געוואלד! רבותי! ביל געיט'ס האלט מיר נישט ביים העלפן!...

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
האניג
שר האלפיים
תגובות: 2794
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 09, 2009 5:32 pm
לאקאציע: אין דער היים, אין האטעל, אין מיין דארמינטארי צימער
פארבינד זיך:

געוואלד! רבותי! ביל געיט'ס האלט מיר נישט ביים העלפן!...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האניג »

מורי ורבותי, טייערע אידן, אחים לדעה, תושבי הקרעטשמער:

כ'האב לעצטענס געהאט א שווער שטיקל שאלה וואס כ'האב געדארפט הילף בנוגע מייקראסאפט ווינדאוס, כ'בין געלאפן גולה אחר גולה אבער כ'האב קיין ערגעץ נישט באקומען קיין גלייכע תשובה וואס כ'האב געזוכט, כ'האב מיר געמוטשעט וואכן און חדשים, אבער אן ערפאלג, גענישטערט אהין, געפרעגט אהער: גארנישט.

אבער לאמיר זיך נישט יאגן, לאמיר גיין פאוואליע, עמיר זען וויאזוי דאס איז צוגעגאנגען. צוביסלך, על ראשון ראשון ועל אחרון אחרון.

זעענדיג אז כ'האב דא א פראבלעם מיט מיין קאמפיוטער האב איך געטראכט וואס קען דען זיין קלוגער ווי גיין גלייך צום מקור און רופן מיין טייערע ידיד נעורים מו"ה ביל געטיס ה"י.

כ'נעם ארויס מיין אייפאון איך גיי צו ריסענט נאמבערס און דער פאון איז מיר מקשר מיט אים, נאך צוויי קלונגען הייבט ער אויף. אה, גוט מארגן האניג! וואס מאכסטו? וואס מאכט די משפחה? בקיצור, כ'וויל נישט באלמוטשען די ליינער, פרעגט ער מיר, פארוואס האב איך די זכי' צו באקומען אזוי אומגערישט א קאל פון אייך. זאג איך אים, הער רבי, איך מוטשע מיר שוין א קנאפע פאר שעה אויף א פראבלעם אין אייערע וואונדאויס, און כ'קען מיר נישט קיין עצה געבן.

פרעגט ער מיר, נו, וואס איז די פראבלעם? זאג איך אים, אז ס'שוין א שטיק צייט וואס איך האלט אינאיין באקומען דעם בלו-סקרין פון טויט, ס'קריכט מיר אויפ'ן נערווען, איך זוך און איך פראביר אבער כ'קען מיר נישט קיין עצה געבן. וויל איך פרעגן, זייט מיר אזוי גוט הרב געיטס און ענטפערט מיר בלויז דעם איינעם שאלה: וויאזוי קען איך טוישן דעם קאליר פונ'ם סקרין???

זייער גוט געפרעגט, זאגט ער מיר. ער טראכט אפאר מינוט, דערנאך זאגט ער מיר, הער האניג, איך בין שוין נישט אין דעם ליין א קנאפע יאר צוויי, איך געדענק שוין נישט אלעס אויפ'ן שפיץ צונג, אפשר גייסטו צו מיין ממלא מקום סטיוו באלמער און לייג אים אראפ די שאלה, כ'בין זיכער אז ער וועט דיר קענען העלפן.

שוין, א ברירה האב איך דען. גיב איך א רוף דעם סטיוו, מיט אים בין איך נאכנישט אזוי היימיש, ער איז דאך א פרישער דא. ענדליך ער הייבט אויף. ווער רעדט דא? פרעגט ער. האניג, זאג איך. האניג?? שרייט ער. דאס ביזטו? פונ'ם קרעטשמער?! זאג איך יא. ער ווערט אומגעדולדיגט, נא, וואס ווילסטו פון מיר? זאג איך אים, כ'האב א פראבלעם מיט ווינדאויס און איך ברויך הילף. זאגט ער, הער מיר צו האניג, איך בין לעצטענס זייער בייז אויף דיר מיט נאך געציילטע אינ'ם קרעטשמער, לעצטענס האט עטס אנגעהויבן שרייבן נעגאטיוו קעגן אונזערע מייקראספאט פראדאקס ווי וויסטע און אפיס, זינט דאן האט אונזער סטאקס געטראסקעט א געוואלד, אלעס גייט דא מיט'ן פיטום אראפ, קיינער איז נישט אינטראסירט אין אונזערע נייער ווינדאויס זיבן אדער אפיס 2010, אלס א דאנק דיר מיט דיינע חברים אינ'ם קרעטשמער. וויל איך דיר זאגן איין זאך, האניג. ביז ווילאנג דו הייבסט נישט אן צו שרייבן פאזאטיוו וועגן אונזערע חפצים וויל איך נישט האבן קיין שום משא ומגע מיט דיר! אין מיט דעם האט ער מיר אראפגעהאקט דעם טעלעפאן.

כ'שטיי אזוי געפלעפט, האלב באליידיגט, האלב פיל מיט כעס אויף דעם סטיוו. אבער כ'האב נישט געלאזט דעם שטן מיר אנרייצן, מ'דארף דא טראכטן מיט חכמה. כ'וועל נאך פון דעם סטיוו ארויסבאקומען א תירוץ אויף מיין שאלה. כ'וועל אים נאך ווייזן!

כ'טראכט אזוי, וואס קען איך דא טוהן, זאל איך רופן סטיוו דזשאבס פון עפל, אזוי וועט זיך באלמער באליידיגן און חרטה האבן און ער וועט מיר גלייך צוריקרופן. אדער איז גאר בעסער כ'זאל רופן קיין גוגל צו סערגעי. אבער דאס קען שוין אויפרעגן ביל געטיס אויך...

טראכט איך ווייטער, סערגעי בעצם האט מיר קיינמאל נישט געוואלט מגלה זיין זיין ניק. ביל האט מיר גראדע יא מגלה געווען, אבער ס'געווען א פליטת פה, און ער מיר געמאכט צוזאגן אז כ'וועל דאס קיינעם נישט מגלה זיין, ספעציעל פאר סערגעי. סערגעי האט זיך צולאכט ווען כ'האב אים נישט געוואלט זאגן ביל'ס ניק, ער זאגט מיר אז ער קען עס שוין זייט ביל האט געעפענט זיין ניק'ס גימעיל אקאונט.

