגסטו דארט וויכי?

וויכי: די ניגון האב איך קאמפאוזט צוזאמען מיט מיין חבר יאסעלע.

צום זאך: איך וועל דיר קויפן א נייע טעיפ וואס האט אלע נייע שיינע ניגונים, ס'הייסט לחיים אונגארישע לידער, פאר מער פרטים (וויפיל מער קען שוין זיין?) דריקט אייך צו לאכן,

וויכי: ברעיק טו יו גרויזי

גרויזאמער: וועלקאם בעק צו די לעיט נייט שאו, מיר האבן היינט לייוו אויפן טעלעפאן דעם חב"ד שליח פון בארא פארק, וואס וועט אונז איבער געבן א באריכט איבער א שרעקליכע כאפצעם וואס איז פארגעקומען היינט צווישן דרייצן און אכצן, א גוט יאר הרב קנאבעלסקי, איר זענט אויפן ליין?

הרב קנאבעלסקי: כ'בין עיפן וועיג ארעיף צא געין עיפן לעין, ווען איך וועל זעין עיווען וועל איך עיך לאזען וויסען.

גרויזי: איר האט אליינס מיטגעהאלטן דעם אינצידענט אדער איר האט עס נאר נאכעגעהערט?

הרב קנאבעלסקי: כ'האב עס נישט געזעהן, נאר געהערט, היינט צופרי ווייקענדיג זיך אין שומרי שבת מקוה האב איך געהערט שרייען כאפצעם, כ'האב מיר פארגעשטעלט אז מ'לויפט נאך א גוי, אבער איך האב נישט מיטגעהאלטן.

גרויזי: א גרויסן יישר כח פאר'ן אראפ לאזן די פרייז פון אייער טייערע צייט.

בעק טו יו קרעמער

קרעמער: מיר פירן אייך אריבער מיט א לייוו הוקאפ צו אייער-גיפטן וואו די מצריים קנאקן זיך למכה מצרים בבחוריהם, איין מינוט מ'דרייט איבער די לינק איין מינוט.

קרעטשמער: אנטשולדיגט אבער יו טוב לינקס זענען נישט ערלויבט דא.

קרעמער: מיר געבן אייך אצינד איבער א נייעם לינק געאייגענט פאר דשעלי נעט באנוצער.

פייוויש: נע, ברענג א בילד דערפון.



צייטליך (זינגט): היימישע קרעעעטשמע

אלע: מישע קרעטשמע... מישע רעטשמע... רעטשמע... עטשמע... טשמע... טשמע...

קרעמער: א גוטע נאכט אלע זיסע אידן, און א גוט מארגן MSP. צום ווידערזעהן נעקסטע וואך.


שמערי: ווער עס וויל האבן א אינטערוויא אויפן נעקסטן שאו זאל ביטע אימעיל'ן צו שמערי@פאפא.קא.איל
אוועטאר
דער תהילים איד
שר ששת אלפים
תגובות: 6438
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 26, 2009 9:54 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דער תהילים איד »

אוי דער שמערי.

כבין דיזי.
רבינו שאג בקול גדול וגו'
אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7788
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווינקל »

דער ראשע קאאל איז דא מיט א פרישקייט לייק ביפאר
אוועטאר
טהור-עיניים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5124
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 22, 2007 1:29 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טהור-עיניים »

וואס? וואס זעה איך דא? אידאס טאקע שמערי?

אוי, יא, אזוי זעהט עס אויס, דער אלטער שמערי איז צוריק, נו זינגץ אלע צוזאמען, שמערי-בערי מערי-בעעערי בעעערי עעעערי רי י

אבער רבותי, דער מאמר פארשאפט מיר אסאך צעעעער. עס מאכט מיר זיך בענקלען נאך די אמאליגע אלטע גוטע צייטן. ווען שמערי איז געווען אפטער אין די גלייזן, און טהור'ל האט געהאט אביסל מער צייט צו ליינען און מיטהאלטן וואס דא טיצעך. אבער היינט... (עולם וויינט מיט.....)
חי עולמים - טהור עיניים
NO man is a failure who has friends
אוועטאר
leiby
שר שלשת אלפים
תגובות: 3911
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 16, 2008 11:08 pm
לאקאציע: צווישן אידן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך leiby »

פיינעלי א קרעטשמע ארטיקל, חחח שמערי, קיפ אפ!
שש מצות תמידיות: אהבת ה',יראת ה', יחוד ה', אמונה בה', שלילת ע"ז, ולא תתורו.
אוועטאר
זאל ער קומען
שר האלף
תגובות: 1955
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 04, 2011 12:25 am
לאקאציע: בעיקבתא דמשיחא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאל ער קומען »

א מחיה יעצט קען מען (נישט) גיין שלאפן
איך האב אויפגעוועקט ס'גאנצע משפחה מיט'ן לאכן (וויינען)
זאלער, וואס וועט זיין מיט אפאר דאלער...
אוועטאר
msp
שר עשרת אלפים
תגובות: 18061
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
לאקאציע: בין גברא לגברא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך msp »

מורנו ראש הקהל
גוט גוט
און איך בין גאר טשאפד אז איר האט מיר דערמאנט
זאלט איר לעבען און געזונט זיין
חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב
שטארק זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7783
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע: ביים נעקסטן שטאפל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטארק זיך »

שמערי איז דא? אהא, מסתם איז ער אויפן קאמפיין טרעיל... ווען איז די ראשען-קול וואלן...?

