מיין שטימע ענדלט גאר שטארק אין די פון Programming (מיר זענען נישט קיין דאפלטע ניקים...), איך וויל נאר אנמערקן עטליכע נקודות.
צום ערשט וויל רעאגירן אויף דעם
פרוביר אויך האט געשריבן:אמאל איז עס פראגרעסיוו, אמאל איז עס BUY AMERICA
אז BUY AMERICA איז פאקטיש פראגרעסיוו.
טראמפ האט גענומען א מהלך פון לויפן אויף א פראגרעסיווע אישו אלס רעפובליקאנער, מיט'ן חשבון אז עס וועט ציען גאר ברייטע שטיצע ביים פאלק, ווייל אינעם רעכטן לאגער וועט מען אים שטיצן ווייל...
קענטאקי האט געשריבן:הויפטזעכליך וויבאלד ער איז פון די רעפובליקאנער פארטיי.
קארפענטער האט געשריבן:ווייל ער איז די רעפובליקאנער קאנדידאט
אין די צוקלאפטע ארימע מאסן וועלן אים אויך שטיצן ווייל...
פרוכט בוים האט געשריבן:איך וואלט געוואוט פאר איינעם וואס האט זיינע שיטות מער עקסטריעם
לגבי טשיינע און וועלטליכע פאליטיק און איבער עקאנאמי
וואס עפעס? האט געשריבן:געראדע בין איך היפש דיסעפוינטעד אין די טשיינע /טראמפ נעגאשיעישן , ער וואלט זיי געדארפט סך בעסער ציפיקסן
אבער למעשה איז ער דער ערשטע פריזידענט וואס טוט עפעס בכלל מיטן טאג
און די טעקניק האט געארבעט, ווייל מיט בלויז אביסל הילף פון רוסלאנד האט ער באוויזן זיך צו דערנענטערן צום דעמאקראטישן קאנדידאט און פארלירן נאציאנאל מיט בלויז 2.1% נאכדעם וואס ראמני האט פארלוירן צום דעמאקראט מיט 3.9% און מעקעין מיט 7.3%, און ער האט אפילו באוויזן צו געווינען גענוג שטאַטן צו ווערן פרעזידענט.
און אין רעאקציע צו דעם
ר' יום טוב האט געשריבן:איך האלט אז די איינציגע זאך וואס גייט איינשלעפן די פראגרעסיוון גייט זיין א ביידען געווינס.
וויל איך אנמערקן אז איך בין שטארק חולק אויף דעם, ווייל בפשטות זענען די פראגרעסיוון יעצט שטיל ווייל די מלחמה איז יעצט פטור צו ווערן פון טראמפ, און אויף דעם דארף מען נישט זיין פראגרעסיוו, בכלל ערווארט קיינער נישט אז רעפובליקאנער געזעץ געבער זאלן אדורכפירן פראגרעסיווע געזעצן, אדער אז א רעפובליקאנער פרעזידענט זאל עס קענען אונטערשרייבן.
אבער איינמאל א דעמאקראט קומט אריין, איבערהויפט אלס א גאר מעסיגער, וועט זיך דאן הערשט אנזען די מציאות אז קיין איינער פון די צוויי גרויסע פארטייען זענען נישט לינק, און דעמאלס וועט זיך אנהייבן די גרויסע מלחמה.
(פארגעסט נישט: ביידען איז היבש צו רעכטס פון אבאמא, און ער האט ווייט נישט די פרעזענליכע שטריכן וואס האט געמאכט אבאמא פאפולער מיט וואס מ'האט זיך מורא געהאט צו שלאגן.)
פארשטייט זיך אז אויב ביידען וועט געווינען גאר ברייט וועלן די צענטריסטן שרייען אז "נאר מיט א צענטריסט קען מען געווינען אזוי ברייט", אבער די לינקע וועלן קענען צוריקשרייען אז "אויב זענען די רעכטע טאקע אזוי שוואך, דאן פארוואס דארפן די לינקע אויפגעבן אויף זייער אגענדע כדי זיי צו קענען בייקומען אין וואלן", און דאס איז פארוואס אינעם לאנגן טערמין וועט א גאר מאסיווע לענסלייד דורכפאל פאר'ן רעפובליקאנער זיין די שטופ-וואגן פאר די פראגרעסיווע אגענדע, הגם אונטער ביידענ'ס פרעזידענטשאפט וועט אלעס לכאורה בלייבן ביים גרויליגן אלטן.