סליחות עדיטאריעל: לרצון שינת עינם נדדה

געדאנקען און התחזקות בעניני עבודת השם

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

סליחות עדיטאריעל: לרצון שינת עינם נדדה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

עס איז זונטאג פארטאגס אויף די סקרענטאנער גאסן,

אלעס איז שא-שטיל,
מ'הערט נישט קיין טריל,
עס שלאפן נאך די בערג דאס דערפל און די מיל...
(קרעדיט: אברהם פריעד[מאן] בשם ר' יו"ט ערליך, ניגון יאקאב)

אינעם אידישען קווארטאל אבער אום 4:00 פארטאגס הערט מען יעדע וויילע נאך א קאר אנצינדען דעם מאטאר, נאך א אידיש הויז צינדט אן די לעקטער אין קיך אויפצוווארעמען וואסער פאר א קאווע איידער דעם עלוה"ש, א אידענע שפאצירט מיט א סליחות אין די האנט אירע טריט געוואנדן צום גרויסען ביהמ"ד, א בחור'ל יאגט אריין אין מקוה מיט א קלייין סליחות'ל אריינגעשטופט אינעם תפלין-בייטל, אלעס גרייט זיך צום ערשטן סליחות פון סוף תשס"ט אינעם ארטיגען שוהל בראשות דער רב שליט"א.

דער נייער יאר-צעהן תש"ע קלאפט שוין אט אט, אירע האסטיגע טריט דערנענטערן זיך אויפן אידישען האריזאנט, אידישע קינדער גייען די טעג אריין אין די ימי הרחמים והרצון און כמנהג ישראל איז מען מקדים באשמורת הבוקר דעם לעצטן זונטאג (אדער איינס פאר די לעצטע) פונעם יאר צו זאגען סליחות, במוצאי מנוחה קדמנוך תחלה, עס איז זוחלים ורועדים מיום בואך, דער מלך קומט שוין אין שטאט אריין און ווי דער באקאנטער משל לויטעט זענען די קלוגע לייט מקדים נאך פון ר"ח אלול און ווארטן אפ דעם קעניג מיט א קבלת פנים פון תשובה ותיקון המעשים, א' סליחות נעמט עס שוין אריין אפי' נישט אזעלכע זריזים, ווען יעדער ערליכער איד שטייט אויף (טייל אירע זענען זיך נאך נוהג אויף דערנאכט, נהרא נהרא ופשטיה) מיט א זריזות 'קדמנוך תחלה' אנצוהייבן די הייליגע טעג מיט א התלהבות.

נעכטן נאכט האבן אידן געזינגען במוצאי יום מנוחה המצא לעמך רווחה, עת דודים תעורר קל למלט עם אשר שואל, יהי השבוע הבא לישועה ולרווחה, די ווערטער האבן געטראגן אנאנדער באדייט אינגאנצן, דער 'שבוע הבאה' איז נישט סתם א וואכענדיגע וואך, נאר דער לעצטער וואך פונעם יאר, דער לעצטער וואך פונעם יאר-צעהן, שנות התש"ס חלפו הלכו להם, ועדיין בן דוד לא בא, מיר ברויכען אסאך תפלות ישראל די קומענדיגע וואך, מיר קענען נאך פועלן אז תש"ע זאל זיך אנהייבן על אדמת קודש אין ירושלים עיה"ק תובב"א מיט משיח אינאיינעם, קול צהלה ורנה שפתינו אז תרננה, אוי אנה ה' הושיעה נא.

אין סקרענטאן גופא איז איינגעפירט אז דער רב שליט"א איז מעורר מיט דברי כיבושין פאר געציילטע מינוט איידער מ'הייבט אן סליחות, היי יאר אום 5:0 פארטאגס איז דער ביהמ"ד שוין פיל געווען מקצה אל הקצה ווען דער רב גייט ארויף אויפן ארוה"ק מעוטף בטליתו, ווי ער פאנגט אן מיט די ווערטער 'במוצאי מנוחה קדמנוך תחלה' נאכזאגענדיג דאס באקאנטע ווארט פונעם הייליגען ייטב לב אויף דעם פיוט פונעם ספר חרדים וואס מיר זאגען ביום שמחת תורה 'קדושיך בניך מסרו נפשם על קדושת השם, לרצון שינת עינם נדדה' אז מ'זעהט פונעם הייליגען חרדים אז אויך דאס אויפשטיין אינדערפרי איז אן ענין פון מסירת נפש.

