וויאזוי גייט שלום בית אויסקיקן אין יאר 2054 ??? (אזהרה: נישט פאר פרויען)

פסיכאלאגיע און מעדיצינען

די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,thefact

אוועטאר
ניין און יא
שר האלף
תגובות: 1305
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 06, 2019 10:05 am

וויאזוי גייט שלום בית אויסקיקן אין יאר 2054 ??? (אזהרה: נישט פאר פרויען)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ניין און יא »

בס''ד

א גוט מארגען רעכי זאגט יענקל פארן ווייב

רעכי: איין מינוט איך שטיי שוין אויף, געב מיר נאך צוויי מינוט

צוויי מינוט שפעטער,

יענקל: 'רעכי' ס'איז שוין אדורך צוויי מינוט פון ווען איך האב דיר פריער אויפגעוועקט

רעכי: אקעי אקעי איך שטיי שוין אויף

יענקל איז שוין אויף א שעה, ער האט שוין אריינגעלייגט א לאד אין די וואש מאשין, אין ער האט אן געגרייט פרישטיג פאר די קינדער מיט צו נעמען,

רעכי שטייט אויף גייט אריין אין קיך, יענקל ווארט איר אפ מיט א פרישע קאווע,

יענקל: רעכי דו מוזט הערן וויאזוי מיין נאכט איז א דורך, די בעבי האט געוויינט א גאנצע נאכט איך בין כמעט נישט געשלאפן, רעכי דו האלטס מען דארף גיין צום דאקטער אדער ער וויינט סתם?

רעכי: נעה ער וויינט סתם מען דארף נישט לויפן צום דאקטער פאר יעדע זאך, יענקל איך מיז דיר זאגען דו ווייסט נישט וויפיל איך שעץ דיין זיך אפגעבען מיט די קינדער, ס'איז א זאך וואס די גייסט דערפאר באקומען שכר אויף אייביג, איך בין דיר כמעט מקנא

יענקל; אויפגעלאכטן פון די קאמפלימענט: א גוטן טאג רעכי האב הצלחה ביי די ארבייט, און פליס ווען איך קאלל דיר הייב אויף,

רעכי:א גוטן טאג

-------

טר טר טר טר

רעכי: הלו

יענקל: הלו ביסט ביזי? איך טריי דיך שוין צו קאלן אפאר מאל, איך דארף רעדן צו דיר זייער וויכטיג,

רעכי: איך האב דיר שוין געזאגט אזוי אסאך מאל אז ווען איך בין ביי די ארבעט קאל נישט, איך דארף דאך אהיים ברענגען פרנסה,

יענקל; האלב וויינדיג: דו האסט סתם נישט קיין נערווען צו רעדן צו מיר, דיין ביזנעס איז דיר וויכטיגער פון אלעס איך דארף א ווייב נישט קיין ביזנעס,

רעכי; אנגעצויגען: אקעי אקעי לאמיך הערן וואס דו ווילסט,

יענקל; בלאזעדיג: סגוט איך וויל די נישט באדערן אז דו ביסט ביזי וועלן מיר רעדן שפעטער,

רעכי: אקעי יענקל איך האב גארנישט געמיינט, דו מוזט פארשטיין איך האב געהאט א שווערע טאג אבער איך האב גארנישט געמיינט, פליס זיי מיר מוחל איך וועל עס מער אי''ה בל''נ נישט טון, יעצט לאמיר הערן וואס גייט פאר,

יענקל; אביסיל ברואיגט: איך ווייס נישט וואס צו מאכן פאר סאפער; באדעמ'ס אדער איבערגעצויגענע פלייש, איך מוטשע מיך שוין ארום א האלבע שעה און איך קען נישט דעסיידען

רעכי: איך מיין זאלסט מאכן באדעמ'ס און פערטיג,

ייעקל: אבער איך האב שוין אנגעהויבן מאכן די איבערגעצויגענע פלייש, זאל איך סטאפן? איך מיין איך וועל מארגען מאכן דיינע באדעמ'ס,

רעכי; טראכטנדיג אויב ווייסט ער וואס פרעגט ער: אקעי ביי,

יענקל: ביי סי יא סאאן,

---------

רעכי קומט אהיים

יענקל: א גוטן טאג רעכי איך האב שוין געווארט אויף דיר אזוי לאנג, דו קומסט לעצטנס אהיים אזוי שפעט, דו ווייסט ווי איך ארבעט מיך איבער דא אינדערהיים מיט די קינדער, איך ווער ממש צוריסן פון די ארבעט כאטשיג טו אזויפיל קום אהיים פרי פאר מיר,

רעכי: ברואיג דיך איך בין קוים אהיים געקומען, אין איך ארבעט אויך שווער, פאר וועם אבער טו איך עס פאר דיר צו ברענגען פרנסה, סקומט מיר אזויפיל אז ס'זאל מיר אפווארטן א קלינע שטוב,

יענקל: דו פארשטייסט מיך נישט, קיינמאל פארשטייסט נישט וואס איך פיל,

רעכי: אקעי טאקע איך האב גארנישט געמיינט, וויאזוי איז טאקע געווען דיין טאג?