אצינד האב עס דערציילט פאר ביל, אים אביסל אויפצורייצן ער זאל מיר דא צוהעלפן, ס'האט אים אבער געכאפט אזא ציטער און ער האט מיר שטארק געבעטן אז כ'זאל אים ערלעדיגען א פריוואטען נעטווארק פאר זיין בלעקבערי אזויווי אבאמא האט פאר זיך.

שוין, פון א לעזונט פאר מיין פראבלעם האב לעת עתה אויפגעגעבן. אבער וואס טוט מען נישט פאר א חבר? האב איך געשיקט א טעקסט צו אבאמא צי ער קען יעצט רעדן, שיקט ער מיר צוריק אז ער האלט גראדע יעצט אינמיטן א פרעס קאנפערענץ מיט דריי דזשורנעליסטס און א פליג, אבער כ'זאל אריבער קומען, און ער גייט קענען רעדן צו מיר באלד ווען ער ענדיגט. אנקומענדיג און נאכ'ן הערן מיין דילעמא, זאגט ער מיר אז ער קען נישט צופיל פון זיין בלעקבערי חוץ פון בריקברעיקער (ניין, ער האט מיר נישט אויסגעזאגט זיין ניק, אבער ער האט עס מיר מרמז געווען דורכ'ן זאגן אז ער האלט איינער פון די העכסטער אין קרעטשמער), און ער האט מיר געוויזן צו ראם עמאניועל.

גיי איך צו צו דעם עמאניועל און איך פרעג אים דעוועגן, אבער ער האט מיר עפעס נישט געוואלט ענטפערן א גלייכע תשובה (איך טענה שוין לאנג אז ער האט עפעס א באהאלטענע שטיקל שנאה קעגן מיר נאך פון אלץ קינד, כ'קען עס נאר נישט דערטאפן, כ'רוף אים יאר איין, יאר אויס, יעדן ערב יום כיפור איבערצובעטן, ער טענה'ט אבער אז ער האט גארנישט קעגן מיר. אבער וואס א טאג גייט אדורך זעה איך אז עפעס איז נישט אזוי גלאטיג. יעצט זעה איך אז כ'בין גערעכט. אבער ס'איז נישט פאר יעצט, כ'האב א פליכט צו טוהן, כ'וועל אים שוין רופן ערב יום כיפור). נישט קענענדיג פטור ווערן פון מיר, זאגט ער מיר שפאטישערהייט, גיי פרעג פוטין!

לכתחילה האב איך נישט געכאפט אז ער מאכט ליצנות פון מיר און כ'האב עס אנגענומען ערענסט. רוף איך קיין רוסלאנד צו פוטין, זאגט מיר פוטין אז ער קען נישט רעדן דורכ'ן טעלעפאן אויב איך וויל זאל איך אריבערפליען צו אים. וואס קען דען זיין בעסער? מיינע מינוטן זענען שוין כמעט אינגאנצען אויסגעלאפן! בקיצור, כ'כאפ דער ערשטער פליגער קיין רוסלאנד. אנקומענדיג צו פוטינ'ס פריווטאער ווילע, נאך א געשמאקע שמועס איבער א פאר גלעזעלעך וואדקע, פרעג איך פוטין, נו? כ'בין דאך געקומען פאר א סיבה, וואס קענסטו מיר זאגן וועגן אבאמא'ס נעטווארק. פוטין קוקט מיר אזוי אן נערוועזערהייט און מיט א שטרענגע בליק זאגט ער כ'זאל רעדן שטילער. ער ווייזט מיר צו א באהאלטענעם טיר אונטער א בילד פון מיינע זיסע קינדערליך, ער דרייט אפן דעם שלאס, פירט מיר אראפ צו א טונקעלע קעלער. אונטען קוקט ער ארום פון אלע זייטן ארויף און אראפ זיכער צו מאכן אז קיינער הערט נישט, און רוימט מיר שטילערהייט אריין אין אויער: איך ווייס נישט...

כ'בין געווארן אביסל בייז, פארדעם האב איך געדארפט פארן קיין רוסלאנד? דאס האט ער מיר דאך געקענט שיקן אין אישית! שוין, כ'האב נישט געוואלט מאכן קיין גאנצע טראסק דערפון האב איך זיך געזעגענט פון אים מיט בלויז א ווארענונג.

אויסגעמוטשעט פון די געשעעניש די לעצטע פאר טעג. בין איך געקומען להחלטה אז איך ברויך א שטיקל וועקאציע, האב איך מיר אויפגעהויבן און געפארן קיין קאליפארניע זיך אויסצורוען די ביינער. אנקומענדיג אינדערפרי איז שוין געווען שפעט, כ'האב נאכנישט געדאווענט קיין שחרית, בין איך שנעל אריינגעלאפן אין דער נענטסטער חב"ד הויז צו כאפן א מקוה, א קאווע און א מנין.

נאך א געשמאקע ווארימע דאווענען לייג איך מיר אוועק מיין רבינו תם תפילין. אזוי צוזאמענדרייענדיג די רצועות, זע איך ווי א הויכער ברייט ביינערדיגן פערזאן קלעטערט נאך געלט, ער גייט פון איד צו איד, דער עולם האט נעבעך רחמנות אויף אים און מ'ווארפט אריין אפאר גרייצער, דער א קוואדער, דער א דאללער, אזוי קומט ער נענטער און נענטער צו מיר. ווי נאר ער דערגרייכט אפאר פיס אוועק פון מיר, דערקען איך אים! דאס איז דאך נישט מער נישט ווייניגער וואו שווארצנעגער, דער גאווערנער פון שטאט! נישט גלויבענדיג וואס איך זע דא, גיי איך צו צו אים אין איך פרעג אים, הער ארנאלד, מה לך בבית המדרש? די חבד'ניקעס האבן דיר שוין אויך ערלעדיגט? וואס גייט פאר מיט דיר לעצטענס? מיט א טרויערדיגן מינע פרעגט ער מיר צי איך ווייס טאקע נישט וואס גייט דא פאר? ער זאגט מיר אז ער מוטשעט זיך לעצטענס געוואלדיג מיט חובות, דער שטאט גייט שוין באלד באנקראט, ס'נישט געבליבן קיין ברירה, און ער האט זיך אליינס אויפגעהויבן און ער קומט אין ביהמ"ד צו עפענען די הערצער אין בערזלעך פון די אידן רחמניות בני רחמניות.

