מדות מוזהבות-די גאלדענע מידות-The kindness פון די חבירים דא
אחראי: אחראי
- יענטאאש
- מ. ראש הקהל
- תגובות: 726
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 3:12 am
- לאקאציע: http://twitter.com/yentash
- פארבינד זיך:
- מאשקע
- מ. ראש הקהל
- תגובות: 12689
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 15, 2006 2:40 am
- לאקאציע: אין די חיפוש
איך מוז דא ארויסברענגען די גאלדענע מדות פון אונזער חשוב'ער מיטגליד "יאנאש" זז"ג.
היינט רופט ער מיך אן, און ער בעט מיר די סעליולער-טעלעפאן נומער פון א חבר מיינער. איך עפן אויף מיין אדרעס-בוך אויפ'ן טעלעפאן, און איך זאג אים צוביסלעך; קודם די עריע קאוד, נאכדעם די ערשטע דריי נומערן און נאכדעם די לעצטע פיר. ער חזר'ט איבער יעדע סעט נומערן באזונדער, און ווען ער ענדיגט מיט די לעצטע פיר נומערן, געט ער א האק אראפ דעם טעלעפאן; אן קיין יישר כוח, אן קיין ביי, זיי געזונט. גארנישט. סתם אזוי אראפגעלייגט.
ס'האט מיך זייער געבאדערט. ניטאמאל קיין שכוח קען ער מיר זאגן?
איך בין גלייך אריינגעקומען אין דעם אשכול און זיך גענומען באשרייבן זיינע "גאלדענע" מדות.
אבער אזוי אינמיטן שרייבן, צעקלונגט זיך נאכאמאל דער טעלעפאן. ס'איז נאכאמאל יאנאש. איך הייב אויף, און יאנאש זאגט: "שכוח, מאשקע".
מעיקרא מאי קסביר און וואס האט זיך געטוישט נאכדעם?
זאגט ער מיר, אז ער האט נישט געהאט קיין פענע און פאפיר אפצושרייבן דעם נומער, און ער האט דאס געמוזט געדענקען אויף אויסנווייניג (אזוי ווי ער געדענקט די נומער שלאס פון זיין מויל...), און דערפאר האט ער נישט געהאט קיין צייט צו זאגן שכוח, ווייל ער וואלט פארגעסן דעם נומער.
האלט איך אז ס'איז געווען זייער א שיינע זאך פון אים צוריקצוקאלן נאר אויף צו זאגן שכוח.

An article a day keeps the babies away
-
- שר האלפיים
- תגובות: 2554
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 22, 2007 1:10 pm
- לאקאציע: אונטער'ן נעץ
- יגרסהדותא
- מ. ראש הקהל
- תגובות: 3686
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 03, 2006 10:14 am
- לאקאציע: קאר וואש
מאשקע האט געשריבן:איך בין גלייך אריינגעקומען אין דעם אשכול און זיך גענומען באשרייבן זיינע "גאלדענע" מדות.
אבער אזוי אינמיטן שרייבן, צעקלונגט זיך נאכאמאל דער טעלעפאן. ס'איז נאכאמאל יאנאש. איך הייב אויף, און יאנאש זאגט: "שכוח, מאשקע".
מעיקרא מאי קסביר און וואס האט זיך געטוישט נאכדעם?
זאג דו כאפסט טאקע נישט פארוואס ער האט צוריקגעקאלט?? זאג, וואס האסטו נאר אנגעהויבן צו טון?
- מאשקע
- מ. ראש הקהל
- תגובות: 12689
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 15, 2006 2:40 am
- לאקאציע: אין די חיפוש
אץ קוצץ, דעמאלטס האב איך אנגעהויבן, בן קוצץ, צו פארשטיין די שטעכעדיגע ווערטער, בדיבור מפוצץ, און די פלאצעדיגע ווערטער, רצוצי לרצוץ, צו דרייען א קאפ, לץ בבוא ללוצץ, ווען דער יגר איז געקומען משוגע מאכן דא, פולץ ונתלוצץ, מ'קען דאך צופלאצט ווערן פון אים, כעץ מחצצים לחצץ, כ'מיין אלעס האט דאך א שיעור, כנץ על ציפור לנצץ, וואס האקט ער א טשייניק דארט?
An article a day keeps the babies away
- יאנאש
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 15468
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
- לאקאציע: וואו בינעך טאקע?
לאמיר דערציילן לאמיר דערציילן די מעלות פון די קרעטשמע מעמבער'ס.
ווי מאנכע פון אייך ווייסן שוין, האט זיך יאנאש ערלויבט א לייוו אינשארענס פאליסי, אבער עס האט זיך געמאכט א פראבלעם, אז היות יאנאש רייכערט און ער רעדט איין די קאמפאני אז נישט, קען יאנאש נישט באשטייערן איינע פון די צוגעהערן וואס מען ברויך האבן, ווייל זיי וועלן אפלערנען פשט אז יאנאש רייכערט.
האט זיך יאנאש ארומגעדרייט ביי זיינע פילע פריינט אין בעסמעדרעש, אבער וואס ווען וואו ווער, קיינער האט זיך נישט געהעריג אנגערופן צום וואסער קאמפיין, אבער דער פראבלעם איז געלייזט געווארן שנעלער ווי געראכטן פון גאר אן אנדער ווינקל.
זיך ברעכענדיג קאפ וואס צוה טאן, איז מיר איינגעפאלן א וואזשנעם פלאן, איך האב דאך נאך פרענדס אויסער די פון בעסמעדרעש, מיר האבן דאך אזא טייערע קרעטשמע וואס איך בין זיכער אז צווישן די פילע וואס זענען מיר באקאנט, וועט זיך איינער אנרופן 'ווארעם', געטראכט אין געטון, און ווילט איר הערן דעם סוף, איך האב געמאכט נאר איין פאן קאלל און מער האט שוין נישט אויסגעפעלט, דער ערשטער האט שוין געזאגט, 'הנני - יאך בין גרייט' וכך הוה, געטון און געזאגט, און זיבן מינוט נאכן ערשטן קאלל איז שוין דאס פעקל געליגן ביים חברה מאן וואס נעמט דאס צוזאם.
דאס איז ארויסצוברענגן די גאלדענע מידות פון די חברי הקרעטשמע.
איצט וויל איך זיך פערזעהנליך באדאנקן פאר אונזער געטרייער מנהל און מיין פערזעהנליכער גוטער פריינד 'טריאו', טענק יו, ביזט מיר געווען ווי א שיינינג נייט (וועא"מ) מיר וואלטן עס נישט באוויזן אן דיר.
נ.ב. טריאו, איפ איים גאוינג דאון, יו אר קאמינג וויט מי.

- מעסטערמיינד
- שר האלף
- תגובות: 1514
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 5:35 pm
קרעמער האט געשריבן:נאך א ביישפיל פון די גאלדענע מדות פון אונזערע מיטגלידער: יעצט אינדערפרי האב איך ארויפגעשטעלט אויף גוגעל טאלק א מעלדונג אז איך נויטיג זיך אין קעש, לויפן נישט אדורך מער ווי געציילטע מינוטן און "שוועמל" האט זיך מיר אנגעטראגן אויפצוקעשן א טשעק.
לאמיר האפן אז עס וועט זיך פיין אויסארבעטן די טראנזאקציע.
איך בין רעדי מיט די 15 דאלער, מיט א טעשעק, פארשטייט זיך