חכמי ישראל האבן איינגעפירט -זאגט דער רב- אז מ'שטייט דוקא אויף אין א זונטאג צום ערשטן טאג סליחות, דאס איז א טאג ווען אפי' איינער וואס איז געוואונט אויפצושטיין פריה איז אבער נישט אלעמאל זונטאג אויך מעורר דעם שחר, האבן אבער די מנהיגי ישראל געוואלט אז אידישע קינדער זאלן האבן א זכות פון 'מסירת נפש' אנצוהייבען די ימי הרחמים, האט מען מתקן געווען לזעוק בעוד ליל, און דערמיט מעורר רחמים זיין און תשובה טאן בפרוס השנה.

דער רב זאגט נאך וואס ער האט אליינס געהערט פון סאטמאר רב רביה"ק זצ"ל איבער דעם ענין פון עירבוב השטן אז אפי' דער שטן האט שוין פאריאר געזעהן אז דאס איז נישט דער שופר של משיח קלערט ער אבער אז היי יאר ווען דער דור איז שוין שוואכער איז יא דא א שאנס אז אפי' דאס ביסל מסירת נפש זאל געבן דעם לעצטן שטופ פאראויס און זיין סוף איז קרובה לבא, דעריבער ברויך זיך דאך יעדער מאכן א שטיקל חשבון הנפש און די געהויבענע מינוטן, מ'גייט אט ארויס פון א יאר דורכגעווייקט מיט אידישע טרערן, צרות שונות ומשונות אחזתנו, וויפיל אידישע הייזער זענען פלוצים פאר'אבלט געווארן, וויפיל קינדער און בחורים האבן זיך פלוצים דערזעהן זאגען קדיש נאך א געזונטע טאטע אדער מאמע רח"ל, עס איז דאך היצט א צייט פאר א חשבון הנפש וויינט דער רב, רבוש"ע תכלה שנה וקללותיה.

די גמ' זאגט אויפן פסוק 'מי הקדימנו ואשלם' אז באמת איז שווער צו קומען צום הייליגען באשעפער מיט זכותים, אמער האסט געלייגט תפלין, ווער האט דיר געגעבן די תפילין? האסט א מזוזה אויף וועמענס הויז האסטו דאס געלייגט? דאס איז דאך אלעס ווייל דער אייבירשטער האט דיך געגעבן די חפיצים האסטו געקענט מקיים זיין די מצוות, אבער ווען עס קומט אוועקצוגעבן פונעם אייגענעם גוף פאר'ן רבוש"ע, אביסל מסירת נפש, דאס איז דאך שוין לפנים משורת הדין אויף דעם פאסט זיך צו זאגען אז מיר האבן מקדים געווען, אז אידן שטייען הויף אינדערפרי מיט מסירת נפש שרייעט מען ארויס במוצאי מנוחה קדמנוך תחלה, ובזכות זה בעט מען:

'הט אזניך ממרום יושב תהלה, לשמוע אל הרנה ואל התפלה'.
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

א' סליחות ערב שנת "רנה תפלה", הר ציון זה "שכנת" בו, פה בעדפארד סטייוועסענט יצ"ו

ביי אונז אין שטעטל איז אויך נישט צופיל אנדערש געווען דער היינטיגער פארטאגס. נאך א קורצע דרימל פון 3 און א האלב שטונדן (וואס איז אויך עטליכע מאל איבערגעהאקט געווארן צוליב נערוועזיטעט אז מען וועט ח"ו פארשלאפן דעם 'סליחות') שטייט דער אינגערמאן אויף מיט א זריזות, טוהט זיך אן די וואכענדיגע קליידער און שטעלט זיך אראפ ביים בעטל פון קינד, ער איז נאך קליין אבער האט גענוג פארשטאנד צו וועלן אויפשטיין צו סליחות.

ארויסגייענדיג אין גאס פרעגט דאס קינד "טאטע, פארוואס שטייען אויך גוים אויף אזוי פריה"? דער טאטע זאגט "איך ווייס נישט, און איך זעה טאקע נישט קיין גוים אויף די גאס". דאס קינד ווערט אנטשוויגן, אבער עטליכע סעקונדעס דערויף האט ער א נצחון ווען א ערל טמא מיט ווייסע וואנצעס פארעט זיך ביי א קאר אויפן עק בלאק, מיר גייען נאנטער און דער גוי באגריסט אונז מיט א העפליכן 'מארנינג', אויף וואס מיר וואונטשן צוריק, כאפנדיג א בליק אויף זיינע געצייג, וואס צייגן קלאר אז דאס היינטיגע זונטאג איז ביי אים געווידמעט צו כאפן פיש (א וואונדער אז די פיש ציטערן?).