זאג איך אים, זאג נאר ארנאלד, דו דערקענסט מיר טאקע נישט? ער קוקט מיר אזוי גוט אן א מינוט צוויי איידער ער פרעגט מיר שטאטליך, דו ביסט א-א-פ-ש-ש-ש-ר ה-א-א-א-נ-נ-י-ג? זאג איך אים יא! האסט זייער גוט צוגעטראפן, אבער ס'איז א שאד אז מיר דארפן זיך טרעפן אין אזעלכע אומשטענדן. ער איז אבער נאכאלץ נישט געקומען צו זיך, מיינסט עס ערענסט דאס ביסטו??? אוי, כ'זוך דיר שוין אזוי לאנג! און ער ברעכט אויס אין א יארמעליכן געוויין! דו ווייסט נישט וואס איך האב אלץ מיטגעמאכט די לעצטע פאר וואכן, גארנישט גייט מיר, כ'האב פרובירט יעדער מין וועג וואס איך קען נאר טראכטן, האניג, דו קענסט מיר העלפן!

כ'טראכט אזוי צו מיר, כ'בין ווייט פון א גביר, כ'וואלט אים גערן געגעבן אפאר טאלער אבער כ'האב נישט מער, דאס ביסל וואס כ'האב געהאט האב איך לעצטע וואך געקויפט אן עלי' פאר בערני מעידאף אין תפיסה (וואו ער האט מיט א טרערן געשטיקטע שטומע אויסגערופען "ברוך שפטרני מממון שלזה", און דער גאנצע עולם האט פייערליך צוזאמען צוגעענדיגט "אמן! כשם ששפטרנך מממון שלזה, כך יפטרנך מכל ממון שלך!". ואכמל"ה.). פרעג איך אים מיט וואס קען איך דיר העלפן? וויינט ער, אז ער האט שוין פרובירט צענדליגע מאל אבער ער קען זיך עפעס משום איזה סיבה נישט רעגיסטערן אין קרעטשמער. אלע זענען דארט, ער קומט אין סיטי האל, יעדער איז אויפ'ן בלעקבערי שרייבענדיג און ליינענדיג קרעטשמער, גייט ער אין קאנגרעס, עודך, וואס שמועסט מען? מאשקע, שמערי בער, וויכי וכדו' אלעס פארט ארום דער קרעטשמער, אבער עפעס פאר א סיבה וויל מען אים נישט אננעמען. כ'האב אים בארוהיגט און געזאגט אז מסתם איז דאס א בלויזער טעות, איך וועל רעדן צו קרעמער און איך בין זיכער אז שוין היינט נאכט וועסטו קענען שרייבן. ער איז געבליבן שטיין געפלעפט נישט גלויבענדיג וואס ער הערט. ער האט זיך גענומען וויינען מיט בכיות של שמחה, ער זאגט מיר אז ער געדענקט נישט איינער וואס זאל אים אזוי ארויסהעלפן און אזא נויטפאל! צוריקגייענדיג צום אלטן שמועס איבער זיין פינאנציעילן בראך, האב איך אים פארזיכערט אז איך גיי רעדן צו 'דער פאקט' מען זאל מאכן א פארמעסט פאר שיינע שנארער צעטליך פאר אים צו נוצען. איבעריג צו זאגן אז ער וועט פון מיר אזוי שנעל נישט פארגעסן...

למעשה בין איך דא סטאָק פון ביידע זייטן, מיין קאמפיוטער איז נאכאלץ נישט פארראכטן און דעם בלעקבערי נעטווארק האב איך נאכאלץ נישט פאר געיטס. כ'האב מיר אבסיל געשעמט נאכאמאל צוצוגיין צו געיטס אנע ברענגן א לעזונג פאר אים. בין איך בלית ברירה געגאנגען פרעגן דזשאבס דערוועגן, זאגט מיר דזשאבס א קלוגע איינפאל, כ'זאל גיין קויפן א מעק אזוי וועל איך מער נישט האבן קיין בלויע סקרין, כ'וועל בלויז האבן א גרעי'ן סקרין, אזא געדאנק! איך וואונק אזוי צו סטיוו, הער מיר, סטיוו, א גוטע חבר זאגט מען נישט 'קויף', האסט אפשר נישט קיין איבריגע וואס איז נישט פארקויפט געווארן אין געשעפטען, קענסט מיר נישט אפשר שפארן איינס אדער צוויי. מיט אן אראפגעלאזטע פנים זאגט מיר סטיוו אז ער וואלט מיר גערן געגעבן נאר היות די עקענאמיע איז גאר שוואך, און נאכדערצו נאך אזא דרשה פון מ.ב.ד. אויף זיין לעצטע טעיפ קעגן אייפאדס, איז די אייפאד ביזנעס זייער שוואך, וואס דאס ברענגט אראפ דעם גאנצן עפל ביזנעס. ער זאגט מיר אז ער האט שוין אזוי אויך געעפענט דעם ביזנעס האלב געביסן, יעצט בייסט מען פון אים שטיקער פון ביידע זייטן, אבער ער האט מיר צוגעזאגט אז ווי נאר גוגל קומט ארויס מיט זייער נייער אפארעיטינג סיסטעם, וועט ער מיר קויפן א שפאגל נייען מעק. כ'האב מיר געזעגענט מיט אים מיט דברי תנחומים, זאגענדיג, רב לך שבת ב"איי מעק" הבכה...

