געהאט א קלאוזינג פאריגע וואך

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18580
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

געהאט א קלאוזינג פאריגע וואך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך_הער »

ב"ה, אז מ'האלט שוין דא, ווי דער עולם ווייסט, איז היינטיגע צייטן זייער שווער מיט די אלע זאכן, אנצוקומען צו א מארגעטזש, און זיך פיינעלי טרעפן דערנאך, איז ממש כקריעת ים סוף, אבער פאוואליע, נאך וואס כאפן, און דערנאך נישט האבן מיט וואס צו פארלענגערן ס'ארטיקל, לאמערעס שרייבן צוביסלעך, און אזוי פראבירן אנפירקלען ווי מער ווארד פעיזשעס, און ווען כ'וועל פילן אז ס'איז שוין כלו כל הקינצן, עמער נישט האבן קיין ברירה, און דאן ענדיגן ס'ארטיקל.

ביידאוועי, איר האט באמערקט אז ביי מיינע ארטיקלען עלעך צווישן איין פאראגראף אינעם אנדערן דריקן צוויי מאל ענטער, אזוי אז ס'בלייבט איין ליידיגע שורה אינצווישן, איר האט אריין געטראכט פארוואס איך טו עס? איר מיינט אז איך טו עס נאר ווייל ס'איז פשוט געשמאקער אזוי צו ליינען? א מכה, איך טו עס ווייל אזוי ווערט פשוט די ווארד פעיזש שנעלער פיניש, און ס'פילן זיך אן מער פעיזשעס אויף א שנעלערן ספיד. (נאכאמאל צוויי ענטער'ס.)

און יעצט עלעך אייך מגלה זיין, אז איך גיי הערשט יעצט אינעם דריטן פאראגראף שרייבן, דאס וואס כ'האב עכט געוואלט שרייבן גראד אין אנפאנג, און דאס איז אז, אין דעם מוד וואס איך בין יעצט, וואונטשעך אלע מיינע שונאים, איר האט נישט קיין אהנונג וויזוי איך פיל, איך וואלט ווען יעצט גערן געקענט באשטיין טאקע צו האלטן נאכן דאווענען, פרישטאג אימער נישט אזוי וויכטיג יעצט, (כ'בין פשוט נישט אין די מוד צו עסן, איך האבעס גרייט לעבן מיר.) און זיך אריין לייגן אין בעט, און אריין ציען א ניינער'ל ביז מנחה, אזוי פיל איך יעצט, וואס ס'גייט זיין באלד, ווייסעך נישט.

אויף וואס אנצולייגן מיין פארריקטע מוד, קענעך נישט פונקטליך אנצייגן, ס'קען זיין אז דאס זיך לייגן יעדע נאכט אין די נאכט אריין קלאפט אויס פון צייט צו צייט, ס'קען זיין אז נישט אלעס האטצעך אויסגעשטעלט אזוי ווי ס'וואלט מיר געשמעקט, אין הכי נמי, אז כ'האבעס שוין געוואוסט פאריגע וואך, אבער ביז יעצט איז מיר געלונגען זיך צו שטארקן, אבער צו די נייע וואך, ווען די פראבלעמען פאטשן גרינגער אין פנים, איז אביסל שווערער זיך צו האלטן אין די ראמען, אלענפאלס, דאסיז וואס איך פיל.

אקעי, אזוי שרייבן'דיג דא, קומט מיר ארויף אויף די מחשבה, (איר ווייסטעך שוין אז איך שרייב אקוראט וואס איך טראכט, סאו זאלט איר נישט ברוגז זיין.) דאס מיט וואס מ'שטאפטצעך יעדן טאג, מיט אמונה און בטחון, און ס'קומט מיר צו טראכטן, אז באמת פארוואס זאלעך טאקע זיין אין אזא מוד, דער פון אויבן האטעך אזוי אלעס אנגעשטעלט, און ער מיינטעך נאר מיין גוטס, נו, נאכוואס ברויכעך צו זיין אין אט דעם מוד, ס'איז א עכטע גוטע קשיא, און איך האף אז ווען איך וועל שוין זיין פארטיג מיטן ארטיקל, וועט מיין פארריקטע מוד אויך אנטרינען ווערן, כ'האף נאר אז דער עולם דא זאלעס נישט קעטשן, (ביז דא האטצעך געשריבן פליסיג, דא האבעך אנגעפאנגען צו קלאצן, איך קען נישט טראכטן צו איך קלאץ ווייל איך טראכט וואס צו שרייבן, צו איך קלאץ וועגן מיין מוד.)

