מרדכי בן דוד - נייע אלבום "כולם אהובים"

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
צום זאך
שר האלפיים
תגובות: 2831
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 25, 2009 3:31 pm
לאקאציע: רעסט עריע

מרדכי בן דוד - נייע אלבום "כולם אהובים"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צום זאך »

אומבאשטעטיגטע קוועלער ווייסען איבערצוגעבן אז מרדכי בן דוד ארבעט אויף א נייע אלבום,
און עס האלט שוין יעצט ביי די לעצטע שטאפלען, און וועט שוין זיין אינדערויסען בקרוב!

מער פון דעם ווייסעך נישט, איך האף אז ס'איז נישט די רעדע פון א אלבום פון געציילטע אדער אלט-איבערגעזינגענע ניגונים.. א שטייגער ווי "נחמו נחמו עמי" אדער "יודיש/ענגליש קאלעקציע", מען ווארט שוין אויף עפעס א קנאקעדיגס אזויווי אין דע גוד אלד דעיס.. (ער איז דאך שוין צוריק מיט "יוסי גרין".. ער זינגט "ענוים" אויף די 8טע נאטע {בד"וו, די ענוים ניגון האט אים יוסי געמאכט גאר לאנג צוריק דאכצעך פאר די "אין עוד מלבדו" אלבום, אבער ס'האט געווארט ביז יעצט...})

ווער ס'ווייסט עפעס מער, ביטע מיט'טיילען. ייש"כ
אוועטאר
סאכדעס
שר שלשים אלף
תגובות: 31438
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאכדעס »

מיר ווארטן מיט שפאנונג.
פקודתו פון התאחדות שמרה רוחי!
שראליק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שראליק »

זייך זוהן "יודל" איז איצט אין א"י צו ארבעטן אויף די לעצטע פאזעס פון זיין פאטער'ס טעיפ (און אזוי אויך אויף זיין אייגענעם).

דער טעיפ וועט מיט גאט'ס הילף זיין א ריכטיגער "מרדכי" טעיפ!
אוועטאר
גרויזאמער
מ. ראש הקהל
תגובות: 3628
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 06, 2006 4:03 pm
לאקאציע: מאלי הויז ארעסט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרויזאמער »

אמאל פלעגט מרדכי הייסן דער "פרעמדער" זינגער (שיין גערעדט), היינט איז ער די ווארימסטע זינגער פון די אלע. ער ווערט עלטער, אבער זיין קול לאזט נישט נאך.

אויף זיין זונס טעיפ זינגט ער א שטיקל פון די "מה תמר זה אין לו אלא לב אחד", יענע שטיקל איז מיין בעסטע פארט פון די גאנצע טעיפ.


איי איי... ליב האבן א איד אין יעדן מצב...
איינגעשריבענע באנוצער וועלכע האבן באדאנקט די תגובה:
קרעמער | צום זאך | צייטליך | גרויזאמער | וויכטיג מאכער | אויפריכטיג | מאשקע | bloomberg4mayor | arender

לחץ כאן למסור תודה על תגובה זו | דווח על תוכן פגעוני
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14263
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

גרויזי;
וועלכער טעיפ זינגט ער מה תמר?
שיק א לינק דערצו
דאנק
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
אוועטאר
צום זאך
שר האלפיים
תגובות: 2831
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 25, 2009 3:31 pm
לאקאציע: רעסט עריע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צום זאך »

ערשטענס, ער זינגט עס אויף אן "אלבום"..

די אלבום הייסט "לב אחד" טאקע משום די ניגון; מה תמר זה אין לא אלא "לב אחד".. אף ישרא' אין להם וכו'.. עס איז יודל'ס לעצטע אלבום,

צום (רעכטן..) האנדט, האב איך נישט קיין לינק.. כ'האף איינער וועט טרעפן.
איזאק
שר האלפיים
תגובות: 2324
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 12, 2007 11:55 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איזאק »

גרויזאמער האט געשריבן:אמאל פלעגט מרדכי הייסן דער "פרעמדער" זינגער (שיין גערעדט), היינט איז ער די ווארימסטע זינגער פון די אלע. ער ווערט עלטער, אבער זיין קול לאזט נישט נאך.

אויף זיין זונס טעיפ זינגט ער א שטיקל פון די "מה תמר זה אין לו אלא לב אחד", יענע שטיקל איז מיין בעסטע פארט פון די גאנצע טעיפ.


איי איי... ליב האבן א איד אין יעדן מצב...


