ביסטו, בין איך, איז ער, איז דאס

די אחראים: יאנאש,אור המקיף,אחראי,געלעגער

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

ביסטו, בין איך, איז ער, איז דאס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

נאך אין די סעריע:

וואס איז די מקור פון די ווארט 'ביסטו' איז עס אפשר 'ביסט די'? אויב יא וואס מיינט 'ביסט' און פארוואס ביי זיך איז עס 'בין' אין ביי יענעם איז עס 'איז'?

כ'האב געקלערט אז אויף ענגליש איז עס גראדע אויך אזוי, Are, Am, Is

עני קאמענט?


--------------
דאס איז די אי. איי. בי. ראדיא נעץ-ווערק
בני היכלא
שר האלפיים
תגובות: 2655
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 02, 2007 12:01 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בני היכלא »

לעצט פארראכטן דורך בני היכלא אום מיטוואך אפריל 09, 2008 6:29 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

סאו די ווארט איז ביסט אדער ביסטו?

דיין נייע חתימה איז מרפסין איגרא, ואגרא דבי הילולא איז דאך מיללער, ניין?
בני היכלא
שר האלפיים
תגובות: 2655
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 02, 2007 12:01 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בני היכלא »

לעצט פארראכטן דורך בני היכלא אום מיטוואך אפריל 09, 2008 3:02 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

בני היכלא האט געשריבן:
1) רחימיא (המשתמע לתרי אנפין, סיי רחימא דנפשאי, און סיי ס'מרמז דיין נאמען)

2) הערשט יעצט כאפ איך די טיפקייט פון דיין שאלה, זעט אויס מ'ברויך דיך אפלערנען ווי א קדמון.

3) אויב איז מיין איינצעלנע חתימה מרפסין איגרא, וואס קען מען שוין זאגן אויף דיינע פילפארביגע חתימות, אפשר פקע איגרא? בקעין רקיעא?


על ראשון ראשון:

1) וואס האט רחימיא מיט מיללער? (פון ווי ווייסטו מיין ערשטע נאמען?)

2) איך ווייס נישט אויב ווי א קדמון , אבער ווי א טיף שטיקל מיללער עכ"פ זיכער (מיללער איז שוין היינט א באגריף...)

3) וואס איז די חילוק פון מרפסין און פקע ביידע רעדט מען דאך פונעם דאך, רקיעא דאס שוין יא.





-------------
פאקסוואוד ריזארט קאסינא, די וואונדערליכסטע פון אלעם אינעם מיסטישען געגנט, קאנע(ק)טיקוט
בני היכלא
שר האלפיים
תגובות: 2655
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 02, 2007 12:01 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בני היכלא »

לעצט פארראכטן דורך בני היכלא אום מיטוואך אפריל 09, 2008 3:02 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

בלשון נוכח לייגט מען צו 'סט' אדער 'סטו':

האסטו, טוסטו, גייסטו, וועסטו, נעמסטו, קריגסטו, ביסטו אד"ג

ווען מרעדט פון א רבים אין זיך בתוכם לייגט מען צו צום יסוד 'מיר' אנעם זעלבן ווארט:

זעמיר, לאמיר, וועלמיר, גיימיר, בלייבמיר

נמצא לפי"ז אז ס'איז פון די געציילטע אידישע שימושים וואס מ'איז מבליע אינאיינעם מיט'ן יסוד אזוי ווי אין לשה"ק דער כ' הדימיון ל' הדעסטינעישאן וכו'

וועגן נוצען רחימיא מיט'ן אראמישען סטיל אויפ', לשה"ק'דיגער אפטייטש פון מילנער (כלל נישט מיללער) און עס דאמפ'ן אויפ'ן אידישען היינט-ברייט-באקאנטער ניק-נאמען איז א חידוש וואס ניטאמאל מיט א מיללערישער בליק קען דאס איינפאלן. איך מיין אז די ביסט (ביזט) שוין א תלמיד המחכים
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

