גייסטישע שמערצן און פייניגונגען
די אחראים: יאנאש,אור המקיף,אחראי,געלעגער
-
- שר האלפיים
- תגובות: 2176
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2006 2:28 pm
גייסטישע שמערצן און פייניגונגען
ווי שוין ברייט באקאנט פאר די אלקרעטשמערישע איינוואוינער, בין איך אין די לעצטע שטיק צייט - זינט איך האב ענדעקט דעם סוד הכתיבה - עדיקטעד צו מיין פעדער. פשוט און פראסט, זוי ווי איר הערט, איך בין עדיקטעד צו שרייבן, צו שארפן מיין פענע, זיך ארום צו שפילן מיט איר און זיך טשאטשקענען דערמיט. אבער, טייערע חברים, די גייסטישע שמערצן ארום איר טוט מיר נישט מנוחה לאזן צו באפולמעכטיגן מיין פארגעניגן, פשוט מיין ארימער לעקסיקאן דערנערווירט מיר.
אז איך זיץ און איך שרייב אן ארטיקל, צו סתם אזוי עפעס, דארף איך זיך טייל מאל מוטשען ארויסצוברענגען מיין געדאנק אויפן פאפיר פשוט ווייל עס פעלט מיר די ריכטיגע ווערטער, דער צוגעפאסטער אויסדריק. למשל: אז איך וויל מסביר זיין אז כאצקעל איז א "ווייס קוקער", וועל איך שרייבן און שרייבן און דאס מסביר זיין מיט איבריגע ווערטער און לאנגע דרשות (אזוי ווי איך טוה יעצט...) במקום ווען מען קען דאס באצייכענען אין איין ווארט: "פאזעטיווער פערשוין". דאס זעלביגע למשל אז איך וועל וועלן מסביר זיין וויאזוי איך קוק אן אזאך אלס א דרויסנדיגער מענטש, וועל איך שרייבן גאנצעטע דרשות און שטותים במקום דאס צו באצייכענען אין איין ווארט פון א "פרעספעקטיווער בליק".
איז דא עפעס אנ-ייצע דערפאר?
אז איך זיץ און איך שרייב אן ארטיקל, צו סתם אזוי עפעס, דארף איך זיך טייל מאל מוטשען ארויסצוברענגען מיין געדאנק אויפן פאפיר פשוט ווייל עס פעלט מיר די ריכטיגע ווערטער, דער צוגעפאסטער אויסדריק. למשל: אז איך וויל מסביר זיין אז כאצקעל איז א "ווייס קוקער", וועל איך שרייבן און שרייבן און דאס מסביר זיין מיט איבריגע ווערטער און לאנגע דרשות (אזוי ווי איך טוה יעצט...) במקום ווען מען קען דאס באצייכענען אין איין ווארט: "פאזעטיווער פערשוין". דאס זעלביגע למשל אז איך וועל וועלן מסביר זיין וויאזוי איך קוק אן אזאך אלס א דרויסנדיגער מענטש, וועל איך שרייבן גאנצעטע דרשות און שטותים במקום דאס צו באצייכענען אין איין ווארט פון א "פרעספעקטיווער בליק".
איז דא עפעס אנ-ייצע דערפאר?
-
- שר האלפיים
- תגובות: 2176
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2006 2:28 pm
א יישר כח פאר אלע וואס האבן זיך ווארעם אנגערופן צו מיין אפיל.
**
סאכדעס, כ'פארשטיי נישט וואס דו זאגסט. 1] ס'הייסט דו ביסט א מלמד ומורה למלאכת הכתיבה און דו האסט תלמידים? 2] וואס וועט מיר העלפן די עצה פון "שרייבן און שרייבן", וויאזוי וועל איך דורך שרייבן בארייכן מיין ארימער לעקסיקאן?
**
מאשקע, איך בין שוין אינגאנצן צומישט, ס'הייסט דו זאגסט אז: 'פרעספעקטיוו' מיינט 'מיין קוק-ווינקל' און 'אביעקטיוו' מיינט א דרויסנדיגער קוק? אויב איז דאס ריכטיג, דאן האט דאך אונזער שריפט קראספעדאנט, מר. קרעזי, זייער ריכטיג געזאגט, נישט אזוי?

- מאשקע
- מ. ראש הקהל
- תגובות: 12689
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 15, 2006 2:40 am
- לאקאציע: אין די חיפוש
ניין, זארעכ. פרעספעקטיוו און אביעקטיוו זענען צוויי באזונדערע זאכן, און נישט קיין סתירה. ס'איז בכלל נישט פון די זעלבע סארט.
