אייערע איבערלעבענישן און סדר היום - פורים ערב שבת תשפ"א
די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער
- אסדר לסעודתא
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 11191
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm
אייערע איבערלעבענישן און סדר היום - פורים ערב שבת תשפ"א
ברוכים הבאים.
קומטס אריין קלאר...
איך שעם זיך נאך מיט מיין עקספיריענס, אבער איך גלייב אז אנדערע האב געהאט ענליכס. לאמיר קודם הערן פון אנדערע וויאזוי זייער פורים איז אדורך...

Re: אייערע איבערלעבענישן און סדר היום - פורים ערב שבת תשפ"א
מיין ערפארונג האלט נאך טיף אינמיטן...
א שווערע הענגאווער געהאט דעם שבת.
ב"ה אביסל יסורים פאר'ן אויבערשטנ'ס וועגן...

מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
- בעל דמיון
- שר האלף
- תגובות: 1775
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 09, 2012 9:34 pm
- לאקאציע: בביתי נאוה קודש, ליד ה״שלחן ערוך״
Re: אייערע איבערלעבענישן און סדר היום - פורים ערב שבת תשפ"א
כ'געדענק נישט...
The bitterness of poor quality remains long after the sweetness of low price is forgotten
- שנייאיגע ווינטער
- שר העשר
- תגובות: 32
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 11, 2021 6:40 pm
Re: אייערע איבערלעבענישן און סדר היום - פורים ערב שבת תשפ"א
געשריבן אינעם אנדערן אשכול (נישט באמערקט דעם אשכול).
שנייאיגע ווינטער האט געשריבן:מיינען צוויי צענט פונעם פארלאפענעם פורים'דיגע ער"ש..
כ'גלייב כ'גיי מיך מער קיינמאל אנטרינקען ער"ש שחל בו פורים.. (נעקסטע מאל עס פאלט אויס איז אין פיר יאר ארום, תשפ"ה)
היי יאר האבעך מיר געהעריג אנגעטרינקען מיטן כוונה צו מקיים זיין דעם עד שלא ידע, אבער למעשה האט די ניכטער'קייט געוואונען.. כ'בין געווען אביסל לעבעדיג, אבער מיין מוח איז געווען פולי אין קאנטראל..
דאס איז אבער געווען אן השגחה פרטית, ווייל וואס כ'האב שפעטער צוגעזען אין מקווה און שפעטער אין ביהמ"ד, האט מיר אביסל שאקירט, און כ'וויל בשו"א נישט זיין אין די מצב און סיטואציע (דאפלטע לשון? כ'ווייס).. כ'בין נישט קיינעם'ס משגיח, אבער פאר מיר איז דאס שוין נעקסט לעוועל.
אסאך קען זיך נאך טוישן אין פיר יאר, אבער כ'גלייב נישט כ'גיי מיך נאכאמאל אנטרינקען אין אז א מין יאר.
____________
יעצט קען מען זיך אריבערציען צום נעקסטן סטאפ, שבת קודש שחל בו ערב פסח!
- עכט נארמאל
- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 398
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 03, 2020 4:07 pm
- לאקאציע: אין כולל
Re: אייערע איבערלעבענישן און סדר היום - פורים ערב שבת תשפ"א
בעל דמיון האט געשריבן:כ'געדענק נישט...
\
-
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3792
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 04, 2010 11:08 am
- לאקאציע: ערגעצוואו
Re: אייערע איבערלעבענישן און סדר היום - פורים ערב שבת תשפ"א
תהלים
שחרית
משלוח מנות
געשטעלט די לעכט
זיך געוואשן עטוואס נאך חצות אינדערהיים
געטרונקען
אריבער אין ביהמ"ד צו די סעודה ברוב עם, געטרונקען און געטאנצן עד כלות, כ'פארשטיי גראדע נישט וואס מיינע קינדער טענה'ן אז כ'האב געטאנצן פאני....