שוין, פון דעם דזשאבס האב איך גארנישט ארויסבאקומען חוץ א צוזאג, כ'האב נישט קיין ברירה און כ'גיי צוריק צו געיטס. כ'האב מיר פארענטפערט אז ס'נאכנישט אויסגעקומען צו טרעפן עפעס א מהלך אין זיין בלעקבערי, אבער ווי נאר כ'גיי עפעס הערן וועל איך אים לאזן וויסן. כ'האב מיר אביסל בארוהיגט ווען ער האט עס אנגענומען, זאגענדיג 'גם זו לטובה'. זאג איך אים אז כ'האב נאכאלץ נישט קיין מהלך פאר מיין קאמפיוטער, און באלמער האלט ביי גארנישט, ער וויל נישט רעדן מיט מיר פאר גרויס כעס. אוי, קרעכצט ער, באלמער, ער איז נעבעך זייער פארווייטאגט איבער די קרעטשמער שמועסערס, כ'פרוביר אים שוין לאנג אויפצוקלערן אז, אדרבה, נאר אזוי בויעט זיך אונזער ביזנעס, מיט אזעלכע נעגאטיווקייט האב איך עס געגרינדערט, און נאר אזוי וועט זיך עס ווייטער פירן, דאס איז ווינדאויס, און מיט דעם בלייבט מען. (אגב, דערציילט ער מיר אין דעם ענין, אז אזוי ווייט זענען זיי געגאנגען, אז ווען מ'האט געהערט אז עקס. פי. איז געלונגען און דער עולם האט הנאה, האבן זיי זיך גענומען צו די ביינער און אריינגעלייגט פינף יאר פון שווערע ארבעט, ביליונען דאלארן, און ב"ה ס'איז אויסגעקומען אזא שיינער און וויסטע 'וויסטע', בעסער ווי געראכטן! לך עמא דבר, זע נאר וואס די עולם זאגט דערצו! אט דאס איז אונזער מהלך!) אוי באלמער, ער פארשטייט נישט צו קיין ביזניס...

זאגט מיר ביל אזוי, כ'מיין אז דער בעסטער וואלט געווען זאלסט נישט דזשאלעווען קיין צייט און גלייך רופן טעקניקעל סאפורט, כ'האב אהינגעשטעלט אן קיין גוזמא די סאמע בעסטע און געטרייעסטע פון אונזער דזשענעטערס, כ'בין זיכער אז ס'וועט נישט דויערן קיין פאר וואכן און דיין סקרין וועט זיך טוישן קאלירן.

אה, ער רעדט דאך יא צום זאך. גיי איך מיר אהיים צו מיין קאמפיוטער מיט א גוט געמיט, און איך רוף דעם נומער פון טעקניקעל סאפורט. וויאזוי קען איך אייך העלפן היינט? פרעגט מיר דעם פארשוין. לייג איך אים אראפ דער גאנצע תורא, איך לאז נישט אויס קיין שום זאך, בגדול החל ובקטן כלה, און איך שטיי גרייט מיט א פעדער אראפצושרייבן אלעס וואס גייט מיר הייסן טון. וואס איז אייער נאמען? פרעגט ער מיר. אויב מען פרעגט שיין, ענטפערט מען שיין. האניג, זאג איך. וואס איז דיין טעלעפאון נומבער? זאג איך אים אז מיין נומבער גיב איך נישט ארויס פאר פרעמדער, אבער כ'קען אים געבן מיין גוגל וואויס נומבער. נאך זיך מוטשען מיט די ווארט 'גוגל' אפאר מינוט איז דאס אויך ערלעדיגט.

איך גלויב נישט אז די חשוב'ע ליינער ווילן הערן אלעס וואס איז דא פארגעגאנגען הין און צוריק פאר די קומענדיגע זעקס שעה, הזמן יכלו והם לא יכלו, (יא, דער סקרין האט זיך טאקע געטוישט קאלירן, ס'האט ריפלעקטירט מיין פנים....). אקיצור א מעשה, כ'האב געזען אז כ'קום גיין ערגעץ נישט אן, גיב איך אים פרעג, זאג נאר, וואו זענט איר לאקעיטעט? כ'קום אריבער צו אייך און כ'וועל אייך ווייזן פנים אל פנים מיין פראבלעם. זאגט ער מיר אז זיין אפיס איז אין אינדיע. ס'כאפט מיר א פחד, אינדיע? כ'טראכט אבער אריין און איך מאך מיר א חשבון אז מיט די אלע געפליעכטס די לעצטע פאר וואכן, האב איך שוין גענוג מיילידזש צו פארן קיין אינדיע בחנם. כ'פאק מיר פעק, מיין קאמפיוטער און אלעס, און כ'לאז מיר ארויס אויפ'ן נסיעה.

אינדיע, א ווילד פרעמד פלאץ, מ'זעט נישט קיין שום היימיש איד אין די צייטונגען. אבער כ'נעם מיר קאראזש אין איך טרעט אראפ פונ'ם עראפלאן ארויף אויפ'ן אינדיאנער ערדפלאך. כ'בין שוין דא, כ'קען שוין נישט צוריקציען. כ'גיי אריין אין מיין האטעל צימער און כ'כאפ א זאפטיגע זיסע שלאף, אוי, אזאנס האב איך שוין לאנג נישט געהאט.

צומארגענס שטיי איך אויף פריש ווי קיינמאל, כ'זאג מודה אני, כ'וואש מיר נעגל וואסער, כ'זוך מיין גאלדענע זייגער, כ'מאך א פליס ריפארט, כ'נעמיר מיין טלית און תפילין און כ'גיי זוכן א ביהמ"ד. וואקענדיג אזוי, ציפ איך מיר צו זען צי כ'בין ווירקליך אויף. איך זעה מיט מיינע אייגענע אויגן א בחור'ל, א חבר מיינע, שפאצירט זיך אין די אינדיאנער גאסן! איך גיי צו צו אים און איך פרעג אים, וואס גייט פאר מיט דיר. דער רגע ער דערזעט מיר נעמט ער זיך וויינען און זינגן הויך "העוד אבי חי? העוד אבי חי?" זאג איך אים אז יא, כ'האב הערשט נעכטן גערעדט צו אים, וואס פאלט דיר איין אז נישט? ער האט שטארק אפגעאטעמט, און ער זאגט מיר, האניג, דו ווייסט נישט וואו שטארק האסט מיר בארוהיג, כ'האב שוין געמיינט אז כ'גיי דארפן פארן קיין מירון צו טרעפן מיין טאטענ'ס קוויטל אויף די ערד, ב"ה אז אלעס איז בסדר. זאג איך אים, סייווי דארפסטו נישט מורא האבן ווייל ס'נאכנישט ספירה...

