פרשת וישב מיט אביסל זאלץ

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 12250
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

פרשת וישב מיט אביסל זאלץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געלעגער »

איך בין נישט דא איבערצונעמען אדער זיך אריין צשוטעלן אין גראדערס שיך. מיר זענען ווייט דערפון, און מיר האבן גאר אן אנדערן גאנג. אבער דאך אזוי וואו היינט האט מען נישט געארבעט האבן מיר זיך אראפגעזעצט לערנען די פרשה מיט עיון און אראפגעשריבן וואס מיר האבן געזען.


שלעפט זיך די אלטע יעקב.
יעקב איז אן אנגעזעהנע מיטגעמאכטע איד. ער האט מיטגעמאכט שווערע צוואנציג יאר ביים פעטער לבן. יעצט ביי זיין הונדערט און אכט יאר (רשי וישלח) האט ער אפגעמאכט גענוג געווען, ער גייט צוריק צו זיין טאטן יצחק צו קענען אויסלעבן זיינע יארן רואיג און ארויסהעלפן זיין אלטן טאטן יצחק(בעל הטורים) וואס איז שוין אלט געווען הונדערט אכט און זעכציג יאר (רש"י וישלח לה כט).
יעקב איז געווען א טאטע פאר צוועלף קינדער און א מאן פון פיר ווייבער, זיין ווייב רחל איז שוין אוועק נעבעך אבער זי האט איבערגעלאזט צוויי זיסע קינדערליך איינס יוסף און אכט יאר שפעטער האט זי געהאט נאך איינס וואס מ'האט א נאמען געגעבן בנימין צו זיין א טרייסט אויף זיין מאמעס פטירה וואס זי איז אוועק בשעת לידה. און יעקב האט זיי זייער געגליכן, די מערסטע האט ער נאך געגליכן איר עלצטע זון יוסף. יוסף איז געווען א זיבצן יעריגע בחור. ער איז געווען זייער א קלוג און שיין בחור ער האט אויסגעזען וואו יעקב זיין פאטער, און טאקע דערפאר ווייל ער האט געהאט די אלע מעלות האט יעקב שטענדיג געלערנט מיט יוסף'ן. ער האט איבערג'חזר'ט מיט אים אלעס וואס יעקב האט געלערנט און זיין פערצן יאר בבית שם ועבר. אויך האט יעקב געלערנט מיט אים סודות התורה (בעל הטורים)

בשעת ווען יוסף פלעגט לערנען מיט יעקב פלעגט ער אים פארציילן אלעס וואס גייט פאר מיט די ברידערס לאה'ס קינדער אז זיי זענען פארנאכלעסיג און היטן נישט אויף די כבוד פון די אנדערע ברידערס, און אז זיי עסן שטיקער פון לעבעדיגע בהמות און צום לעצט אז זיי האנדלן אסאך מיט פרויען (שפתי חכמים)

די ברידערס האבן דאס נישט אויסגעהאלטן זיי האבן זייער מקנא דעם אינגערן ברידער וואס די טאטע איז אזוי מקרב. זיי האבן נאך מער נישט אויסגעהאלטן זיין זיך צופיצן און זיך זוכן צו האלטן שיין. (רש"י:והוא נער)

יוסף האט געשפירט די היץ און זיך טאקע מער געדרייט מיט בלהה און זלפה'ס קינדער ווייל זיי זענען אויך געווען אביסל גערודפ'ט פון לאה'ס קינדער.
די קינדער פון בלהה און זלפה האבן אויך נישט עקסטער געגליכן דעם יוסף, אבער דארט איז געווען מער באקוועם וואו מיט די בני לאה.(מזרחי)

דאס אלעס איז נאך געגאנגען אינטערן טיש, אבער ווען יעקב האט געלאזט אויפנייען א שיינע וועסטל פאר יוסף ספעציעל פאר אים, טאקע נישט געווען קיין טייערע וועסטל ס'האט געקאסט צוויי סלעים (גמרא שבת) אבער דאס איז געווען די לעצטע פינק צום פייער און דאס האט שוין ארויסגעברענגט די ברידערס פון די כלים אזש זיי האבן אויפגעהערט צו רעדן צו אים א גראד ווארט.