מ'קומט אן אין שוהל 5:00, אויפן וואנט שטייט אז ביז 10 מינוט הייבט מען אן אשרי יושבי ביתך און דער טאטע דארף זיך נאך איינטונקן אין 40 סאה וואסער. 8 מינוט דערויף שטייט שוין דער טאטע ביים סינק נאך די מקוה, און טאקע צו די באשטימטע צייט איז ער גרייט. דאס קינד באקומט א קאווע (וואס ער טרונקט אויס צווישן איין פזמון און דאס אנדערע... ער פאסט דאך נישט היינט אפילו א האלבן טאג), און זאגט שיין מיט אין די סליחות וואס ער האט געבארגט פון די מוטער זז"ג.

50 מינוט דערויף האלט שוין דער בעל תפילה נאך קדיש, און דאס קינד ווערט אהיימבאגלייט, ער איז צו מיעד צו פארבלייבן ביז נאך תפלת שחרית, און באלד דארף ער שוין אין חדר אריין. אויך דער טאטע מאכט זיך גרייט צום דאווענען און מאכט שפעטער זיין וועג צוריק אין שוהל אריין, ויה"ר שיתקבלו תפלותינו לרחמים ולרצון לפני אדון כל.
אויפריכטיג
שר שלשת אלפים
תגובות: 3445
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 16, 2008 8:10 pm
לאקאציע: ביים געפילטערטן קאמפיוטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויפריכטיג »

נישט קיין שלעכטער געדאנק צו האלטן א דרשה בעפאר סליחות זאגן, עס פאדערט זיך טאקע אביסל דברי כיבושין וואס זאל איינפעדעמען די הייליגע און דערהויבענע טעג הבאים לראתינו, און איך האלט אז מען וואלט עס געמעגט פארשלאגן פאר די אנדערע קאלעגע רבנים זיי זאלן אויך אזוי טאן און דערמיט שלאגן דעם טאן וויאזוי מען ברויך צוגיין צו אזוינע טעג.
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35238
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

פון ערשט האנטיגע באריכטן פון סקרענטאן הערן מיר אז דער עולם איז טאקע שטארק נתעורר געווארן לתשובה ותיקון המעשים, אזש אז ווען מען איז ארויס פון שול האבן זיי, זייענדיג אונטערן רושם פון די דרשה, ברייט ביישטייערט צו די "סליחות -לויער- געלט" קאמפיין, מער ווי אין א געווענליכע יאר, ווי עס זענען עדות [אידיש?] געווען די הונדערטער קוויטלעך וואס זענען געשריבן געווארן אויפן ארט מיטן בערגל פדיונות אין די זייט.

-----

קרעמער "יו מיססד די בויט" ביינונז אין שכינות האט זיך שוין גערודערט עטליכע שעה'ן פאר דיין אויפשטיין, די קארס האבן זיך שוין געריקט פון זייערע אויסגעהארעוועטע און לאנג געזוכטע פארקינג ספעיסעס אזוי פרי ווי אום 3 אזייגער, קאן זיין אז דאס האט טאקע געשטערט דעם געוועלבערס רואיגע שלאף.

כל בני ישראל במקומותם
העירו שחר מעריסותם
בבתי כניסיות ומדרשות במושבותם
יפעלו ישועות ורפואות בתפילותם
ויצליחו בכל מפעלותם
לטובה יכתבו בחותם.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18580
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך_הער »

קיינע דרשות קענעך נישט האלטן, קיין דריי שעה בינעך נישט געשלאפן, (פאר סליחות, אביסל משלים געווען נאכן דאווענען.) אבער זיך באדאנקען פאר אזא שיינעם אשכול ברויך מען דאך, יישר כח סעקרענטאנער רב, פאר די שיינע ארטיקל און די דברי כבושין, וואס ס'העלפט אפילו מ'האלט שוין נאך סליחות.
אבלי קראקעווער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אבלי קראקעווער »

יא, אויך ביי אונז אין דערפל האט זיך דאס זעלבע אפגעשפילט. אום 3:30 האט זיך שוין געהערט דאס געטומל און געפילדער. נטע שמש [=דער וועקער זייגער'ל] דרייט זיך שוין מיט א האמער'ל, ער שפרייזט לענגאויס דעם דארף, ווען צו יעדע וויילע האקט ער און קלאפט ער אין א צווייט פענסטער'ל. דאס געקלאפ קומט באגלייט מיטן אלטן זיסן פזמון: "אידן אידן שטייט אויף צו סליחות".

ווי נאר מיר האבן געהערט דאס ערשטע קלאפ פון האמער'ל האבן מיר א שליידער געטוהן די קאלדארע, געשעפשעט דעם 'מודה אני', זיך אפגעגאסן נעגל וואסער, זיך ארויסגעשארט פון די פארשוויצטע בעט געוואנט און א שפרינג געטוהן מיט א זריזות. "ס'איז סליחות טעג!" גיבט דער פאטער געשריי אזש ס'האט אפגעהילכט אינעם גאנצן כאטקע'לע. מער האט נישט אויסגעפעלט, קינד און קייט גרויס און קליין אלעס איז געווארן אריינגענומען אינעם 'ערשטן טאג סליחות' אטמאספער.