געבענטשט זאל זיין דער וואס האט פארזיכערט אז 4:15 ווערט די מוזיק אויסגעלאשן, ווייל כ'האב אזוי ארום עספיעט אנצוקומען אהיים, כ'געדענק נישט וויאזוי - אבער כ'געדענק זיך זיצן ביים טיש און בענטשן און זאגן על הניסים, געכאפט א דרייפערטל שעה שלאף, געשויערט און עספיעט אנצוצינדן די שמן זית ליכט הגם די רביצין האט גע'טענה'ט אז כ'וואק נאכנישט גראד... געגאנגען אין ביהמ"ד, גע'מנחה'ט מיט קולות (געווען שוין האלב ניכטער... אבער נישט גענוג זיך צו איינהאלטן).
אריינגעשפרינגען אין מקוה מיט די גלעזער און ארויפגעקומען צו א קבלת שבת געפראוועט ביי די וואן ענד אנלי, אינמיטן דאווענען פרעגט מיר איינער פארוואס כ'האב א מאסק... און פארברענגט נאכן דאווענען ביי א קומזיץ ביז כ'האב געשפירט האלב ניכטער.
די סעודה האט געדויערט געך, און ניין דרייסיג האמיר שוין געהאלטן ביים ערשטן חלום, אזוי אין איין שאס ביז סוזק"ש.
ס"ה - דאס נישט אריינפארן צו די עלטערן אויף פורים איז געווען אן עצה הוגנת, ב"ה פאר דעם

געשטימט פאר ראשעק הול
-
- שר שבעת אלפים
- תגובות: 7980
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 10, 2019 10:22 am
Re: אייערע איבערלעבענישן און סדר היום - פורים ערב שבת תשפ"א
Anyone can bring over video cameras from every shul from yesterday night
- sheetrock
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 14217
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 29, 2017 4:42 pm
- לאקאציע: אויפן קאוטש
Re: אייערע איבערלעבענישן און סדר היום - פורים ערב שבת תשפ"א
כ'בין געווען פיין אנגעטרינקן פון 2'ע נאכמיטאג בערך. איינע פון די זאכן וואס איך געדענק איז א מנהל האט מיר געקאלט, פרייטאג צונאכטס בערך 10:30 בינעך אויפגעשטאנען און כ'האב מיר דערמאנט אז ער האט מיר געקאלט כ'האב אבער נישט געוויסט פארוואס, כ'האב מורא געהאט אז כ'האב געשריבן זאכן אויף אייוועלט און.... מוצאי שבת נאכן זמן האבעך האבעך גראד געטשעקט אויב מיין ניק איז נאך אפן און יאפ ב"ה. כ'בין שוין געוואויר געווארן אז יענע מנהל האט מיר נאר געוואלט אנוואונטשן.
כ'האב באקמען א ידועה פון איינעם אז כ'האב איבערגעלאזט ביי אים מיין גארטעל מיט מיין יונגעל'ס פורים הוט און ס'שטייט גרייט אויפצופיקן.

איך האב אייך נאר געוואלט זאגן אז: ווען דו שרייבסט עפעס פאר מיר און דו ווילסט אז איך זאל עס זעהן, ציטיר מיר.
- פאטאקי08
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 13894
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
- פארבינד זיך:
Re: אייערע איבערלעבענישן און סדר היום - פורים ערב שבת תשפ"א
נעקסטע מאל קומט עס אויס אין דריי יאר ארום תשפה דערנאך די נעקסטע מאל נישט פאר 20 יאר דערויף תתה
Re: אייערע איבערלעבענישן און סדר היום - פורים ערב שבת תשפ"א
ב"ה זייער הנאה געהאט. געדאווענט שחרית ביז עלעווע, אהיימגעקומען, געליינט די מגילה פאר די ב"ב, געשיקט די קינדער מיט שלאכמאנעס פאר די שכנים, אנגעגרייט די שבת לעכט. 12:30 זיך איינגעפאקט וואס מ'דארף און אריבער מיט'ן קאר צום שווער פאר די סעודה, געגעסן, געטרינקן און געטאנצן עד דלא ידע און אום צווייע האמיר זיך ארויסגעלאזט צעפוסענס מאכן מיינע סטאפס ביי רבנים ואנשי שם. זעמיר אנגעקומען אהיים קרוב צו פירע שנעל געכאפט א מקוה (ווי די מוזיק האט געבאמבערט), דערנאך אריינגעפאלן און בעט ביז'ן זמן. אנקומענדיק אין ביהמ"ד האמיר באגעגנט די וואס האבן זיך נישט אויסגעטשוכעט פאר שבת און ס'געווען ליהודים.
