אנקעטע: ווער וואלט געווינען די 2020 וואלן אויב עס וואלט היינט פארגעקומען?

אנאליזן און דעבאטעס

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אויב די וואלן זאל ווען היינט פארקומען ווער האלסטו וואלט געווינען?

די וואלן האבן זיך געשלאסן פרייטאג יולי 17, 2020 11:19 pm

דאנעלד טראמפ
81
53%
דזשאו ביידען
71
47%
 
סך הכל שטימען: 152

אוועטאר
להגדיל שמו
שר שלשת אלפים
תגובות: 3329
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 03, 2013 8:40 pm
לאקאציע: אין פלאץ

Re: אנקעטע: ווער וואלט געווינען די 2020 וואלן אויב עס וואלט היינט פארגעקומען?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להגדיל שמו »

כאפצעם האט געשריבן:יא, אין די שטאטן מיט היי אנעדזיוקעיטעט (פויערן בלע"ז) פאפולאציעס. א שטייגער, אייאווע, אהייא, פענסילוועניע, מישיגען, וויסקאנסין.

סאו אינז האלט מען שוין ערגעץ. ווייל לויט ווי איך האב געלייענט ביז דא האבען אלע דעמאקראטישע גענויגטע ניקים דא אויף אייוועלט געזאגט אז די פאולס זענען נישט געווען אוף.
און פארשטייט זיך אז מען רעדט פון די סטעיטס וואס מאכט א דיפרענס.
אויב האב איך עפעס געטיען wראנג ברבים מוסר מיך דארט, שיק מיך נישט אין אישי
אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 18240
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

Re: אנקעטע: ווער וואלט געווינען די 2020 וואלן אויב עס וואלט היינט פארגעקומען?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאפצעם »

כ'ווייס נישט פון וואס דו רעדטסט וואס מ'האט געזאגט. ע"פ רוב ווען מ'רעדט פון פונקטליך רעדט מען פון די נאציאנאלע.

אדרבה, אויב איז עס עפעס אנדערש קוואוט אהער וועט מען קענען זעהן.
אוועטאר
להגדיל שמו
שר שלשת אלפים
תגובות: 3329
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 03, 2013 8:40 pm
לאקאציע: אין פלאץ

Re: אנקעטע: ווער וואלט געווינען די 2020 וואלן אויב עס וואלט היינט פארגעקומען?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להגדיל שמו »

כאפצעם האט געשריבן:כ'ווייס נישט פון וואס דו רעדטסט וואס מ'האט געזאגט. ע"פ רוב ווען מ'רעדט פון פונקטליך רעדט מען פון די נאציאנאלע.

אדרבה, אויב איז עס עפעס אנדערש קוואוט אהער וועט מען קענען זעהן.

נעשענאל איז גארנישט ווערט אין פרעזידענטליכע פארמעסט. עס זאגט נישט גארנישט.

אין יעדע פאליטישע אשכול טענהט מען זיך וועגען די פאולס, אויף א סטעיט לעוועל
אויב האב איך עפעס געטיען wראנג ברבים מוסר מיך דארט, שיק מיך נישט אין אישי
אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 18240
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

Re: אנקעטע: ווער וואלט געווינען די 2020 וואלן אויב עס וואלט היינט פארגעקומען?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאפצעם »

נאופ. זייער זייער אסאך רעפפערד מען צום נאציאנאלער רעזולט.

סטעיט ביי סטעיט ווי געזאגט ווענדט זיך שוין ווי איינס. געוויסע זענען געווען זייער אףף און געוויסע זייער פונקטליך.
אוועטאר
האלצשטיין
שר שבעת אלפים
תגובות: 7170
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 17, 2020 11:09 am

Re: אנקעטע: ווער וואלט געווינען די 2020 וואלן אויב עס וואלט היינט פארגעקומען?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האלצשטיין »

טראמפ זיצט דערווייל מיט א פיר פונקטן אויבערהאנט
אוועטאר
להגדיל שמו
שר שלשת אלפים
תגובות: 3329
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 03, 2013 8:40 pm
לאקאציע: אין פלאץ

Re: אנקעטע: ווער וואלט געווינען די 2020 וואלן אויב עס וואלט היינט פארגעקומען?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להגדיל שמו »

האלצשטיין האט געשריבן:טראמפ זיצט דערווייל מיט א פיר פונקטן אויבערהאנט

יעדער קען אליינס זען.
אויב האב איך עפעס געטיען wראנג ברבים מוסר מיך דארט, שיק מיך נישט אין אישי
אוועטאר
האלצשטיין
שר שבעת אלפים
תגובות: 7170
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 17, 2020 11:09 am

Re: אנקעטע: ווער וואלט געווינען די 2020 וואלן אויב עס וואלט היינט פארגעקומען?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האלצשטיין »

נאכדעם וואס די שטים בודקע האט זיך פארמאכט דעם פארלאפענעם פרייטאג און נאכ'ן שנעל אפציילן אלע שטימען (מיר נעמען נישט אן קיין עבסענטי בעלאטס דורך די פאסט...) אן קיים שום פראמבלעמען מיט די וואל מאשינען - נוצענדיג די גאר סאפיסטעקירטע "אייוועלט סאפטוועיר" - שטעלט זיך ארויס אז א מערהייט (+6 פונקטן) פונעם חשוב'ן עולם האלט אז טראמפ וואלט יעצט געווינען די וואלן

ונזכה ונחי'...

אפשר איז טאקע העכסט צייט אז גאנץ אמעריקע זאל אנהייבן שטימען דורך די אייוועלט סאפטוועיר?? אזוי וועלן נישט זיי קיין שום פראבלעמען מיט'ן ציילן..
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29176
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: אנקעטע: ווער וואלט געווינען די 2020 וואלן אויב עס וואלט היינט פארגעקומען?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

לויט ווי שטארק טראמפ איז דא קעגן די אלגעמיינע גאס, איז דאס זייער א גוטע אנקעטע פאר די וואס האלטן אז ביידן וואלט געווינען.

