נאן סטאפ ויהי נועם!
די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער
- וואדקע
- שר האלף
- תגובות: 1045
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 18, 2007 11:47 pm
- לאקאציע: זיי נישט אזא נאזיבאדי
ביקסאד דיין לינק האט מיר געקאסט א לאך,
ממש יעדע תגובה פון דא און יעדע עצה ווערט דארט נאכגעשריבן ווארט ביי ווארט, עס קען זיך דאכטען אז מען האט גענומען די גאנצע אשכול און אריינגעפעיסט צו גוגל טרענסעלעט, איין קליינע שינו איז דא דארט אז אנשטאט עסן לאטקעס איז ער מציע צו עסן דאונטס, זעהט אויס אז גוגל מאכט נישט קיין נפק"מ צווישען לאטקעס און דאונאטס

וואדקע דארף נישט קיין הכשר
- וויכטיג מאכער
- Site Admin
- תגובות: 32541
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
- לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.
איך פארשטיי אינגאנצן נישט דעם פראבלעם, מ'נעמט א טיימער, און מ'טיים'ט ווי לאנג ס'נעמט צו זינגען ויהי נועם איין מאל, דאן נעמט מען א קאלקיולעיטער און מ'מאכט טיימס סעווען, און מ'דריקט = און מ'געדענקט גוט די נאמבער.
ווען מ'גייט זינגען ביי די לעכטעלעך ויהי נועם, נעמט מען אפיר דעם באהאלטענ... אךךך... דעם טיימער, און מ'שטעלטעס אן אויף יענע נאמבער, און מ'נעמצעך זינגען. ווי נאר די טיימער גיבט א פייף ווייסט מען אז מ'איז פיניש...
אויב פייפט די טיימער אינמיטן ויהי נועם, איז אזוי; אויב איזעס מער צום סוף, זאל מען פינישן, און אויב זעהט מען ווען מ'פינישט אז ס'נאך דא ממש אפאר סקונדעס אויפן טיימער, זאל מען נישט זאגן נאכאמאל. און אויב פייפט די טיימער פינקט אינמיטן, איז ראטזאם אז מ'זאל רי'קאלקיולעיטן...

אין ניקולשבורג איז דער מנהג אז דער גאנצער קהל זינגט אינאיינעם 7 מאל אנא בכוח, זעט אויס זיי האבן אויך געהאט דעם פראבלעם אז מען האט פארגעסן ווי מען האלט (הגם ברבים דארף נישט זיין אזא פראבלעם ווייל חברא חברא אית ליה) האבן זיי איינגעפירט אז מען זינגט יעדע ווארט 7 מאל ווי פאלגענד
אנא אנא אנא אנא אנא אנא אנא - בכח בכח בכח בכח בכח בכח בכח - גדולת גדולת גדולת גדולת גדולת גדולת גדולת - וכו' וכו' וכו'
סאיז זייער אינטערעסאנט ווי ביי ברוך שם כבוד מלכותו לעולם ועד צינגט מען דאס שטיל
ברוך ברוך ברוך ברוך ברוך ברוך ברוך - שם שם שם שם שם שם שם - כבוד כבוד כבוד כבוד
עס זעט אויס ווי די בעיבי שלאפט און מרעדט שטיל