יענקל: דו פרעגסט סתם דו ווילסט מיך נישט עכט אויסהערן ס'גוט איך דארף נישט קיין טובות,

רעכי; מיט א קרעכטס: ניין ניין איך וויל עכט הערן וויז אזוי דיין טאג איז אריבער,

יענקל' אביסל רואיגער: מוישי האט היינט געציינדעלט א גאנצען טאג איך האב געמיינט איך ווער משוגע, רחי'ס טישטשער האט געקאלט זי מיינט אז זי דארף ארויסגיין פאר ספעשישל העלפ זי האלט נישט געהעריג מיט,

רעכי: נו נו

יענקל: איך האב גערעדט מיט דיין טאטע ער הייבט מיר נישט אן צו פארשטיין ער האט מרמז געווען אז איך בין נישט אזוי געשיקט אין געלונגען ווח די נייע איידעם, אלאמאל האב איך געוויסט אז דיין טאטע האלט נישט פון מיר, נאך דעם האב איך גערעדט מיט מיין ברודער ער זאגט ער האט געהערט פון א נייע דייעט איך מיין דו זאלסט אנהויבן צו גיין דערויף, ער האט מיר פארציילט אותות און מופתים איך בין זיכער ס'גייט ארבעטן, נאך אלעם קען עס נישט אזוי אנגיין מוזט פארלירן וואג,

רעכי: מיין טאטע האט גארנישט געמיינט, קענסט דאך אים, ער זאגט און ער מיינט גארנישט, דו ביסט ס''ה צו סענסטיו צו דיין שווער, דארפסט אויפהערן נעמען אלעס אזוי פערסנעל,

יענקל: איך וואלט דיר נישט געדארפט זאגען אלעמאל האלטסטו מיט דיין טאטע קיינמאל נעמסטו דיך נישט אן פאר מיר, איך האב געוויסט אז איך טאר נישט רעדן צי דיר וועגן דיין טאטע,

רעכי: איך האב גארנישט געמיינט, עכט האלט איך אז דו ביסט גערעכט מיין טאטע וואלט עס נישט געדארפט זאגען,

יענקל: אקעי קום זעץ זיך צום טיש לאמיר סארווירן סאפער,

זיי עסן אפאר מינוט

רעכי: יענקל די סאפער איז געווען מורא'דיג ס'האט געהאט אלע טעמים ממש ווי אין א רעסטעראנט,

יענקל שיינט אויף

רעכי: אבער נעקסט טיים לייג אביסל ווייניגער זאלץ פשוט איך האב נישט ליב אזוי געזאלצען, אבער סאיז עכט זייער גוט געווען,

יענקל: אקעי סאררי איך האב נישט געדארפט לייגן אזויפיל זאלץ אי''ה נעקסט טיים וועל איך עס מאכן בעסער,

יענקל: רעכי האסט מיר נישט פארציילט וויאזוי דיין טאג איז אריבער,

רעכי: נאטונג ספעשיל אלעס איז געווען ב''ה געהעריג ביזנעס עס יוזשיל,

*******************************

אויב האסטו נישט געכאפט וואס איז פאני מיט די סצענע דאן ליין ווייטער, אויב האסטו יא געכאפט דאן ביסטו גוט צו גיין.

די חורבן פון די היינטיגע וועלט אין ענין פון מעריזש לייף איז אז מען פירט זיך אןיף היפך פון ווי אזוידי באשעפער האט באשאפן די וועלט, דהיינו די מאן זאל זיין די משפיע און די פרוי די מקבל, און אויב פירט מען זיך אזוי איז אלעס גוט אי''ה אבער די פראבלעמען איז אז מען פארדרייט די יוצרות.

א משפיע מיינט אז איך דארף גארנישט פון דיר איך בין ס''ה דא צו משפיע זיין און דיר מאכן פילן גוט און זיכער מאכן אז דו האסט אלעס וואס דיר פעלט בגשמיות און בעיקר אין רוחניות און אין גייסטיג.