מ'האמער אקארשט אפגעמאכט, אז וויבאלד פת שחרית איז א מצוה, ( וואסיזעס טאקע? א מצוה? הלכה? מנהג? איך דענק שוין נישט, לאמערעס לאזן פאר די תלמידי חכמים דא, און אין איינוועגס זיי אביסל אוועק שלעפן פונעם שמעלץ טאפ.) גיי איך מיך יא יעצט וואשן, אפגעזען פון וואסארא מוד איך בין, איך וועל ממשיך זיין צו שרייבן, אינמיטן עסן. (מ'מעג, אמת? ס'איז נישט אזוי ווי רעדן.)

WOW, א לאנגע סטאפ געוועזן, מ'האמער קודם געמאכט א קורצע מענטשליכע אויל טשעינזש, דערנאך איז אונז עפעס אין געדאנק ארויף געקומען די נייע אמר ר' עקיבא ניגון, און מיר האבן זיך עס צוזינגען, אויף אזוי ווייט, אז מיר האבן זיך ארויס געלאזט מיט איינע פון די מיטארבעטער אין א קורצע רקידה'לע, און הערשט דערנאך זיך געגאנגען א וואש טון, סאו די לעיטעסד אפדעיט פון די פארריקטע מוד איז, אז ס'האטצעך שוין אביסל צולאזט, דער מצב (נע נישט דאס וואס ס'האט מיר געמאכט אינעם אזוי פארריקטן מוד, איך רעד פון מיין מצב.) זעט שוין אויס אביסל בעסער, לאמער האפן אז ס'וועטצעך באלד אינגאנצן אויסקלארן.

לאמער אביסל קוקן אויף די פאזיטיוו זייט, ס'רעבעצין האט אנגעגרייט א פיינעם פרישטאג, א טונא סענדוויטש, מיט א קאנטעינער וועזשטעבל סאלאט, נו שוין, וואס דארף מען מער פון דעם, איך בין שוין זאט. האמער שוין געטרינקען אויך, און דערווייל פילן זיך אן די פעיזשעס.

איך האמעך אזוי איבערגעטראכט, און ס'איז ביי מיר געבליבן אז איך גיי יא זאגן א ערענסטע חלק וואס האט צוגעפירט צו מיין אויבנדערמאנטע מוד, און אפשר וועטצעך מאכן דא איינער פארוועם ס'קען זיין אינטערעסאנט, עטצעכעס שוין באלד האבן אויסגעצאלט, וואודעראום אז ס'וועט פאר קיינעם נישט זיין אינטערעסאנט, גלייבעך אבער אז ברכות וועלן זעכער פליען פון אלע זייטן, נו, און פארדעם אליינ'ס צאלטצעכעס נישט אויס? און ווער רעדט נאך אז ס'פילט אן נאך א שטיקל פעיזש.

איז די זאך אזוי, איך גייעס שרייבן זייער בקיצור, וועגן גילו פראבלעמען, באט איך האף אז דער עולם וועט פארשטיין בערך דעם מצב, איך האב א ביזנעס אויף וואס איך האב אנגעהויבן צו ארבעטן ארום צוויי יאר צוריק, פארן פאבליק האמערעס געעפענט ארום א יאר צוריק, מ'האט שוין אריין געלייגט דערין זייער זייער אסאך געלט, און עס אוו נאו, איז די ביזנעס אויפגעשטעלט, אבער, דא קומט די גרויסע אבער, יעצט ווען די נעקסטע סטעפ איז, עדווערטייזמענט, האבעך (און מיינע שותפים אויך נישט.) שוין נישט קיין פרוטה ביי די נשמה דערפאר, און די גאנצע ביזנעס איז אין קאן, איך דריי נאך אביסל ארום, קרעדיט קארד, הלוואות, באט איך פיל אז ס'גייט טיפער ווי איך וויל, און אויף וואס מ'ווארט יעצט איז, אויף אן אינוועסטער, ס'איז דא ביזנעס פלען, וואס ס'שרייבט פאר, אז מ'דארף נאך אריין לייגן נאך עטליכע (אפאר עטליכע) הונדערט טויזענט דאלער, (צוטיילט פאר די קומענדיגע אכצן חדשים ביז צוויי יאר) פאר עדווערטייזמענט, עטליכע אפגרעידס אויף די סייט, (ס'איז א אנליין ביזנעס.) און נאך פארשידענע זאכן, און לויט די פלען, וועט מען אי"ה אנהייבן פראפיטירן אין איינס אהאלב ביז צוויי יאר.