אזוי ווי מיללער שילדערט, ממש אט אזוי האט זיך אפגעשפילט ביי אונז אין קראקא. בעת די אינגווארג האבן זיך געקליידעט האבן מיר אנגעווארעמט דעם סאמעוואר, דערביי זיך געשטעלט צום ווינקל בעטנדיג דעם פון אויבן אויף 'ונהי' אנחנו וצאצאינו וצאצאי צאצאינו וכו''. ווען דער רויעך פון די תפלת עני האט זיך פארמישט מיטן רויעך פון די נארוואס פארקאכטע וואסער, האבן מיר באלד צוגעטראטן צום קעסל און זיך פארשאטן א ווארימע קאווע. מ'זיפט א שלונג נאך א שלונג, ווען דערביי בלעטערט מען מיט אזא מין באזארגטן מינע אינעם סליחות'ל וועלכע מ'האט נארוואס נעכטן נאכט נאך מלוה מלכה אפגעשטויבט. אוי באשעפער, וואס וועט זיין? שוין ווידעראמאל נעמען מען מיר אפיר דעם סליחות'ל. שוין ווידער אמאל שרייען מיר דעם 'פנה נא אל התלאות ואל לחטאות'... וויי געוואלד, רבוש"ע וואס וועט זיין מיט אונז דער תכלית?

די האנט ווארפן זיך, די אברים קלאפן, אט אט שטייט שוין דער שול חזן איינגעהילט אינעם טלית און זינגט זיך אונטער דעם באקאנטן ימים-נוראים יתגדל. א שרעק, א פחד.

דער זייגער קלאפט פינעף! און דאס ווירקליכע האט פאסירט. דער אלטער שול חזן מיט זיין שניי ווייס בארד שטייט שוין ביים ברעטל, ער עפנט שוין דעם צוזאמגעלייגטן טלית בעת צוויי שנירלעך טרערן גליטשן זיך פון זיינע צעקנייטשטע אייגעלעך. אין שול הערשט א שטילקייט, דער מצב נעמט אויס ווי ראש השנה צווישן די תקיעות. בלויז פון די מחזה זעלבסט ווערן אלע אלע מיטאמאל ארומגענומען אין דעם ימים נוראימ'דיגן פחד - אשרי יושבי ביתיך...

ווי א הילכיגער כאר פון מאסן באטייליגטע קומען צו גיין די נאכפאלגנדע יאמערייען פונעם ציבור, ווען אלע אויפאמאל זינגען נאך דעם אשרי יושבי ביתיך.
אוועטאר
אינטעליגענט
שר חמש מאות
תגובות: 877
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 02, 2008 6:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אינטעליגענט »

יישר כח סקרענטאנער רב, פאר די ווארימע ריפארט פון סקרענטאן.

אזוי אויך קרעמער, מיט זיינע נאטיצן, באשמירט מיט לייכטע לצה'ס [ס'אסטע געזאגט? פארוואס ציטערן די פיש?...]

_________
אבלי האקט אריין, עמער זעהן וואס ער האט צו פארקויפן.
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

שלום עליכם אבא'לע, ערוועקסט ביי אונז גוטע זכרונות.
אוועטאר
אינטעליגענט
שר חמש מאות
תגובות: 877
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 02, 2008 6:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אינטעליגענט »

אבלי
זייער שיין, און שרייבעריש.

________
איך דערקען דיין שריפט פון ערגעץ. כ'הייב אן חושד זיין, אז דו ביסט גאר א גלגול פון זארכ... אויסער, אויב דו דאווענסט אין איין שול מיט אים, אמער, ענק האבן איין שמש...
שוין, זיך פאררעדט.
זילבערנע בעכער
שר מאה
תגובות: 124
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2007 10:01 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זילבערנע בעכער »

אין בארדיטשוב ארום 4:00 פארטאגס דרייט זיך דער הייליגער בארדיטשובער ארום אין זיין חדר מיוחד צופלאמט און צופייערט, א גרויסע אומעט איז אויסגעגאסן אויף זיין הייליגע געזיכט, מ'האלט א שעה פאר סליחות און די הימל'ן זענען הערמעטיש פארמאכט, א שווערע גזירה הענגט, ער פרובירט מיט אלע זיינע כוחות מליץ יושר צו זיין, אלע זכותים ברענגט ער אפיר, אבער דער שטן שטייט דארט ווי א וואנט, זיגרייך מיט זיינע זעק עבירות פון א גאנץ יאר, לאזט ער נישט צו קיין איין גוט ווארט אויף די אידישע קינדער.