פרעספעקטיוו/קוק-ווינקל מיינט, צ.ב.ש., אז א בעל הבית קוקט אן א זאך פון אן אנדערן פרעספעקטיוו/קוק-ווינקל ווי א בן תורה. למשל: ער קוקט אויפ'ן ענין פון גאנץ אן אנדערן פרעספעקטיוו ווי א צווייטער. מ'קען באטראכטן א זאך פון פארשידענע וועגן (פרעספעקטיוון), און פון איין פרעספעקטיוו וועט עס אויסקוקן גוט און פונעם אנדערן פרעספעקטיוו וועט עס אויסקוקן נישט גוט.
אביעקטיוו מיינט, דאס אנקוקן א זאך אן אייגענע נגיעות. צ.ב.ש., צוויי חברים, ראובן און שמעון, שלאגן זיך. ראובן איז זייער אנגעווייטאגט אויף שמעון. זאגט מען פאר ראובן: קוק עס אן מיט אן אביעקטיוון בליק - ד.ה. כאילו דו וואלסט געווען דא א דריטער - וועסטו זעהן אז דו ביזט נישט אינגאנצן גערעכט. ד.ה., אז ווען דו וואלסט געווען א דרויסנדיגער וואלסטו אויך געהאלטן אזוי ווי שמעון, נאר וויבאלד דו ביזט א נוגע בדבר האלטסטו אז דו ביזט גערעכט.
זאג מיר אויב דו פארשטייסט נאך אלץ נישט, וועל איך זוכן בעסערע משלים.

- סאכדעס
- שר שלשים אלף
- תגובות: 31438
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
- לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
- פארבינד זיך:
כ'בין נישט קיין מלמד און נישט קיין זוהן פון קיין מלמד, אבער כ'בין געווען אלס אינגל און אלס בחור דער שרייבער אין די כתה, אסאך האבן מיך מקנא געווען, האביך זיי געזאגט, זייט מיך נישט מקנא, נעמט די פעדער אין די האנט אריין, און פון דארט וועט פארן א באן. און אזוי ווי אויבנדערמאנט האבן מיר עטליכע געפאלגט, און היינט זענען זיי זיך מתפרנס פון מלאכת הכתיבה, פון אסאך שרייבן קומט שוין ארויף בליציגע מליצות און קורצע ווערטער, פארשטייט זיך אמאל יא און אמאל נישט,
וואס מאשקע האט געזאגט לייען און לייען. איז פשוט א תנאי קודם למעשה.
לערנען זיך גראמאטיק איז אנאנדער מאנסע.

פקודתו פון התאחדות שמרה רוחי!
-
- שר האלפיים
- תגובות: 2176
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2006 2:28 pm
למאשקע:
זיכער פארשטיי איך. איך האב דאך געשריבן דאס זעלביגע אין מיין פריערדיגע תגובה. און דאס זעלביגע האט גע'טענה'ט מר. קרעזי.
לאמיר דיר מסביר זיין דעם צומישעניש און מיין פראגע:
וע"ז העיר מר. קרעזי און האט מיר אויפמערקזאם געמאכט אויף מיין טעות וכתב:
און אויף דערויף איז געקומען מאשקע, און געשריבן עפעס אומפארשטענדליכע ווערטער וואס האבן מיר אנגעמאכט א צומושעניש. וז"ל:
אויף דעם ארויף האב איך געפרעגט ממנ"פ, אויב מיינט "אביעקטיוו" אז מ'טראכט אז זאך נייטראל, דאן איז דאך מר. קרעזי גערעכט. טא אויב אזוי ,וואס פשט וואס דו שרייבסט: "זיי מיינען יא פרעספעקטיוו".

זארעכפעפער האט געשריבן:דאס זעלביגע למשל אז איך וועל וועלן מסביר זיין וויאזוי איך קוק אן אזאך אלס א דרויסנדיגער מענטש, וועל איך שרייבן גאנצעטע דרשות און שטותים במקום דאס צו באצייכענען אין איין ווארט פון א "פרעספעקטיווער בליק".
וע"ז העיר מר. קרעזי און האט מיר אויפמערקזאם געמאכט אויף מיין טעות וכתב:
קרעזי האט געשריבן:איך מיין אז איהר מיינט גאר "אביעקטיווער".