סאו פאריגע וואך האט שוין כמעט געהייסן אז מ'האמער איינעם, אבער דערווייל ציטצעכעס נאך, און איך ווייס אפילו נישט צו ס'וועט עפעס ווערן דערפון, און איך פארשטיי זייער קלאר, אז אויב ס'וועט נישט ווערן, איזעס ווייל ס'איז אנגעשריבן אויבן אין הימל אזוי, און ס'איז זעכער גוט פאר מיר אזוי, אבער אסאך מאל ווען מ'נעמט אריין א ביטערע מעדעצין, כאטש מ'ווייסט אז ס'איז וויכטיג פארן מענטש, טוטעס נאך אלץ וויי, און מ'קען אמאל אפילו שרייען, סאו ביז היינט האבעך מיך איינגעהאלטן, באט היינט האטעס אויסגעקלאפט און מיין צוריקטע מוד, למעשה, ווי געשריבן אויבן, פילעך שוין יעצט בעסער, און גראדע נאכן ארויס שרייבן די פראבלעם, ווערטעס נאך בעסער, זאל דער פון אויבן העלפן ווייטער.

פארוואס האבעכעס אייך פארציילט, אז אויב ס'מאכטצעך איינער דא וואסיז ערענסט אינטערעסירט, קענער זיך ווענדן צו מיר אין אישית, אבער נאכאמאל איך בין בכלל נישט אינטערעסירט זיך אויסצופויקן פאר יעדן, אז איינער טראכט אז ער האט נישט די פאר הונדערט טויזענט דאלער אריין צו לייגן אין א ביזנעס וואס מיטן באשעפער'ס הילף האטעס זייער גוטע פאטענשל'ס, (ס'איז נישט נאר אז איך זאג אזוי, נאר צו יעדן צו וועם מ'רעדט דערוועגן.) זאלער זיך ניטאמאל נעמען די מיה, צו ווערן נייגעריג און טראכטן, אז ער וויל זייער שטארק וויסן פון וואס איך רעד, ווייל אז דו האסט נישט איז נישט, לייג נישט קיין פרעשור, געב אפ דיין ברכה, און איך וועלעס אקצעפטירן מיטן גאנצן הארץ.

אקעי, גענוג געווען מיט די ביזנעס אפטיילונג, כ'מיין סידעך אין קרעטשמע און בכלל נישט אין די ביזנעס אפטיילונג, אבער כ'האמעך שוין צושריבן, זאלעס זיין אזוי, און איך מיין אז יעצט אישוין צייט זיך צו ווענדן צום קעפל פונעם ארטיקל, וואס דערווייל האט מען נאך קיין איין ווארט אינעם ארטיקל, דערפון נישט גערעדט.

סאו וואסיז נאר די קעפל? אה, וועגן די קלאוזינג וואס כ'האב געהאט. ס'איז גראדע נישט קיין גרויסע זאכן צו פארציילן, איר זענטעך שוין צוגעוואוינט אז מיינע הקדמות זענען די ארטיקל, און די גאנצע מעשה איז קוים איינס אדער צוויי, (אדער מער.) פאראגראף'ס, (איך באווארן מיך, אז טאמער איר וועטצעך צוזאם קלאפן די הענט און טראכטן, נעבעך דאסי די גאנצע מעשה? פארדעם האטער מיך אויפגהאלטן אזוי לאנג? [איך ווייס אז איר גייטצעך רעגן, אז איך וואלטעס געדארפט לאזן וויסן פריער, נישט יעצט ביי די ענד, באט ס'באדערט מיך נישט, ווייל מיין עקספיריענס האט באוויזן, אז איר פאלגט סייווי נישט.] פארדעם לאזעך אייך וויסן, אז איר זאלטצעך נישט רעכטן אויף עפעס ווייסעך וואס, [נו אז דו ווייסט וואס, זאג.]) נו, הייב שוין אן צו רעדן, שלעפ שוין נישט אזויפיל.

