עס איז דא א רעדע אז איינע פון אייוועלט'ס סאמע גרעסטע קאנאנען אין מערערע געביטן הויפטזעכטליך אין פעלד פון דזשורנאליזם וועט באוויליגן צו אפדעיטן דעם אשכול אנגעהויבן אין די גאר נאנטע צוקונפט
די פלאן איז נאכנישט באשטעטיגט אויף 100% אבער קוקט אויס צו גיין אין די גוטע דירעקציע און האפנטליך קען מען ערווארטן פיינע ווארע אי"ה
פאלגענד איז א ציטאט פון די ערשטע תגובה אין דעם אשכול: די אשכול זאל אויסדרוקליך נישט דינען אלץ רשות היחיד נאר און צוגאב צו אונזערע באריכטן זאלן די חשוב'ע חברים וועלכע ברענגן כסדר באריכטן אנדערע אויסקלויבן די דאזיגע ווינקל אלץ נייע ניוס סטענד אז די חשוב'ע ליינער זאלן קענען קלייבן פון א רייכערע אויסוואל לויט זייער געשמאק"
שטייענדיג איצט מיט עטליכע יאר שפעטער קוקט מען ארויס אז די געבעט זאל ענדליך דערהערט ווערן און עס וועט געוויס זיין דערפרישנד צו זעהן אביסל פרישע קאליר אין דעם אשכול
די מעיאר פון סט. לואיס, מיזורי, האט ארויסגעגעבן אין די עפענטליכקייט די נעמען און דעטאלן פון אזעלכע וואס שטיצן די געדאנק פון פאליס רעפארם. אין רעאקציע דערצו, איז יוני 28 פארגעקומען א פראטעסט פארענט פונעם מעיאר'ס הויז.
איינער פון די וואס וואוינען אויפן זעלבן גאס ווי די מעיאר איז די מעק-קלאוסקי פארפאלק, וועלכע האבן זיך "גאר שטארק דערשראקן" פון די פראטעסטירער און אין א ווידעאו זעהט מען ווי זיי קומען ארויס פון זייער הויז מיט געווער אין די האנט צו קאנפראנטירן די פראטעסטירער.
די ארטיגע דיסטריקט אטוירני האט געעפענט אן אויספארשונג אין די אינצידענט, זאגענדיג: "מיר וועלן בשום אופן נישט צולאזן דאס נוצן מאכט און געווער קעגן די וואס נוצן אויס זייערע ערשטע אמענדמענט רעכטן". נעכטן האט די גאווערנאר פון מיזורי - מייק פארסאן - געזאגט ביי א פרעסע קאנפרענס אז טראמפ האט גערעדט מיט איהם איבער די דאזיגע קעיס, ווי אויך האט די גאווערנאר אויסגעדרוקט זיין אייגענע מיינונג אז די פארפאלק זאל נישט ווערן אנגעקלאגט.
אין רעאקציע האט די פראסעקיוטאר ארויסגעגעבן א סטעיטמענט: "היינט, זענען סיי פרעזידענט טראמפ און סיי גאווערנאר פארסאן געקומען נאך מיר צוליב וואס איך טוה מיין ארבעט און פיר אויס מיינע פליכטן. טראץ וואס זיי שפילן ווייטער פאליטיק מיט די דאזיגע געשיכטע, פארשפרייטענדיג מיסאינפארמאציע און פארדרייענדיג די פאקטן - דאך וויל איך מיך נישט אזוי אויפפירן".
= = = = = = = = = = די פרעמיער מיניסטער פון טוניזיע - עליאס פאקפאך - האט אריינגעגעבן זיין רעזיגנאציע פארן ארטיגן פרעזידענט. די רעזיגנאציע קומט אין צייט פון א שוואכערע עקאנאמיע און א הויכע אנ-עמפלוימענט - וואס איז ערגער געווארן צוליב די וויירוס - דאס האט געפירט צו א פאליטישע צוטיילעניש אין לאנד, ווען די אפאזיציע פארטייען אין לאנד האבן זיך געגרייט ארונטערצושטימען זיין רעגירונג.