מרדכי איז נאך אלץ דער מלך, אבער זיין קול האט שוין היבש נאכגעלאזט, ער קען שוין נישט טון דאס זעלבע ווי אמאל, אבער גערעכט, זיין ווארעמקייט אין א ניגון האט נישט קיין פארגלייך, דאקעגן זיין זון האט קיינמאל קיין שטימע נישט געהאט, פארדעם איז מה תמר די שענסטע שטיקל...
אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12505
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צייטליך »

איזאק, איך בין מיט דיר אינגאנצן.

איך האב זיין "לב אחד" קאסעטע קיינמאל געהערט - הגם עס ליגט מיר דא אין קאמפיוטער זינט עס איז ארויסגעקומען - פשוט וויל איך האב קיינמאל נישט געקענט דולדן יודל'ס קול און וועג פון זינגען.

האט זיך געמאכט גאר לעצטענס אז איך בין געפארן מיט א חבר אין אויטא און יענער האט דאס אנגעצינדן און הגם זיין קול גלייך איך נישט האט ער אבער געוואלדיגע ערענדזמשענט און שיינע ניגונים אויף זיין טעיפ, דאס איז שוין חוץ וואס זיין פאטער זז"ג זינגט דארט עטליכע מאל וואס מאכט נאר בענקן צו הערן עפעס גוט'ס פון ר' מרדכי'ן.
--

גרויזאמער, די האסטעך שוין מרדכי'ן אויף דיין חתימה זינט די ביסט געלאפן..
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.
אוועטאר
צום זאך
שר האלפיים
תגובות: 2831
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 25, 2009 3:31 pm
לאקאציע: רעסט עריע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צום זאך »

צייטליך האט געשריבן:און הגם זיין קול גלייך איך נישט האט ער אבער געוואלדיגע ערענדזמשענט און שיינע ניגונים אויף זיין טעיפ

צייטליך, איך בין אינגאנצען מיט דיר (וואס דו ביסט אינגאנצן מיט איזאק {וואס איזאק געט האלב גערעכט פאר גרויזי..}...) וועגן דעם.

זיין קול איז טאקע נישט עפעס ווייסעך וואס (נו וואס..?), אבער די קאלעקשאן פון זיינע ניגונים איז כולו געוואלדיג! ער פיקט גוט, ער (- זיין טאטע..) האט א גוטע טעיסט. פון יעדע פון זיינע אלבום'ס איז דא ניגונים וואס זענען גלייך געווארן "היטס" - וואס מ'זינגט ביי חתונות וכדו', אויך די מוזיק ערענדזשמענטס איז עפעס אויסטערליש.
(וועמענס קרעדיט? משה לאופער..?)

הגם דער אשכול איז נישט איבער "יודל".. אבער ווען נישט זיין פאטער - ווייסעך נישט צו איינער וואלט אפילו היינט גערעדט פון אים, במילא פיט ער אויך אריין דא בזכות אבותיו..
אוועטאר
ווארום
שר חמש מאות
תגובות: 833
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 24, 2007 11:40 am

בן דוד נייע טעיפ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווארום »

אוועטאר
ליינער
שר האלף
תגובות: 1910
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 13, 2009 9:20 am
לאקאציע: אינעם עולם הליין מאטריאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ליינער »

מרדכי בן דוד האט נעכטען נאכט ביי גאר סוקסעספולע קומזיץ אין די הארץ פון בארא פארק געמאלדען די פרייליכע נייעס אז די לאנג ערווארטע סי. די. וועט זיין צובאקומען און צוויי וואכן ארום אי"ה
נישט נאר א ליינער בין איך נאר שרייבן קען איך אויך
אוועטאר
ליינער
שר האלף
תגובות: 1910
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 13, 2009 9:20 am
לאקאציע: אינעם עולם הליין מאטריאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ליינער »

די קומזיץ איז געווען צו בענעפעטירען די בארימטע "בית יעקב שולע אוו בארא פארק"
די שוין היינט בארימטע אחינו גרופע צוזאמען מיט יודל,מיכאל פראזענסקי, ענד אוו קאורס" מ.ב.ד." האבן פערפארמד מוראדיג
נישט נאר א ליינער בין איך נאר שרייבן קען איך אויך
elmonsey
שר חמש מאות
תגובות: 916
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 24, 2008 12:55 am
לאקאציע: אויפן לבנה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך elmonsey »

בין איך די איינציגסטע וואס האט שוין נישט ליב ר' מרדכי?
אוועטאר
EMT
שר מאה
תגובות: 111
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 05, 2008 5:04 pm
לאקאציע: ביים ארבעט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך EMT »

כ'האב מורא אז יא
מיט א שמייכל ~ Always Happy
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32414
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

איך ציטער אזוי!
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
איזאק
שר האלפיים
תגובות: 2324
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 12, 2007 11:55 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איזאק »

elmonsey האט געשריבן:בין איך די איינציגסטע וואס האט שוין נישט ליב ר' מרדכי?