איי וואסיז דא צו רעדן פון א פשוט'ע קלאוזינג, (ס'טע געזען אזאנס, שוין ווייטער דרייטער, איך האשוין באלד מורא, אז די גאנצע קלאוזינג איז לא דובים ולא יער, [נעבאדע נישט, קעמען דען קלאוזן אויף בערן, {שוין האטער קשיות, אז אויף א יער קעמען יא קלאוזן, קשיות זאלסטו פרעגן פסח אויף דערנאכט}]) סיז טאקע גארנישט דא פון וואס צו רעדן, פלעין פארציילן וויזוי ס'איז אדורך און שוין.

איזעס געווען פאריגע וואך, אזוי ווי איך פאר צו די ארבעט יעדן טאג בערך די זעלבע צייט, (פאר דריי סיבות שרייבעך נישט ארויס די זייגער, איינס ווייל ס'איז נישט ממש די זעלבע צייט, צווייטענס, וועגן גילוי, און דריטענס, ווייל איך וויל נישט אז מיינע שותפים זאלן וויסן אז איך פאר אזוי שפעט.) בינעך פאריגע וואך אויך ארויס געפארן צו די ארבעט, און איר ווייסט וואס די אינטערעסאנסטע זאך איז? (פון וואו זאלט איר דען וויסן, אז איך האבעס אייך נאכנישט געזאגט?) אז איך בין ניטאמאל געווען געראכטן אז די קלאוזינג גייט פארקומען, איר ווייסטעך אז די בענק שלעפן היינט ארום אז ס'איז א שרעק, מ'קען היינט צוטאגס ווארטן אויף א קלאוזינג, חדשים. (וויזוי קעמען היינט צוטאגס ווארטן חדשים? א קשיא אויף איכער.) און ווי לאנג איך האב געווארט אויף א קלאוזינג אז כ'האשוין כמעט פארגעסן אפילו אז איך ווארט דערויף, און אלל אוו עי סאדן, איך האנישט באקומען קיין איין פאון קאל פון פאראויס, נאר פאר מיינע אויגן האבעך געזען א גרויסע סיין, "רייט לעין קלאוסד" איך ליין מיר אזוי הויעך פאר, וואס גייט דא פאר, א קלאוזינג אויפן טראוועי? זענען זיי נארמאל? באט ווען נישט איך זע עס מיט מיינע אייגענע אויגן, וואלטעכעס לכאורה נישט (אה יע, שאר וואלסטו.) געגלייבט, ס'האט נישט גענומען מער ווי נאך א מינוט פארן בערך, און די קלאוזינג איז געווען א געשעענע פאקט, סאו עס אוו נאו, האלטן מיר שוין ב"ה נאך די קלאוזינג, ב"ה מ'האלט שוין דא, זאל דער אויבן העלפן ווייטער, אז אלע מיינע פראבלעמען זאלן ווערן אזוי שנעל געסאלווט א-ווי דעי קלאוזינג.

גוט איך דארף בענטשן, סאו איך גיי נאך לאזן אפן די ווארד פייל, אז אויב ס'וועט מיר נאך עפעס פייבאלן נאכן בענטשן, עלעכעס דאן צולייגן.

שוין דא צוריק, (סינישט אזוי שנעל וואו דו מיינסט, איך האב בכלל נישט געכיפערט ס'בענטשן.) און איך האב גארנישט וואס צו צולייגן, סאו איך מיין אז ס'איז רעדי צו ווערן געפאוסטעד, וואס זאגט עטץ? הא?

ס'טאקע נישט קיין גאנצע צען טויזענט קערעקטער'ס, באט כמעט צען טויזענט איזעס, מיינעך אז ס'איז גענוג פאר יעצט, און ווי אויך קען דאך זיין אז ס'איז צוגעקומען נאך עטליכע תגובות צו ליינען, סאו מתי אעשה גם אנכי לקרעטשמע, (גיי ווייס וואו ס'קומט דא אריין.) כ'מיין מ'קען דאך נישט נאר שרייבן, מ'מידעך עפעס ליינען אויך, סאו עטעטץ מוזן (מוזן? עטץ מוזטס נישט.) זיין צופרידן דערמיט און פארטיג.