דעיס אז איך דארף גארנישט פון דיר מיינט אז איך דארף ממש גארנישט, נישט קיין קאמפלימענט נישט קיין גוט ווארט, נישט דיין שעצונג, יא ס'מאכט גרינגער ווען מען האט עס, אבער איך דארף עס בעצם נישט האבען, און נישט פאר דעם בין איך דא, בגשמיות איז יא דא געוויסע זאכן וואס מען דארף, אבער נאר טעכנישע זאכן וואס מען האט מתקן געווען צוליב געוויסע סיבות, ווי למשל אז די פרוי דארף אריינברענגען געלט איז נאר אז די מאן זאל נישט פילן אז איך שפייז איר און זי מאכט נאך געלט, (ווייל אלס מקבל וואס איז בטל צום משפיע דארף זי ווען ווילען אלעס איבערגעבן פארן מאן אלס מקבל וואס וויל גארנישט זיין אליינס נאר וויל זיין ביד המשפיע)



א מקבל איז פונקט פארקערט א מקבל איז נישט זעלבסשטענדיג, און קען נישט זיין זעלבסשטענדיג, א מקבל לעבט אויף א גוטע ווארט פון די משפיע, און אזוי דארף עס טאקע זיין, ווייל דעיס מיינט א מקבל א מקבל דארף א גאנצען צייט עיצות און באשלוסן פון די משפיע, חיות פון די משפיע און דארף זיך פילן געשעצט ביים משפיע, און אויב נישט איז וויבאלד זי אז א מקבל וואס האט גארנישט אליין איז איר לעבן א גיהנום, ווייל איר מקור חיות געט איר נישט קיין חיות.



און קורצן די משפיע דארף נישט גארנישט פון די מקבל חוץ דעיס אז ער וויל איר משפיע זיין, און א מקבל לעבט אויפן משפיע'ס גוטע ווערטער אין המהגה.

יעצט די פראבלעם איז היינט ביי ביידע זייטן, אבער די עיקר איז ביי די מענער, אז די היינטיגע מענער זענען צמקבלים זיי לעכצן נאך א גוט ווארט, אז איינער זאל זיי קלאפן אין ריקען אז איינער זאל זיי מוטיגן, זיי קענען נאך נישט מאכן קיין באשלוסן אין זענען אנגעהאנגען אין אנדערע מענטשן.

יעצט ווען אזא מאן קומט זיך צוזאם מיט א מיידל וואס האט נאך די ארגענעלע מקבל'קייט, איז קאסטעראפע, די מאן לייגט זיך אן אויף א מקבל וואס זיכט א משפיע, ווערט באליידגיט פון איר, ער דארף אירע גוטע ווערטער, אין דער צייט וואס זי איז בכלל נישט אויסגעשטעלט עס צו געבן, אין זי איז דער וואס דארף עס באמת, זי דארף א משפיע וואס זאל איר טראגען און מחיה זיין, נישט א נקיבה וואס זאל זיך אנלאנען אויף איר גאר.

כמעט אלע מלחמות קומען ווען די מאן אנערקענט נישט אז ער דארף זיין א משפיע, דהיינו ער דארף גארנישט פון איר, און ער דארף געבן לעבן נישט טויט, ווייל ווען נאר א מענטש אנערקענט דעיס איז נישט דא קיין מקום צו מלחמה, ער איז אלס מוותר נישט ווייל ער איז שוואך נאר ווייל ער איז שטארק, ס'גייט אים נישט אן ער איז העכער פון אלס, און ער איז אלס גרייט צו טוען צי געבען חיות, אזא מאן ווערט קיינמאל באליידעגט, און ער באליידיגט קיינמאל, און ער פילט קיינמאל אז ער האט נישט באקומען וואס אים קומט זיך, ווייל ער דארף גארנישט.

להערה: ער דארף אבער יא זיין ווייב פאר איין ריזעגע זאך, צי משפיע זיין אויף איר, וואס דאס איז זייער וויכטיג און געט די גוטע געפיל פאר די מאן נישט פון איר קאמפלימענט נאר פון זיין השפעה.

ועוד הערה: אז כדי צו ריכטיג משפיע זיין דארף מעןמבאמת שעצן די ווייב פאר וואס זי טיט און איר באמת ארויף קיקן און איר באמת מחשיב, זיין אבער פון פלאץ וואס א טאטע שעצט זיין קינד און קיקט ארויף זיין קינד נישט פון א קינד וואס קיקט ארויף זיין טאטע.