יעקב האט א נאמען געגעבן דעם וועסטל פסים ווייל ער האט געשפירט אז ס'ווארט נאך אפ אויף יוסף'ן א שווער לעבן, און ער האט דאס מרמז געווען אינעם נאמען פונעם וועסטל (רש"י בשם מדרש)


איין שיינעם פרימארגן שטייט יוסף אויף און זאגט פאר זיינע ברידער אז ער האט געהאט א חלום, יוסף האט געקלערט צו זיך אז ער וועט פארציילן פאר די ברידערס די חלום אזוי זאלן זיי כאטש זעהן אז פון הימל וויל מען דאס און זיי זאלן עס מקבל זיין (אוה"ח) אבער וואו נאר יוסף האט אנגעהויבן צו רעדן האט אים קיינער נישט געהאלטן ביים אויסהערן, ער האט זיך ממש געדארפט בעטן צו זיי אז זיי זאלן צולייגן אן אויער און הערן וואס ער האט צו זאגן (אוה"ח)
דאס איז וואס איך האב מיך גע'חלום'ט:
מיר אלע ברידערס שטייען אין פעלד און בינדן בינטלעך תבואה. פלוצלינג האט זיך מיין בינטל אויפגעשטעלט מיט א פעסקייט, און אלע אייערע בינטלעך האבן זיך ארום געשטעלט ארום מיין בינטל און זיך געביקט פאר מיר!

הערענדיג דאס האבן זיך די ברידערס געגעבן א רוף אן: אהא! דו טראכסט א גאנצן טאג נאר פון דעם וויאזוי די קענסט געוועלטיגן אויף אונז,און דערפאר חלומ'סטו ביינאכט דערפון, (אוה"ח) און דו האסט נאך די העזה אונז עס צו פארציילן אין פנים..? און נאך מער, דו בעטס דיך צו אונז אז מיר זאלן נאך אויסהערן.. (ספורנו)
מער האט נישט אויסגעפעלט און די ברידערס האבן געדאפלט זייער שנאה צו אים.

דעם אנדערן אינדערפרי שטייט יוסף ווידער אויף מיט א חלום, ער רופט ווידער צוזאם די ברידערס און פארציילט זיי אז ער האט געזען די זון מיט די לבנה מיט שטערן'ס ביקן זיך צו אים. און אזוי וואו די חלום האט שוין געהאט מער דעטאלן, און ס'האט קלאר גערעדט פון זיין טאטע און זיין מאמע האט יוסף איבערפארציילט די חלום פאר זיין טאטע פארענט פון די ברידערס.(רמב"ן)
די טאטע יעקב האט געשפירט אז די לופט איז זייער אנגעצויגן האט ער זיך געגעבן א צושריי אויף יוסף,
וואס דרייסטו א קאפ, ווילסט מיר זאגן אז די זון און די לבנה מיינט דיין טאטע און דיין מאמע? דיין מאמע לעבט דאך שוין נישט..? זעהסט דאך אז די חלום איז שטותים, יעקב ביי זיך האט געוואוסט אז די חלום האט שוין איינמאל האפט, און די ברידערס האבן שוין אויך געשמעקט אז עפעס גייט דא פאר ווייל דאס האבן זיי זיכער נישט געקלערט אז יוסף שטייט און טראכט ביי טאג וואו אזוי זיין טאטע ביקט זיך פאר אים. אלא מאי ליגט דא טיפערס, און דאס איז טאקע אן ערענסטע מעסעדזש פון הימל. דא האבן זיי אים אנגעפאנגן מקנא צו זיין (אוה"ח) אבער יעקב האט אוועק געלייגט די ווערטער וויסענדיג אז דאס גייט זיך איינטאג קלארשטעלן.