דער צדיק דארף דאך מיט עפעס צוגיין, ער זוכט עפעס א גוטס וואס זאל שפאלטן די הימלן, און אט רופט ער צו זיין משמש און ער זאגט אים, בונם גיי זיי מוחל און וועק אויף די גוים צו סליחות, דער תממימות'דיגער משמש ווייס נישט פון קיין חכמות, ער גייט און קלאפט אריין אין א גוי'ס פענסטער און שרייט נו, פעטער ס'איז שפעט שטיי אויף צו סליחות, נו יאהאן ס'איז שפעט ארויס פון בעט, מ'גייט שוין זאגן סליחות, די גוים וועקן זיך אויף מיט א כעס און זאגן אים וואסארא סליחות האקסטו דא אין קאפ אריין, נאכאמאל דו מאכסט דא א גערידער וועט מען דיר שפאלטן דעם קאפ.


דער משמש קומט צוריק צום רבי'ן און זאגט אים אז די גוים ווילן נישט אויפשטיין, רבי לוי יצחק זאגט אים, בונם, ס'איז שפעט גיי וועק אויף די גוים צו סליחות, בונם גייט און קלאפט אריין נאכאמאל צו יאהאן, נו יאהאן, נאך אלץ נישט אויף ? מ'דארף דאך שוין אויפשטיין צו סליחות.

מיט א געוואלדיגע כעס אז ער האט אים נאכאמאל אויפגעוועקט פון שלאף לויפט ער ארויס צו אים און דערלאנגט אים מכות אכזריות אז בלוט איז גערינען, וואס פארא סליחות ווילסטו דא ? איך וועל דיך דערהארגענען, צובלוטיגט און צוקלאפט לויפט ער צוריק צום רבי'ן, די רבי קוקט אים אן און זאגט אים, בונם ס'איז שפעט, גיי וועק אויף די אידן צו סליחות !

בונם לויפט, און קלאפט אריין צו די אידעלעך, ביז מינוטן איז אין די טונקעלע אידישע גאסן געווארן א העפטיגע געווירבעל, מיט איינגעבויקענע רוקענס האבן זיך די אידן אריינגעשלייכט אין בארדיטשובער בית המדרש און געווארט מיט ציטער אויפן רבי'ן, קרעכצן האבן זיך געהערט פונעם עולם זאגענדיג קאפיטלעך תהילים, ווער ווייסט וואס פאר א יאר וועט קומען.

די הייליגע געשטאלט פונעם רבי'ן באווייזט זיך ביים טיר, דער משמש איז אונטער אים, די רבי הייבט אבער נישט אן, נאר הייסט בונם'ן דערציילן וואס ס'איז פארגעגאנגען, און בונם פארציילט, ער האט אויפגעוועקט די גוים אבער זיי האבן נישט געוואלט אויפשטיין, בונם ברעכט אויס מיט א געוויין, רבי, קוק וואס זיי האבן מיר געטון, איך בין צוביילט און צובליטיגט, דער הייליגער רבי לוי יצחק וויינט מיט און הייבט אויף זיינע הענט צום הימל און זאגט, קוק הייליגער באשעפער, האסטו נאך אזא פאלק ווי דיינע אידן ?? ווי נאר מ'האט זיי אויפגעוועקט האבן זיי זיך ארויסגעריסן פון די בעטן און געקומען אין בית המדרש זיך בעטן ביי דיר א סליחה, ביי וועלעכן גוי וועסטו טרעפן אזא געטריישאפט, די גוים וועלן דאס קיינמאל נישט טון, נו קומט זיך נישט פאר דיינע געטרייע קינדער א גוט געבענטשט יאר ??

יתגדל ויתקדש שמיא רבה !!!

די הימלן האבן זיך געעפענט, די וואלקענעס פארטריבן, דער שטן איז פארשטומט געווארן.

ישר כח מיללער פארן מעורר זיין.
אוועטאר
שאץ מאץ
שר שלשת אלפים
תגובות: 3030
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
לאקאציע: איבעראל
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאץ מאץ »

מילער יש"כ פאר די דרשה,
דאס האט מיר געגעבן די הרגשה,
צו צושטעלן א צווייטע געדאנק,
וואס איז מיר יעצט ביי געפאלן נישט לאנג,

אין די שטאט אפטה איז א שמש געוועהן,
דער אפטה רב האט א ווינדערליכע זאך געזעהן,
אז ווי נאר דער שמש קומט צו סלחות וועקן,
טוט דאס אים מיט א מורא'דיגע פחד דעשרעקן,
האט ער אפיר גענומען דעם שמש און געמאנט דעם סוד,
דער שמש זאגט אז קיין שום סוד דערביי ער האט,
זיין טאטע זיין זיידע זענען געוועהן פשוט'ע אידן ביים לעבן,
אבער איין כוונה האבן זיי יא איבער געגעבן,
אז ווען מ'קלאפט צו סליחות 3 מאל ווי א תקיף,
זאל מען ביים ערשטן אינזינען אברהם, דערנאך יצחק ויעקב,
אויב אזוי האט שוין דער אפטה רב פארשטאנען,
אז מ'טוט די אבות ביים קלאפן דערמאנען,
ווערט א התעוררות מיט א פחד,
מיט אזא מחשבה גם יחד,