א ווארטזאגער פאר'ן פרעמיער מיניסטער'ס אפיס זאגט אז די שריט איז געטון געווארן פאר די אינטרעסן פון לאנד
= = = = = = = = = = די קאנאדישע פאליציי האט געמאלדן - מיט גרויס טרויער... - אז פאַל מוסינאטו איז דערשאסן געווארן צום טויט. מוסינאטו איז געווען א מאפיאנער וואס האט מודה געווען אז אין 1997 האט ער קאנספירירט צו ערמארדן א צווייטע מאפיאנער מיטגליד, און ער איז צוליב דעם געזיצן אין טורמע פאר צען יאהר.
פרייטאג האט די פאליציי געמאלדן אז ער איז דערשאסן געווארן צום טויט דורך אן אומבאקאנטער פארשוין וואס ווערט יעצט ארומגעזוכט.
= = = = = = = = = = אין א שטארקע זיג פאר איירלאנד - קעגן די "יוראפיען קאמישען", די עקזעקיוטיווע פליגל פונעם אי.יו. - האט די אייראפ'עאישע געריכט היינט גע'אורטיילט אז איירלאנד איז נישט באגאנגען קיין שום אומלעגאלע שריט.
די רעדע איז איבער דאס וואס די אייראפע'אישע קאמיסיע האט מיט אפאר יאר צוריק - אין 2016 - פארארדענט די טעכנאלאגיע ריז "עפל" צו באצאלן פאר איירלאנד די סומע פון 13 ביליאן יורא - מיט די טענה אז איירלאנד האט אומלעגאל ארויסגעהאלפן "עפל" מיטן זיך ארויסדרייען פון צו דארפן באצאלן שטייערן אויף רוב פון זייערע פארדינסטן דורכאויס די יארן פון 2003 ביז 2014.
סיי "עפל" און סיי איירלאנד האבן אפעלירט די שטראף צום אייראפע'אישן געריכט. היינט איז געקומען די אורטייל אז די קאמיסיע האט נישט צוגעשטעלט גענוג באווייזן אז "עפל" און/אדער איירלאנד זאלן האבן באגאנגען סיי וועלכע אומלעגאלע שריט אונטער די אי.יו. געזעץ, וואס דעריבער דארף "עפל" נישט באצאלן די גרויסע שטראף.
= = = = = = = = = = 16 מענטשן זענען אומגעקומען ביי א צוזאמשויס צווישן די אזערבישע און ארמענישע מיליטערן. די צוזאמנשויס איז פארגעקומען ביי די נאגרנאו-קארבאך ראיאן - א שטח וואס איז טייל פון אזערביזשאן אבער ווערט - זינט ש קריג אין 1994 - באהערשט דורך עטנישע ארמעניע'ר, אונטערגעשטיצט פון די ארמענישע רעגירונג. די לעצטע ערנסטע אויסטויש אין יענע ראיאן איז פארגעקומען מיט 4 יאר צוריק ווען צענדליגע זענען גע'הרג'עט געווארן.
די יעצטיגע אומרוען האבן זיך אנגעהויבן וועןארמענישע באאמטע האבן באשולדיגט אזערביזשאן אין ארויסשיקן א דראון צילענדיג אויף ציווילע אינפראסטרוקטשור, וואס ארמעניע האט אראפגעשאסן. ארמעניע טוט אויך באשולדיגן אזערביזשאן אין דורכפירן א סייבער-אטאקע אויף אירע רעגירונגס וועבסייטס.
דימיטרי פעסקאוו - די ווארטזאגער פאר'ן קרעמלין - האט געמאלדן אז רוסלאנד איז טיף באזארגט איבער די אומרוען און מאסקאווע שטייט גרייט צו פארמיטלן צווישן די זייטן. די ביידע לענדער זענען געווען א טייל פון די סאוויעטישע פאראיין.