י"ג מדות ביי פתיחת הארון גאנץ עשי"ת
די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער
- פליגל
- שר חמשת אלפים
- תגובות: 5993
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג סעפטעמבער 04, 2009 1:27 pm
- לאקאציע: ביים פענסטער
י"ג מדות ביי פתיחת הארון גאנץ עשי"ת
געהערט שוין פון לאנג און אויך באמערקט אין די תפילת יעקב משולם סידורים אז גאנץ עשי"ת ווען מ'ליינט זאגט מען י"ג מדות פאר דעם שיר למעלות ביי ויהי בנסוע.
למעשה האביך נישט געהערט א-חוץ אין געציילטע פעלער אז מען זאל'ס זאגן.
קען איינער עס דא פעסטשטעלן; זאגט מען יא אדער נישט?
למעשה האביך נישט געהערט א-חוץ אין געציילטע פעלער אז מען זאל'ס זאגן.
קען איינער עס דא פעסטשטעלן; זאגט מען יא אדער נישט?
נאט אייך א גרינע...
האסט מיר מקדים געווען. איך האב געוואלט עפענען אן אשכול דערוועגן.
באמבאסטיש, עס איז דא מנינים וואו מען זאגט שיר למעלות מערקבאר און נאר די י"ג מדות דאס איז אוממערקבאר ?
נאך א שאלה איבער די עצם שיר המעלות. דארף מען עס זאגן ווען מען לייענט ביי מנחה אויך ?
שבת ביי מנחה ? צום גדליה ביי מנחה ?

אפשר באגרעניצט מען די צאל חתימות וואס איין ניק מעג האבן פער וואך?
וואס איז די שאלה ?
עשרת ימי תשובה איז אלעמאל דא סליחות לצום גדליה אנפאנג און סליחות לערב יום כיפור צום סוף. מיט נאך פיר סליחות אינדערמיט.
לגבי שלש עשרה מידות איז פארהאן מנהגים אויב עס געפאלט פרייטאג, ווען מען זאגט עס צו דאנערשטאג צו פרייטאג.
אבער וואס איז די קלער אין די היי-יעריגע קביעות ?

סאדע_באטל האט געשריבן:האסט מיר מקדים געווען. איך האב געוואלט עפענען אן אשכול דערוועגן.
באמבאסטיש, עס איז דא מנינים וואו מען זאגט שיר למעלות מערקבאר און נאר די י"ג מדות דאס איז אוממערקבאר ?
נאך א שאלה איבער די עצם שיר המעלות. דארף מען עס זאגן ווען מען לייענט ביי מנחה אויך ?
שבת ביי מנחה ? צום גדליה ביי מנחה ?
סארי, איך האב געמיינט אז ער רעדט פון די עצם שיר המעלות צו מען זאגט עס צו נישט, יעצט זעה איך אז די שאלה איז אויף די י"ג מדות, און אויף דעם איז די תי' ניין! מען זאגט עס נאר ר"ה ויו"כ (דאכט זיך הו"ר אויך).
-
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3447
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 16, 2008 8:10 pm
- לאקאציע: ביים געפילטערטן קאמפיוטער
- farshlufen
- שר שלשים אלף
- תגובות: 35431
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
- לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק
- פליגל
- שר חמשת אלפים
- תגובות: 5993
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג סעפטעמבער 04, 2009 1:27 pm
- לאקאציע: ביים פענסטער
פארשלאפן, אז ס'יז ביי דיר אזא פשטות איז'ס נאך נישט קיין פלפל של הבל, און אדרבה זאג קלאר דיין חוות דעת און ברענג א מקור צו עס, אויך זיי מסביר דעם הבל'קייט דערפון.
עס איז א פשוט'ע פראגע; קען איינער אנצייכענען א מראה מקום אויב זאגט מען י"ג מדות ביי ויהי בנסוע גאנץ עשי"ת אדער נישט, צב"ש היינט צופרי האביך געדאווענט ערגעץ ווי מ'האט נישט געזאגט אבער ביי מנחה האט מען יא געזאגט, פון שרייען "הבל" ווייסיך נאך נישט וואס די הלכה/מנהג/דין איז.