האט זיך "שאץ מאץ" ביי זיך געטראכט,
אז דאס איז מרומז אין די סליחה די ערשטע נאכט,
את ימין עוז עוררה לעשות חיל,
עוררה מיר וועקן זיך אויף מיט א שטארקע געפיל,
ווייל מ'געדענקט ביים קלאפן בצדק נעקד ונשחט תמורו איל,
אברהם ויצחק'ס זכות ווואס בלייבט אייביג ביים אדון כול,
http://shatzmatz.blogspot.com/" onclick="window.open(this.href);return false;
אוועטאר
צים פינטעל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4988
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 31, 2009 11:07 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צים פינטעל »

שאץ ווי זוי גייט הייסן דיין חיבור? מקען שוין געבן מעות קדימה?
הפלא ופלא
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

קרעמער,
א דאנק פאר אייער ערשט-האנטיגער באריגט פון בעד-סטיי, ווי דערמאנט אין די ערשטערע בולעטינען וועט דער סקרענטאנער רב אויך היי יאר אפשטאטן א באזוך אין בעד-סטיי אי"ה די צווייטע טעג סוכות, פאר ביקור גומלין, כל-העולם-כולו בילדער אדער סתם באזכען ביטע זיך ווענדן ביים אפיס פונעם משמש אדער אויפן וועפ-זייטל וו.וו.וו.סקרענטאן.קאם

פארענ-שלאפן,
יא עס איז אריינגעוקמען א שיינע סומע, דער באקאנטער סקרענטאנער גבאי-צדקה ר' מעכיל וואלף גיט איבער אז היי-יאר צוליב די רעסעסיע און שווערע עקענאמישע צייטן וועט 'קופת העיר' פון סקרענטאן פארטיילן כפרות, הושענות און יקנה"ז ליכט פריי אן אפצאהל, דער מארק וועט פארקומען אינעם 'סקרענטאן סקווער' אום עשי"ת, אויף וועט מען דארט קענען קריגען פאר ביליג אויף די ימים טובים; קארטאפל, גרעיפ-ז'וס, וואונדלען, און גארטלעך.

אה ר' אבלי, א איד פון קראקא, קומט אריין אויף א שנאפס, וואס מאכט מען?
איך קלער אז א 'סאמאוואר' איז פילייכט נישט קיין קראקאווער אויסקוועטש עס שמעקט מער אונגאריש, אבער מן-הסתם איז דאס אנגעקומען קיין קראקא ביים ערשטן-קריג, דר'עיקר איז מ'זאל האבן אויסעגעבעטן אלעס גוטס מ'שטיינס געזאגט; מ'ברויך מיר דאך אלע א ישועה ס'א חילוק גאליציע אבער אנגארן, קראקא אדער ניו יארק, סקרענטאן צו בעד-סטיי, כולנו נזכה לשנת גאולה וישועה.

אינטעל, צום פינטעל.

הרב זילבער,
די מעשה איז זייער שיין, איז דאס אייגנס אדער מ'זאגט עס טאקע אויף דעם הייליגען בארדיטשובער?

שאצער רבי'ניו,
זייער שיין די גראמען מיט אלע טעמ'ן, די חידושים און די פירושים, תזכה למצוות ולרב טוב.
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32412
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

איך האב נאך וואס צוצולייגן?

איינער בעסער פונעם צווייטן.
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
למדן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למדן »

ייש"כ פאר די אלע באריכטן און די דרשות.

אנטשולדיגט פאר'ן ווארטן ביז'ן פערטן טאג סליחות, אבער איך האב זיך נאך ביז יעצט נאכנישט געקענט מצמצם זיין און נעמען די צייט אראפצושרייבן א באריכט וויאזוי ס'איז אריבער דער סליחות און די דרשת התעוררות ביי אונז אין ביהמ"ד. איך וועל שוין אבער לענגער נישט אויפהאלטן דעם עולם, און שרייבן אין קורצן בלויז די דברי התעוררות.

ביי אונז אין ביהמ"ד "חברה למדנים", האט זיך אונזער למדן היי יאר געשטעלט אויפן פזמון: במוצאי מנוחה קדמנוך תחילה, הט אזנך ממרום יושב תהלה, לשמוע אל הרנה ואל התפלה.