- שמערי בערי
- מ. ראש הקהל
- תגובות: 9165
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 28, 2008 4:40 pm
- לאקאציע: באַזאָטלט אינעם ראשעקאָלישן אפיס....
- פארבינד זיך:
קענטעלאופ האט געשריבן:אין ניקולשבורג איז דער מנהג אז דער גאנצער קהל זינגט אינאיינעם 7 מאל אנא בכוח, זעט אויס זיי האבן אויך געהאט דעם פראבלעם אז מען האט פארגעסן ווי מען האלט (הגם ברבים דארף נישט זיין אזא פראבלעם ווייל חברא חברא אית ליה) האבן זיי איינגעפירט אז מען זינגט יעדע ווארט 7 מאל ווי פאלגענד
אנא אנא אנא אנא אנא אנא אנא - בכח בכח בכח בכח בכח בכח בכח - גדולת גדולת גדולת גדולת גדולת גדולת גדולת - וכו' וכו' וכו'
סאיז זייער אינטערעסאנט ווי ביי ברוך שם כבוד מלכותו לעולם ועד צינגט מען דאס שטיל
ברוך ברוך ברוך ברוך ברוך ברוך ברוך - שם שם שם שם שם שם שם - כבוד כבוד כבוד כבוד
עס זעט אויס ווי די בעיבי שלאפט און מרעדט שטיל
אין סקולען זינגט מען דאס אויך, און מען זאגט אז עס שטאמט פון בעל שם טוב
למה זה תשאל לשמי...
ווער בין איך? האט געשריבן:יעצט אויסגעפונען אז ס'דא וואס זאגן עס, וואס איז די ענין דערביי? ווען זאגט מען עס? מיין טאטע האטעס נישט געזאגט און זאגטעס נאכאלס נישט.
דער ענין פון זאגן ויהי נועם, 1 מאל צו 7, איז להבריח החיצונים, פ"וו פונקט ביי חנוכה לעכט איז דא כמה טעמים, ואחד מהטעמים הפשוטים, ווייל מען טוט א מצוה אין זייער טעריטאריע, בלילה, למטה מעשרה, ברה"ר, וכו', וויל מען נישט אז זיי זאלן האבן אן אחיזה אין די מצוה, אדער אז זיי זאלן נישט טשעפן ווייל מען איז זיך מגרה מיט זיי
ויש עוד כמה טעמים, וד"ב
למה זה תשאל לשמי...
שמערי בערי האט געשריבן:קענטעלאופ, דאס איז בכלל נישט א ניקלשבורג'ער איינפירעכץ, אין הונדערטער אידישע היימען (מיינס בכללם) זינגט מען אנא אנא אנא...
גם אני וגם אבי וגם אבי אבי נוהגין כן, וגם אבי זקיני היה נוהג כן עוד לפני התייסדות מלכות ניקלשבורג...
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.
-
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4040
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
- לאקאציע: נעבן סאטמאר
והוא פלאי האט געשריבן:קענטעלאופ האט געשריבן:אין ניקולשבורג איז דער מנהג אז דער גאנצער קהל זינגט אינאיינעם 7 מאל אנא בכוח, זעט אויס זיי האבן אויך געהאט דעם פראבלעם אז מען האט פארגעסן ווי מען האלט (הגם ברבים דארף נישט זיין אזא פראבלעם ווייל חברא חברא אית ליה) האבן זיי איינגעפירט אז מען זינגט יעדע ווארט 7 מאל ווי פאלגענד
אנא אנא אנא אנא אנא אנא אנא - בכח בכח בכח בכח בכח בכח בכח - גדולת גדולת גדולת גדולת גדולת גדולת גדולת - וכו' וכו' וכו'
סאיז זייער אינטערעסאנט ווי ביי ברוך שם כבוד מלכותו לעולם ועד צינגט מען דאס שטיל
ברוך ברוך ברוך ברוך ברוך ברוך ברוך - שם שם שם שם שם שם שם - כבוד כבוד כבוד כבוד
עס זעט אויס ווי די בעיבי שלאפט און מרעדט שטיל
אין סקולען זינגט מען דאס אויך, און מען זאגט אז עס שטאמט פון בעל שם טוב
נלקח מבית רוז'ין, כמו"כ ב'סקאליא אומרים בתנועה מיוחדת שמסורה בידם בקבלה מהבעש"ט.
ועמך כולם צדיקים
- שמערי בערי
- מ. ראש הקהל
- תגובות: 9165
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 28, 2008 4:40 pm
- לאקאציע: באַזאָטלט אינעם ראשעקאָלישן אפיס....
- פארבינד זיך:
-
- שר האלף
- תגובות: 1429
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 03, 2010 6:58 am
- לאקאציע: אין די העכערע ספערן...
שמערי
מיר רעדן פון זאגן "ויהי נועם" (נישט אנא בכוח) זיבן מאל יעדעס "ווארט".
פארשטייסט אליין אז איך קען דיר נישט זאגן ווער.
אבער איך קען דיר מעתיק זיין פון א זמירות'ל לחנוכה דפוס 'אדיר'.
סגולה מהרמב"ן, יאמר "ויהי נועם" וכו', כל תיבה ז"פ אחר הדלקת נרות, וטוב מאד.
(נ"ב ובשם מורי ריב"ש נר"ו לאמר ז"פ "ויהי נועם" "יושב בסתר" כפשוטו ...).
ווי עס זעהט אויס, שרייבט ער נאך פון איינע פון די תלמידי בעש"ט.

יגרסהדותא האט געשריבן:פארשריבן האט געשריבן:דרך אגב בין איך היינט געוואויר געווארן, אז ס'איז דא וואס זאגן "ויהי נועם" זיבן מאל יעדע ווארט ווי ביי אנא בכוח.
ווער פירט זיך אזוי? איך בין נייגעריג.
פארשטייסט אליין אז איך קען דיר נישט זאגן ווער.
אבער איך קען דיר מעתיק זיין פון א זמירות'ל לחנוכה דפוס 'אדיר'.
סגולה מהרמב"ן, יאמר "ויהי נועם" וכו', כל תיבה ז"פ אחר הדלקת נרות, וטוב מאד.
(נ"ב ובשם מורי ריב"ש נר"ו לאמר ז"פ "ויהי נועם" "יושב בסתר" כפשוטו ...).
ווי עס זעהט אויס, שרייבט ער נאך פון איינע פון די תלמידי בעש"ט.
מוסדות ראכמיסטריווקא בעיה״ק האט היי יאר ארומגעטיילט א זמירות׳ל פאר חנוכה (מיט נאך זאכן), דער בעק קאווער פונעם זאגערל איז עטוואס ברייטער פונעם זמירות, און אויף דעם ארויסגעשטעקטן עקסטענשן שטייט געדרוקט די אותיות פון א׳ ביז ז׳, און דערצו איז בייגעלייגט א קליפ (נישט די היינטיגע פארעדיגע קליפס...), און יעדעס מאל לייגסטו דעם קליפ אויפ׳ן אות פונעם מספר וואס דו האלטסט.
נאר נישט פארגעסן יעדעס מאל צו ריקן דעם קליפ... (ס׳ פאסירט...).

שכל קומט מיט די יארן...