בני היכלא האט געשריבן:איך האב מיך שפעטער געכאפט, אז ווען מ'רעדט צו איינעם בנוכח, לייגט מען צו א סט צום סוף, (אזוי ווי די ספרדים ביים סוף נאמען), ער זעט דו זעסט, הערסט, רעדסט, ס'איז ביי אלע ווערטער אזוי, איז לכאורה וואלט ביי ביז (דיין שאלה) געדארפט אויך זיין אז פון 'ביז' זאל ווערן דו ביזסט, אבער איינס פון די צוויי דער ז' אדער דער ס' וועט נבלע ווערן, ווערט דערפון בקיצור ביסט, און די מעלות האב איך געזען שרייבט טאקע, ביזט, נישט ביסט, (זעט אויס זיי גלייכן ענדערש א ז' ווי א ס' בד"א)


מיט דעם ווערט מיר פארענטפערט א הארב שטיקל "היימיש אידיש", וואס אונזער מיטגליד מר. אידיש שרייבט דארט אויף זייט 5 בזה הלשון: איר "מוזסט"...

ווייזט אויס אז ער גלייכט יא צו נוצן ביידע אותיות, די ז' און די ס' בינעזאם/צונעזאם/אינאיינעם.
בני היכלא
שר האלפיים
תגובות: 2655
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 02, 2007 12:01 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בני היכלא »

לעצט פארראכטן דורך בני היכלא אום מיטוואך אפריל 09, 2008 3:02 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

בני-היכלא;

פערזענליך האס איך דאס אויך, און איך האב טאקע צוגעגרייט דעם ווארט אלס איינע פון מיינע פראגעס אויפן ערשטן "היימיש אידיש" אויסגאבע, וואס מיר האבן ליידער נישט זוכה געווען עס זאל ארויסגיין לאור עולם.

מיללער = איז אויף אידיש מילנער, פילייכט פון דויטש.
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

אמאל האט מען געזאגט פאר איינעם וואס פארמאגט א מיל/מילעכל, א מילנער.

וואס דער שורש נשמה פון מיללער איז, ווייס איך נישט פונקטליך אבער אזויפיל ווייס איך יא אז ר' יפ"ה ביללער הי"ו פון די יפה בעתו איינגאבע איז אויך פון די משפחה נאר זיינס אן עלטער-עלטער זיידע האט גערעדט אזוי אביסל מ'שטיינס געזאגט אונטער די נאז און אזוי האט זיך געמאכט פין מיללער=ביללער (וועגן דעם נאמען פיללער, העלמיר נאך שרייבן ביי אן אנדער געלעגנהייט)

וכדי שלא להשאיר התגובה חלק דערמאן איך זיך ווען די חק"ס אין מיין ישיבה האט אויסגעשטעלט די ספרים לויט די א"ב און דער מגי"ש שליט"א וועלכער האט אויך אזוי גערעדט פון צווישן די נאז אונעם בארד האט געבעטן פון מיין חבר דעם 'מנחת חינוך' האט ער עס געזוכט ביים אות ב'.

זאל עס אים אוודאי נישט גערעכנט ווערן
בני היכלא
שר האלפיים
תגובות: 2655
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 02, 2007 12:01 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בני היכלא »

לעצט פארראכטן דורך בני היכלא אום מיטוואך אפריל 09, 2008 3:02 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

בני היכלא, די האסט אן אויסערגעווענליכע גוטע מדה אין דיין באנעמונג, נעמליך אז די וועסט קיינמאל קיינעם נישט שולדיג בלייבן קיין ישר-כח אא"וו, ביי אונז מאדיארן וואלט מען אויף דיר געזאגט "ביסט א ריכטיגער ארי-עמבער".

כלפי מה הדברים אמורים פונקט דא אין דיזער אשכול?