אבער איין זאך פארשטיי איך נישט, זאג איך אים, וואס טוט א בחור, נאך אזא איינער וואס איך ווייס שוין יארן אלץ א גרויסע פחדן, דא אליינס אינ'ם פארשטיפטן אינדיע? זאגט ער מיר וואס הייסט? דער זעלבע סיבה דו ביסט דא! וואס?! שריי איך, א חסיד'שער בחור מיט א קאמפיוטער?! ער קוקט מיר אן אזוי מיט בייז וואונדער, וואס קאמפיוטער? ווען קאמפיוטער? האסט נישט געהערט קול מבשר פונ'ם גרויסען שריפה? (הע! גיב איך מיר א לאך אונטער, קול מבשר!! איך דארף דען צוקומען צו דער אלטע און פאזשאוועטע חסיד'ישע קול מבשר??! קול מבשר זאגט מיר וואס כ'גיי סייווי ליינען אין די צייטונגען נעקסטע וואך!... [א גוטע תירוץ, ניין?...]) כ'קוק אים אזוי אן, וועלכע שריפה? וועגן וואס רעדסטו? זאגט ער מיר אז קול מבשר האט באריכטעט, אז ס'האט זיך אויסגעבראכן א פייער אין בארא פארק, פארשפרייט קיין וויליאמסבורג און מאנסי, און עקספערטן זאגן אז ס'גייט אנקומען אפילו קיין איירופא! פרעג איך אים, איז וואס זוכסטו דא? ענטפערט ער, איך זוך נומער זעקס... כ'האב אים בארוהיגט, ציטירענדיג נאך א שטיקל פון קול מבשר: ס'זאל נישט געשען, ס'גייט נישט געשען. כ'האב מיר אבער פלוצלינג אפגעשטעלט...

כ'בין שוין איבעראל געפארן, כ'האב נישט געטראפן קיין לייזונג. איין זאך האב איך אבער נישט פרובירט, איך שעם מיר עס טאקע צו זאגן, איז עס אריינצוגעבן צו אונזערע היימישע אידישע ברודער בעלי קאמפיוטער קעפ, אפשר וועט מיר איינער קענען העלפן. פאָר איך צוריק קיין בארא פארק און מיט מיין קאמפיוטער אין האנט, שפאציר איך מיר אזוי אויף דרייצענטן עוועניו צו טרעפן עפעס א געשעפט וואו מען קען עס אריינגעבן. קוקענדיג אזוי פונדערווייטענס זעה איך שורות ע"ג שורות פון מענטשען וואס ציט זיך איבער צוויי גאנצע בלאק. אינגאנצען פארוואונדערט לויף איך צו זען וואסארא שומרים קאל גייט דארט פאר. קומענדיג נענטער זעה איך אז די שורות ציען זיך ארויס פון "מאסטלי מיוזיק", אזויפיל מענטשן אזש עפל וואלט זיך געשעמט אז זיי קענען נישט צוקומען נאנט צו אזא עולם ווען זייער אייפאונס ערשיינען.

אינגאנצען איבעראשט, גיי איך צו צו א יונגערמאן אין כ'פרעג אים וואס אזאנס גייט דא פאר? זאגט ער מיר, אז דער עולם שטייט אין ווארט פאר די נייער טעיפ "לחיים טאטע" וואס גייט שוין אט אט ארויסקומען! כ'קוק אויפ'ן זייגער און כ'פרעג אים, ווילאנג ווארט מען שוין דא? ענטפערט ער מיר, דריי יאר...

כ'זעה שוין מיט וועמען כ'האב דא צוטוהן, גיי איך צו צום נעקסטן, און כ'פרעג אים דער זעלבער שאלה, זאגט ער מיר אז שלומי טוסיג איז דא אינעווייניג. נו? פרעג איך אים, ער טיילט טעיפס? חתימות? זאגט ער ניין, ער טיילט דשזעליס וואס זענען איבערגעבליבן פונ'ם קומזיץ אויפ'ן האדסין...

כ'טראכט צו מיר אזוי, אלע דא זענען די זעלבע? כ'האב גארנישט געוואוסט ס'דא אזויפיל אין בארא פארק... נאך איידער איך קען אינגאנצען אויפגעבן אויף מיין היימשטאט, הער איך "שלום עליכם!" כ'דריי מיך ארום, און איך זע א היימיש פנים, 'צייטליך' איז דא. אפגעאטעמט, פרעג איך אים וואס גייט דא פאר זאגט ער אז יא כ'בין געווען גערעכט, שלומי טיילט חתימות אין מ'קען כאפן בילדער מיט אים. אהא! אויב שלומי איז דא, אישית איך גלייך צו "יא יא" זען צו כ'קען דא באקומען אביסלע פראטעקציע. ער קומט טאקע ארויס פון געשעפט און ער זאגט מיר אז ער וואלט מיר בעצם שטארק געוואלט אהין שטיפן, אבער מאשקע, וויכי, מיי מוזיק און פילע אנדערע ווארטן שוין אסאך פאר מיר, און ס'וואלט נישט געוועהן כדאי זיי אויפצורעגן. זאג איך אים, כ'האב נישט קיין צייט יעצט צו ווארטן אפשר קענסטו מיר ערלעדיגן א חתימה איינס צוויי בשעת כ'ווארט דא אינדרויסן? זאגט ער מיר אז יעצט אויפ'ן מינוט איז עס נישט מעגליך היות שלומי האט זיך פארשמועסט מיט לעניית דעתי צי מען זאל טאקע פרעגן מאשקע וועגן נוצען זיין דיינונג רום צו ריקארדן מחנה שלוה #20 און מ'קען נישט יעצט צוגיין צו אים, אבער נישט געזארגט כ'קען דיר ערלעדיגן א סעקינד הענד חתימה. כ'קוק אים אזוי אן מיט נייגער וואס ער מיינט דערמיט. אבער ער נעמט גלייך ארויס זיין פעדער, רייסט אראפ א שטיקל פון א וועד הרבנים צעטל וואס איז אראפגעפאלן פון א לייטפאול, און חתמ'ט "יא יא בשם שלומי טוסיג". שוין, בדיעבד איז עס אויך גוט. וואס וועט זיין מיט בילד, פרעג איך אים, סעקינד פעיס קענסטו אויך ערלעדיגן?...

