איך גלייך דיר, אבער פארוואס?

גריסן און שמועסן

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

שטארק זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7778
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע: ביים נעקסטן שטאפל

איך גלייך דיר, אבער פארוואס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטארק זיך »

דיזע שאלה מוטשעט מיר שוין לאנג.

עטליכע חדשים וואס איך דריי-מיך און פריי-מיך דא צווישען ענק חברים אין היימישע קרעטשמע, איך האב נאך קיין איינעם פון ענק, לפי מיטב ידיעתי, נישט געזען, אפשר אין ריעל לייף האב איך זיך מיט אייך גאר ארומגעריסן, צו איבער א סכסוך, צו איבער פארטיי ליניעס, צו איבער הלכה'ישע על הפרק'ס, ווער ווייסט צו איר זענט נישט פון מיינע בעלי חובות, וואס ווען איך זעה אייך קראס איך די גאס......?
אבער פארט גלייך איך ענק.

ענטפערט מיר ווער ס'קען.

פארוואס???
דער פראבלעם איז קיינמאל דער פראבלעם!
עס איז וואס ליגט אונטערן פראבלעם.
אוועטאר
יאנאש
שר עשרת אלפים
תגובות: 15321
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנאש »

טאקע ווייל איר קענט מיר נישט...

וואס איז דיין טעלעפון נאמבער?
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

מיר גלייכסטו אויך? איך רעד דאך נישט קיין גלייך ווארט... ווילסט מיר זאגען אז גלייך דו ביסט אריינגעקומען האסטו געגליכן דאס ארט? מיר דארפן זיך אויסגלייכן.
שטארק זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7778
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע: ביים נעקסטן שטאפל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטארק זיך »

יאנאש האט געשריבן:טאקע ווייל איר קענט מיר נישט...

וואס איז דיין טעלעפון נאמבער?

האסט א שטארקע פאינט, כאטש מען קען עס אנדערש אפלערנען.
אבער וואו קומט מיין טעלעפאן נאמבער אריין אין די בילד?
דער פראבלעם איז קיינמאל דער פראבלעם!
עס איז וואס ליגט אונטערן פראבלעם.
שטארק זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7778
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע: ביים נעקסטן שטאפל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטארק זיך »

קרעמער האט געשריבן:מיר גלייכסטו אויך? איך רעד דאך נישט קיין גלייך ווארט... ווילסט מיר זאגען אז גלייך דו ביסט אריינגעקומען האסטו געגליכן דאס ארט? מיר דארפן זיך אויסגלייכן.

ס'נאר א גלייכווערטל...
אבער באמת, איך וויל פארשטיין דעם ביאור פון דעם, וויאזוי מענטשן וואס קענען זיך נישט ווי רוב רובם פון תושבים וגרים-תושבים (די רוסישע?) האבן זיך ליב אהבת נפש, מהאט מיטגעפיהל מ'פריידט זיך מיט, מ'באליידיגט זיך אפילו ווי חברים... עס דארף א ביאור, ניין?
דער פראבלעם איז קיינמאל דער פראבלעם!
עס איז וואס ליגט אונטערן פראבלעם.
פרייליכערהייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרייליכערהייט »

כ'פארשטיי נישט דיין פראגע??? שמועס דיך אביסל מער אויס וועל איך אפשר אויך פארשטיין , דהיינו וואס איז די סיבה פארוואס דו גלייכסט געווענליך א אנדערעם ??. איז עס טאקע ווייל דו זעהסט איהם און זיין נאז איז וואס נעמט דיך ארויס פון דיין גלייכגעוויכט?? און ממילא איז דיר קשה צו פארשטיין א בלינדע פריינדשאפט.?
ממש כ'פארשטטיי נישט הנחה נומער איינס . ביטע ערקלער'זשע
שטארק זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7778
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע: ביים נעקסטן שטאפל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטארק זיך »

פרייליכערהייט האט געשריבן:כ'פארשטיי נישט דיין פראגע??? שמועס דיך אביסל מער אויס וועל איך אפשר אויך פארשטיין , דהיינו וואס איז די סיבה פארוואס דו גלייכסט געווענליך א אנדערעם ??. איז עס טאקע ווייל דו זעהסט איהם און זיין נאז איז וואס נעמט דיך ארויס פון דיין גלייכגעוויכט?? און ממילא איז דיר קשה צו פארשטיין א בלינדע פריינדשאפט.?
ממש כ'פארשטטיי נישט הנחה נומער איינס . ביטע ערקלער'זשע

אוי ווי גוט דו פארשטייסט מיך.