די ברידערס נישט קענענדיג פארנעמען די אנגעצויגנקייט אין שטוב זענען זיך געגאנגען אויסלופטערן קיין שכם.
ווען יעקב האט געענדיג לערנען מיט יוסף זיין טעגליכן שיעור זיי האבן דאן געהאלטן ביי דיני עגלה ערופה (חזקיני) האט ער זיך אנגערופן פאר יוסף, ווייסט דאך אז דיינע ברידערס דרייען זיך אין שכם, דאס איז א פלאץ וואס איך גלייך נישט ווייל שכם האבן מיר געמאכט א חורבן און געהארגעט די גאנצע שטאט דארט, און זיי קענען נאך ח"ו נקמה נעמען אין זיי (רשב"ם) איך בין גרייט האט זיך יוסף אנגערופן נאך פאר יעקב האט געהאט א טשאנס צו זאגן וואס ער וויל אז יוסף זאל טון. איך בעט דיך האט יעקב ווידער געזאגט גיי קוק וואס זיי און די שעף מאכן און קום צוריק מיט תשובה, און יעצט אז דו ביסט מקיים מיין רצון דארפסטו נישט מורא האבן אז עפעס שלעכטס וועט געשען ווייל יעצט ביסטו א שליח מצוה.

יעקב האט זיך אויפגעשטעלט און אים ארויסבאגלייט (חזקיני)
יוסף האט זיך ארויסגעלאזט און מיט דעם אנגעפאנגן די לאנגע גלות וואס דער אייבערשטער האט געזאגט פאר זיידע אברהם וואס ליגט אין חברון אז דאס גייט קומען, און איז אנגעקומען קיין שכם, שכם איז די שטאט וואס האט געהאט א לאנגע היסטאריע מיט שלעכטס וואס איז- און וועט- דארט פארקומען.

יוסף דרייט זיך ארום אין שכם ביי די פעלדער פארלוירענערהייט זוכענדיג זיינע ברידערס(רמבן) אזוי ארום וואנדערינג טרעפט ער אן א מענטש יענער איז געווען פארשטעלט ווי א מענטש אבער באמת איז דאס געווען מלאך גבריאל. וועם זוכסטו פרעגט גבריאל, מיינע ברידערס, זאג מיר וואו זיי פאשענען. דיינע בריעדרס,? זיי האבן זיך אוועק געצויגן פונעם ברידערשאפט, און איך האב געהערט די ברידערס שמועסן צווישן זיך אז זיי ציען זיך אוועק פון דא און זיי גייען קיין דותן. (דותן איז נישט קיין שטאט, ס'איז נאר א נאמען פון א פלאץ אין שכם וואס דארט זענען זיך די ברידער צוזאמגעקומען צו קלערן עצות וואו אזוי אים צו הארגענען. גמרא סוטה יג: ורשי שם) אבער פשטות לערענט מען אז דותן איז א פלאץ. גבריאל האט מרמז געווען פאר יוסף אז ער זאל זיך אויסדרייען ווייל ער גייט אריין אין א סכנה(רבינו בחיי) און אויב גייט ער ווייטער וואו שכם פארלירט ער די סטאטוס פון שליח מצוה וואס זיין טאטע האט אים געמאכט (אוה"ח)

אבער יוסף האט נישט געוואלט הערן קיין מעשיות ער האט געוואלט מקיים כיבוד אב אן קיין חכמות (רשבם) און ער איז געגאנגען און זיי געטראפן אין דותן.


מיר גיבן דערווייל דאס וואס מיר האבן אביסל מלקט געווען מיר וועלן שפעטער פראבירן בל"נ צו גיין ווייטער.
אוועטאר
פונקטליך
שר האלפיים
תגובות: 2219
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 07, 2010 11:23 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פונקטליך »

וואס שעמסטו דיך הרב געלעגער?
האסט דאך הערליך מלקט געוועהן!