(ס'איז באמת אויך דא די פארקערטע פראבלעם ביי די מיידלעך, אבער נארמאלערהייט אויב די מאן איז א משפיע כראי ווערט די פרוי גאנץ שנעל איבער געדרייט צו א ריכטיגע מקבל וואס דאס איז גוט פאר איר, און ס'איז אסאך גרינגער פאר א פרוי צו ווערן צוריק א מקבל וואס פאדערט נישט קיין סאך ארבעט, ס''ה צוריק צו גיין אין די גרעניצן, ווי א מאן זאל ווערן צוריק א משפיע וואס פאדערט ערנסטע ארבעט זיך אליינס אויף צי בויען אין צו ווערן עפעס.)

זאל השם יעדן העלפן מיט שלום בית און אלס גוטס, און זאל אונז משפיע זיין די אור פון גאולה


קאמענטס קריטיק קאמפלעמענטן אויף "דעם" ארטיקל איז זייער וועלקאם. אבער ביטע ביטע נישט מאכן א שלום בית שמועס דא לא לזה כוונתי, בתקווה להבנה.
לעצט פארראכטן דורך ניין און יא אום מאנטאג אוגוסט 03, 2020 10:17 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אקבל הערות והארות בשמחה והכרת הטוב אי"ה
-------
מפתח ארטיקלען ----- מפתח פאעזיע
-------
ווער עס וויל באקומען ווייטער ארטיקלען פון מיין קליינקייט אדער וויל מיר קאנטעקטן זאל מיר שרייבן צו מיין אימעיל
מיט פיל דאנק
------
[email protected]
דברים אלו
שר האלף
תגובות: 1961
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 16, 2015 2:30 pm

Re: וויאזוי גייט שלום בית אויסקיקן אין יאר 2054 ??? (הזהרה: נישט פאר פרויען)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דברים אלו »

שטארק!!!
ווער איז שילדיג אינעם מצב?
שטאפיק
שר חמש מאות
תגובות: 877
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 23, 2020 9:13 am
לאקאציע: עיה"ק ירושלם תובב"א

Re: וויאזוי גייט שלום בית אויסקיקן אין יאר 2054 ??? (הזהרה: נישט פאר פרויען)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטאפיק »

די ליטאים מיט צווינגען כולל אויף יעדער איינער אויף א גאנץ לעבן און קינדער האבען נישט קיין מאמע.
אוועטאר
קיטשי
שר האלף
תגובות: 1623
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 07, 2011 10:14 am
לאקאציע: אויף דער וועלט - ווילאנג איך האב וואס מתקן צו זיין

Re: וויאזוי גייט שלום בית אויסקיקן אין יאר 2054 ??? (הזהרה: נישט פאר פרויען)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיטשי »

דברים אלו האט געשריבן:שטארק!!!
ווער איז שילדיג אינעם מצב?

The liberals with their feminism agenda
פאר דו דרוקסט שיק מאך זיכער אז דו טוסט נישט וויי קיין אנדערע איד.
זעירא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 435
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 14, 2019 3:01 pm

Re: וויאזוי גייט שלום בית אויסקיקן אין יאר 2054 ??? (הזהרה: נישט פאר פרויען)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זעירא »

אוי איז ער א לץ מלוצץ...
אבער ער זאגט גוט!!!
אוועטאר
shimon7323
שר חמשת אלפים
תגובות: 5641
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 14, 2012 9:21 pm
לאקאציע: שיך
פארבינד זיך:

Re: וויאזוי גייט שלום בית אויסקיקן אין יאר 2054 ??? (הזהרה: נישט פאר פרויען)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך shimon7323 »

דער חלומט פון 34 יאר ארום, ווען דער ריאליטעט איז דא שוין לייו היינט אויף א ריזן פארנעם ליידער. אויך שטארק איז דער חלק פון נישט וועלן זיין קיין מקבל ווייל איך ווייס אסאך מער ווי דער מאן.
Porfavor
שר חמישים ומאתים
תגובות: 350
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 17, 2017 8:07 pm

Re: וויאזוי גייט שלום בית אויסקיקן אין יאר 2054 ??? (הזהרה: נישט פאר פרויען)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Porfavor »

שטאפיק האט געשריבן:די ליטאים מיט צווינגען כולל אויף יעדער איינער אויף א גאנץ לעבן און קינדער האבען נישט קיין מאמע.


ניין. און די מענער ווערן מקבלים. יו מיסד די פוינט. די פוינט איז נישט צו קינדער האבן א מאמע.

Btw דער פראבלעם איז דא ביי די חסידישע און ביי נישט לערער פונקט די זעלבע.
Porfavor
שר חמישים ומאתים
תגובות: 350
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 17, 2017 8:07 pm

Re: וויאזוי גייט שלום בית אויסקיקן אין יאר 2054 ??? (הזהרה: נישט פאר פרויען)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Porfavor »

קיטשי האט געשריבן:
דברים אלו האט געשריבן:שטארק!!!
ווער איז שילדיג אינעם מצב?