און אויף דערויף איז געקומען מאשקע, און געשריבן עפעס אומפארשטענדליכע ווערטער וואס האבן מיר אנגעמאכט א צומושעניש. וז"ל:
מאשקע האט געשריבן:ניין, קרעיזי. זיי מיינען יא פרעספעקטיוו און דאס איז די ריכטיגע ווארט.
אביעקטיוו מיינט אז מ'באטראכט א זאך אן קיין אייגענע נגיעות, נאר ווי א דרויסנדיגער.
אויף דעם ארויף האב איך געפרעגט ממנ"פ, אויב מיינט "אביעקטיוו" אז מ'טראכט אז זאך נייטראל, דאן איז דאך מר. קרעזי גערעכט. טא אויב אזוי ,וואס פשט וואס דו שרייבסט: "זיי מיינען יא פרעספעקטיוו".
- יאנאש
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 15470
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
- לאקאציע: וואו בינעך טאקע?
מאשקע, ער פארשטייט זייער גוט, איך מיין אז דו האסט נישט געהעריג פארשטאנען, ליין איבער נאכאמאל די תגובות אויף א רייע, העסטו זעהן אז זארעך מיט דיר זאגן די זעלבע זאך.
די מאנסע איז אזוי, זארעך האט געשריבן פרעספעקטיווער בליק אויפן פלאץ וואו עס ברויך ווען שטיין אביעקטיווער בליק, און קרעזי האט אים מעורר געוועזן, און פון דיינע ווערטער איז נישט געווען קלאר וועמענס זייט דו נעמסט, האט זארעך פארשטאנען אז דו נעמסט קרעזי'ס צד, האט ער איבער געפרעגט.
די מאנסע איז אזוי, זארעך האט געשריבן פרעספעקטיווער בליק אויפן פלאץ וואו עס ברויך ווען שטיין אביעקטיווער בליק, און קרעזי האט אים מעורר געוועזן, און פון דיינע ווערטער איז נישט געווען קלאר וועמענס זייט דו נעמסט, האט זארעך פארשטאנען אז דו נעמסט קרעזי'ס צד, האט ער איבער געפרעגט.
-
- שר האלפיים
- תגובות: 2176
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2006 2:28 pm
אה, מאשקע, יעצט רעדסטו ווערטער. וואו שאפט מען דעם בוך?
**
סאכדעס, כ'פארשטיי נאך אלץ נישט פונקטליך וואס דו זאגסט. איך האב נישט גערעדט פון מליצות און קורצע ווערטער, און אויך נישט פון קיין גראמאטיק. איך האב זיך באצויגן צו דער פראבלעם פון מיין ארימער לעקסיקאן.
אלנספאל, א יישר כח פארן פרובירן מיר צו העלפן.
**
סאכדעס, כ'פארשטיי נאך אלץ נישט פונקטליך וואס דו זאגסט. איך האב נישט גערעדט פון מליצות און קורצע ווערטער, און אויך נישט פון קיין גראמאטיק. איך האב זיך באצויגן צו דער פראבלעם פון מיין ארימער לעקסיקאן.
אלנספאל, א יישר כח פארן פרובירן מיר צו העלפן.
- מאשקע
- מ. ראש הקהל
- תגובות: 12689
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 15, 2006 2:40 am
- לאקאציע: אין די חיפוש
זארעכפעפער האט געשריבן:אה, מאשקע, יעצט רעדסטו ווערטער. וואו שאפט מען דעם בוך?
מיר זענען דאך אידן. דא האסטו דעם גאנצן בוך, גענצליך אומזיסט. עמיצער האט אריינגעסקענט אלע פעידזשעס פון זיין בוך, און אויסגעשטעלט לויט'ן סדר.
ביטע באמערק: ס'איז דא צוויי אפטיילונגען: אידיש-ענגליש און ענגליש-אידיש. נארמאל וועסטו דיך דארפן באנוצן מיט'ן ענגליש אידיש, אבער אמאל מאכט זיך אז מ'האט א ווארט אויף אידיש וואס מ'מיינט אז מ'ווייסט דעם ריכטיגן אפטייטש, נאר מ'וויל וויסן אויף זיכער, דאן קוקט מען עס נאך אינעם אידיש-ענגליש אפטיילונג.
האב אסאך הצלחה אין דיין אונטערנעמונג.
*
אגב, דיין גאנצע תגובה (די ערשטע אין דעם אשכול) וואלט געקענט געשריבן ווערן אין קורצן: אין שמחה כהתרת הספיקות.
לעצט פארראכטן דורך מאשקע אום דאנערשטאג יוני 14, 2007 12:27 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.