א אנקעטע, דאכציך פון די עי בי סי וואפ"א וואס ביידן ליעדט דארט מיט 10/15 פוינטס.
א אנקעטע, דאכציך פון די עי בי סי וואפ"א וואס ביידן ליעדט דארט מיט 10/15 פוינטס.
IMG_20200719_095315.jpg (74.83 KiB) געזען 384 מאל
אוועטאר
בלא בלא בלא
שר האלף
תגובות: 1756
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 18, 2019 11:34 pm

יאסי געשטעטנער אימעיל היינט:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בלא בלא בלא »

א גוטן טאג



נעם אינאכט צוויי זאכן ביים ליינען אנקעטעס צווישן טראמפ און ביידן. איינס איז אז אנקעטעס פון רעגיסרטירטע וויילער זענען געווענליך שוואכער פאר טראמפ ווי מען זעט אין די היינטיגע וואשינגטאן פאוסט אנקעטע אז ביידן איז פאראויס מיט פופצן פונקטן נאציאנאל ביי רעגיסטרירטע וויילער אבער עס פאלט צו אן אויבערהאנט פון צען פונקטן ווען מען קוקט אויף די ווארשיינליכע וויילער, לייקלי וואוטערס, קאלום. נישט אלע אנקעטעס האבן איצט לייקלי רעזולטאטן. די צווייטע שפיץ איז אז לעת עתה זענען די אנקעטעס פאר טראמפ ווייניגער שוואך אין די סווינג סטעיטס. נאציאנאל איז ביידן פאראויס מיט כמעט ניין פונקטן לויט די דורכשניט פון אנקעטעס אבער אין א רייע סווינג סטעיטס איז עס א דיפערנעץ פון זעקס-זיבן פונקטן



רוב אנקעטעס וואס מען האט געזען אין די נייעס די לעצטיגע וואכן זענען נאציאנאל און רעגיסטרירטע וויילער; נישט ווארשיינליכע וויילער אין די סטעיטס ווייל די ערשטע סארט אנקעטעס זענען דאס ארגסטע פאר טראמפ, און ארויס געבן אזעלכע אנקעטעס העלפט אונטערהאקן די גוסטע פון זיינע שטיצער און עס ברענגט אויך נאכאנאדע דעקונג אין די אלגעמיינע מידיא פאר די אנקעטע נעמער וואס צייגט אז טראמפ איז אין דער ערד. די הויפט נייעס פון די וואשינגטאן פאוסט אנקעטע איז די רעגיסטרירטע וויילער רעזולטאטן און נישט די ווארשיינליכע וויילער רעזולטאטן. אזלעכע דעקונג אין די מידיא קען פירן צו א פאקטישע אויסגאנג אין די וואלן אויך. פון די אנדערע זייט אבער אפילו אויב די אנקעטעס זענען פארריקט בלויז האלב איז טראמפ אויף צרות לויט די איצטיגע אנקעטעס



טראמפ האט אויך אן אישו אז די גרויסע ראליס וועלכע האבן געהאלפן טרייבן זיינע שטיצער זענען דערווייל סוספענדירט צוליב קאראנאוויירוס. אין 2016 האבן זיינע שטיצער געהאקט שטיקער אויף טוויטער, אבער איצט זענען א גרויס טייל פון זיי אראפ געווארפן געווארן פונעם פלאטפארמע. טראמפ האט אויך גענוצט גוגעל עדס זייער אפעקטיוו אין 2016 אבער גוגעל לאזט נישט איצט נוצן די זעלבע סארט טארגעטינג. בעסיקלי, אסאך געצייג וואס ער האט געהאט אין 2016 האט ער נישט איצט דריי א האלב מאנאטן צו די וואלן



לויט דעם וויל מען וויסן וואס איך האלט וועגן די אויסגאנג. דער אמת איז אז מען קען טעהנ'ען אויף ביידע וועגן, און געשוואוירענע טראמפ פיינט וואס קענען גוט פאליטיק וואלטן נישט געלייגט אלע זייערע טשיפס אויף די זייט פון א פארלוסט אפילו אויב זיי האלטן און האפן אז ער וועט פארלירן. אלזא, וואס האב איך מוסף צו זיין? זאגן אז זאכן קענען ווערן בעסער פאר אים צוליב א רייע סיבות איז נישט אינטערסאנט. ווידעראום נאכזאגן וואס מען זעט פון אנקעטעס איצט אז ער איז אויף געהאקטע צרות, איז אויך גארנישט מחדש



איר קענט שיקן די אימעיל ווייטער מיט דעם לינק וואו מען קען זיך ארויף שטעלן אויף די ליסטע
https://goo.gl/ju3pcF
אוועטאר
האלצשטיין
שר שבעת אלפים
תגובות: 7170
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 17, 2020 11:09 am

Re: אנקעטע: ווער וואלט געווינען די 2020 וואלן אויב עס וואלט היינט פארגעקומען?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האלצשטיין »

צל עובר האט געשריבן:לויט ווי שטארק טראמפ איז דא קעגן די אלגעמיינע גאס, איז דאס זייער א גוטע אנקעטע פאר די וואס האלטן אז ביידן וואלט געווינען.

IMG_20200719_095315.jpg

פשט איז אבער אויך אז ביידען איז שטערקער אויף די פראגע מיט 2 פונקטן דא אויף אייוועלט ווי אין יענע אנקעטע
שרייב תגובה

צוריק צו “נייעס קאך לעפל”