יוי ביסטו גוט...
קיפיט אן...
דער פראבלעם איז קיינמאל דער פראבלעם!
עס איז וואס ליגט אונטערן פראבלעם.
אוועטאר
יעך'בין שוין גרויס
שר האלפיים
תגובות: 2169
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 04, 2011 10:01 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יעך'בין שוין גרויס »

האהאהאהאהא
אלס א נייע דא מוז איך זאגן אז אזאנס האב איך נאכנישט געזען ס'אייזן!!!
און ביי די וועי שמערי בערי אזא פאסיגע ניק אסאך מאל ווען איך דארף א שמייכל געב איך א קוק אויף דיין ניק נאמען און דער אוועטער דערויף ס'גאר גאר גוט
אם אין אני לי מי לי, וכשאני לעצמי מה אני, ואם לא עכשיו אימתי
אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 12250
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געלעגער »

הא הא הא.. האט זיך א צעיושטע מארטירער צולאכט. "איך שטיי דא אין טאחריר סק**** (פאלטיק נישט ערלויבט דא "מנהלים") איך קען נישט הערן די קאנ--- איז זיי---ער נישט גו---
מיר שרייען דא אויס "לאנג לעבן זאל קרעמער"


שמערי דו ביסט וואן אף עי קיינד!!!
אוועטאר
bailout
שר האלפיים
תגובות: 2210
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 25, 2008 10:27 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך bailout »

שמערי פאר אזאנס מוז איך אויך אראפלאזן די פרייז פון מיין טייערע צייט און זיך אפשטעלן און סאלוטירן דעם ראש הקהל. אזאנס צאמציווארפן....
elmonsey
שר חמש מאות
תגובות: 916
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 24, 2008 12:55 am
לאקאציע: אויפן לבנה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך elmonsey »

דשערי דשערי...איך מיין שמערי שמערי...(jerry springer)
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

msp האט געשריבן:מורנו ראש הקהל
גוט גוט
און איך בין גאר טשאפד אז איר האט מיר דערמאנט
זאלט איר לעבען און געזונט זיין

וואס מיינט טשאפד?

צוריק צו שמערי

פארגעט איט, שמערי שלאפט נאך... הער אויס, נאך אזא געלונגענע שאו וואלט איך מיך אויס אויסגערוהט לענגער ווי געווענליך.

ט'שאבעס
אוועטאר
ים רויבער
שר האלפיים
תגובות: 2176
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 03, 2011 2:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ים רויבער »

שמערי, עפעס געוואלדיג
אבער סאמטינג פישי די האסט נישט געהט קיין אדווערטייזמענט נישט פין "גיקאו" אין נישט פון "קאר'ס פאור קידס"
כא כא כא האבן זיך די רויבער צולאכט (מנחם מענדל)
אוועטאר
לאז געמאכט
שר האלפיים
תגובות: 2710
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 14, 2007 11:55 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאז געמאכט »

;l;p- :smile:
פייוול הנקרא 5'איש
שר מאה
תגובות: 212
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 23, 2011 3:56 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פייוול הנקרא 5'איש »

שקויעך שמערי ! עס סאונד סא שישי, קענסטי אפשר ארויפלייגען א בילד?
אויפריכטיג
שר שלשת אלפים
תגובות: 3445
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 16, 2008 8:10 pm
לאקאציע: ביים געפילטערטן קאמפיוטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויפריכטיג »

יאפ שמערי, האסט אויפגעברענגט נאסטאלגיע!

ווען איך האב באמערקט דעם אשכול האבעך געקוקט צוויי מאל אויפן דאטום צי עס איז פריש אדער איינער האט ארויפגעבראכט אן אלטן אשכול. נאכן פעסטשטעלן אז יא, עס איז פרישע ווארע מיט אלטן קרעטשמערישן טעם האבעך זיך בארואיגט אז עוד אבינו חי...
אוועטאר
מאנאגרעמס
שר האלף
תגובות: 1048
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 12, 2009 7:27 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאנאגרעמס »

;l;p-
נאך איינער האט באמערקט? ביי אלע אינטערוויוס זינגט וויכי די פאני'סטע ניגונים...
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע פארברענגן”