ווייל א געניטער אויג קען אויפכאפן איז די דריי ווערטער; האסט, ביסט און וועסט, אויסער דעם וואס מיר האבן שוין אראפגעשטעלט דעם יסוד אז דער סאפיקס (ענגלישער אויסדריק אויף א שימוש ביים ענדע פון א ווארט, דאס פארקערטע פון פריפיקס ביים אנהויב פון ווארט) 'סט' ווערט אטעשט/צוגעשטעלט צום עצם ווארט, איז אבער אנדערש ביי די אויבנדערמאנטע ווערטער אז מ'נעמט גאר אראפ איין אות פונעם אריגינעלער ווארט.

-איך וועל = דו וועסט
-איך בין = דו ביסט
-איך האב = דו האסט

משא"כ:

איך טו = דו טוסט
-איך נעם = דו נעמסט, אד"ג
לעצט פארראכטן דורך מיללער אום דאנערשטאג יוני 28, 2007 10:33 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18580
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך_הער »

די אלע 'די'ס קומט 'דו'.
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

איך_הער האט געשריבן:די אלע 'די'ס קומט 'דו'.


פאראכטן, איך-הער יעצט א ריזיגען שקוייייייעך, אלע קינדער צוזאמען: "גרויסער איך_הער, איך דאנק דיר זייער פאר די פיינע הערה".
האפ קאזאק
שר חמישים
תגובות: 64
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 25, 2018 11:29 pm
לאקאציע: 99% ...Recalculating

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האפ קאזאק »

טאקע אן אינטערסאנטע הערה
איך=האב/בין
דו= האסט/ביסט
ער=האט/איז

בנוגע די שאלה
מיללער האט געשריבן:סאו די ווארט איז ביסט אדער ביסטו?

מיט דעם ווארט ''דו'' בעפאר, איז עס ביסט. דו ביסט וכו'
אן ''דו'' איז עס ביסטו, מיט א וא''ו צום סוף. ביסטו וכו'

ביים רעדן קען מען אסאך מאל זאגן ''ביסט'' כאטש מען לאזט אויס דעם דו פון אנפאנג.
איך בין גרייט צו הערן פון דיר, סיי וואס דו ווייסט און סיי וואס דו מיינסט. אבער ווען עס איז נאר וואס דו מיינסט, דאן זאג מיר ביטע אז ס'איז נאר דיין מיינונג!
האפ קאזאק
שר חמישים
תגובות: 64
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 25, 2018 11:29 pm
לאקאציע: 99% ...Recalculating

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האפ קאזאק »

בני היכלא האט געשריבן:איך האב מיך שפעטער געכאפט, אז ווען מ'רעדט צו איינעם בנוכח, לייגט מען צו א סט צום סוף, (אזוי ווי די ספרדים ביים סוף נאמען), ער זעט דו זעסט, הערסט, רעדסט, ס'איז ביי אלע ווערטער אזוי. איז לכאורה וואלט ביי ביז (דיין שאלה) געדארפט אויך זיין אז פון 'ביז' זאל ווערן דו ביזסט, אבער איינס פון די צוויי דער ז' אדער דער ס' וועט נבלע ווערן, ווערט דערפון בקיצור 'ביסט', און די מעלות האב איך געזען שרייבט טאקע 'ביזט', נישט ביסט, (זעט אויס זיי גלייכן ענדערש א ז' ווי א ס' בד"א)

ס'
איך פארשטיי נישט די גאנצע הנחה אז דער ווארט 'ביסט' שטאמט פון שורש 'ביז', אז מ'זאל שוין דארפן מאכן א גאנצע בירור צו מ'זאל ארויסלאזן דעם ז' און שרייבן ביסט, אדער ארויסלאזן דעם ס' און שרייבן ביזט.
איך בין גרייט צו הערן פון דיר, סיי וואס דו ווייסט און סיי וואס דו מיינסט. אבער ווען עס איז נאר וואס דו מיינסט, דאן זאג מיר ביטע אז ס'איז נאר דיין מיינונג!
אוועטאר
אסדר לסעודתא
שר עשרת אלפים
תגובות: 11191
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אסדר לסעודתא »

ער איז
דו ביז-סט.