ס'פעלט נאך ארום הונדערט און פופציג קערעקטער'ס צו צען טויזענט זאלעך ממשיך זיין צו האקן אין קאפ אריין, אדער לאזן אזוי ווי ס'איז? שוין גענוג געהאקט, הא? וואס זאגט עטץ? איר ווייסט, ס'איז נישט שיין פון ענק, ענדליך נעמטצעך איינער די מיה, (די וואס?) און פרעגטענק שוין וואס צו טון, און קיינער, און ווען כ'שרייב קיינער, מיינעך טאקע קיינער, ענטפערט נישט, הזאת נחמי? וואו איז אביסל מענטשליכקייט, הא? עניוועי, ס'אינטערעסירט מיך לגמרי נישט וואס איר האלט, אז איר ווילט נישט ענטפערן, וועלעך מיך אליינס דעסידירן (ס'איז דא אזא ווארט?) וואס צו טון. דאכצעמער אז ס'האלט שוין מער ווי צען טויזענט, לאמעך געבן א קוק, יאפס, ס'איז אווער, זייטס געזונט.)

כדאי נישט צו ענדיגן מיט א רינגל, שרייבעך נאך די פאר ווערטער, איר זאלט מיר אלע האבן א גוט געבענטשט יאר, און א כתיבה וחתימה טובה.
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14263
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

איז לאמיר דיר געבן מיינע ברכות זאלסט קענען קלאוזן און קלאוזן, פון קליינע דירה'לעך זאלסטו קלאוזן ריזיגע געביידעס און מרויח זיין א באנטש געלט.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
אוועטאר
bailout
שר האלפיים
תגובות: 2210
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 25, 2008 10:27 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך bailout »

שוין האמער עס אפגעליינט, כ'ווייס נאך אלץ נישט פאר זיכער צו די האסט געקלאזט צו נישט, איך וואונטש דיר נאר אז די זאלסט מאכן אסאך געלט!
איזאק
שר האלפיים
תגובות: 2324
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 12, 2007 11:55 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איזאק »

אההההההה, ענדליך א הקדמה !!!! הו קערס יא ארטיקל נישט ארטיקל, דער עיקר איז אן הקדמה מיט אלע מיני סארט רינגען אזוי מ'זאל וויסן אז איכער איז נאך געהעריג בתוקפו און ער וועפט נאך נישט, זייער פיין הנאה געהאט פונעם גאנצן ארטיקל.
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

משום גילוי וועל איך נישט זאגען 'טיפיקל' איך-הער...

אבער אזויפיל קען איך דיר יא זאגען, האסט מיר געמאכט טראכטן א מינוט איבער דיין מצב, און איך בין געקומען צום אויספיר אז די פמליא של מעלה (כאילו איך ווייס וואס דארט טוט זיך) האבן געווארט אויף אזא סארט "אמר רבי עקיבא" טענצל פון 2 אידעלעך אין אן ארבעטס אפיס (משום גילוי: מיט די בלויע ארבעטס קליידער), און דערפאר האט מען דיר אונטערגעריקט אזא גיסטע וואס איז געווענליך גוט פאר די שונאים.

יעצט אז דאס טענצל איז שוין פארטיג, קען זיך דאס רעדל געבן א פלינקן דריי צו רעכטס, מען זאל טרעפן אן אינוועסטירער, און די ביזנעס זאל מצליח זיין שטארקער ווי געראכטן!
אוועטאר
יגרסהדותא
מ. ראש הקהל
תגובות: 3687
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 03, 2006 10:14 am
לאקאציע: קאר וואש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יגרסהדותא »

געליינט ווי א טיפוש דאס גאנצע, הנאה געהאט האב איך, צו מ'מעג שרייבן אינמיטן עסן? גוטע קשיא, ליינען דיין תגובה זיכער נישט, די אייער שפייז איז מיר קאלט געווארן.
אוועטאר
סתם_אזוי
שר ששת אלפים
תגובות: 6112
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 24, 2008 4:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סתם_אזוי »

הערשט יעצט אנגעקומען צו ליינען.

איך מוז דיר זאגן אז היינט בין איך אויפגעשטאנען אין די זעלבע גיסטע וואס דו האסט געהאט אנפאנג ארטיקל. (פאר אנדערע ריזענס...) אבער נאך אזא פרייליכע קלאוזינג וואס דו האסט געהאט, ווער קען נאך יעצט זיין פאריקט?

שכח!
איך האב עס געזאגט.... סתם אזוי. איך האב עס געפרעגט.... סתם אזוי.
אוועטאר
יאנאש
שר עשרת אלפים
תגובות: 15314
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנאש »

פיין אנגעדרייט א קאשע, זייער פיין איינגערעדט אז דאס איז סיריעס סטאף.