נאכאמאל, קען מיר איינער מסביר זיין וואס איז דאס די בלינדע פריינדשאפט וואס נעמט ארום די קרעטשמע אטמאספערע?
דער פראבלעם איז קיינמאל דער פראבלעם!
עס איז וואס ליגט אונטערן פראבלעם.
פרייליכערהייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרייליכערהייט »

1 קענסט דיך אינגאנצן אויסגעבן, אמאהל דיין שמחה אמאל דיין טרויער, אמאהל דיין ענגשאפט אמאהל דיינע נערוון , אמאהל דיין צער און אמאהל דיין גענאר
2 האסט שטענדיג א אפענע אויער, ווען דו רעדסט הערט עס איינער אפילו דו רעדסט אינגאנצן שלא כענין, אויב וועט עס קיינער נישט ליינען היינט , וועט עס מארגן,
3 מיינסט אז דער עולם וויל הערן נאך און נאך , נישט אומזינסט שרייבסטו אן אויפהער,
4 מיינסט אז דו ביזט אנאנים , קיינער קען דיך נישט , (קען זיין אז מע ווייסט טאקע נישט דיין נאמען אבער ווער דו ביזט שרייבסטו אלעמאהל ארויס,
5 א מינוט'קעלע פארטריבן אויך א סיבה זיך צו באפריינדן א מיטארבייטער , צוויי מיט'ן זילבן צוועק.
6 נאך אלעם די שטילע רואיגע אטמאספערע וואס הערשט דא איז נישט אזוי בנמצא , , ,
נאך אסאך איז דא כ'לאז פאר אנדערע
שטארק זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7778
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע: ביים נעקסטן שטאפל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטארק זיך »

אה, ענדליך.
אבער פרייליכער, דו רעדסט בעיקר פון דאס געשמאקייט פונעם פלאטץ פלאטץ, באציה זיך אביסל צום הויפט פונקט.

פארוואס גלייך איך 'דיר'?
דער פראבלעם איז קיינמאל דער פראבלעם!
עס איז וואס ליגט אונטערן פראבלעם.
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14263
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

די טבע פון יומענס איז צו גלייכן איינער דעם אנדערן אינסטיקטיוו.
חוץ אויב עפעס קומט אריין אינדערמיט וואס צעשטערט די טבע, למשל געלט אמפעריי, צי יענעמס נאז געפעלט דיר נישט וכו'.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
שטארק זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7778
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע: ביים נעקסטן שטאפל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטארק זיך »

שוועמל האט געשריבן:די טבע פון יומענס איז צו גלייכן איינער דעם אנדערן אינסטיקטיוו.
חוץ אויב עפעס קומט אריין אינדערמיט וואס צעשטערט די טבע, למשל געלט אמפעריי, צי יענעמס נאז געפעלט דיר נישט וכו'.

אבער איך קען די דאך נישט, כ'ווייס נישט ווער דו ביסט וויאזוי דו זעהסט אויס (ווער זאגט אז דו ביסט בכלל יומען...?), אבער פארט, ווען איך זעה א 'מאשרום' וואקסט מיר דאס הארץ פאר פרייד, ווייל איך דערמאן זיך פון 'שוועמל', און מיין שאלה איז:
למה WHY פארוואס???

קאפטשאו?
דער פראבלעם איז קיינמאל דער פראבלעם!
עס איז וואס ליגט אונטערן פראבלעם.
פרייליכערהייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרייליכערהייט »

נא ?
אפאר חדשים אריבער האסט שוין עפעס א באפרידיגטער תירוץ ? אדער בלייבסט ליבערשט ביי די קושיא, ?
אוועטאר
AHA
שר האלפיים
תגובות: 2007
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 30, 2011 6:14 pm
לאקאציע: בין פטיש לסדין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך AHA »

א אלטע אשכול אבער א גיטס.

עס דערמאנט מיך פון ארויסנעמען די קאסטיומס לכבוד פורים
איך גלייב אז אלעס וואס דער באשעפער טוהט איז נאר גוט. בעטן בעט איך אז הראינו השם את חסדיך אפו' מיין באגרעניצטע מוח אין פליישיגע זאל דאס אויך זעהן.
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע פארברענגן”