כ'מיין אז וואס עלמאנסי האט געמיינט צו זאגן איז דער 'שוין', וויבאלד מרדכי האט שוין פארלוירן כמעט זיין שטימע וועסטו טרעפן מער ווי איינער וואס האבן אים 'שוין' נישט ליב.

אבער אויב האסטו געמיינט אז דו האסט אים קיינמאל נישט ליב געהאט... ביסטו דער איינציגסטער.
אוועטאר
מבין נומ 1
שר האלף
תגובות: 1115
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 24, 2009 12:58 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מבין נומ 1 »

על מאנסי, האסט אים קיינמאל נישט אויסגעהערט מיט קאפ, אנדערש קען איך דיר נישט פארשטיין!
תכלית המבינות שנבין שאיננו מבינים...
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14263
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

האמת אגיד, מרדכי איז זייער שיין צו הערן, אבער נישט צו זעהן..

זינט כ'אב אים געזען ביי א קאנצערט האב איך פארלוירן מיין אמאליגע חשק צו MBD.
אנדערש ווי אבריימל וואס כ'גלייך זייער צו זעהן אויכעט.

מרדכי'ס קול ווערט עלטער אבער צוגלייך שטערקער.


מבין;
איך האב אים אויך נישט אויסגעהערט מיט קאפ נאר מיט אויער :P
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
אוועטאר
ליינער
שר האלף
תגובות: 1910
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 13, 2009 9:20 am
לאקאציע: אינעם עולם הליין מאטריאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ליינער »

אטעטשמענטס
mbd.jpg
mbd.jpg (129.48 KiB) געזען 7238 מאל
נישט נאר א ליינער בין איך נאר שרייבן קען איך אויך
איזאק
שר האלפיים
תגובות: 2324
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 12, 2007 11:55 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איזאק »

שוועמל האט געשריבן:מרדכי'ס קול ווערט עלטער אבער צוגלייך שטערקער.

וואס ?
אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12505
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צייטליך »

איזאק, איך וויל נישט אריינגיין אין א פייט מיט דיר, ווייסטעך אז איך וועל סייווי געווינען.. טא, וואס פעלט עס אויס?

עניוועי, דער טעיפ איז שוין לאנג פארטיג ווען נישט די געוואלדיגע פונקטליכע ארבייט פון איבער און איבער ארבייטן זאכן דורך זיין זוהן יודל.

איבער מרדכי'ס זינגען, ער איז ביי מיר דערווייל דער גרעסטער, ווארימסטער און שענסטער אידישער זינגער!

שוועמל, איבער פראפארמען ביי א קאנצערט איז דאכצעך מרדכי זיכער דאס בעסטע פון אלע היינטיגע זינגער'ס וואס פראבירן צו שפילן ווי זיי טאנצן און זענען לעבעדיג, ער איז ממש געבארן דערפאר.

איזאק, ס'איז זיכער אז ער ווערט עלטער, זיין קול איז נישט אזוי ווי אין זיין איגנט, אבער זיין חן און ווארימקייט בלייבט!

און ביי א קאנצערט וועט מרדכי ארויסברענגען דאס גרעסטע עקסטאז ביים ציבור, מער ווי סיי וועלעכער זינגער, אזוי ווייט אז דער גרויסער ליפא שמעלצער וואס האט געמאכט די "ביג איווענט" און יעדער איז געקומען נאר צוליב ליפא וואלט זיך אויך געקענט ענדיגן מיט א דורכפאל ווען נישט מרדכי האט כלשונם "געראקט דעם זאל".
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.
elmonsey
שר חמש מאות
תגובות: 916
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 24, 2008 12:55 am
לאקאציע: אויפן לבנה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך elmonsey »

איזאק האט געשריבן:
elmonsey האט געשריבן:בין איך די איינציגסטע וואס האט שוין נישט ליב ר' מרדכי?

כ'מיין אז וואס עלמאנסי האט געמיינט צו זאגן איז דער 'שוין', וויבאלד מרדכי האט שוין פארלוירן כמעט זיין שטימע וועסטו טרעפן מער ווי איינער וואס האבן אים 'שוין' נישט ליב.