ביידיוועי, קענעך ווערן א שותף?
אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18580
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך_הער »

יעדער האטצעך געקענט איינהאלטן, (מ'קען מיינען ווער יעדער, איך רעד פון די אכט וואס האבן עס געליינט.....) און נאר יאנאש מוז מאכן ליצנות, מ'האמער אפגעמאכט אז ווער ס'מיינטעס ערענסט, קומט אין אישי, סאו אז דו קומסט דא, מיינסטו חוזק צו מאכן, פארוואס טוסטו דאס צו מיר, האב איך דאס געטון אמאל צו דיר?.........
אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 12250
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געלעגער »

הער סעקרעטאר, דיין מודס פין וואס די רעץ דא מאכט זיך ביי די שענעסטע משפחות, (והא ראי' ס'איז דאך געשעהן ביי דיר...)
איך האב געליינט דיין מוד סווינג צוזאמען מיט גרויזיס מוד ארטיקעל, ס'איז געוועהן אזויווי האט ענד קאלד.

איך וויל דיר נאר אויסבעסערן די שרייבסט אז די האסט געהאט א קלויזינג, ס'איז נישט אזוי אמת, די קענסט זאגען אז די האסט געזעהן א קלויזינג אדער אז די האסט מיטגעהאלטען א קלויזינג, האסט דוך באגעגענט מיט א קלויזינג, אבער א קלויזינג איז נישט קיין זאך וואס מ'טראגט ארום,
פליפן האט מען שוין געהערט, אז איינער האט א פליפ, למשל ווען מ'פליפט א דאללער צו פיר קוואדערס דעמאלטס האט מען א פליפ, אבער א קלויזינג? נאך נישט געהערט דערפון,

עניוועי אויב זיכסטו א אינוועסטער ביטע זיך א צווייטען, אויב אבער נעמסטו פ.ס. פארבונד דיך מיט מיר אין איש'ס,
איך האב נישט די קארטעל אויף מיר אבער די נאמבערס איז אויך גוט,
אוועטאר
סאכדעס
שר שלשים אלף
תגובות: 31438
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאכדעס »

איי איי איי כערל כערל, וואס דו טוסט דא מיט אונז.

כעל דיר זאגן ס'אמת, פון אנפאנג האב איך געשפירט אז דו רעדסט פון א קלאוזינג לייק די ראוד קלאוזינג.

כאב געלאכט און געוויינט, זאל דער אויבערשטער העלפן.
פקודתו פון התאחדות שמרה רוחי!
והוא פלאי
שר האלפיים
תגובות: 2754
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 23, 2009 3:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך והוא פלאי »

קלאוזען אן ארטיקעל איז אויך א קלאוזינג?
איז דער ביזנעס פלען סימעלער צו דעם ארטיקעל? אפי' ווען יא רוב אמעריקע מאכט אסאך געלט פון אזעלכ פלענס וואס זאגט און זאגט און זאגט גארנישט, ווייל צו מאכן געלט דארף מען האבען מזל נישט א פלאן, ושבעה דברים אין אדם יודע ואחד מהם במה פרנסתו, סאו פרנסה ארבעט בערך אזויווי דער מאמר וואס קיינער וויסט נישט ווי עס גייט אנקומען. איין זאך האסטו ריוח ברכות פון גוטע פריינד, און ווי דער ראדישיצער האט געזאגט אז ביי א גוטן פריינט קען מען געהאלפן ווערן מער ווי ביי א רבי'ן, און א ברכה ווען א מענטש איז אויפגעלייגט איז דער בעסטע ברכה, ממילא מאכסטו דעם עולם גוט אויפגעלייגט, באקומסטו גוטע ברכות מתוך שמחה וטוב לב, עכ"פ איך זעה אז די האסט יא א גוטע פלאן והא ראי' די האסט א גוטן פלאן צן באקומן ברכות, זאלסטו אודאי מצליח זיין מיט דיין געשעפט, דער רבי פון לובלין זאגט מען זאל מתפלל זיין אויף א פלאן נישט סתם, זענען מיר אלע נתפלל פאר דיין פלאן עס זאל מצליח זיין, און צדיקים האבן געזאגט אז יעדער געשעפט קען מצליח זיין עס זאל נאר האבן חן ביים געשעפטס מאן אליין, אבער דיין פלאן האט חן, זאלסטו אודאי מצליח זיין למעלה מהמשוער, זאלסט האבן. א פלאן אויף למעלה מן המשוער, איי וויאזוי פלאנירט מען מער ווי געראכטן. מה נפשך? אבער זיי מצליח, עס גייט אויף די נערווען פיל דעם טעם וואס די טוסט, אבער אין דער ענד באקומסט דו א ברכה, אפשר המתפלל. בעד חבירו והוא צריך לאותו דבר היא נענה תחילה, בקיצור איך קען נישט ציילען קערעקטערס, לאז מיך וויסן ביי וויפיל די האלטסט, בל אופן הצלחה
למה זה תשאל לשמי...
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32412
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