The liberals with their feminism agenda


ניין. נישט אמת.
Porfavor
שר חמישים ומאתים
תגובות: 350
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 17, 2017 8:07 pm

Re: וויאזוי גייט שלום בית אויסקיקן אין יאר 2054 ??? (הזהרה: נישט פאר פרויען)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Porfavor »

shimon7323 האט געשריבן:דער חלומט פון 34 יאר ארום, ווען דער ריאליטעט איז דא שוין לייו היינט אויף א ריזן פארנעם ליידער. אויך שטארק איז דער חלק פון נישט וועלן זיין קיין מקבל ווייל איך ווייס אסאך מער ווי דער מאן.


סאיז סאך גרינגער צי מאכן א פרוי פאר א מקבל ווי א מאן פאר א משפיע.
Porfavor
שר חמישים ומאתים
תגובות: 350
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 17, 2017 8:07 pm

Re: וויאזוי גייט שלום בית אויסקיקן אין יאר 2054 ??? (הזהרה: נישט פאר פרויען)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Porfavor »

דברים אלו האט געשריבן:שטארק!!!
ווער איז שילדיג אינעם מצב?


דאס איז א שאלה וואס מיר דארפן זיך אליינס פרעגן.

וויאזוי קוקט אויס אונזער חינוך פאר די בחורים...
גיבט מען זיי די אפשן צו אויפבויען זייער שטארקייט צו זיין מענער און נעמען אחריות? אדער...
העלאו
שר האלפיים
תגובות: 2039
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 14, 2017 11:30 am

Re: וויאזוי גייט שלום בית אויסקיקן אין יאר 2054 ??? (הזהרה: נישט פאר פרויען)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך העלאו »

געוואלדיג איינס אין די וועלט
ברוינע באנאנע
שר האלף
תגובות: 1928
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 28, 2017 10:14 am

Re: וויאזוי גייט שלום בית אויסקיקן אין יאר 2054 ??? (הזהרה: נישט פאר פרויען)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ברוינע באנאנע »

;l;p- ;l;p- ;l;p-
אוועטאר
חסידא ופרישא
שר האלף
תגובות: 1569
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יוני 13, 2020 6:48 pm
לאקאציע: אסאך פלעצער

Re: וויאזוי גייט שלום בית אויסקיקן אין יאר 2054 ??? (הזהרה: נישט פאר פרויען)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חסידא ופרישא »

הערליך געשריבן
כתיבה וחתימה טובה!

מיין אימעל איז [email protected]
אוועטאר
חלב ישראל
שר חמש מאות
תגובות: 868
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 14, 2018 10:19 am

Re: וויאזוי גייט שלום בית אויסקיקן אין יאר 2054 ??? (אזהרה: נישט פאר פרויען)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חלב ישראל »

איך זעה נישט וויאזוי די דאזיגע מצב איז ערגער פון דאס פארקערטע, ביידע זענען נישט גוט. איך בין נישט קיין יודע דעת עליון ווייס איך נישט וויאזוי "ס'דארף צו זיין", און בכלל ווייס איך נישט פונקטליך די דעפינישן פון מקבל און משפיע אין דעם קאנטעקסט, אזוי צו אזוי איז miscommunication און כסדר גיין איינער אויפ'ן צווייטנס געהירן נישט קיין געזונטע זאך.
Programming
שר שלשת אלפים
תגובות: 3152
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 16, 2017 8:53 pm

Re: וויאזוי גייט שלום בית אויסקיקן אין יאר 2054 ??? (הזהרה: נישט פאר פרויען)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Programming »

זייער שיין, הערליך אראפ געשריבן.

איין הערה האב איך נאר, און דער שרייבער פון דעם שיינעם ארטיקל האט עס שוין מרמז געווען, אז בעצם איז גארנישט ראנג אין דעם בילד וואס ער מאלט אראפ. די סצענעס זענען דאך מעשים בכל יום אין 2020 פונקט אזוי, און דער איינציגער חילוק איז אז די ראלעס זענען פארטוישט געווארן.

נו אויב קענען מאן און ווייב אזוי גרינג אננעמען דעם אנדערנס ראלע, און דער מאן ווערט אליינס א פרוי בלויז פון וואשן די וועש און קעיר נעמען פון די קינדער, איז דאך טאקע נישטא קיין סיבה עס זאל נישט זיין אזוי אין פירסט פלעיס. די אלע תורות פון משפיע ומקבל זענען זייער שיין און פיין, גוטע שטאף פארן שלום בית 'עקספערט' זיך צו באנוצן לויט וויאזוי עס קומט אים אויס אויף די מינוט, אבער נישט גענוג א שטארקע סיבה צו זאגן אז אזוי מוז עס זיין.