דאס כוחות לאזן זיך שוין אויס פון מיר כ'קען שוין נישט דערציילן ווייטער. בקיצור איז געבליבן אז כ'בין נאכאלץ סטאק מיט מיין קאמפיוטער אין איין האנט, א סעקינד הענד חתימה אינ'ם אנדערן האנט, און א סעקינד פעיס אינצווישן. דער בלעקבערי נעטווארק האב איך נאכאלץ נישט ערלעדיגט, און דער בחור'ל איז נאכאלץ אין אינדיע, דער שריפה האט שוין אלץ פארברענט און מ'האלט אינמיטן אונטערצינדן א נייער, באלמער איז נאך פוסט אויף מיר, און אבאמא קען נאכאלץ נישט צוקומען צו איכער'ס סקורס אויף בריקברעיקער.

הערטס מיר דא צו טייערע אידעדלעך, וועמען נאך קען איך פרעגן? וואו נאך קען איך מיך ווענדן? זאל איך באשאפען א גולם וואס זאל רופן טעקניקעל סאפורט? ס'קען מעגליך העלפן, ס'דאך מצא מין את מינו, און ווי אויך וועט ער נישט אזוי שנעל אויפגעבן ווי מיר. העלפטס מיר! ראטעוועטס א קאמפיוטער פון אונטערגאנג, זאגטס מיר צו וועמען כ'זאל מיך ווענדן! מיינע אויערן זענען אפן, מיינע אויגן פארמאכט, כ'שלאף שוין איין...
ביז'ן טרינק דארף מען אויך א קרעטשמע.
אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18580
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך_הער »

נעעעעעעעעעעבבבבבבבבבבבעעעעעעעעעעעעעעךךךךךךךךךךך, ביסטו צודראדעלט, דו האלטסט טאקע אז נאך די לאנגע סטארי האט איינער פארשטאנען דיין פראבלעם? (כ'רעד נישט חלילה פון דיין ליידיגע צייט פראבלעם.) קענסט ארויס שרייבן דיין פראבלעם בקיצור?

באט פארגעט אבאוט איט, איך וועל דיר סייווי נישט קענען העלפן, באט האב איך הנאה געהאט פון דיינע מעשיות דא, קיינעהארע, צאם געפארן א וועלט, כאטש נישט אלעס האבעך פארשטאנען, מסתמא עפעס קאודס אינמיטן אויך.

א הארציגן יישר כח.
אוועטאר
סתם_אזוי
שר ששת אלפים
תגובות: 6112
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 24, 2008 4:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סתם_אזוי »

WOW האסט צאמגעשאסן הוידל מיט בוידל, און עס מאכט נאך סענס אויך! ביסט א אמעיזינג שרייבער! קיפעראפ!
איך האב עס געזאגט.... סתם אזוי. איך האב עס געפרעגט.... סתם אזוי.
אוועטאר
ווער בין איך?
שר שלשת אלפים
תגובות: 3052
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 08, 2008 2:48 pm
לאקאציע: ביים קאמפיוטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווער בין איך? »

אנפאנג ווען איך האב געזעהן אז דו האסט א פראבלעם מיט דיין ווינדאוס, האב איך גלייך געטראכט, וואס איז די פראבלעם - גיי צו ביל געיט'ס.
ליינענדיג ווייטער האב איך געזעהן אז ביל געיט'ס האט דיר נישט געהאלפן, האב איך געטראכט גיי צו באלמער. אבער מיט דעם האסטו מיר אויך אויסגעכאפט. וכו'

האניג זיסער, קיפ אפ יור גוד ווארק, ברענג אונז נאך אזעלכע......
לעצט פארראכטן דורך ווער בין איך? אום דאנערשטאג יאנואר 13, 2011 12:10 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
bailout
שר האלפיים
תגובות: 2210
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 25, 2008 10:27 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך bailout »

האניג די ביזט פלעין האניג!!

בד''וו סערדזשי'ס ניק קען יעדער זען אונטן פון די הויפט בלאט, ער איז כמעט אייביג איינגעסיינט, שמערי האט שוין אפי' געזוכט פאר אים א דזשאב.
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

אודה ולא אבוש אז דו פארשעמסט די גרעסטע שרייבער פון קרעטשמע (נישט 'קרעטשמער' כלשונך) מיט דיין זעלטענע טאלאנט פון אריינפאסן 'קורענט איווענטס' געמישט מיט הומאר און זאפט (וואס זענען באמת דאס זעלבע, כמבואר ברש"י ברכות ס"ב ע"א) אריינגעפלאכטן קרעטשמישע ניקס און פאסירונגען.


דיר קומט זיך 10 פון די גרינע, כזה: ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p-
אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 13864
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאטאקי08 »

אוי אידאס האניג!!!!!!!!

שוין לאנג נישט געהאט דא אזא ארטיקל!!!!!!
אוועטאר
פרעזידענט
שר האלף
תגובות: 1384
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 22, 2009 11:20 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרעזידענט »

אוי איז דאס גוט :grin:
נו גוט, נו שוין!
אוועטאר
יאנאש
שר עשרת אלפים
תגובות: 15314
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנאש »

א מעכטיגס אריינגעשליידערט דא, איך האב כמה פעמים אויסגעפלאצט, אבער ביי דעם עפל אויסדריק בינעך שוין געגאנען באנאנעס.

ביידיוועי, אויב דו וועסט שיין בעטן העלעך דיר זאגן סערגעי'ס ניק, עס איז גרויזאמער, שששש זאג נישט פאר קיינעם.
פוילישער
שר האלף
תגובות: 1165
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 03, 2007 11:33 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פוילישער »

אן ארטיקל זיס ווי האניג.
אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12505
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צייטליך »

זיצט זיך צייטליך ביי זיך אויפן וואגן, די שווייס רינט אן א אויפהער פון זיין שטערן, די פערדען זענען שוין אויסגעמאטערט און אויסגעשעפט פון דער היינטיגער הייסער טאג.

ווי אלע טאג איז צייטליך פארנומען פון צופרי ביז זון אונטערגאנג מיט זיין פרנסה פון טראגן העלצלעך פון גרויס שטאט צו די דארפישע איינוואוינער. צו דעם צוועק זענען שוין צוגעקומען די הוצאות פון איינקויפן אן איינציג מאגער פערדל מיט א וואגן וואס האט שוין געזעהן בעסערע צייטן.