מצידי זאל זיין פורים יעדעס יאר פרייטאג
מצידי זאל זיין פורים יעדעס יאר פרייטאג
כ'הא נישט קיין צייט יעצט; רוף מיך צוריק נאכמיטאג
-
- שר שבעת אלפים
- תגובות: 7980
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 10, 2019 10:22 am
Re: אייערע איבערלעבענישן און סדר היום - פורים ערב שבת תשפ"א
מקווה איז גיין קולות מיט שכרים
Re: אייערע איבערלעבענישן און סדר היום - פורים ערב שבת תשפ"א
זייער פיין אויסגעארבעט, בעסער ווי געראכטן. די מנחה/קב"ש געווען לעילה ולעילה.
-
- שר שבעת אלפים
- תגובות: 7980
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 10, 2019 10:22 am
Re: אייערע איבערלעבענישן און סדר היום - פורים ערב שבת תשפ"א
פעשען האט געשריבן:זייער פיין אויסגעארבעט, בעסער ווי געראכטן. די מנחה/קב"ש געווען לעילה ולעילה.
Its was taking over 2 hours and whole shul was up side down
-
- שר חמש מאות
- תגובות: 731
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 08, 2019 12:08 am
Re: אייערע איבערלעבענישן און סדר היום - פורים ערב שבת תשפ"א
זיך געיאגט אהיים אנציגרייטען דעם שבת, געשיקטער הייט אנגעגרייט די לעכט אין די בלעך פארשטייט זיך פארגעסען איינציפלאגען
אולימיטעד טאלק & טעקסט פאר בלויז $8 חודש דא
-
- שר מאה
- תגובות: 243
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 05, 2019 3:12 pm
Re: אייערע איבערלעבענישן און סדר היום - פורים ערב שבת תשפ"א
חלה לכבוד שבת האט געשריבן:פעשען האט געשריבן:זייער פיין אויסגעארבעט, בעסער ווי געראכטן. די מנחה/קב"ש געווען לעילה ולעילה.
Its was taking over 2 hours and whole shul was up side down
וועלכע שול?
נישט גילו ממש
- שאראש-פאטאק
- שר חמש מאות
- תגובות: 955
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 20, 2019 10:25 pm
Re: אייערע איבערלעבענישן און סדר היום - פורים ערב שבת תשפ"א
פאטאקי08 האט געשריבן:נעקסטע מאל קומט עס אויס אין דריי יאר ארום תשפה דערנאך די נעקסטע מאל נישט פאר 20 יאר דערויף תתה
ביסט נאך שיכור נישט 3 יאר נאר4 יאר
-
- שר שבעת אלפים
- תגובות: 7980
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 10, 2019 10:22 am
Re: אייערע איבערלעבענישן און סדר היום - פורים ערב שבת תשפ"א
זיי אמתדיג האט געשריבן:חלה לכבוד שבת האט געשריבן:פעשען האט געשריבן:זייער פיין אויסגעארבעט, בעסער ווי געראכטן. די מנחה/קב"ש געווען לעילה ולעילה.
Its was taking over 2 hours and whole shul was up side down
וועלכע שול?