וואס דען איז די שורש?
דער קאמפייןאיז שוין פארריבער, אבער מיינע ארטיקלעןזענען נאך מעגליך אקטועל
האפ קאזאק
שר חמישים
תגובות: 64
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 25, 2018 11:29 pm
לאקאציע: 99% ...Recalculating

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האפ קאזאק »

אסדר לסעודתא האט געשריבן:ער איז
דו ביז-סט.

וואס דען איז די שורש?

ביז האט גארנישט מיט איז
דער שורש פון ביסט איז בי, אזויווי be אין ענגליש וואס מיינט אויך די וועזן פון א מענטש, ווען מ'רעדט לנוכח.
און העכסטנס אויב איז דער שורש נישט be, איז עס אבער אויך זיכער נישט פון 'איז'.
פונקט ווי דער שורש קו איז נישט פון אקס, און דער שורש פון פלייש איז נישט פון פיש.
איך בין גרייט צו הערן פון דיר, סיי וואס דו ווייסט און סיי וואס דו מיינסט. אבער ווען עס איז נאר וואס דו מיינסט, דאן זאג מיר ביטע אז ס'איז נאר דיין מיינונג!
האפ קאזאק
שר חמישים
תגובות: 64
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 25, 2018 11:29 pm
לאקאציע: 99% ...Recalculating

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האפ קאזאק »

בעסער געזאגט:
"ביסט" איז דער שורש אליין.
און אלע ווערטער וועלכע באקומען דעם נאכזילבע 'סט, ווען מ'רעדט לנוכח, הערסט, זעסט, פרעגסט, איז עס באזירט אויף דעם שורש ביסט.
לעצט פארראכטן דורך האפ קאזאק אום זונטאג נאוועמבער 25, 2018 12:28 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
איך בין גרייט צו הערן פון דיר, סיי וואס דו ווייסט און סיי וואס דו מיינסט. אבער ווען עס איז נאר וואס דו מיינסט, דאן זאג מיר ביטע אז ס'איז נאר דיין מיינונג!
האפ קאזאק
שר חמישים
תגובות: 64
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 25, 2018 11:29 pm
לאקאציע: 99% ...Recalculating

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האפ קאזאק »

וואס איז דער שורש פון "מער" (more)?

"מער" איז דער שורש זעלבסט, און אויף דעם באקומען אלע comparative שילדערונגס-ווערטער, דעם נאכזילבע 'ער. שענער, בעסער, קלענער.
איך בין גרייט צו הערן פון דיר, סיי וואס דו ווייסט און סיי וואס דו מיינסט. אבער ווען עס איז נאר וואס דו מיינסט, דאן זאג מיר ביטע אז ס'איז נאר דיין מיינונג!
אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר עשרת אלפים
תגובות: 10223
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm
לאקאציע: ערגעץ אנדערש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלאָצקאָפּ »

אסדר לסעודתא האט געשריבן:ער איז
דו ביז-סט.

וואס דען איז די שורש?

איך בין - דו בי(ן)סט.

איך זע נישט ווי ביז קומט דא אריין.
האפ קאזאק
שר חמישים
תגובות: 64
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 25, 2018 11:29 pm
לאקאציע: 99% ...Recalculating

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האפ קאזאק »

קלאָצקאָפּ האט געשריבן:
אסדר לסעודתא האט געשריבן:ער איז
דו ביז-סט.

וואס דען איז די שורש?

איך בין - דו בי(ן)סט.

איך זע נישט ווי ביז קומט דא אריין.

אט אזוי,
''ביז'' קומט זיכער נישט אריין דא.
ביז האט נישט מיט איז, און ביסט האט נישט מיט ביז.
בי''ז איך ווער שוין אינגאנצן ביי''ז בימים ההם ב''זזזזזזזזזזזזזזזזזז מן הזה (לכבוד חנוכה).
איך בין גרייט צו הערן פון דיר, סיי וואס דו ווייסט און סיי וואס דו מיינסט. אבער ווען עס איז נאר וואס דו מיינסט, דאן זאג מיר ביטע אז ס'איז נאר דיין מיינונג!
שרייב תגובה

צוריק צו “שפראך, גראמאטיק און דקדוק”