א ציפידיגער זון האט זיך אראפגעלאזט איבער די שטעגען און וועגן וואס פירן פון דארף אריין אין שטאט, צייטליך איז אויפן וועג אריין צו ברענגען די העלצלעך. דאס אויפנעמען ביי יענטאאש, דער אלטער ראש הקהל און דאס אריינברענגען ווי ער פארקויפט און מאכט ברויט אויף פיטער. (וואע"מ)

אבער אין אזא הייסער טאג ווי היינט איז נישט געווען צו ערווארטן אז דער קליינער און מארגערער פערדל זאל ערהאלטן דעם גאנצן וועג צום שטאט אריין, ווי גערישט פון פראנאויס איז שוין געווען דער פלאן אז מ'וועט זיך אינמיטן וועג אפשטעלן, זיך אפריען פאר עטליכע מינוט אין קרעטשמע און איינוועגס כאפן א טרינק.

אזא פארנומענער אידל ווי אינזער אלטער צייטליך גיבט נישט אוועק קיין סאך צייט אינמיטן די ארבייט, שטעלט זיך אפ עטליכע מינוט אין קרעטשמע, בינד ארום ס'פערדל צום הויכן קלאץ ביים רעכטן זייט פונעם הויכן צוים ארום דער זייטיגער הויף, לויפט אריין אין קרעטשמע זעלבסט און כאפט א טרינק, הערט זיך צו ביי די פארנומענע טישלעך וואס עס טוט זיך, וואס די רעדע איז דער היינטיגער טאג, צאלט ערליך פאר זיין גלעזעל און איז שוין ווידער אויפן וועג צום שטאט אריין.

אנדערש האט היינט אבער פאסירט. ווי נאר צייטליך האט גענומען זיין גלעזעל און צוגעגאנגען צום טישל הערן די לעצטע נייעס איז ער פארגאפט געווארן פון וואס ער האט געזעהן, ער האט אנגעפאנגען צו שפירן אונעם גלעזעל א טעם פון "האניג"! עפעס מער איז דא היינט ווי יעדן טאג. עס האט גענומען גאר א לאנגער צייט אז אונזער צייטליך זאל צוריקגיין צו זיין ארבייט און ווידער פירן זיין פערדל און ווערן אפגעבראטן פונעם בריעדיגער זון.

וויסן זאלט איר ר' האניג. איר זענט א געוואלדיגער שרייבער, אין צוגאב צו אייער הויכער דעגרי אין עולם הדמיון. איר האט צוזאמגעשלעפט היכל הנגינה, גראפיק פארמעסט, גוגל, מייקרעסאופט, רוסלאנד און אינדיע, ביל געיט'ס און אבאמא, טויסיג און פוטין, אלעס אינטער איין דאך, אין איין ארטיקל, און אלעס אזוי צו דער זאך!

האניג, גייט אן ווייטער. איר זענט גוט!
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.
אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 12250
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געלעגער »

שוין יאאארען נישט ג'קייעט אזויפיל וואסער...
ליינען ליינען אין ווען מ'ענדיגט נישט וויסען קיין קיצעל הי זע וואס כ'האב געליינט,
פלאות...
אוועטאר
האניג
שר האלפיים
תגובות: 2794
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 09, 2009 5:32 pm
לאקאציע: אין דער היים, אין האטעל, אין מיין דארמינטארי צימער
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האניג »

א גרויסן יישר כח פאר ענק אלע פאר'ן געוואלדיגן חיזוק! ניין, כ'גיי קיינמאל נישט אויפגעבן!

אגב, כ'וויל נישטא אויסרופן קיין נעמען, אבער כ'האב באקומען א גערעגטע טעלעפון קאל נעכטן נאכט, היתכן כ'האב אריינגעשטעלט די מעשה דאהו, יעצט האט מען דא מגלה געווען צוויי פון זיינע ניקים...

יעצט צו צייטליך: ס'גלייבט זיך נישט אז האסט אזוי ברוטאל צוגעבידן ס'פערדל צום הויכן קלאץ ביים רעכטן זייט פונעם הויכן צוים ארום דער זייטיגער הויף, בשעת דו ביסט געגאנגען כאפן א געשמאקע טרונק. וואס וועט זיין מיט'ן וגם לגמליך אשקה? הוי, תורה תורה חגרי שק! קומענדיגע מאל זאלסטו זיין אזוי גוט אין עס אהער ברענגן, ס'קרעטשמער איז פאר פערדן אויך...
צווייטענס, אין א כללות'דיגע מהלך: כ'האב גראדע אן עצה טובה פאר דיר, צייטליך. וואס עפעס בינדסטו צו ס'פערדל? זאל עס אנטלויפן, אריינפאלן אין א גרוב אין זיך צוברעכן דאס פיס, אזוי עסטו דארט טרעפן א ריזן אוצר! (קרעדיט: מנחם מנדל, מחניים)

אין צום לעצט וואלט איך געוואלט ארויסשרייבן דא א קלייניגקייט: מאנכע טענה'ן אז ס'געווען א שאד אויף די שווער געהארעוועטע געלטער צו כאפן א פליגער קיין רוסלאנד (כ'בין דאך ווייט פון א גביר), ס'וואלט ענדערש געווען ביליגער און פיל שנעלער צו נעמען א טעקסי קיין פעילינ'ס וואוין ארט, און פון דארט כאפן א היטש קיין רוסלאנד...
ביז'ן טרינק דארף מען אויך א קרעטשמע.
אוועטאר
האניג
שר האלפיים
תגובות: 2794
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 09, 2009 5:32 pm
לאקאציע: אין דער היים, אין האטעל, אין מיין דארמינטארי צימער
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האניג »

וואס זאגסטו?? אוי געוואלד! הונדערט!!! אופס כ'האב עס שוין אינגאנצען אפגעפאטשקעט!...

וואס טוט מען ווען מ'ווערט "שר מאה"? מ'קויפט זיך א שניפסל? א שיינע סוט? אפשר גאר א דאשיק?
ביז'ן טרינק דארף מען אויך א קרעטשמע.
יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9226
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהיה כן »

ווער ס'האט די מאה האט די דעה...

גראטולעישאןס!!