נישט גילו ממש
In Williamsburg
-
- שר מאה
- תגובות: 243
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 05, 2019 3:12 pm
Re: אייערע איבערלעבענישן און סדר היום - פורים ערב שבת תשפ"א
חלה לכבוד שבת האט געשריבן:זיי אמתדיג האט געשריבן:חלה לכבוד שבת האט געשריבן:פעשען האט געשריבן:זייער פיין אויסגעארבעט, בעסער ווי געראכטן. די מנחה/קב"ש געווען לעילה ולעילה.
Its was taking over 2 hours and whole shul was up side down
וועלכע שול?
נישט גילו ממש
In Williamsburg
אההה יעצט ווייסעך, זאג נאר די קענסט ווייס פון בארא פארק?
-
- שר שבעת אלפים
- תגובות: 7980
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 10, 2019 10:22 am
Re: אייערע איבערלעבענישן און סדר היום - פורים ערב שבת תשפ"א
זיי אמתדיג האט געשריבן:חלה לכבוד שבת האט געשריבן:זיי אמתדיג האט געשריבן:חלה לכבוד שבת האט געשריבן:פעשען האט געשריבן:זייער פיין אויסגעארבעט, בעסער ווי געראכטן. די מנחה/קב"ש געווען לעילה ולעילה.
Its was taking over 2 hours and whole shul was up side down
וועלכע שול?
נישט גילו ממש
In Williamsburg
אההה יעצט ווייסעך, זאג נאר די קענסט ווייס פון בארא פארק?
יא פון די ווייס שול
- נאר מיט שמחה
- שר שמונת אלפים
- תגובות: 8012
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 08, 2017 10:04 am
Re: אייערע איבערלעבענישן און סדר היום - פורים ערב שבת תשפ"א
איין גוטע זאך, אז ס'גאנצע שבת איז ב"ה געווען גרייט נאך פון ערב פורים (כ'מיין מיין טייל), געכאפט א טבילה גלייך ביי חצות, און פון דארט איז ווי פאלגנד:
אסדר לסעודתא האט געשריבן:איך שעם זיך נאך מיט מיין עקספיריענס, אבער איך גלייב אז אנדערע האב געהאט ענליכס. לאמיר קודם הערן פון אנדערע וויאזוי זייער פורים איז אדורך...
דער רבי האט געהייסן פריילאך זיין! פריילאך זיין! פריילאך זאל מען זיין!!!
Re: אייערע איבערלעבענישן און סדר היום - פורים ערב שבת תשפ"א
נאר מיט שמחה האט געשריבן:איין גוטע זאך, אז ס'גאנצע שבת איז ב"ה געווען גרייט נאך פון ערב פורים (כ'מיין מיין טייל)
זיך געוואשן און אנגעהויבן טרינקען בערך 1סע און געגאנגען אין מקוה בערך 430 און פון דארט איז ווי פאלגנד:
אסדר לסעודתא האט געשריבן:איך שעם זיך נאך מיט מיין עקספיריענס, אבער איך גלייב אז אנדערע האב געהאט ענליכס. לאמיר קודם הערן פון אנדערע וויאזוי זייער פורים איז אדורך...
ס'אשאד זיך צו טענה'ן דערויף!
- חוח בין השושנים
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4136
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm
Re: אייערע איבערלעבענישן און סדר היום - פורים ערב שבת תשפ"א
געהאט א קאווע פארן מגילה לייענען, כדי צו האבן מנוחת הדעת און איינשטילן די דארשט.
פורים ביינאכט איז געווען לעילא ולעילא, מ'האט געטרינקען און געזינגען, געטאנצט און גערעדט אין לערנען. געהאט אן עולם ב"ה, מיט עטליכע געסט.
געלערנט פארן דאווענען, ווי געווענליך. געדאווענט געשמאק, מיט זייער א רואיגער מנין. זיך געשטעלט אכטע אוןן געענדיגט צענע. איבערגעליינט די מגילה אינדערהיים און געגעסן די סעודה פון פאר צוועלעווע ביז ארום דרייע. געהאט היפש אסאך באזוכער. מ'האט אסאך פארברענגט מיט דברי תורה, געזינגען און געטרינקען (באופן וואס מ'ווערט נישט שיכור). ס'געווען א געשמאקע אטמאספערע.