אויך איבער דעם 'פראבלעם' וואס אנדערע האבן געשריבן אז מענער זענען מקבלים, אז מען קוקט צוריק אין היסטאריע, אין אונזערע מקורות זעהט מען זייער שטארק און קלאר אז מענער זענען אלעמאל געווען מקבלים אין די פארנעם. חכמת נשים בנתה ביתה. אשת קרח און און בן פחות און הונדערטער אנדערע דוגמאות.
צו לייקן אדער דיסלייקן די תגובה, מאכט א רייט קליק אויף די ווייסע קעסטל נעקסט צו די טיים סטעמפ העכער די תגובה און קאפי'ט די לינק אדרעס. אלע 5'ס (5, 15, 25, 105, 1005 א.א.וו.) זענען לייקס, 10'ס (10, 100, 1000 א.א.וו.) זענען דיסלייקס.
אוועטאר
ניין און יא
שר האלף
תגובות: 1305
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 06, 2019 10:05 am

Re: וויאזוי גייט שלום בית אויסקיקן אין יאר 2054 ??? (הזהרה: נישט פאר פרויען)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ניין און יא »

Program@ און איך האב געמיינט אז יעדע רעכטדענקער מאן וועט זיך פארעקלען פון אזא בילד

אגב איך האב נישט פארשטאנען וואס די ברענגסט פון און אז די מאן איז די מקבל אדעמ סאיז בכלל נישטא אזא זאך
אקבל הערות והארות בשמחה והכרת הטוב אי"ה
-------
מפתח ארטיקלען ----- מפתח פאעזיע
-------
ווער עס וויל באקומען ווייטער ארטיקלען פון מיין קליינקייט אדער וויל מיר קאנטעקטן זאל מיר שרייבן צו מיין אימעיל
מיט פיל דאנק
------
[email protected]
Porfavor
שר חמישים ומאתים
תגובות: 350
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 17, 2017 8:07 pm

Re: וויאזוי גייט שלום בית אויסקיקן אין יאר 2054 ??? (הזהרה: נישט פאר פרויען)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Porfavor »

Programming האט געשריבן:זייער שיין, הערליך אראפ געשריבן.

איין הערה האב איך נאר, און דער שרייבער פון דעם שיינעם ארטיקל האט עס שוין מרמז געווען, אז בעצם איז גארנישט ראנג אין דעם בילד וואס ער מאלט אראפ. די סצענעס זענען דאך מעשים בכל יום אין 2020 פונקט אזוי, און דער איינציגער חילוק איז אז די ראלעס זענען פארטוישט געווארן.

נו אויב קענען מאן און ווייב אזוי גרינג אננעמען דעם אנדערנס ראלע, און דער מאן ווערט אליינס א פרוי בלויז פון וואשן די וועש און קעיר נעמען פון די קינדער, איז דאך טאקע נישטא קיין סיבה עס זאל נישט זיין אזוי אין פירסט פלעיס. די אלע תורות פון משפיע ומקבל זענען זייער שיין און פיין, גוטע שטאף פארן שלום בית 'עקספערט' זיך צו באנוצן לויט וויאזוי עס קומט אים אויס אויף די מינוט, אבער נישט גענוג א שטארקע סיבה צו זאגן אז אזוי מוז עס זיין.

אויך איבער דעם 'פראבלעם' וואס אנדערע האבן געשריבן אז מענער זענען מקבלים, אז מען קוקט צוריק אין היסטאריע, אין אונזערע מקורות זעהט מען זייער שטארק און קלאר אז מענער זענען אלעמאל געווען מקבלים אין די פארנעם. חכמת נשים בנתה ביתה. אשת קרח און און בן פחות און הונדערטער אנדערע דוגמאות.


עס איז נישט דע קיין מוז. יעדער קען טון וואס זיי ווילן.
חכמת נשים מיינט נישט אז זי ווערט שוין א משפיע...
Programming
שר שלשת אלפים
תגובות: 3152
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 16, 2017 8:53 pm

Re: וויאזוי גייט שלום בית אויסקיקן אין יאר 2054 ??? (הזהרה: נישט פאר פרויען)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Programming »

