מה' מצעדי גבר

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

מה' מצעדי גבר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

ווי דער עולם געדענקט מעגליך בין איך געווען אויף א חתונה אין אנטווערפן מיט אומגעפער 11 מאנאטן צוריק, דארט האב איך מיטגעלעבט מערערע אינטערסאנטע ענינים און דאס באשריבן אין א טאגבוך, אבער מפני גילוי האב איך דאס געלאזט פריוואט און נישט ארויסגעשטעלט אין פאבליק.

צוליב א גוטע בשורה וועל איך אבער יעצט ציטירן איין עפיזאד דערפון, וזה לשוני:

קרעמער האט געשריבן:נאך מיט די טלית ותפילין האב איך באקומען אן אנפראגע איבער פארן קיין פיט-האלאנד וואו עס ליגן די צדיקים לבית פשעווארסק, איך האב אבער געהאט דרוק פון מיין בלאט-שיעור און נישט געקענט ארויספארן בעפאר דאס ווערט נישט ערלעדיגט. מיין חבר איז יא א שטיקל פארער, און ער האט זיך אריבערגעכאפט קיין אמסטערדאם מיט א קאר וואס איז געטריבן געווארן דורך א וויליאמסבורגער יונגערמאן מיט די הילף פון א דזשי.פי.עס. מאשינקע. זיי האבן זיך נאכגעפרעגט אויף די פונקטליכע אדרעסן פון די היסטארישע שוהלן און בתי עלמין אין אמסטערדאם, און זענען געפארן הין און צוריק מיט די הילף פונעם סאטעלייט אפאראט.

א מאדנע מעשה האט פאסירט יענעם טאג. א יונגערמאן מיטן נאמען ... האט אנגעפרעגט ביי א איד אין בית המדרש נאך שחרית אויב ער פארט ארויס אין פעלד (מיינענדיג די בית החיים אין פיט, האלאנד), ווען יענער האט דאס באשטעטיגט, האט ער זיך אריינגעזעצט אינעם אויטא, ויסעו. די בית החיים אין פיט געפונט זיך גאר נאנט צו אנטווערפן, מען זאגט אז עס געדויערט צווישן 20 מינוט און א האלבע שטונדע. ווען עס איז אדורך א לענגערע צייט האט זיך דער יונגערמאן נאכגעפרעגט ביי זיינע מיטרייזנדע וואו מען האלט שוין, און פארוואס מען איז נאכנישט אנגעקומען, האבן זיי אים בארוהיגט אז עס נעמט אפאר שעה ביז מען קומט אן קיין אמסטערדאם און די ארטיגע בית עולם. ארויסגיין אינמיטן וועג האט ער נישט געקענט, איז ער געצווינגען געווען צו שלינגען דעם איבערראשנדן דורכפאל, און האט געבארגט א טעלעפאן פון איינעם אנצוקלינגן זיין אידענע מיט די בשורה טובה אז ער וועט זיך נישט אומקערן אהיים ביז ביינאכט... ארום 9 אזייגער ביינאכט איז ער צוריקגעקומען א צושטורעמטער פון א רייזע וואס האט זיך פארצויגן איבער 10 שעה, אנשטאט זיין געפלאנטע שטרעזל פון אנדערטהאלבן שעה. (ווען ער האט מיר דערציילט דעם עפיזאד ביי די שבע ברכות וואס איז פארגעקומען דאנערשטאג אווענט, איז ער נאך אלץ געווען אויסער זיך פונעם טאטאלן דורכפאל, אבער מיר האבן אים מחזק געווען מיטן פסוק מה' מצעדי גבר, און ער האט גאנץ זיכער געדארפט עפעס אויפטאן ביי די ציונים הקדושים פון די קדמונים וואס ליגען אין יענעם בית עלמין [היות דער יונגערמאן האלט שוין א שיינע פאר יאר נאך די חתונה, איז צום האפן אז ער האט פונקט אנגעטראפן א גוטן טויער אין הימעל, און בצירוף זיין צובראכן הארץ זאל ער האבן גע'פועל'ט אלעס גוטס, אמן]).