א אמת'ן ישר כח
מיר ווארטן אויפן פארזעצונג
די זייגער לויפט, זעה צו זיין פונקטליך!
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

זאלץ? מיינסט אודאי האניג!

זייער א שיינע ארבעט געמאכט.
אוועטאר
פליגל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5988
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג סעפטעמבער 04, 2009 1:27 pm
לאקאציע: ביים פענסטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פליגל »

כ'גלייב נישט... אזוי גוט? עי וואן דזשאב!

העי, דאנט טעלל מי אז דו האסט געהעקט גראדערס קאמפיוטער...
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32534
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

איך טענה שוין לאנג אז דו גוים האבן צו ווייניג חאגע'ס, יעדע וואך דארף זיין א חאגע וועט געלעגער האבן מער צייט...

געלעגער, זייער זייער גוט! האסטעך נישט פארוועם צו שעמען, חוץ די "באקומען אין אישית" פעהלט גארנישט דערפון... (נישט אזוי? ווען דו שרייבסט ווען אז דו האסטעס באקומען אין אישית פון גראדער, וואלטעך דיר געגלייבט...)

איך ווארט אויפן המשך...
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
אויפריכטיג
שר שלשת אלפים
תגובות: 3447
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 16, 2008 8:10 pm
לאקאציע: ביים געפילטערטן קאמפיוטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויפריכטיג »

גלעגער געוואלדיג!!!
אויב איינער וויל דאס אויסלייגן אין ביהמ"ד לייג איך עס דא אין פי.די.עף. :grin:
אטעטשמענטס
פרשת וישלח.pdf
(42.35 KiB) געווארן דאונלאודעד 153 מאל
אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18580
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך_הער »

שיין שיין, יישר כחכם, יעדער אויף זיין סטייל, באט שעמען האסטו דיך נישט פארוואס און פארוועם.

גוט שבת.
1x1
שר האלפיים
תגובות: 2840
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 27, 2009 6:15 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך 1x1 »

ייש"כ געלעגער, פרינטער פרינט.

(אויפריכטיג ייש"כ, צ"ל וישב.)
אוועטאר
שמערי בערי
מ. ראש הקהל
תגובות: 9165
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 28, 2008 4:40 pm
לאקאציע: באַזאָטלט אינעם ראשעקאָלישן אפיס....
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמערי בערי »

פרינטער ווערייזא... כ'מיין ספרינט...
אוועטאר
קליקו
שר חמש מאות
תגובות: 891
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 06, 2010 11:17 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קליקו »

אה ב"ה לא אלמן ישראל, א געוואלדיגער יישר כח גלייך צום פרינטער, שכויח אויפריכטיג
אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 12250
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געלעגער »

אזויווי פאר שבת איז נישט געבליבן קיין צייט צו גיין ווייטער, אבער מיר האבן אביסל ווייטער מלקט געווען, וועלן מיר עס יעצט ארויף לייגן עס זאל בלייבן פאר איבערעס יאר אי"ה. נאר איין זאך מיר האבן נישט דא די ספרים, מיר וועלן מוזן שרייבן אויף אויסעווייניג און אויב איינער דארף א מקור זאל איבערפרעגן.