דער למדן האט צוגעברענגט א ווארט פון הייליגן בני יששכר אין די מאמרים אויף חודש תשרי (מאמר ב' אות ו'), וואו ער שטעלט זיך אויף דעם וואס ס'שטייט אין מדרש, אמר משה לפני הקב״ה, רבונו של עולם כשאתה רואה בניך בצער ואין מי שיבקש עליהם רחמים מיד ענה אותם, אמר לו הקב״ה, משה, חייך בכל שעה שיקראו אותי אני אענה אותם דכתיב כד' אלקינו בכל קראנו אליו, עכ״ל המדרש.

דער בני יששכר פרעגט עטליכע דיוקים דארט אויף דעם מדרש: ערשטנס, אז משה רבינו האט דאך געבעטן אז אפילו ווען ס'וועט ח"ו נישט זיין ווער ס'זאל בעטן, דאך זאל זיי דער באשעפער העלפן, און דא ענטפערט אים דער אויבערשטער, בכל שעה שיקראו אותי אני אענה אותם, הייסט עס אז אויב וועט ח"ו קומען צו א מצב אז ס'וועט נישט זיין ווער ס'זאל בעטן, וועט נישט זיין אני אענה אותם? אויך וואס איז דער לשון וואס השי"ת האט'ן געענטפערט: מיד אני אענה אותם, דער "אני" זעט עפעס אויס איבעריג.

נאר, זאגט דער הייליגער בני יששכר, ס'איז דאך באקאנט וואס ווערט געברענגט אז אויב א מענטש האט מורא מתפלל צו זיין, ווייל אפשר וועלן די מקטריגים מקטרג זיין אויף זיין תפילה אז ער איז נישט ראוי געהאלפן צו ווערן, איז דא דערויף אן עצה, אז מ'זאל לויבן דעם באשעפער אויף דעם ענין אויף וואס מ'ברויך א ישועה, למשל אויב מ'ברויך א רפואה, זאל מען זאגן דרך שבח אז השי"ת איז א רופא חולים און אינזין האבן אינאיינוועגס אויך די רפואה וואס מ'וויל בעטן, און דער אויבערשטער איז דאך א יודע מחשבות און ער וועט שוין אינאיינוועגס אויך ממלא זיין דעם מענטש'ס בקשה וואס ער האט אינזין געהאט, און די מלאכים פארשטייען דאך נישט די מחשבות וועלן זיי נישט קענען מקטרג זיין.

ער טייטשט דערמיט די גמרא אין ברכות (דף לב) לעולם יסדר אדם שבחו של מקום תחילה ואחר כך יתפלל, ווייל וויבאלד ער איז מסדר שבחו של מקום, למשל אז ער איז משבח אז השי"ת איז א רופא חולים, וועלן די מלאכים בעכ"ח יענו אמן און מסכים זיין צו דעם שבח, און דערנאך וועלן זיי שוין נישט קענען מקטרג זיין, ווייל דעמאלט וועט עס אויסזען ח"ו ווי א פגיעה בכבודו של הקב"ה אויב די מקטריגים וועלן ח"ו וועלן אפהאלטן די רפואה נאכדעם וואס ער האט נארוואס געלויבט דעם באשעפער אלס א רופא חולים.

און דאס האט משה רבינו געבעטן, רבונו של עולם כשתהא רואה בניך בצער ואין מי שמבקש עליהם רהמים, אז אויב וועט ח"ו קומען א מצב אז קיינער וועט נישט זיין ראוי צו בעטן אנדעם וואס מ'זאל מורא האבן פאר די מקטריגים, דעמאלט מיד ענה אותם, נאך איידער זיי בעטן בפירוש זייערע בקשות, נאר וויבאלד זיי וועלן זאגן שבחים, און דאס האט אים השי"ת געענטפערט בכל שעה שיקראו "אותי", דאס הייסט אויף אן אופן וואס בלויז דער יודע תעלומות לב קען פארשטיין זייערע מחשבות, און ווען זיי וועלן בלויז אינזין האבן במחשבה וואס קוועטשט זיי, וואס די מלאכים וועלן נישט פארשטיין און נישט קענען מקטרג זיין, דעמאלט "אני" אענה אותם, עכתודה"ק.