- moshele11211
- שר האלף
- תגובות: 1271
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 26, 2010 2:18 pm
נאר געליינט די ערשטע תגובה
רבי זי''ע מדברי יואל מסאטמאר האט קיינמאל נישט געזאגט די שיר המעלות נאך ויהי בנסוע און די עשי''ת, איך האב עס געהערט פון א זייער נאנטע מענטש, למעשה און סאטמארע בתי מדרשים זאגט מען עס געהעריג ביי די מנינים אבער דא דארט קען מען באמערקן ווער עס זאגט עס נישט משום סיבה הנ''ל ( איך רעדט נישט פון דער וואס זאגט נישט אנדערע זאכן אויך נישט ודי)
און לגבי די י''ג מדות זאגט מען נאר ר''ה יו''כ הושענא רבה

געלעגער האט געשריבן:ווען מ'איז פארטיג מיט דעם וויל איך פרעגן דעם עולם וויאזוי מ'פירט זיך ביי די דריי אשמנו'ס סוף סליחות? זאגט מען אלע דריי? וואס טוט זיך מיט די פיוטים אינדערמיט, זאגט מען עס אדער מ'שפרינגט גלייך צו משיח צדקיך?
צו נייע אשכול צו סליחות אשכול אבער מען דארף דאך וויסן וויאזוי צו זאגן.
להנוהגים לומר ווידוי פעם אחד, אומרים אחר ווידוי אשמנו מכל עם וכו׳ כוחינו לנכרים, לעינינו עשקו עמלינו וכו׳ תעינו ואבדנו, הרשענו ופשענו וכו׳
אפשר באגרעניצט מען די צאל חתימות וואס איין ניק מעג האבן פער וואך?
- farshlufen
- שר שלשים אלף
- תגובות: 35431
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
- לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק
- למעלה משבעים
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 12438
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
- לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן
אין סידור יטב לב האב איך היינט געזען די י"ג מידות איינגערינגלט, און העכער דעם שטייט אז אין טייל קהילות לאזט מען דאס אויס אנשטאט הייבט מען אן גראד שיר המעלות. נראה לפי"ז אז דאס איז תלוי במנהג הקהילות. וועלמיר דארפן פרעגן ר' אביש וויינבערגערן (זיין נאמען שטייט דארט אין די שער בלעטל) וואס דער מקור הדברים איז.
מִ֚י כְּהֶ֣חָכָ֔ם וּמִ֥י יוֹדֵ֖עַ פֵּ֣שֶׁר דָּבָ֑ר חָכְמַ֤ת אָדָם֙ תָּאִ֣יר פָּנָ֔יו וְעֹ֥ז פָּנָ֖יו יְשֻׁנֶּֽא׃
farshlufen האט געשריבן:מי חכם האט געשריבן:פארשלאפן; מאי שנא מאמירת י"ג מידות בר"ה ויו"כ? דעמאלט זאגט מען עס דען יא "ברבים הויך ביינעזאם" כלשונך?
יא, ואם לאו איז דאס מחסרון ידיעה.
נו שוין הדק"ל, קען מען דאך צוריק דן זיין וועגן זאגן די י"ג מידות בעשי"ת קודם קריה"ת, איי מען זאגט עס נישט צוזאמען? איז דער ענטפער, יא, ואם לאו מחמת חסרון ידיעה. ודו"ק.
מִ֚י כְּהֶ֣חָכָ֔ם וּמִ֥י יוֹדֵ֖עַ פֵּ֣שֶׁר דָּבָ֑ר חָכְמַ֤ת אָדָם֙ תָּאִ֣יר פָּנָ֔יו וְעֹ֥ז פָּנָ֖יו יְשֻׁנֶּֽא׃