ווען די ברידערס האבן באמערקט יוסף אנקומען האבן זיי ארויסגעשיקט הינט אז זיי זאלן הארגענען יוסף. זיי האבן געקלערט אז ס'איז אלס בעסער אז א הינט זאל אים הארגענען ווי איידער זיי בידים.
אבער מיט יוסף איז מיטגעגאנגען מלאך גבריאל וועם ער האט געטראפן אין שכם און ווען די הינט האבן אים געזען האבן זיי זיך נישט דערוואגט צו טשעפן מיט יוסף.
ווען שמעון האט געזען אז יוסף קומט ווייטער און די הינט טוען גארנישט האט ער זיך אנגערופן פאר לוי "זעהסט דאך אז די הינט טוען גארנישט ווייל גבריאל איז דא מיט אים, לאמיר אים הארגענען מיט די הענט און אזוי אריין ווארפן אין א גרוב און פארן טאטן וועלן מיר זאגן אז א חי' רעה האט אים אויפגעגעסן. ליגענט וועט עס נישט זיין ווייל אין די גרובער דרייען זיך טאקע חיות און אזוי וועלן מיר אפרוימען איינמאל פאר אלעמאל דעם מורד במלכות. און ווען ער וועט דארט ליגן וועלן מיר דאן זיך איבערצייגן וואו קראנט זיינע חלומות זענען געווען.."

די גרויסע ברידער ראובן שטייט אין די זייט און הערט וואס זיינע צוויי אינגערע ברידער'ס רעדן. ס'האט אים נישט געשמעקט.ער האט געקלערט צו זיך, איך קען דאס נישט צולאזן, איך בין דער עלצטער דא און די טאטע וועט מיך האלטן פאראנטווארליך פאר אלעס, וואס וועל איך אים ענטפערן? און בכלל האט ראובן געשפילט א ביסל סימפאטיע צו יוסף ווייל ראובן האט אלס מורא געהאט אז ער איז נישט פון די צוועלף שבטים זינט ער האט זיך פארזינדיגט פארן טאטן. אבער ווען יוסף האט דערציילט די חלום האט ער געהערט ווי יוסף רעכנט אים אריין אינעם חשבון האט ער זיך בארואיגט, איז יעצט האט ער געהאט סימפאטיא מיט יוסף,
אבער פאר די ברידערס האט ער עס נישט געקענט זאגן ווייל וואו נאר ער האט פראבירט צו רעדן וועגן נישט הארגענען יוסף האבן זיי אים נישט געוואלט אויסהערן. האט זיך ראובן אנגערופן " ברידערס טייערע, איך האב אים פיינט וואו אייך, אבער וואו לאנג מ'האט גערעדט פון אים הארגענען דורך הינט האב איך גארנישט געזאגט, יעצט ווען מ'רעדט פון אים הארגענען מיט די אייגענע האנט דאס לאז איך שוין נישט.
טוהטס נישט די נארישקייט, ווארפטס אים אריין דא אינעם גרוב ער וועט זיכער נישט קענען ארויסקומען און דא וועט ער אויסגיין אנדעם וואס עטס זאלטס זיין די וואס הארגענען מיט די הענט" דאס אלעס האט ראובן געזאגט אבער אין מח האט ער שוין געשפינט א פלאן וואו אזוי אים צו ראטעווען און אהיים ברענגן צום טאטן.

די ברידערס האבן אים אויסגעהערט, און וואו נאר יוסף איז אגעקומען נאנט צו זיי האבן אים די ברידערס א כאף געטאן און ארויסגעפליקט די העמעד פון אים. זיי האבן געוואלט ארפציען בעיקר זיין כתנת פסים דאס וואס זיי האבן די מערסטע פיינט געהאט פון אים אבער זיי האבן אזוי געשלעפט דעם וועסטל אז די העמעד האט זיך אויך צוריסן. און זיי האבן אים אנגעכאפט און אריין געווארפן אינעם גרוב, די גרוב איז געווען ליידיג פון וואסער אבער חוץ וואסער איז דא נאך זאכן אין א גרוב און דאס איז טאקע יא געווען אינעם גרוב. די גרוב איז פיל געווען מיט שלענג און עגדיסן און נאך ווילדע קריכעדיגס. די ברידערס האבן נישט געוואוסט דערפון זיי האבן אים געפלאנט אריין צו ווארפן דארט און לאזן אויסגיין.