מען זעהט אבער קלאר אז א פרוי גיבט אין פאקט עמאושענעל סופארט פארן מאן. לטב ולמוטב. צי דאס מאכט דעם מאן פאר א מקבל אדער עס שטערט אים פון זיין 'משפיע' ראלע ווייס איך נישט.
צו לייקן אדער דיסלייקן די תגובה, מאכט א רייט קליק אויף די ווייסע קעסטל נעקסט צו די טיים סטעמפ העכער די תגובה און קאפי'ט די לינק אדרעס. אלע 5'ס (5, 15, 25, 105, 1005 א.א.וו.) זענען לייקס, 10'ס (10, 100, 1000 א.א.וו.) זענען דיסלייקס.
אוועטאר
ניין און יא
שר האלף
תגובות: 1305
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 06, 2019 10:05 am

Re: וויאזוי גייט שלום בית אויסקיקן אין יאר 2054 ??? (הזהרה: נישט פאר פרויען)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ניין און יא »

ביטע זיך האלטן נאר צו קאמענטן דעם ארטיקל פשוט איך לייג אריין אסאך כוח אין א ארטיקל און איך וויל נישט זסזאל פארלוירן ווערן אין א שמועס
מיט פיל דאנק
אקבל הערות והארות בשמחה והכרת הטוב אי"ה
-------
מפתח ארטיקלען ----- מפתח פאעזיע
-------
ווער עס וויל באקומען ווייטער ארטיקלען פון מיין קליינקייט אדער וויל מיר קאנטעקטן זאל מיר שרייבן צו מיין אימעיל
מיט פיל דאנק
------
[email protected]
אוועטאר
גרויסע עם הארץ
שר עשרת אלפים
תגובות: 14544
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 24, 2018 9:17 pm

Re: וויאזוי גייט שלום בית אויסקיקן אין יאר 2054 ??? (הזהרה: נישט פאר פרויען)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרויסע עם הארץ »

עס האט מיר גענומען אפאר מינוט צו רילייזן די נעמען טויש..

עפעס אזוי האט עס אויסגעזעהן אין מצרים..
קנקן מלא
שר חמישים
תגובות: 91
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 18, 2017 1:14 pm

Re: וויאזוי גייט שלום בית אויסקיקן אין יאר 2054 ??? (אזהרה: נישט פאר פרויען)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנקן מלא »

זייער א ריכטיגע נקודה!

דער פראבלעם דערפון איז פשוט, ווייל דער ענין פון משפיע ביים מאן און מקבל ביים פרוי איז נשרש אינעם מהות הנפש, און אויב דע חצוניות׳דיגער הלוך ילך שטומט נישט דערמיט קענעס ברענגען אומצופרידנקייט און פראבלעמען.

יעצט, די סיבה דערצו זענען 2 מעידזשער זאכן וואסיז נשתנה געווארן די לעצטע דורות: 1) עדיוקעישן ביי די מיידלעך, 2) די מעגליכקייט ביים פרוי צו ברענגען פרנסה.

ס׳ווערט געברענגט מפי ספרים וסופרים אז לעתיד וועט דער פרוי זיין דער משפיע וכו׳ קען זיין אז דער יעצטיגער טויש איז שוין א הכנה פאר די גאולה
אל תסתכל בקנקן... אלא במה שיש בו!
אחד הרבנים
שר האלף
תגובות: 1294
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 09, 2019 10:34 pm

Re: וויאזוי גייט שלום בית אויסקיקן אין יאר 2054 ??? (הזהרה: נישט פאר פרויען)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אחד הרבנים »

Programming האט געשריבן:זייער שיין, הערליך אראפ געשריבן.

איין הערה האב איך נאר, און דער שרייבער פון דעם שיינעם ארטיקל האט עס שוין מרמז געווען, אז בעצם איז גארנישט ראנג אין דעם בילד וואס ער מאלט אראפ. די סצענעס זענען דאך מעשים בכל יום אין 2020 פונקט אזוי, און דער איינציגער חילוק איז אז די ראלעס זענען פארטוישט געווארן.

נו אויב קענען מאן און ווייב אזוי גרינג אננעמען דעם אנדערנס ראלע, און דער מאן ווערט אליינס א פרוי בלויז פון וואשן די וועש און קעיר נעמען פון די קינדער, איז דאך טאקע נישטא קיין סיבה עס זאל נישט זיין אזוי אין פירסט פלעיס. די אלע תורות פון משפיע ומקבל זענען זייער שיין און פיין, גוטע שטאף פארן שלום בית 'עקספערט' זיך צו באנוצן לויט וויאזוי עס קומט אים אויס אויף די מינוט, אבער נישט גענוג א שטארקע סיבה צו זאגן אז אזוי מוז עס זיין.