יעצט קומט די בשורה טובה אז דער יונגערמאן איז ב"ה געהאלפן געווארן מיט א בן זכר צו איבער 7 יאר פון זיין חתונה!

---
אגב, הער איך אז דער אינגערמאן האט זיך ביים געזעגענען פון אדמו"ר מ'פשעווארסק שליט"א אנגערופן אז ער פארט פון דארט קיין ארץ ישראל איינצורייסן ביי פארשידענע קברי צדיקים, אבער דער רבי האט אים געזאגט אז די אבות זענען שוין געווען ביי די חופה און עס פעלט נישט אויס צו פראווען נאך א נסיעה קיין א"י.
אוועטאר
לוסטיג
שר האלף
תגובות: 1138
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 23, 2008 1:56 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לוסטיג »

גארנישט איז נישט פערצופאל, נאר נישט אייביג זעהט מען דאס גלייך.

גיטע מעשה געווען, שקועך..
אבער צום סוף לאכן מיר דיר אויס, הא..הא..הא..חחח...
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14263
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

זייער באלערענד.
אריין אין מעלות
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35246
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

קרעמער, מאירעדיג!
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
דארפסמאן
שר ששת אלפים
תגובות: 6484
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 14, 2006 2:52 pm
לאקאציע: אין דארף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דארפסמאן »

יא יא מזל טוב קרעמער, מה' מצעדי גבר , שוין געהערט נעכטן נאכט די מעשה בשעת איך האב געהערט אז ער איז געהאלפען געווארען,

אבער איין זאך האב איך זייער שטארק זיך אראפ געלערנט פון אים ער איז שטענדיג געווען פרייליך מיט א שמייכעל

מה' מצעדי גבר
הכו"ח ר' אברהם דארפסמאן שליט"א
פה ב'דארף יצ"ו -
אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12505
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צייטליך »

יישר כח קרעמער פאר די נייעס. זייער אינטערסאנט און באלערנד.
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.
אוועטאר
סאכדעס
שר שלשים אלף
תגובות: 31438
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאכדעס »

WOW וואט א סטארי, יישר כוח קרעמער פאר'ן אראפברענגן די ענדגילטיגע גוטע בשורה.
פקודתו פון התאחדות שמרה רוחי!
אוועטאר
עס עפעס
שר האלפיים
תגובות: 2221
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 11, 2009 2:26 pm
לאקאציע: ביים טעלער
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עס עפעס »

כ'פרוביר זיך נאר פארצושטעלן אין וואספארא פיין די אלע -לוסטיג, שוועמל, פארשלאפן, דארפסמאן, קאפויער, צייטליך און סאכדעס- האבן געלעבט די פאר יאר, ווען מ'האט קיין גוטע בשורה פון יענעם יונגערמאן נישט געהערט...

כ'האב מורא דאס זיך פארצושטעלן אליינס וועט מיר רויבן עטליכע נעכט שלאף...

אלנפאלס, ברוך דיין האמת, כמיין סימן טוב ומזל טוב אז דער יונגערמאן איז געהאלפן געווארן
א ליידיגער מאגן איז א נעגאטיווער ראטגעבער, טא עס עפעס!
אוועטאר
סאכדעס
שר שלשים אלף
תגובות: 31438
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאכדעס »

ערשטענס איז עס אינגאנצן 11 מאנאטן, און יא, עס האט מיר יענסמאל זייער ווייגעטוהן, און יאך האב א תפלה געטון אז ער זאל אויפגעראכטן ווערן, בזכות די אלע צדיקים.
פקודתו פון התאחדות שמרה רוחי!
אוועטאר
עס עפעס
שר האלפיים
תגובות: 2221
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 11, 2009 2:26 pm
לאקאציע: ביים טעלער
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עס עפעס »

אה, כהאב פארשטאנען אז דא רעדט זיך איבער דער יונגערמאן זיבן יאר נאכן חתונה. בינעך רואיג.
א ליידיגער מאגן איז א נעגאטיווער ראטגעבער, טא עס עפעס!
אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 12250
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געלעגער »

א גרויסען שכח קרעמער, דער אויבערשטער טוהט נאר חסדים, אבער נישט אייביג איז דא דער קרעמער עס צאמצושטעלען,
ס'עפעס, און אויב פרייען זיי זיך פשוט מיט, איז עפעס ראנג?
צו די זאך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 288
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 30, 2009 2:12 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צו די זאך »

יישר כח.