ווען ראובן האט געזען אז מ'האט אים געפאלגט איז ער אוועק געגאנגען פון זיינע ברידערס און צוריק געגאנגען צום טאטן ווייל היינט איז געווען זיין טאג וואס ער האט געדארפט באדינען זיין טאטע.
די אנדערע ניין ברידער האבן זיך אראפגעזעצט עסן.
עסענדיג האבן זיי באמערקט א גרופע ישמעאלים קומען צו וואקן, זיי זענען געקומען פון גלעד און זיי האבן געטראגן מיט זיך שמעקעדיגע בשמים. זעהנדיג אז זיי טראגן די בשמים האבן די ברידער פארשטאנען אז זיי גייען קיין מצרים. ווען יהודה האט דאס געזען האט ער זיך אנגערופן פאר די ברידערס "קוקטס אהער, די חברה דא קומען פון א פרעמד פלאץ און זיי גייען צו א פרעמד פלאץ ווייט פון אונזער געגענט. לאמיר אים פארקויפן פאר זיי און מיר וועלן פארדינען דערפון פילפאכיג. ווייל אויב גייען מיר יעצט הארגענען יוסף און מיר וועלן פאר קיינעם נישט דערציילן ווען די טאטע יעקב וועט שטארבן און ס'וועט קומען ביים צוטיילן די ירושה, ראובן איז דאך שוין אויס בכור איז די דאפעלטע ירושה וועט נישט גיין פאר אים, יעצט אויב קענען מיר ווען דערציילן פאר יעדעם אז יוסף איז טויט קענען מיר פארדינען אז די דאפעלטע ירושה וועט פארטיילט ווערן אייניג צווישן די ברידערס אייניג. אבער אויב דארפן מיר עס באהאלטן און קיינער וועט נישט וויסן ווי יוסף איז וועט בית דין קיינמאל נישט וועלן אונז געבן די ירושה. לאמיר אים פארקויפן אזוי וועט ער ווערן א עבד און די טאטע וועט אים זיכער נישט צוטיילן די ירושה
און זיין העל הבית זאל עס גנב'ענען. און אזוי וועלן מיר באקומען די גאנצע זאך צוטיילט"
די ברידערס האבן זיך צוגעכאפט דערצו און פארקויפט יוסף.


ווען מ'לערנט די סדרה קען זיך צו דאכטן אז מ'פארששטייט וואס דא איז פארגעקומען, אבער ווען מ'קוקט אביסל אין די מפרשים זעהט מען אז דא האט זיך איבערגעדרייט וועלטן. יוסף האט מען דן געווען למיתה אלס מורד במלכות און אלס עד זומם.
בקיצור מיר קענען שרייבן וואס מיר לערנען אבער מ'דארף וויסן אז דא ליגן טיפע סודות וואס מיר פאנגן נישט אן צו פארשטיין.

אן אינטערעסאנטע זאך וואס מיר האבן אויפגעמערקט אויף די וואך. כמעט די גאצע סדרה יעדע פסוק פאנגט זיך אן מיט א "ו", א-חוץ געציילטע פסוקים צום סוף. איך האב נישט געזען קיין הסבר דעראויף אדרבה אויב איינער ווייסט.

לאמיר ענדיגן מיט א בדיחותא, זאגט מיר א איד אז נאכאמזל אז מ'האט אריין געווארפן יוסף'ן אין א גרוב אין דותן, זאל די גרוב זיין אין וויליאמסבורג וואלט יוסף דארט געטראפן א פארפאלק וואוינען.
לעצט פארראכטן דורך געלעגער אום זונטאג נאוועמבער 28, 2010 12:06 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
פארשריבן
שר האלף
תגובות: 1429
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 03, 2010 6:58 am
לאקאציע: אין די העכערע ספערן...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארשריבן »

א ריזיגן דאנק הרב געלעגער.

איך האב די ערשטע מאל געהערט פון דעם אז זיי האבן צום ערשט ארויסגעשיקט הינט.

(איך האב גראדע היבש הגהות אויף דיין באשרייבונג, אבער עס גייט דאך שוין א אנדערע סדרה. דעריבער וועלן מיר נישט באלמוטשען).