אויך איבער דעם 'פראבלעם' וואס אנדערע האבן געשריבן אז מענער זענען מקבלים, אז מען קוקט צוריק אין היסטאריע, אין אונזערע מקורות זעהט מען זייער שטארק און קלאר אז מענער זענען אלעמאל געווען מקבלים אין די פארנעם. חכמת נשים בנתה ביתה. אשת קרח און און בן פחות און הונדערטער אנדערע דוגמאות.

ס׳איז נישט אזוי פשוט.
מען זאגט נאך פון צדיקים תלמידי בעש״ט אז די צרות פונעם דור קומט פון דעם וואס מען איז מהפך די יוצרות. דער רבש״ע האט באשאפן די בריאה אז דער זכר זאל זיין דער משפיע און די נקיבה די מקבל. מיט דעם וואס אין די לעצטערע דורות טוט מען פארקערט און פרויען ברענגען פרנסה און זענען מיט דעם די משפיעים (אזוי אויך נעמען אויף זיך די עונש פון אדם הראשון ״בזיעת אפיך תאכל לחם״ וואס איז געגעבן געווארן פאר מענער) טוט מען מהפך זיין די צינורות און דאס ברענגט אן אלע צרות אויף די וועלט.
היינט גייט עס שוין אסאך ווייטער ווי בלויז ברענעגען פרנסה..
אוועטאר
אונגארישע הייזער
שר שמונת אלפים
תגובות: 8346
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 31, 2019 1:12 pm
לאקאציע: אין מאה שערים

Re: וויאזוי גייט שלום בית אויסקיקן אין יאר 2054 ??? (אזהרה: נישט פאר פרויען)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אונגארישע הייזער »

:lol: :lol: :lol:

כי עתה ילחכו הקהל....

יוי ביזטו גוט!!!

---

בד"וו, איך זעה אז זייט דו האסט געטוישט אוועטער שרייבסטו שוין אזעלכע ארטיקלען וואס מען דארף נישט ביים ליינען מקיים זיין דיין אלטע אוועטער...
לכאורה האט געשריבן:
פארוואס שרייבט מען תגובות אן זיך פארשטענדיגן מיטן מוח?
געריבענער סוחר
שר האלף
תגובות: 1268
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 30, 2018 10:50 am
לאקאציע: אין קאנפערענס רום

Re: וויאזוי גייט שלום בית אויסקיקן אין יאר 2054 ??? (אזהרה: נישט פאר פרויען)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געריבענער סוחר »

שכח, פיינע ארטיקל. ארויסגעפרינט פאר מיין סוחר'טע, עובר געווען אויף די שטרענגע אזהרה, זי דארף עס ליינען עמערדשענסי :?
.When someone tells you: "It can't be done!" Remember: Those are their limits, not yours
אוועטאר
דניאל אויערבאך
שר ששת אלפים
תגובות: 6407
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 08, 2017 4:31 pm

Re: וויאזוי גייט שלום בית אויסקיקן אין יאר 2054 ??? (אזהרה: נישט פאר פרויען)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דניאל אויערבאך »

זייער א שיינע ארטיקל, אבער לדעתי נישט אינגאנצען ריכטיג, א משפיע מיינט נישט אז "ער דארף גארנישט" חוץ משפיע זיין.
דאס איז אדער א איינגערעדטע שטארקקייט אדער א חסרון אין שלו' בית.

מען קען טאקע מיינען אז יעדע געזונטע בחור וואס ווערט עלטער (אדער גרוש) איז טאקע נאר דעפרעסט ווייל ער קענישט משפיע זיין :P

ווען מען קוקט אריין אין פריערדיגע ספרים און הנהגות פון צדיקים פאר פרויען, און אפי' אין הלכה, וועט מען כסדר זען ווי מען הייסט פרויען מכבד זיין דעם מאן און אים געבן טרייסט ווערטער אין זיינע שוועריגקייטן (עמאשאנעל סופפארט בלע'ז), זיך זארגן פאר אים מיט אלע זיינע באדערפענישן און אים באדינען ווי א מלך וכו' מאכן די בעט און וואשן הענט און פיס אא"וו.

בקיצור, עס איז א טעות צו זאגן אז א משפיע מיינט ער דארף גארנישט.
אין שיעורים וואס איך האב געהערט פון מערערע משפיעים (נישט PUN אינטענדעד) האב איך אסאך געהערט אז אפילו די פרוי ברענגט פרנסה מיינט נאך אלץ נישט אז זי איז די משפיע, די גאנצע משפיע\מקבל ביזנעס איז א קבלה מושג וואס איז פיל טיפער און העכער ווי די חיצוניותדיגע מעשים.

אבער דאס פארמינערט גארנישט פון די טיפקייט און אמת פון די ארטיקל פונעם פותח האשכול.
שרייב תגובה

צוריק צו “תורת הנפש”