יאפ, ס'האט מיר גענומען א וואך, (אדער מער, (אינ'אמת'ן קען איך צוריקמישן און קוקן די דעיט ווען דו האסטעס ארויפגעלייגט, אבער איך האב זייער געוואלט האבן אין מיין תגובה פון די () סארט זאכן, האב איך אזוי געשריבן)) אנצוקומען צו די ארטיקל, אבער צום סוף בינעך אנגעקומען. (כאילו ווען איך שרייבעס ווען נישט, וואלסטו ווען נישט געוויסט.)

יעצט איז אזוי, איך האב הנאה צו הערן אז די ביזנעס איז שוין אויפגעשטעלט, און מ'דארף יעצט נאר די עדדוייטייזמענט, און געלט, (ס'דערמאנט מיך פון א יוד וואס האט געזאגט, רבש"ע, א עושר בינעך שוין, יעצט דארף איך נאר געלט..) איך זעלבסט, האב נישט דאס געלט עוועילעבל, אבער איך האב אפאר גוטע איידיעס, כ'מיין צו זאגן געוויסע מענטשען וואס קענען זיין אינטערעסירט, אבער איך וועל דאס שוין טוהן אין אישית, אויב ס'וועט אויסקוקן מער אונטערעסאנט.

ווייטער וועגן דיין ר' עקיבא טאנץ, ס'איז א מורא'דיגע מעשה, א_וואו קרעמער האט שוין געזאגט, "אין הימל האט מען געווארט אויף דעם טאנץ", און מיט שמחה קען מען אלעס פויעלן.. (אההה, כ'דערמאן מיך, מיכאל האט אויף דעם א שיינע ניגון.. "מיט שמחה פון אלע צרות זיך ארויסדרייען"..)

אה, און וועגן דיין ארטיקל, איז די מעשה אזוי, איך האב עס דורכגעליינט, איך האב אנגעפאנגען צו טראכטן אז דו האסט געקלאוז'ד אויף א ביזנעס לאון, אדער דאס גלייכן, איך האב מיט גרויס הנאה געליינט דיין הקדמה, און מיין פארגענוגן האצעך געהויבן פון מינוט צו מינוט, א_וואו איזאק האט שוין ערווענט, ס'האט מיך געגעבן אזא דערמאן, העי וויכי, דו ביסט דא אין קרעטשמע, איכער איז דא מיט זיינע הקדמות פול פארס.. סטראנגער דען עווער.. ס'איז גוטע צייטן.

אבער ווען איך בין אנגעקומען צו די עצם קלאוזינג, איך מוז דיר מודה זיין, דו האסט מיך געפיהרט אויף א רייד, איך האב געגעבן א פלאץ אויס.. און נאכאמאל, איך זאג דיר קלאר, ווען נישט די הקדמה, ווייסעך נישט צו ס'וואלט געווען אזוי אינטערעסאנט, אבער נאך אזא הקדמה, ווי מיין מחשבה שטעלט מיך אריין אין דיין מצב, און איך טראכט שוין וויזוי די קלאוזינג איז צוגעגאנגען, און דא, באם!! דו געסט אזא קלאוז די סאבדזשעקט.. יאפ איכער, האסט געמאכט מיט מיר די זאך.

עניוועי, א ברכה קענסטע זיכער נוצן, ויתן לך אלוקים מטל השמים, ויתן ויחזור ויתן, דער אייבערשטער זאל דיר געבן פרנסה בהרחבה, ובניקל.. און ס'זאל זיך גיסן השפעות טובות, און אלע גוטע זאכן.

און פאר איך בין מסיים, וויל איך מקיים זיין א בפירושע איכער, ווי ער שרייבט "איר האט הנאה געהאט? לאזט דאס וויסן".. יא איכער, כאב הנאה געהאט.
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”