געכאפט א קורצע שלאף לכבוד שבת. זיך געגרייט צום שבת ווי געווענליך. ב"ה ס'איז געווען זייער רואיג און פריילעך אין שטוב.
געדאווענט מנחה און קבלת שבת ביים געהעריגן זמן. ס'געווען פיינע שיכורים אין שול. מ'האט געבראכן דארט אז ס'געווען א גרויל. טייל האבן געהאצקעט, אנדערע זענען געשלאפן. איך האב ב"ה געהאט א דערהויבענע קבלת שבת, אבער זיך געשפירט ווי אין משוגעים הויז...

ס'געווען א רחמנות צו קוקן אין פנים שבת צופרי די וואס זענען געווען שיכור ביי קבלת שבת און ארומגערידערט.
כ'הא נישט קיין צייט יעצט; רוף מיך צוריק נאכמיטאג
- חוח בין השושנים
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4136
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm
Re: אייערע איבערלעבענישן און סדר היום - פורים ערב שבת תשפ"א
דריידל האט געשריבן:ס'געווען א רחמנות צו קוקן אין פנים שבת צופרי די וואס זענען געווען שיכור ביי קבלת שבת און ארומגערידערט.
כ'האב אויך געהאט די זעלבע רחמנות געפילן אויף זיי, אבער במושכל שני האב איך געטראכט אז זיי געדענקען מעגליך גארנישט און זיי כאפן נישט אז זיי דארפן זיך בכלל שעמען אויף וואס זיי האבן אנגעווירטשאפט... (אויסער די וואס האבן זיך נאר געמאכט, די wannabeez)
- מומחה יוחס
- סגן ראש הקהל
- תגובות: 24602
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
- לאקאציע: דא אינעווייניג
Re: אייערע איבערלעבענישן און סדר היום - פורים ערב שבת תשפ"א
מיין עקספערינס איז נישט עפעס ספעציעל.
אלעס צו געגרייט פין פאר פורים אויף שבת
פורים ביינאכט אביסל ארום געגאנגען דורך געלט, אביסל געטאנצן דא אין דארט.
אויפגעשטאנען גאר פרי פארטאגט פיין געלערנט אין נאכדעם זיך געשטעלט דאווענען - גראדע פריער ווי יעדער יאר צילוב דער ער"ש, א געשמאקע דאווענען.
נאכדעם, זיך געוואשן פאר חצות ווי די הלכה איז, געמאכט א שטיקל הפסקה ארום געגאנגען טראגן משלוח מנות נאכדעם געגאנגן צום מיין שווער זז"ג, געגעסן די מצות היום, אביסל געטאנצן נישט געטרינקן קיין וויין וועגן ער"ש, נאר איין גלעזל צו ווינשטן לחיים.
בערך נאך דרייער אהיים געגאנגען, גלייך געלאפן אין מקווה, א ליידיגע רואיגער מקווה, אהיים געקומען צו גרייט צום שבת קודש, געכאפט א לייכטע דרימל לכבוד שבת קודש, נאכדעם געליינט אין שטיב מגילה (אינדערפרי זענען זיי נאכנישט געוועהן גרייט) אין נאכדעם געווארן שבת
אין מיין שוהל איז נישט געוועהן קיין עכטע שיכורים געוועהן אפשר אפאר וואס זענען געוועהן אביסל לעבעדיג אבער נישט געוועהן ניכר.. נאכן סעודה נאך געגאנגען לערנען אין בית המדרש עד שחטפתו שינה,
מוצ"ש יעצט איז ביי מיר בכלל נישט פורים אין נישט שושן פורים

מומחה יוחס
איז פורים רב!!!