ידידך הקטן
יודל חן. ... או אנטשולידגט יהיה כן
אוועטאר
האניג
שר האלפיים
תגובות: 2794
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 09, 2009 5:32 pm
לאקאציע: אין דער היים, אין האטעל, אין מיין דארמינטארי צימער
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האניג »

שכוח, ר' יהיה כן! יעצט צוריק צום ארבעט...

(אינו דומה למי שמגיב דבריו מאה פעמים, למי שמגיב דבריו מאה פעמים ואחד...)
ביז'ן טרינק דארף מען אויך א קרעטשמע.
יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9226
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהיה כן »

האניג האט געשריבן:(אינו דומה למי שמגיב דבריו מאה פעמים, למי שמגיב דבריו מאה פעמים ואחד...)


גוט גוט, אויב האט נאך נישט גענוג, נעמט אייך נאך איינס ;l;p-

עניוועי, איך זעה אז איר האט עפעס א איבריגע 'רי"ש' וואס איר האט נישט וואס צי טון דערמיט, שרייבט אזוי ר' קרעטשמע, וועט עס זיין בעסער אויסגענוצט ווי 'קרעטשמער'
אוועטאר
שלמי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 411
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 25, 2009 4:14 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלמי »

א ריזיגן ארטיקל! וואס שטותים דו האסט דא צוזאמגערעדט...
אבער געלאכט האב איך נאך ווי...
יא יא
שר חמש מאות
תגובות: 718
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 31, 2008 11:35 am
לאקאציע: אין ניו יארק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יא יא »

אויב איך גיי עפס געבן א קאמפלימענט וועל איך אפשר באליידיגן אזא שיינע ארטיקל, איין זאך עלעך דיר זאגן, קענסט זיך ריקן אביסל צו די זייט אדער ווירעווער עס איז און זיך נעמען אבאנטש פון די: ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- :grin: :grin: :grin: :grin: :grin: :grin: :grin: :grin: :grin: :grin: :grin: :grin: :grin: :P :P :P :P :P :P :P :P :wink: :wink: :wink: :wink: :wink: :wink: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p-
עס איז מיר איינגעפאלן א גוטע חתימה אינמיטן די נאכט, אבער כאבעס פארגעסן.
מיין טאטע זז"ג וואלט געזאגט "אז ס'פאלט איין איז א חורבן"
אוועטאר
האניג
שר האלפיים
תגובות: 2794
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 09, 2009 5:32 pm
לאקאציע: אין דער היים, אין האטעל, אין מיין דארמינטארי צימער
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האניג »

לאמיר זען: איינס, צוויי, דריי, פיר, זעקס, אכט, צען, פופצען, דרייצען, אכט... אביסל שטילער! דו צומישט מיר! נאכאמאל: איינס, צוויי, דרייט, מישט, ווער, זעה, קוק... כ'ווער שוין דיזי. טוה מיר א טובה, יא יא, זאג מיר פשוט וויפיל סמייליס וכו' האסט געלייגט... אדער זאלסטו פשוט נעקסטע מאל שרייבן בערך אזוי:
;l;p- 7x, :grin: 9x, :smile: x11.5, (דאס איז אויך אביסל צומישט), אזוי קען איך ארויסנעמען א קאלקיולעיטער אין זען פונקליך וואס און וויפיהל...

העי! בארוהיג דיר! איים דזשאסט קידדינג!!... :mrgreen:
ביז'ן טרינק דארף מען אויך א קרעטשמע.
אוועטאר
געשמאקער
שר האלף
תגובות: 1576
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 10, 2008 7:27 pm
לאקאציע: נישט צום געפונען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געשמאקער »

={'}
מיט דעם אלעם, א שמייכעל קענסט די נאך אלץ געבען ....

קויפט איר אויף איבעי? ביטע ניצט דעם לונק.
זה נהנה וזה לא חסר
אוועטאר
הערשי קניהויז
שר חמש מאות
תגובות: 842
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 24, 2008 1:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הערשי קניהויז »

האניג האט פראבלעמען און איך רייס מיך פאר געלעכטער.

וואס דו האסט נישט דא אלס צאמגעווארפן, איך מיז דיר זאגן ביזט ציקער זיס.

שכוח האניג.
אוועטאר
reb yid
שר חמישים ומאתים
תגובות: 427
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 25, 2008 3:50 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך reb yid »

האניג! האסט געשריבן מער אותיות ווי מאשקעס 10 טויזענטער תגובה!
זאג נאר, איז דאס א תירוץ פאר'ן נישט צושטעלן הייסע ווארע אינעם גראפיק אפטיילונג(פארמעסט)? נע!
מיר נעמען נישט אן דעם תירוץ!

ווי וויל לעט יו אפפ דיס טיים אנלי! :lol:
ר' איד ר' איד! ווערט נישט מיד!
אוועטאר
שמיציגער
שר מאה
תגובות: 122
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 16, 2009 9:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמיציגער »

עס איז אן הערליך ארטיקל! שכח!
אבער פון ווי האסטו אזויפיל צייט צו שרייבן? ארבעטס נישט? לערנסט אין.. כולל?
(נ.ב. איך האב עס אפילו נישט געליינט.)
האב נישט מורא, ס'איז נאר שמיציג!
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32412
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

דאס אז די ארטיקל איז גאר גוט, און אז האניג קען זיך פארמעסטן מיט די טאפ שרייבער'ס דא, א_וואו קרעמער האט ארויסגעברענגט, דארף איך נישט איבערזאגן, ווייל דער עולם פאר מיר האטעס שוין געטוהן, סאו וואט'ס דע פוינט?

נאר וואס יא? איך מוז ארויסברענגען מיין התפעלות... איך בין נתפעל פון דעם "האניג".

דא אין קרעטשמע זענען דא אסאאך קאמפיוטער קענער, אסאאאך גראפיקער, אסאאך וואס פארשטייען צו נגינה, און אסאאך שרייבער, און ס'דא אסאאך וואס האבן פון מער ווי איינס פון די דערמאנטע.

אבער דער האניג האט אלע פון די אויבענדערמאנטע, איך האב געוויסט אז ער קען גרעפיק'ס, איך האב געזעהן ווי ער פארשטייט צו נגינה, און צו קאמפיוטער, און נאך, אבער מיט דעם ארטיקל האטער מיר געוויזן אז ער קען שוין איינמאל שרייבן.

האניג, איך בין סורפרייז'ד!!!

איך ווארט אויף נאך!
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”