א שמחה האט אנגעפילט מיין הארץ, און א מין שלוות הנפש, אז ס'איז דא א געטרייער טאטע אויבן, על כל נשימה ונשימה תהלל קה.
די נעשכיזער איז א גוטער איד, מייערן אין צימעס איז א גוט מאכל.
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14263
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

צו וועלכע ציונים איז ער למעשה אנגעקומען אנטשאט אין פוט?
ביז דייטשלאנד געפארן... ווארמס, פרעשבורג, ווירמיישא, מינכן?
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

שוועמל האט געשריבן:צו וועלכע ציונים איז ער למעשה אנגעקומען אנטשאט אין פוט?
ביז דייטשלאנד געפארן... ווארמס, פרעשבורג, ווירמיישא, מינכן?

קיין אמסטערדאם, וואו עס ליגן צדיקים פון 3-400 יאר צוריק.
אוועטאר
יאנאש
שר עשרת אלפים
תגובות: 15321
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנאש »

וואונדערליכע השגחה פרטית.
אוועטאר
קעכער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 378
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 18, 2006 10:40 pm
לאקאציע: אין קאך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קעכער »

שכח קרעמער, פארן אזוי שיין פארציילען די מעשה.
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14263
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

קרעמער האט געשריבן:
שוועמל האט געשריבן:צו וועלכע ציונים איז ער למעשה אנגעקומען אנטשאט אין פוט?
ביז דייטשלאנד געפארן... ווארמס, פרעשבורג, ווירמיישא, מינכן?

קיין אמסטערדאם, וואו עס ליגן צדיקים פון 3-400 יאר צוריק.

און ווילאנג דויערט דען צו פארן צו אמסטערדאם?
גאנץ האלאנד איז אזוי גרויס ווי ברוקלין.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
פוילישער
שר האלף
תגובות: 1165
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 03, 2007 11:33 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פוילישער »

קרעמער שכח פאר די מעשה, און פאר די גוטע בשורה.

בד"וו, אמסדערדאם איז בערך א שעה פון אנטווערפן, סאו וואו פאר א שווארץ יאר האט יענער געבלאנדשעט?.

נעבן אמסדערדאם געפינט זיך "האג" וואו עס איז פלאצירט דער וועלטס געריכט. נעבן איר געפינט זיך דעם ציון פון בעל בנין אריאל זי"ע רב פון אמסטערדאם, דערפאר ווען השי"ת האט מיר פלאצירט אין אמסדערדאם אויף א שבת, זענען מיר זונטאג צוגעפארן צום ציון, עס איז דא דארט א ריזיגער אידישער בית החיים.

(אמסדערדאם איז אן הערליכער שטאט, וואס איז אונטער די וואסער ברעג, די געציילטע מאל וואס מיר זענען דארט געווען, האבן מיר אלץ שפאצירט ביי ברעגעס, און הנאה געהאט פונעם באשעפער וואונדער. אלץ אידישקייט איז דא דארט 13 בתי מדרשים, 6 מקוואות, א פרומע חדר, מיט חסיד'ישע מלמדים, דאס לעבן איז דארט מיט א מורא'דיגע רוהיגקייט)

פון אנטווערפן קיין פיט האבן מיר שוין אפאר מאל גערייזט, עס נעמט אונטער אן האלבער שעה. יארן צוריק, פאר די אויפשטייג פונעם אי.יו. איז נאך געווען א גרעניץ צווישן האלאנד און בעלגיע, באט היינט חוץ א שילד וואס מעלדט איין וועלקאם טו האלאנד, זעסטו נישט גארנישט.