דיין געשמאק ווערטל מיט וואס דו פארענדיגסט, האט שוין 'נחמן נתן' אריינגעלייגט אין "מלתא בדיחותא".
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

הערליך שיין, מיר האבן כמעט אלע זאכן אליינס געזען אין די מפרשים, אבער חזרה שאדט קיינמאל נישט.

פארשריבן;

די הינט ווערן שוין צוגעברענגט אין רמב"ן (בשם מדרש)
אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 12250
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געלעגער »

פארשריבן, אויב מיינסטו מיך מיטן באלמושטען דאן פרעגט איך וועל אייך גערן ענטפערן.
אויב מיינט איר אייך קען איך נישט איינטיילן.
tell.me.something
שר האלף
תגובות: 1250
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 17, 2010 11:43 am
לאקאציע: אין די קנא נייעס אפיס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך tell.me.something »

זייער שיין געלעגער! אבי דו רעדסט זיך אפ! איך וויל מוסף זיין אפאר נקודות. די גמרא (איך מיין אין סנהדרין) ברענגט א מחלוקה'ס לגבי פשרה בדיני ממונות. חד אמר(איך געדענק נישט די נעמען.) מצוה לעשות פשרה. חד אמר רשות ור' יהודה אומר בי"ד שעושה פשרה עליהם נאמר בוצע ברך נאץ ה' ד"מ אז איינער מאכט א פשרה איז ער מנאץ דעם אייבערשטן'ס נאמען. ווייל קודם זאג די הלכה ווער עס איז גערעכט און נאכדעם קענסטו זיין א גוטער און מאכן א פשרה און פונקט ווי ביי דיני נפשות קען מען נישט מאכן קיין פשרה אזוי אויך ביי דיני ממונות.

יעצט קומט א פלא פון א גמרא ר' מאיר אומר פסוק זה אינו אלא על יהודה שאמר מה בצע כי נהרוג את אחינו. הרבה קולמוסים נשתברו על זה איינע פון די קשיות איז אז מילא ער האט נישט געטוען ווי די הלכה קענסטו זאגן. אבער וואספארא פשרה האט ער געמאכט? אבער לויט דעם מדרש וואס רב גראדער האט דא געברענגט שטימט עס אביסל (פארשטייט זיך ע"פ פשטות. אלעס האט מסתם העכערע זאכן). אים וועט מען הרגנ'ן און אזוי באקומען די פי שנים

די צווייטע נקודה האב איך געהערט פון איינעם סא האב איך נישט קיין השגה ווי עס שטייט.וואס סאיז יהודה'ס חשבון מיטן שיקן יוסף קיין מצרים איז ווייל 1) אין מצרים איז געווען א געזעץ אז אין עבד נעשה מלך סא קען זיין חלום נישט ווערן מקוים 2) איי אפשר וועט ער אנטלויפן און ווערן א מלך ערגעץ אנדערש? אין מצרים איז אבער קיין עבד קיינמאל נישט אנטלאפן איז די זאך "געסעטלט" ע"כ שמעתי בשם גמרא אחד

לכאורה איז שווער. דעם פראבלעם האסטו געלעזט אבער למעשה איז ער דאך א מורד במלכות. און ער איז חייב מיתה?? נאר לכאורה איז פשט אזוי. יוסף הצדיק איז דאך געווען 17 יאר. נאך א קינד. און קיין גהעריגער מורד איז ער נאכנישט געווען. ס'קען זיין
אז די שבטים האבן אים דן געווען ווי א בן סורר ומורה על שם סופו. האט יהודה. געזאגט אז ער האט א עצה וויאזוי עס זאל נישט צוקומען דער סוף!! אבער ווי מיר ווייסן האט מען פון הימל אנדערש געוואלט און ער איז למעשה געווארן מלך! כנלע"ד השפל
In the end everything will be ok. if its not ok, its not the end!
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”