אבער אויב האסטו געמיינט אז דו האסט אים קיינמאל נישט ליב געהאט... ביסטו דער איינציגסטער.

איזאק(די ניק האסטי פין די פעסטע שטעלונג?)האסט זייער גיט מסביר געוועהן
איך האב אים יא ליב איך הער אויס כעמט יעדן טאג זיינע אלטע ניגונים אין דאס זענען די שענסטע ניגונים האלט איך.
נעם למשל די העסק קאנסערטס ביז העסק 17איז געוועהן הערליך אבער ביי העסק 17 וואס איז געוועהן זיין לעצטע קאנסערט ביי העסק איז עס שוין נישט געוועהן די זעלבע...
אוועטאר
צום זאך
שר האלפיים
תגובות: 2831
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 25, 2009 3:31 pm
לאקאציע: רעסט עריע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צום זאך »

איזאק האט געשריבן:
שוועמל האט געשריבן:מרדכי'ס קול ווערט עלטער אבער צוגלייך שטערקער.

וואס ?

וואס הייסט "וואס"?! דאס!!
יא! האסט זייער גוט געהערט!
זיינע לעצטע פאר אלבום'ס פון בערך אין עוד מלבדו/מאמינים/קומזיץ/נחמו/אפשר לתקן (כ'געדענק נישט פונקטליך די כראנעלאגישע סדר..) זענען מיינע פעווארייד אלבום'ס! זיין קול איז סאך שענער/הארציגער/קלאסישער ווי אמאל (אפגעזען פון די אלד סטייל מוזיק אויף זיינע עלטערע טעיפס, וואס איבלט מיר..)
כ'פארשטיי נישט וויאזוי מען קען עס "נישט" ליב האבן.. איין זאך, ארויפציען קען ער שוין נישט ווי אין די גוד אלד דעיס..
(אה.. מ'האקט אריין אין די מאסן.. איינער גייט מסתם שרייען: וואס פארפירסטו אזוי? על טעם וריח אין להתווכיח.. אקעי איך טענה מיך נישט, איך זאג בלויז א "פאקט"..)
אוועטאר
jewish_audio
שר מאה
תגובות: 216
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 14, 2009 12:00 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך jewish_audio »

צייטליך!!! איים אלל די וועי וויט יו.... זייער גוט ארויסגעברענגט
איזאק
שר האלפיים
תגובות: 2324
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 12, 2007 11:55 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איזאק »

elmonsey האט געשריבן:
איזאק האט געשריבן:
elmonsey האט געשריבן:בין איך די איינציגסטע וואס האט שוין נישט ליב ר' מרדכי?

כ'מיין אז וואס עלמאנסי האט געמיינט צו זאגן איז דער 'שוין', וויבאלד מרדכי האט שוין פארלוירן כמעט זיין שטימע וועסטו טרעפן מער ווי איינער וואס האבן אים 'שוין' נישט ליב.

אבער אויב האסטו געמיינט אז דו האסט אים קיינמאל נישט ליב געהאט... ביסטו דער איינציגסטער.

איזאק(די ניק האסטי פין די פעסטע שטעלונג?)האסט זייער גיט מסביר געוועהן
איך האב אים יא ליב איך הער אויס כעמט יעדן טאג זיינע אלטע ניגונים אין דאס זענען די שענסטע ניגונים האלט איך.
נעם למשל די העסק קאנסערטס ביז העסק 17איז געוועהן הערליך אבער ביי העסק 17 וואס איז געוועהן זיין לעצטע קאנסערט ביי העסק איז עס שוין נישט געוועהן די זעלבע...

יאפ, פון די פעסטע שטעלונג, גוט צוגעטראפן.

איך בין אויך שיעור ארויפגעטאנצן אויף דיר הלמאי ווי קען זיין דו האסט נישט ליב מרדכי, אבער כ'האב מיך נאכדעם געכאפט וואס דו מיינסט, וואס אגב האלט איך מיט דיר מיט דיין מיינונג, איך הער זיינע אלטע זאכן ביז ערגעץ 2003, נאכדעם איז שוין זיין קול געפערליך אויסגעקראצט.

אבער מיט דעם אלעם איז ער נאך היינט צוטאגס בעסער ווי רוב היינטיגע זינגערס וואס האקן אין טשייניק און פרובירן נאכצומאכן יעדן נאר נישט זיך אליינס....
שרייב תגובה

צוריק צו “היכל הנגינה”