אט דעם געדאנק האט דער למדן אריינגעטייטש אינעם נוסח פונעם פזמון:

'במוצאי מנוחה', ווען ס'קומט ליידער א מצב וואס איז מוצא"י מנוח"ה, ס'איז "אויס מנוחה"! ס'איז ליידער א מצב וואס מ'קען נישט זיין במנוחה, מ'קען נישט זיין רואיג ביים מתפלל זיין אז די מקטריגים זאלן נישט מקטרג זיין, און ווער ווייסט צי די תפילות וועלן נתקבל ווערן, דעמאלט איז אבער דא די אויבנדערמאנטע עצה פון 'קדמנו"ך תחילה', אז דער מענטש זאל מסדר זיין שבחו של מקום תחילה ואחר כך יתפלל, קודם זאל ער זאגן תהלות ותשבחות אויף דעם ענין וואס מ'בעט, און אינאיינוועגס שוין אינזין האבן די בקשות, און דאס איז דאך בלויז פאר'ן באשעפער אליינס דער יודע מחשבות וואס וועט פארשטיין די בקשה.

און אט דאס איז מען ווייטער ממשיך: 'הט אזנ"ך ממרום [נאר דער באשעפער אליינס], 'יושב תהל"ה, לשמוע אל הרנה ואל התפלה', קודם וועסטו צוהערן אל הרנ"ה און דורכדעם אויטאמאטיש אויכעט אל התפל"ה. והבן כי קצרתי.

ביים דאווענען דורכאויס די סליחות טעג, דערקענט זיך [עט ליעסט היינט...] די התעוררות פון די הייליגע ווערטער פונעם בני יששכר, ווען ביי לקל ברוך נעימות יתנו, האט מען אינזין יעדעס שבח באזונדער, זורע צדקות, מצמיח ישועות, בורא רפואות, אדון הנפלאות וגו'.

ויה"ר שנזכה כלנו לסדר שבחו של מקום ולהתפלל לפניו כראוי וכנכון, ושיתקבל ברחמים וברצון את תפלתינו, ונזכה להכתב ולהחתם בספרן של צדיקים, לחיים טובים ולשלום, לשנה טובה ומתוקה. אכיה"ר.
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

;l;p- ;l;p-
קנעפעל
שר מאה
תגובות: 169
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 19, 2007 4:53 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנעפעל »

יישר כח הרב מסקרענטאן שליט"א, פאר די דברי התעוררות זייער גיט געזאגט ,מען פילט אז עס זענען געווען דברים היוצאים מלב טהור,
זאגטס מיר ביטע, ווען איר שרייבט נאך דאס טייער ווארט ,זאגענדיג אז איר האט דאס געהערט מפי קדשו פינעם הרה"ק מסאטמאר זי"ע, איז דאס אמת אזוי ווי די גאנצע דרשה איז געהאלטען געווארן? אדער איר האט באמת נאך געהאט די זכי' צי הערן דברות קודש פינעם רבין

למדן שליט"א דאס ווארט פינעם בנ"י ליגט זייער גיט אין די ווערטער, כח לחי
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

קנעפעל האט געשריבן:יישר כח הרב מסקרענטאן שליט"א, פאר די דברי התעוררות זייער גיט געזאגט ,מען פילט אז עס זענען געווען דברים היוצאים מלב טהור,
זאגטס מיר ביטע, ווען איר שרייבט נאך דאס טייער ווארט ,זאגענדיג אז איר האט דאס געהערט מפי קדשו פינעם הרה"ק מסאטמאר זי"ע, איז דאס אמת אזוי ווי די גאנצע דרשה איז געהאלטען געווארן? אדער איר האט באמת נאך געהאט די זכי' צי הערן דברות קודש פינעם רבין

למדן שליט"א דאס ווארט פינעם בנ"י ליגט זייער גיט אין די ווערטער, כח לחי

ליינט די בולט'ע ווערטער בניחותא..
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

מורנו הלמדן,
גאר חשוב, עס שטימט מורא'דיג אין די ווערטער, זייער ווארעם און מיט טעם, השי"ת זאל דיר נאר גוטס באשערן.

הרב קנעפלמאכער,
דער סקרענטאנער רב האט עס געהערט מפ"ק פונעם רבי'ן אזוי ווי ער איז סקרענטאנער רב.
אוועטאר
יאנאש
שר עשרת אלפים
תגובות: 15314
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנאש »

אן הערליכער אשכול מלא תוכן וטעם, יישר כחכם.
נודה לך
שר האלפיים
תגובות: 2779
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 09, 2015 5:47 pm
לאקאציע: אינעם אויבערשטענס הענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נודה לך »

יאנאש האט געשריבן:אן הערליכער אשכול מלא תוכן וטעם, יישר כחכם.
איך דאנק און לויב השי"ת אויף די גרויסע חסדים וואס ער טוט מיט מיר יעדע מינוט
אוועטאר
יצחק אייזיק
שר תשעת אלפים
תגובות: 9998
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 02, 2020 2:25 pm

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יצחק אייזיק »

יאנאש האט געשריבן:
אן הערליכער אשכול מלא תוכן וטעם, יישר כחכם.
הנה תגובתי לפניך, קח ולייק
שרייב תגובה

צוריק צו “אז נדברו”