בד"וו איך האב אמאל געהערט אז צוליב דעם איז נישט דא קיין אידישע בית החיים אין בעלגיע, ווייל דער געזעץ פארלאנגט עס אויפצוגראבן און פארברענען נאך 200 יאר. איז עס אמת? אדער סתם א לופט מעשה?
אוועטאר
האניג
שר האלפיים
תגובות: 2795
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 09, 2009 5:32 pm
לאקאציע: אין דער היים, אין האטעל, אין מיין דארמינטארי צימער
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האניג »

מזל טוב! מזל טוב! זאל השי"ת העלפן ווייטער אזויווי ער האט געהאלפן ביז יעצט, ווי מיר זע'מיר ביי דעם מעשה!!!

(איינער ווייסט אפשר א פלאץ אין בארא פארק וואו מ'קען בלאנדשזען 9 שעה צו א בית החיים? בוני עולם האט מיר געבעטן צו פרעגן...)

צוריק צום ענין. א גרויסען און הערצליכן דאנק אייך, קרעמער! זייער עמאנציועל! איר האט אויפגעלעבט מיין פארשלאפענעם טאג!
ביז'ן טרינק דארף מען אויך א קרעטשמע.
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

איך האב פריער געטראפן דעם בעל שמחה אין שפיטאל (וואו איך האב געוויילט אפאר שעה מיט א איד) און אפגעגעבן א פערזענליכן מז"ט, און באקומען א לאדענונג צום שלום זכר.

--
איך ווייס נישט די פונקטליכע איינצלהייטן וואוהין זיי זענען אלץ געפארן, איך האב אבער אויפגעשריבן דעם טאגבוך בשעתו, און גלייבט מיר אז ווען איך שרייב עס האט געדויערט 10 שעה האט עס געדויערט 10 שעה, און די בליקן אויף יענעמס פנים יענעם אויפדערנאכט ליגן מיר נאך אין מח קעמערל.
אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18580
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך_הער »

יישר כחכם הרב קרעמער, פאר די מעשה און פאר די אפדעיט.

האניג, נאט בעד, האסט מיר ארויף געברענגט א שמייכל, יישר כח.
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

פרישע אפדעיט:

פרייטאג צונאכטס בין איך ארויס פון שטוב און שפאצירט א שיינע פאר גאסן (אין די רעגן) צו די שלום זכר פון א קרעטשמעריסט, אבער צו מיין שלימזל'ות האב איך פארגעסן צוצוגיין צום אויבנדערמאנטן שלום זכר פון דעם איד וואס איז געהאלפן געווארן נאך 7 יאר (און די ברית איז שוין אויך געווען... אפשר ביים נעקסטן וועלן מיר משלים זיין אי"ה).
אוועטאר
לאז געמאכט
שר האלפיים
תגובות: 2710
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 14, 2007 11:55 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאז געמאכט »

קע"ה דער מייסד שלעפט זיך צו צי אלע זכרים פון די חברי' קדישא דא, דעט'ס רילי נייס!

נאך מער אונטערסאנט איז אז דעס אז א קלאגע שרייבער האסטו בעסער געדענקט ווי א קרוב משפחה :) אפשר גילט דא אויך די כלל ביזנעס ביפאר פלעשאר...
אוועטאר
דארפסמאן
שר ששת אלפים
תגובות: 6484
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 14, 2006 2:52 pm
לאקאציע: אין דארף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דארפסמאן »

זאג נאר קרעמער ווען איך וועל אי"ה מאכען א זכר אדער א קידוש וועסטו אויך קומען ?
הכו"ח ר' אברהם דארפסמאן שליט"א
פה ב'דארף יצ"ו -
אוועטאר
סאדע_באטל
שר האלף
תגובות: 1604
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2008 4:55 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאדע_באטל »

קרעמער, הייסט דו ביסט ארויס פון שטוב וועלנדיג גיין צו א געוויסע שלום זכר, און למעשה ביסטו נישט אנגעקומען.
דערמאנט מיר פון א מעשה, וואס שטייט אין דעם אשכול עמוד א'....

געדענק, מה' מצעדי גבר......
אפשר באגרעניצט מען די צאל חתימות וואס איין ניק מעג האבן פער וואך?
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”